ספיריטשול אינספירעישענעל נשמה'לעלעלע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

ספיריטשול אינספירעישענעל נשמה'לעלעלע

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:55 am

עס איז לעצטענס געווען דא א היציגע דעבאטע איבער די סליחות מיט מוזיק. זעלבסטפארשטענדליך אז פאר א ערליכע איד וואס כבוד ה' איז נוגע בלבבו איז א וווייטאג אז מ'ברויך בכלל דעבאטירן אזוי ענין, כ'האב גערעדט צו א פשוט'ע בעל הבית פון פריערדיגען דור, בכלל נישט א פארכנאקטער, מער אזא איינער וואס קען ענזשויען א געשמאקע ווערטל פון ר' מיילעך בידערמאן. זאגט ער מיר, די סליחות קומזיץ איז ממש א גרויל. עכ"ל.

אבער פון די אנדערע זייט ציפט דאס הארץ! אז סיז ליידער דא אזוינע אידן וואס מוזען צוקומען צו דעם, און מאנכע שרייען גאר אז ס'איז דא אידן וואס ווען נישט די קומזיץ וואלטן זיי אינגאנןצ נישאט געזאגט, (איי מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי? אבער שוין). איך גיי דא נישט שרייבן א פולע מחאה ווייל איך וועל נישט מקטרג זיין אויף אידישע קינדער ואס שטאמען מזרע אברהם יצחק ויעקב, ובפרט נישט פאר א יום הדין.

וואס יא, כ'גיי ענק אלע פרעגן א סימפל קשיא.

ווילט איר אייער קינד זאל מיטהאלטן די קומזיץ סליחות?

אויב איז אייער ענטפער אז יא און דאס איז אייער שטרעבן אז אייער קינד זאל זיך אנזאפן תורה און יראת שמים פון די דאזיגע אידן אין סאמע טאג א' סליחות דעמאלץ זאלט איר מוחל זיין צומאכן דעם אשכול ווייל ס'איז נישט פאר אייך. כ'בעט אייך בכבוד גדול מאכט נישט קיין אומאנגענעמליכקייטן.

אויב איז אייער ענטפער אז נישט, האב איך א צווייטע שאלה.

ווי אזוי קענט איר זיכער מאכן אז אייער קינד קומט אן אין גרויסן בית המדרש צו סליחות פינעווע פארטאגס און הוליעט נישט א גאנצע נאכט ביים גיטאר? ווי אזוי קאן מען דאס פארזיכערן?

איך האב א עצה בדוק ומנוסה וואס כ'ווייס דער עולם וועט עס נישט גלייכן אבער ההכרח לא יגונה.

די עצה איז: הערטס אויף מאכן אידישקייט געשמאק.

יא, אזוי ווי די הערסט.

אידישקייט איז א עול. אם בחוקתי תלכו זאגט רש"י שתהיו עמלים בתורה. ס'שטייט נישט שיהיה לכם געשמאק בתורה.

איך קען ברענגען אויף דעם צענדליגע ראיות. אבער פשוט, וכולם מקבלים עליהם עול מלכות שמים... עול שטייט דא! לאמיר אנפרעגן ביי המגיד המפורסם מיסטער זשאנאטאן שטיינגאלד, שטודירט אין וויי יו, וואס האט שוין געהאלפן מיליאנען קינדער פאלן אין אדמה, פארוואס עס שטייט נישט וכולם מקבלים עליהם געשמאק מלכות שמים. מה ה' אלקיך שואל מעמך? כי אם ליראה. געוואלד, ס'וואלט געברויכט שטיין כי אם לגעשמאק!

איי ס'שטייט דאך איבעראל אז די תורה איז זיס און בעסער ווי גאלד און זילבער?

