ספיריטשול אינספירעישענעל נשמה'לעלעלע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:43 am

נו ווי אזוי קען זיין אז דו פרעגסט נאך אזעלכע קשיות ווי א גר וואס האט זיך נעכטן מגייר געווען?
סי'ז דאך אלעס דברים מפורשים

אוועטאר
מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:51 am

ראספשע האט געשריבן:נו ווי אזוי קען זיין אז דו פרעגסט נאך אזעלכע קשיות ווי א גר וואס האט זיך נעכטן מגייר געווען?
סי'ז דאך אלעס דברים מפורשים

מיין שאלה איז געווען צו @אלצווייסער'ס שאלה, איך האב געוואלט צוקומען צו דעם אז אהבת ה' גייט טאקע יא צו מיט די גשמיותדיגע געפיל פון אהבה,

די ציל פון מיין שאלה איז געווען לתרץ.

לדעתי
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:58 am

פאר די וועלכע האבן גענומען א שטיקל מסילת ישרים, און זאגן וואס ער מיינט, איר דארפט נישט זאגן, ער זאגט אליינס וואס ער מיינט צו זאגן. כדרכו בקודש.

והנה מה שהורונו חכמינו זכרונם לברכה הוא, שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' ולהנות מזיו שכינתו שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול מכל העידונים שיכולים להמצא. ומקום העידון הזה באמת הוא העולם הבא, כי הוא הנברא בהכנה המצטרכת לדבר הזה. אך הדרך כדי להגיע אל מחוז חפצנו זה, הוא זה העולם. והוא מה שאמרו זכרונם לברכה (אבות ד, טז) העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא. והאמצעים המגיעים את האדם לתכלית הזה, הם המצוות אשר צונו עליהן האל יתברך שמו. ומקום עשיית המצוות הוא רק העולם הזה. על כן הושם האדם בזה העולם בתחלה כדי שעל ידי האמצעים האלה המזדמנים לו כאן יוכל להגיע אל המקום אשר הוכן לו, שהוא העולם הבא, לרוות שם בטוב אשר קנה לו על ידי אמצעים אלה. והוא מה שאמרו, זכרונם לברכה (עירובין כב א) היום לעשותם ומחר לקבל שכרם.

וכשתסתכל בדבר תראה כי השלמות האמיתי הוא רק הדביקות בו יתברך, והוא מה שהיה דוד המלך אומר (תהלים עג, כח) ואני קרבת אלקים לי טוב. ואומר (שם כז, ד) אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש שבתי בבית ה' כל ימי חיי וגו', כי רק זה הוא הטוב. וכל זולת זה שיחשבוהו בני האדם לטוב, אינו אלא הבל ושוא נתעה. אמנם לכשיזכה האדם לטובה הזאת, ראוי שיעמול ראשונה וישתדל ביגיעו לקנותה, והיינו שישתדל לידבק בו יתברך בכח מעשים שתולדתם זה הענין והם הם המצות.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:32 am

[quote="מיאושדיגער"]ער האט נישט געמיינט צו פרעגן וואס די מיטל איז אנצוקומען צו אהבת ה', זיין שאלה איז געווען וויאזוי איז פאקטיש שייך צו האבן א געפיל פון "אהבה" צום אויבערשטן אהן נוצן "גשמיותדיגע" געפיל פון אהבה./quote]

ס'איז חדא מתרצת, ווייל די ברויכסט נישט ארבעטען ליב צו האבען, די ברויכסט ארבעטען צו טון וואס די תורה הייסט און דאס וועט דיר ברענגען אהבה ממילא.
(ווי א סאך ראשונים פרעגען וויאזוי איז שייך א ציווי אויף אהבה, אהבה איז דאך א רעאקציע מ'קען נישט הייסען איינעם האב מיך ליב, ס'דא וואס זענען מסביר אז אידען זענען געבוירען מיט אהבת ה' נאר ס'דא זאכען וואס זענען עס מפסיד - אהבה צו תעניגי עוה''ז וכדומה אדער עבירות וכו', במילא די ציווי איז זאלסט נזהר זיין פון די מפסידי אהבה (די רמב''ן זאגט די בחינה
אויף אמונה, וויאזוי איז שייך מצווה צו זיין אויף אמונה, זאגט ער די בחינה)
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:46 am