אה, דא קומיר צום שפיץ חידוש. ס'איז זיס, אבער נאכדעם! נאכ'ן זיך פלאגן און זיך מוטשען און זיך הארווען פילט מען א געשמאק! א חיות! און די חיות קומט פון דעם וואס די מצוה איז די ציווי פון הקב"ה אליין (אפילו די פלאג קומט אויך פון דעם באשעפער ווארום אנדערש וואס איז דען אזוי שווער צו טון א מצוה? ס'איז דירעקט געמאכט צו באקומען שכר בזה ובבא ואכמל).

כ'געדענק נאך ווי אונזערע טאטעס און זיידעס פלעגן אויפשטיין צו סליחות, ניש אזוי לאנג צוריק. מ'האט זיך ארויסגעריסן פון בעט פיר דרייסיג. געלאפן אין מקוה, און מיט נאסע פיאות זיך אריינגעשארט אין גרויסן בית המדרש וואס איז שוין געווען איבערגעפילט פון קאפ ביז פיס. מ'האמיר פראבירט כאפן עפעס א זייטיג ווינקעלע און מ'האמיר געווארט. דער רבי קומט אריין און ס'הערט זיך די וויינעדיגע שטימע, אשרי יושבי ביתיך.... און די גאנצע עולם הייבט אן צוזאמען.... און אזוי זאגט מען ווייטער בשעת די טרערן הייבן אן רינען.. היילגיער באשעפער העלף ס'זאל שוין זיין א גוטע יאר כלל ישראל זאל זיך נישט אוזיפיל מיטשען....

מ'ענדיגט שמע קולינו, אשמנו, נאכדעם לייגט מען אראפ א דאווענען מיט פארנט און פרשת המן ווי ס'ברויך צו זיין, נאכדעם לייגט מען צאם די טלית ותפילין און מ'גייט אהים, שפירט מען זיך געשמאק. פארטאגס ביים אויפשטיין איז געווען ביטער שווער, מ'האמיר געסטראגלט מיט'ן יצר הרע, אבער יעצט נאך אזא סליחות און שחרית! יעצט פילט זיך זיס און אנגענעמעם און אלע ביינער. אה! וואס קען זיין בעסער ווי דעם?!

עס איז לעצענס געוארן א באוועגונג אז מ'מוז מאכן אידישקייט מורא'דיג געשמאק און באטעמט. ס'הערט זיך טאקע זייער גיט, ני אפשר זאל מען אנהייבן טיילן לאליס און קענדיס פאר אלע טאטעס וואס לייגן תפילין יעדן טאג. מ'דארף דאך מאכן אידישקייט געשמאק. די וואס לייגן רבינו תם'ס גייען אפילו אריין אין א גורל אויף ליפא שמעלצערס נייע סידי.

אפשר זאל מען בכלל אראפשניידן פון די דאווענען, ס'איז דאך אזוי לאנג, זאל מען סתם זאגן קר"ש און שמ"ע און זיך אהיימגיין. מ'דארף מאכן אידישקייט געשמאק!

רבותי! אידישקייט דארף זיין געשמאק, אבער ס'דארף נישט זיין לייכט! ס'איז געשמאק שפעטער! און אפילו דעמאלטסט איז עס א אנדערע געשמאק, ס'איז א רוחניות'דיגע סיפוק. ס'איז א העכערע געשמאק. אז מ'שניידט אוועק פון אלעמען ווייל ס'איז נישט געשמאק בלייבט מען איבער מיט ליידיגע זעק.

ס'איז געווארן לעצטנס א מורא'יגע ענין צו מאכן קומזיצן און זינגען ווארימע ניגונים. נו זייער גוט טענהסטו. ניין, זאג איך! רעד דיך נישט איין אז מיט דיין פאלשע קרעכץ האסטו יוצא געווען דיין רחניות. יא ס'איז זייער געשמאק. מ'טרונקט זיך אן מיט א טייערע קאבערנעי מ'עסט א שטיקל בשר, יעצט גייט מען שוין זיין אפילו ספיריטושעל. מ'גייט שוין זינגען הארציגע ניגונים, הייליגע נשמה! יויש נשמה! איך האב דיך אזוי ליב! מיין טייערע נשמה'לעלעלעלע.....