איך מיין גראדע אויך, אז עס ווענדט זיך אביסל אין די דורות, ברוב ספרי הראשונים איז זיכער דא א אנדערע מהלך (נישט ב'יסוד' אבער יא ב'הנהגה') ווי דאס וואס ווערט מבואר אין "חסידישע" ספרים, און נאך פיל מער אנדערש ווי דאס וואס ווערט מבואר אין די שפעטערדיגע "מוסר" ספרים.

קוק למשל אריין אין "חינוך", וועסטו כסדר זעהן ווי ער לערנט פשט בטעמי המצוות, אז דער באשעפער האט געוואלט געשמאק מאכן דער וועלט מיט דער תורה, (עי' בטעמו לד' מינים בסוכות, ועוד), וכן הרבה על זה הדרך, בהרבה ספרים, שווער מלקט צו זיין.

בספרי מוסר, איז מען געגאנגען אביסל אויף די אנדערע עקסטרעם, געהאקט און געשניטן, געמאנט און געפאדערט, נישטא קיין תירוצים.

בספרי חסידות (ובספרי תלמידי האר"י), איז מיינעך באלאנסירט, פון איין זייט האט מען גערעדט פון דער זכי' און שלימות מיט וואס מען ווערט באגליקט דורך תורה ומצוות, פון דער אנדערע זייט האט מען גערעדט פון דער געפערליכע פגם פון עבירות, (חסידות איז דאך נישט אויף א געוויסע סאבדזשעקט, נאר מגלה דער עכטע פנימיות'דיגע מציאות, ממילא קומט עס ארויס ווי אזוי עס איז).

א לשון פון "יסוד העבודה" מכתב ז' בשם הקאברינער זי"ע.

"עוד אמר שנפש ישראלי היא מעולם התענוג והר"ז חסרון הרביעי שאם לא יטעימנה מתענוגה הרוחני והוא שמחת העבודה אם בע"כ תפול ותרד לתענוג הגופני ח"ו"


אויך, ווען דער וועלט וואלט געווען ווי עס דארף צו זיין, און ווי עס וועט זיין, בביאת המשיח, וועט זיכער נאר זיין תענוג א גאנצע צייט, די גאנצע מושג פון די שווערע הארעוואניע, סיגופים, וכו', איז נאר יעצט און דעם שפל המצב ווי אונז זענען.

איך שיהיה...
הוי 'מחשב'...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:31 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אורח הכבוד לאמיר נישט נאכאמאל אנהייבן מען האט עס שוין 500 מאל איבערגעשמוסט אין אנדערע אשכולות
סאיז נישט אזוי פשוט ווי די מאכסט עס, דו מאכסט עס ווייס און שווארץ, סאיז דא אסאך אסאך גרעי אינצווישן ודו"ק

רביה"ק מסאקמאר זי"ע האט אמאל געזאגט
די איינציגע פלאץ אין שולחן ערוך ווי מ'טרעפט פשרות איז אין חושן משפט. אין אלע אנדערע חלקים אורח חיים יורה דעה אבן העזר איז נישטא קיין פשרות!
ווען ס'קומט צו דיין געלט, דארטען זאלסטו זיין א וותרן און א פשרן, שטעל דיך נישט אויף יעדען דאלאר
ווען ס'קומט צום באשעפער ב"ה, אה דארט זאלסטו זיין א גברא דקפדנא זיכער מאכן אז די טיסט דיין שליחות בשלימות
מאכט סענס?

עס מאכט סענס אבער די ענפערסט בכלל נישט אויף מיין נקודה
דער ניק אורח הכבוד מאכט עס אויסקוקן ווי כאילו עס איז דא 2 מינע מענטשן ביי אידען, א מלאך אדער א גלח. אדער האסטו 100 פערצענט יראת שמים און דו ביסט מדקדק כקוץ של יוד אויף יעדע מנהג קל פון שו"ע אדער ביסטו פון די פארגרעבטע פרעסערס וואס ווייסען נאר פון ליצנות און סליחות מיט מיוזיק
בעת לכה"פ 95 פערצענט פונעם ציבור איז ערגעץ אינצווישן.........
ווער האט גערעדט פון פשרות?????

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:32 pm

מחשב האט געשריבן:איך מיין גראדע אויך, אז עס ווענדט זיך אביסל אין די דורות, ברוב ספרי הראשונים איז זיכער דא א אנדערע מהלך (נישט ב'יסוד' אבער יא ב'הנהגה') ווי דאס וואס ווערט מבואר אין "חסידישע" ספרים, און נאך פיל מער אנדערש ווי דאס וואס ווערט מבואר אין די שפעטערדיגע "מוסר" ספרים.

קוק למשל אריין אין "חינוך", וועסטו כסדר זעהן ווי ער לערנט פשט בטעמי המצוות, אז דער באשעפער האט געוואלט געשמאק מאכן דער וועלט מיט דער תורה, (עי' בטעמו לד' מינים בסוכות, ועוד), וכן הרבה על זה הדרך, בהרבה ספרים, שווער מלקט צו זיין.


קענסט צוריק גיין נאך פריער צו חז"ל. למשל דער וועג וויאזוי מיר ווייסען אז א לולב קען נישט זיין א שטעכיגע מין איז וויבאלד 'דרכיה דרכי נעם'.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

yakovb
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:47 pm

תגובהדורך yakovb » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:43 pm

"מחשב האט געשריבן:
אויך, ווען דער וועלט וואלט געווען ווי עס דארף צו זיין, און ווי עס וועט זיין, בביאת המשיח, וועט זיכער נאר זיין תענוג א גאנצע צייט, די גאנצע מושג פון די שווערע הארעוואניע, סיגופים, וכו', איז נאר יעצט און דעם שפל המצב ווי אונז זענען.
"


רמב"ן די וואך אין די פרשה (דברים ל,ו - נצבים),

"ומל ה' אלהיך את לבבך" - זהו שאמרו (שבת קד) הבא לטהר מסייעין אותו מבטיחך שתשוב אליו בכל לבבך והוא יעזור אותך ונראה מן הכתובים ענין זה שאומר כי מזמן הבריאה היתה רשות ביד האדם לעשות כרצונו צדיק או רשע וכל זמן התורה כן כדי שיהיה להם זכות בבחירתם בטוב ועונש ברצותם ברע אבל לימות המשיח תהיה הבחירה בטוב להם טבע לא יתאוה להם הלב למה שאינו ראוי ולא יחפוץ בו כלל והיא המילה הנזכרת כאן כי החמדה והתאוה ערלה ללב ומול הלב הוא שלא יחמוד ולא יתאוה וישוב האדם בזמן ההוא לאשר היה קודם חטאו של אדם הראשון שהיה עושה בטבעו מה שראוי לעשות ולא היה לו ברצונו דבר והפכו כמו שפירשתי בסדר בראשית (ב ט)

אוועטאר
מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 2:09 pm

מחשב האט געשריבן:איך מיין גראדע אויך, אז עס ווענדט זיך אביסל אין די דורות, ברוב ספרי הראשונים איז זיכער דא א אנדערע מהלך (נישט ב'יסוד' אבער יא ב'הנהגה') ווי דאס וואס ווערט מבואר אין "חסידישע" ספרים, און נאך פיל מער אנדערש ווי דאס וואס ווערט מבואר אין די שפעטערדיגע "מוסר" ספרים.

קוק למשל אריין אין "חינוך", וועסטו כסדר זעהן ווי ער לערנט פשט בטעמי המצוות, אז דער באשעפער האט געוואלט געשמאק מאכן דער וועלט מיט דער תורה, (עי' בטעמו לד' מינים בסוכות, ועוד), וכן הרבה על זה הדרך, בהרבה ספרים, שווער מלקט צו זיין.

בספרי מוסר, איז מען געגאנגען אביסל אויף די אנדערע עקסטרעם, געהאקט און געשניטן, געמאנט און געפאדערט, נישטא קיין תירוצים.