מיינע פריינט, אז איר ווילט ווערן אנגעווארעמט, אפשר זינגסטו א אהבה רבה ניגון, אה דאס ברענגט דיך נעבעך ארויף קאשמארען, כ'האב נישט געוואוסט ביסט אזא מלחמה געליטענער, נעבעך דיין רבי האט דיך אנגעטאטשט מיט א טוט פיק, יעצט דארפסטו שוין עכט זיין פריי נאר די טוסט א טובה די אייבערשטער אז דו ביסט פרום, מעגסטו כאטש טון וואס דו ווילסט בתנאי אז די שאקלסט דיך זייער שטארק ביי די קומזיץ.

אה, אפשר זינגסטו קה אכסוף? וואס זינגסטו דא? עפעס א מאדנע תנועה אויף ויהיו רוחמיך מתגוללי.... אוי ויהיו.... ממש די הארץ צוגייט. ניין כ'מיין טאקע יענץ פון דעם צדיק וקדוש רבי אהרן הגדול. וואס, קענסט עס נישט? אה, קענסט יא. איז וואס? אה, יענץ ווילסטו נישט זינגען.

דו ווייסט פארואס אהבה רבה ניגון און קה אכסוף איז דיך נישט אינטרעסאנט? ווייל ס'איז נישט 'געשמאק'. מ'דארף אריינהארעווען אין דעם ניגון, מ'דארף עס קענען אביסעל אפטייטשן און פארשטייין, ס'האט עטליכע פעלער. ס'איז צו סאך פאר דיר. דו קענסט נאר געבן א שריי נשמה'לע, און ביי די "לע" דארפסטו שוין א נייע ניגון, דאס מאל גייט מען רעדן פון די תורה'לע.

כ'ווייס יעצט וועלן אלע מוחים קומען מיך אראפרייסען אז כ'זאג אידישקייט טאר נישט זיין געשמאק... נו וואס זאל איך טאן אז כ'בין אביסעל אלטמאדיש, כ'וויל זיין אין די הייליגע באקס, ווי מ'האט דא נאכגעשריבן פון א רב. פארוואס וויל איך זיין דארט? ווייל כ'בין טאקע נישט אזוי אלט, אבער כ'געדענק נאך ווי לאנג צוריק, אפשר איבער צען יאר צוריק, נאך פאר די סמארטפואנס האבן זיך געדרייט אין די גאסן, זענען געווען ערליכע אידן וואס האבן געהאט א פחד פון יום הדין, און ס'איז זיי נישט בייגעפאלן אז אידישקייט איז געשמאק און מ'דארף נישט מורא האבן. און דאכציך זיי האבן נאך געהאט אזא 'געשמאק' און אידישקייט ווי די יונגען מיט די לאנגע פיאות און ריזיגע פלאסטישע מאדענע גלעזער וואס שאקלען זיך "אוי נשמהלע...."

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:04 am

האלאו! וואס מאכסטעך ווי א גולם?! שוין גארנישט אזא גולם, פיין געשריבן, צום פינטעל.

אברהם אבינו
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm

תגובהדורך אברהם אבינו » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:13 am

גוט געזאגט

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:13 am

איש האשכולות האט געשריבן:האלאו! וואס מאכסטעך ווי א גולם?! שוין גארנישט אזא גולם, פיין געשריבן, צום פינטעל.