בספרי חסידות (ובספרי תלמידי האר"י), איז מיינעך באלאנסירט, פון איין זייט האט מען גערעדט פון דער זכי' און שלימות מיט וואס מען ווערט באגליקט דורך תורה ומצוות, פון דער אנדערע זייט האט מען גערעדט פון דער געפערליכע פגם פון עבירות, (חסידות איז דאך נישט אויף א געוויסע סאבדזשעקט, נאר מגלה דער עכטע פנימיות'דיגע מציאות, ממילא קומט עס ארויס ווי אזוי עס איז).

א לשון פון "יסוד העבודה" מכתב ז' בשם הקאברינער זי"ע.

"עוד אמר שנפש ישראלי היא מעולם התענוג והר"ז חסרון הרביעי שאם לא יטעימנה מתענוגה הרוחני והוא שמחת העבודה אם בע"כ תפול ותרד לתענוג הגופני ח"ו"


אויך, ווען דער וועלט וואלט געווען ווי עס דארף צו זיין, און ווי עס וועט זיין, בביאת המשיח, וועט זיכער נאר זיין תענוג א גאנצע צייט, די גאנצע מושג פון די שווערע הארעוואניע, סיגופים, וכו', איז נאר יעצט און דעם שפל המצב ווי אונז זענען.

איך שיהיה...


די קאנצעפט פון ספרי מוסר גייט נאך צוריק ביז די ראשונים.

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:45 pm

מיאושדיגער האט געשריבן:די קאנצעפט פון ספרי מוסר גייט נאך צוריק ביז די ראשונים.


למשל, אין ספה"ק דברי חיים, נוצט ער דעם אויסדריק "ספרי מוסר" פאר "עץ חיים" וכדו'.. פארט ווייסטו פונקטליך וואס "קבלה" איז, און וואס הייסט "מוסר".

איך האב גראדע געשריבן "שפעטערדיגע ספרי מוסר" טאקע מהאי טעמא, אבער איך האב נישט קיין קלארע צייט פאר דעם, 'ראשית חכמה' בראט מער ווי 'מסילת ישרים', וכן ע"ז הדרך.
הוי 'מחשב'...

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 1:30 pm

מחשב האט געשריבן:איך מיין גראדע אויך, אז עס ווענדט זיך אביסל אין די דורות, ברוב ספרי הראשונים איז זיכער דא א אנדערע מהלך (נישט ב'יסוד' אבער יא ב'הנהגה') ווי דאס וואס ווערט מבואר אין "חסידישע" ספרים, און נאך פיל מער אנדערש ווי דאס וואס ווערט מבואר אין די שפעטערדיגע "מוסר" ספרים.

קוק למשל אריין אין "חינוך", וועסטו כסדר זעהן ווי ער לערנט פשט בטעמי המצוות, אז דער באשעפער האט געוואלט געשמאק מאכן דער וועלט מיט דער תורה, (עי' בטעמו לד' מינים בסוכות, ועוד), וכן הרבה על זה הדרך, בהרבה ספרים, שווער מלקט צו זיין.

בספרי מוסר, איז מען געגאנגען אביסל אויף די אנדערע עקסטרעם, געהאקט און געשניטן, געמאנט און געפאדערט, נישטא קיין תירוצים.

בספרי חסידות (ובספרי תלמידי האר"י), איז מיינעך באלאנסירט, פון איין זייט האט מען גערעדט פון דער זכי' און שלימות מיט וואס מען ווערט באגליקט דורך תורה ומצוות, פון דער אנדערע זייט האט מען גערעדט פון דער געפערליכע פגם פון עבירות, (חסידות איז דאך נישט אויף א געוויסע סאבדזשעקט, נאר מגלה דער עכטע פנימיות'דיגע מציאות, ממילא קומט עס ארויס ווי אזוי עס איז).

א לשון פון "יסוד העבודה" מכתב ז' בשם הקאברינער זי"ע.

"עוד אמר שנפש ישראלי היא מעולם התענוג והר"ז חסרון הרביעי שאם לא יטעימנה מתענוגה הרוחני והוא שמחת העבודה אם בע"כ תפול ותרד לתענוג הגופני ח"ו"


אויך, ווען דער וועלט וואלט געווען ווי עס דארף צו זיין, און ווי עס וועט זיין, בביאת המשיח, וועט זיכער נאר זיין תענוג א גאנצע צייט, די גאנצע מושג פון די שווערע הארעוואניע, סיגופים, וכו', איז נאר יעצט און דעם שפל המצב ווי אונז זענען.

איך שיהיה...

זייער א שיינער סיכום!
מענין לענין האביך לעצטענס געזען א מעשה, כ'קען מיך נישט דערמאנען וואו.
דער בית אהרן האט אמאל אריינגערופן צוויי חסידים אין געהייסן לערנען ראשית חכמה
ונאכדעם האט ער געהייסען ביידע זאלען צוריקימען. ווען די ערשטע איז צירקגעקומען האט דער רבי געפרעגט וואס ער האט געלערנט, אין ער האט אנגעהויבען אראפלייגען מיט א פחד די שרעקליכע עונשים, האט דער הייליגער קארלינער עים באראאיגט אין געזאגט, האב נישט מורא, ס'איז נאר געמאכט אנצישרעקען...
ווען דער צווייטע איז אריינגעקימן האט דער רבי געפרעגט, וואס האסטי געלערענט, האט ער געענטפערט, כך וכך, די ראשית חכמה איז מסביר וויפיל היכלות אין גיהנים ס'איז דא אין אזוי ווייטער, אין דער חסיד האט גערעדט מיט אזא פשטות כאילו ס'מיינט נישט עים, האט דער רבי געזאגט, זאלסטו וויסען ס'קימט נאך סאך גרעסערע עונשים!!!
די חסיד איז ארויסגעלאפען מיט א פחד אין איז געלאפען צו זיין חבר, האט ער געהרט ווי דער רבי האט געזאגט אז מ'דארף נישט מורא האבען... נו לויפט מען צוריק צים רבי'ן, זאגט דער קארלינער, אזא איינער וואס האט זיך אנגעשראקען, פאר אים דארף מען טאקע בארראיגען, אבער די צווייטע וואס האלט ס'מיינט נישט אים, דארף מען עם מסביר זיין אז ס'נישט קיין חכמות!

אוועטאר
מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:11 pm

מחשב האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:די קאנצעפט פון ספרי מוסר גייט נאך צוריק ביז די ראשונים.


למשל, אין ספה"ק דברי חיים, נוצט ער דעם אויסדריק "ספרי מוסר" פאר "עץ חיים" וכדו'.. פארט ווייסטו פונקטליך וואס "קבלה" איז, און וואס הייסט "מוסר".

איך האב גראדע געשריבן "שפעטערדיגע ספרי מוסר" טאקע מהאי טעמא, אבער איך האב נישט קיין קלארע צייט פאר דעם, 'ראשית חכמה' בראט מער ווי 'מסילת ישרים', וכן ע"ז הדרך.

לדוגמא שערי תשובה דרבינו יונה

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:20 pm

אין שערי תשובה וועט איר נישט טרעפען די אלע סארט פחדים'דיגע גיהנם היכלות!
אגב, מ'פאקריכט דא פין די ארגינאלע כוונה
כ'רעד בכלל נישט פון רעדן פון שרעקעדיגע עונשים און שטראפונגען
כ'רעד פשוט פון דעם וואס יודישקייט איז א "עול", נישט קיין חילוק צי מיר גלייכן עס אדער נישט

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:41 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:כ'רעד פשוט פון דעם וואס יודישקייט איז א "עול", נישט קיין חילוק צי מיר גלייכן עס אדער נישט


כ'האב סיי ווי נישט וואס צו טוען, סידאך תענית, איז עמער נאכאמאל תגובה'נען.

- עס איז א עול? יא! דאס הייסט, "אויך" א עול, אפילו דו ווילסט נישט טוען. מוזטו.

- אויב א יוד איז זוכה און ער פילט דער מתיקות העבודה, לית טב מזה, ער איז אנגעקומען ווי מ'ברויך.