יישכ פאר די דברי חיזוק

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:21 am

איך וויל צולייגן נאך א נקודה
אז מ'וועט באטראכטן די ווערטער פון די אלע סארט היינטיגע קאמזעץ ניגונים וועט מען זען ווי אלעס זענען אזעלכע מוראדיג פשוט'ע ווערטער וואס א דריי יעריגס קען פארשטיין, נשמה וואו גייסטו, פארלוירן געטראפן....
נעם אבער למשל א אמאליגע פיוט און ניגון איז אלעס געווען טיפע ווערטער, כ'רעד שוין נישט פון א ניגון פון א צדיק ווי רבש"ע לאמיר מאכן א בייט, וואס איז ממש עמוק עמוק טיפע זאכן נאר אפילו א אמאליגע ניגון, אל גינת אגוז ירדתי, וכו', צו וואס, האט געהאט עפעס א טיפערע באדייט
א אויסנאם איז די היינטיגע ניגון אויף די ווערטער פון הייליגען בעל התניא והנה ה' ניצב עליו, וואס איז טאקע א מוראידיגע עמקות'דיגע ניגון סיי די ווערטער און די מעלאדיע.
און אז איר וועט גיין צו די אלע 'קילע' קאמזעצען וועט איר זען אז מ'זינגט נישט דעם ניגון ביים קאמזעץ!

פרידן
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:40 am

זייער זייער גוט געשריבן, גוט ארויסגעברענגט אין שטארקע פאנטש ליינס און ווייטאגליכע נושא

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:58 am

;l;p ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- -

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:36 am

גאר גאר שטארק

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:37 am

גולם זייער גוט גאר שטארקע נקודות
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:18 pm

זייער שיין ! א יישר כח

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:28 pm

100% גערעכט אבער עס מיינט נישט אז מען טאר נישט טאנצן מיט די קינדער און מאכן אידישקייט געשמאק מיט א אידישן חן, מיט א ווארעמע חסידישע ברען
שויתי ה' לנגדי תמיד

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:29 pm

מענין לענין באותו ענין:
אלעס גייט דאך היינט מיטן נוסח "דער אויבערשטער האט מיך ליב ווי אזוי איך בין"... כאילו אז זיין א יוד און האבן אהבת (ויראת!) השם קאסט נישט קיין פרייז און מ'קען טון וואס מ'וויל...
האב איך געהערט א גיט ווארט - שטייט און פסוק אז דער אויבערשטער זאגט "הלוואי אותי עזבו ואת תורתי שמרו" פשט? נאר אפשר לרמז, זיי זאלן שוין אויפהערן זיין ביזי מיט מיר אזויפיל און אנהויבן היטן מיין תורה!

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:30 pm

Goodmorning האט געשריבן:100% גערעכט אבער עס מיינט נישט אז מען טאר נישט טאנצן מיט די קינדער און מאכן אידישקייט געשמאק מיט א אידישן חן, מיט א ווארעמע חסידישע ברען


אמת!
אבער זיי דארפן וויסן אז פאר "אהבת השם" קומט "יראת השם"
און אהבת השם אן יראת השם איז פאלש

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:42 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:אמת!
אבער זיי דארפן וויסן אז פאר "אהבת השם" קומט "יראת השם"
און אהבת השם אן יראת השם איז פאלש

כמאמר הרה"ק ה'בית אהרן' מקארלין:
"יראה אן אהבה איז נישט קיין שלימות. אהבה אן יראה איז גארנישט".
---
(באמת קומט בכלל נישט דא אריין וואס ס'קומט קודם, יראה און אהבה, כאילו קומזיץ'ן און א שטיקל בשר האט עפעס א שייכות מיט אהבת ה'...)
אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:53 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:אידישקייט איז א עול. אם בחוקתי תלכו זאגט רש"י שתהיו עמלים בתורה. ס'שטייט נישט שיהיה לכם געשמאק בתורה.


אידישקייט איז א "מציאות", א "פאקט", צו דו ווילסט יא אדער נישט, עס "עקזיסטירט" נישט עפעס אנדערש, צו דו האסט עס ליב צו נישט. צו דו ווילסט דיך פירן לויט דער מציאות אדער חלילה עס איגנארירן, איז שוין דיין בחירה, קענסט אפמאכן זיך אריינצושטעקן דיין קאפ אין זאמד, עס גייט עס אבער נאך אלץ נישט טוישן.

אידישקייט איז א עול?! ווענדט זיך פאר וועם, אויב דו וועסט עכט כאפן, אז עס איז נישט סתם געוויסע ביעהעוואר'ס וואס דו דארפסט טוען, נאר א אמת'ע עקזיסטירנדע פאקט, וועט עס נישט זיין אזא עול, און מיט די צייט "יערב לכם".

"עסן און שלאפן" איז אויך א עול, דו מוזט עס טוען, האסט קיין ברירה, אבער פארשטייסט אז עס איז נישט קיין עול, ווייל דו זעסט נישט קיין אלטערנאטיוו, זה הוא. נישטא עפעס אנדערש.

מיר דארפן פרובירן אוועקצוגיין פון דעם אז אידישקייט איז א עול, דער באשעפער וויל אז דו זאלסט אים דינען מרצון, נישט ארויפגעצווינגן, עס איז א "מציאות". זעה עס נישט אנצונעמען אלס עול. טוה עס ווייל דו פארשטייסט אז אזוי איז ריכטיג.

עס איז נארישקייטן צו זאגן אז יעדע חלק פון אידישקייט איז געשמאק אויפן מינוט, ניין! עס זענען דא שווערע חלקים, זיכער, יעדע מענטש מיט זיינע נסיונות, דו קענסט נישט זאגן פאר א מענטש אז די סיבה פארוואס דו זאלסט "אידישן" איז ווייל עס איז געשמאק, ווייל ער גייט טרעפן סתירות צו דעם, זאג אים ליבערשט אז דאס איז דער מציאות, אידישקייט האט נאך גענוג געשמאקע זאכן פאר יעדן איינעם, אבער מער וויכטיג איז זיך איינצובאקן אז "דאס איז עס" און שוין.

וכו'.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:09 pm

עס זענען דא סטודיו אז סעלף קאנטראל איז א גרעסערע אינדיקעישאן פון סוקסעס ווי סעלף קאנפידענס. מיר טוען נישט אייביג א טובה מיטן מורא האבן צו לייגן צופיל אויף די קינדער
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:22 pm

מחשב האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:אידישקייט איז א עול. אם בחוקתי תלכו זאגט רש"י שתהיו עמלים בתורה. ס'שטייט נישט שיהיה לכם געשמאק בתורה.


אידישקייט איז א "מציאות", א "פאקט", צו דו ווילסט יא אדער נישט, עס "עקזיסטירט" נישט עפעס אנדערש, צו דו האסט עס ליב צו נישט. צו דו ווילסט דיך פירן לויט דער מציאות אדער חלילה עס איגנארירן, איז שוין דיין בחירה, קענסט אפמאכן זיך אריינצושטעקן דיין קאפ אין זאמד, עס גייט עס אבער נאך אלץ נישט טוישן.

אידישקייט איז א עול?! ווענדט זיך פאר וועם, אויב דו וועסט עכט כאפן, אז עס איז נישט סתם געוויסע ביעהעוואר'ס וואס דו דארפסט טוען, נאר א אמת'ע עקזיסטירנדע פאקט, וועט עס נישט זיין אזא עול, און מיט די צייט "יערב לכם".

"עסן און שלאפן" איז אויך א עול, דו מוזט עס טוען, האסט קיין ברירה, אבער פארשטייסט אז עס איז נישט קיין עול, ווייל דו זעסט נישט קיין אלטערנאטיוו, זה הוא. נישטא עפעס אנדערש.

מיר דארפן פרובירן אוועקצוגיין פון דעם אז אידישקייט איז א עול, דער באשעפער וויל אז דו זאלסט אים דינען מרצון, נישט ארויפגעצווינגן, עס איז א "מציאות". זעה עס נישט אנצונעמען אלס עול. טוה עס ווייל דו פארשטייסט אז אזוי איז ריכטיג.