- די שאלה איז נאר, וואס טוט זיך מיט דעם עווערידש יוד, דארף ער "בעיקר" קובע זיין בלב, אז דו מוזט טוען תומ"צ, אויב נישט איז צרות; אדער זאל ער קובע זיין בלב דאס "חשיבות העבודה", און דאס זאל זיין דיין טרייב קראפט צו טוען וואס מ'ברויך. אויף דעם האבן מיר געזאגט אז מ'זעהט געוויסע חילוקים אין די סגנון פון די ספרים.
הוי 'מחשב'...

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:36 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:איך וויל צולייגן נאך א נקודה
אז מ'וועט באטראכטן די ווערטער פון די אלע סארט היינטיגע קאמזעץ ניגונים וועט מען זען ווי אלעס זענען אזעלכע מוראדיג פשוט'ע ווערטער וואס א דריי יעריגס קען פארשטיין, נשמה וואו גייסטו, פארלוירן געטראפן....
נעם אבער למשל א אמאליגע פיוט און ניגון איז אלעס געווען טיפע ווערטער, כ'רעד שוין נישט פון א ניגון פון א צדיק ווי רבש"ע לאמיר מאכן א בייט, וואס איז ממש עמוק עמוק טיפע זאכן נאר אפילו א אמאליגע ניגון, אל גינת אגוז ירדתי, וכו', צו וואס, האט געהאט עפעס א טיפערע באדייט
א אויסנאם איז די היינטיגע ניגון אויף די ווערטער פון הייליגען בעל התניא והנה ה' ניצב עליו, וואס איז טאקע א מוראידיגע עמקות'דיגע ניגון סיי די ווערטער און די מעלאדיע.
און אז איר וועט גיין צו די אלע 'קילע' קאמזעצען וועט איר זען אז מ'זינגט נישט דעם ניגון ביים קאמזעץ!

דעם ניגון האט טאקע מחבר געווען א ת"ח און בנש"ק הרב רבי אשר ישעי רז"ב שליט"א דעם זוטשקא רבינ'ס א זון.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:24 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ פאר אלעמענס ווארעמע דברי חיזוק
ב"ה מ'זעט ס'איז נאך דא עדאלטס אין די רום וואס קענען נאך פארנעמען עפעס אין די באקס

געריבענער סוחר האט געשריבן:פיין געשריבן גולם'ל. האסט טאקע עס גענומען אביסל עקסטרעם די אנדערע זייט, אבער סקלאר וואס דו ווילסט.
מענין לענין. געהערט אמאל פון א גוטע איד א הערה אויף די באקאנטע באמפער סטיקער Hashem Luves Us אז אמת די אייבישטער האט אונז זייער ליב, אבער עס איז נישט קיין מצוה אין די תורה, משא''כ אז אונז זאלן ליב האבן דעם אייבירשטען דאס איז שוין איינמאל א מצוה פון 'ואהבת'.
יעצט לאמיר זעהן וויזוי די קאכסט דיר אז דו זאלסט ליב האבן די אייבישטער כאטש מיט אזא התלהבות ווי די שרייסט ארויס Hashem Luves Us.

א גוט ווארט...
מענין לענין האט מיין רב מיך געזאגט א שארף וארט וואס כ'ווייס נישט צו מ'מעג עס נאכזאגן... ער טענה'ט אז די גיהנם ווערט אנגעהייצט פון די 'ווארעמע' ניגונים וואס די ליידיגייער זינגען. און דאס איז פשט פון די צוא' רותחת וד"ל

כ'האב געהערט אז כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א איז אמאל אריין צו א צוזאמקום בשעת מען האט געזונגן 'שפכי כמים לבך' און געהייסן דאס אויפהערן זונגען.

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:37 pm

פון דער דעקל פון 'לימודים לדעת'.
0915182241.jpg
0915182241.jpg (354.9 KiB) געזעהן 460 מאל
הוי 'מחשב'...

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:40 pm

מיינט נישט קיין גוטאר ביי סליחות. וכו' וכו'. נישט פון דעם רעדט די תולדות.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון, נאר חסרונות און 29 געסט