עס איז נארישקייטן צו זאגן אז יעדע חלק פון אידישקייט איז געשמאק אויפן מינוט, ניין! עס זענען דא שווערע חלקים, זיכער, יעדע מענטש מיט זיינע נסיונות, דו קענסט נישט זאגן פאר א מענטש אז די סיבה פארוואס דו זאלסט "אידישן" איז ווייל עס איז געשמאק, ווייל ער גייט טרעפן סתירות צו דעם, זאג אים ליבערשט אז דאס איז דער מציאות, אידישקייט האט נאך גענוג געשמאקע זאכן פאר יעדן איינעם, אבער מער וויכטיג איז זיך איינצובאקן אז "דאס איז עס" און שוין.

וכו'.


איינבאקן אהער איינבאקן אהין, דער חברהמאן קומט יעדן טאג מיט פרישע טאקטיקן, אז אפילו אידן וואס האבן שוין יארן איינגעווארצלט אז דאס איז עס, ווערן ליידער איבערגערעדט.....

בקיצור ס'איז אן עבודה פון געבוירן אן, ביזן לעצטן מינוט.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:41 pm

פיין געשריבן גולם'ל. האסט טאקע עס גענומען אביסל עקסטרעם די אנדערע זייט, אבער סקלאר וואס דו ווילסט.
מענין לענין. געהערט אמאל פון א גוטע איד א הערה אויף די באקאנטע באמפער סטיקער Hashem Luves Us אז אמת די אייבישטער האט אונז זייער ליב, אבער עס איז נישט קיין מצוה אין די תורה, משא''כ אז אונז זאלן ליב האבן דעם אייבירשטען דאס איז שוין איינמאל א מצוה פון 'ואהבת'.
יעצט לאמיר זעהן וויזוי די קאכסט דיר אז דו זאלסט ליב האבן די אייבישטער כאטש מיט אזא התלהבות ווי די שרייסט ארויס Hashem Luves Us.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:04 pm

יישר כח פארן שרייבן אזוי אויפריכטיג.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:10 pm

פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:33 pm

א גרויסן ייש"כ פאר אלעמענס ווארעמע דברי חיזוק
ב"ה מ'זעט ס'איז נאך דא עדאלטס אין די רום וואס קענען נאך פארנעמען עפעס אין די באקס

געריבענער סוחר האט געשריבן:פיין געשריבן גולם'ל. האסט טאקע עס גענומען אביסל עקסטרעם די אנדערע זייט, אבער סקלאר וואס דו ווילסט.
מענין לענין. געהערט אמאל פון א גוטע איד א הערה אויף די באקאנטע באמפער סטיקער Hashem Luves Us אז אמת די אייבישטער האט אונז זייער ליב, אבער עס איז נישט קיין מצוה אין די תורה, משא''כ אז אונז זאלן ליב האבן דעם אייבירשטען דאס איז שוין איינמאל א מצוה פון 'ואהבת'.
יעצט לאמיר זעהן וויזוי די קאכסט דיר אז דו זאלסט ליב האבן די אייבישטער כאטש מיט אזא התלהבות ווי די שרייסט ארויס Hashem Luves Us.

א גוט ווארט...
מענין לענין האט מיין רב מיך געזאגט א שארף וארט וואס כ'ווייס נישט צו מ'מעג עס נאכזאגן... ער טענה'ט אז די גיהנם ווערט אנגעהייצט פון די 'ווארעמע' ניגונים וואס די ליידיגייער זינגען. און דאס איז פשט פון די צוא' רותחת וד"ל

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:35 pm

ראספשע האט געשריבן:פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?


יתכן..
אבער אפשר גאר פארקערט!
וויבאלד עבודת השם / רוחניות איז "אמת"!
איז ווען א מענטש איז פארנומען מיט אמת - נישט קיין שקר און פאלשע אויגעבלאזענע זאכן - פילט ער אן אמת'ע טעם און סיפוק.
אמת'קייט ברענגט אמת'ע תענוג / צופרידענקייט/ סיפוק / געשמאק.
פשוט א באלעבאטישע פועל יוצא....

יכול להיות?
לעצט פאראכטן דורך שמחה ונחת אום דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:35 pm

פרידן האט געשריבן:זייער זייער גוט געשריבן, גוט ארויסגעברענגט אין שטארקע פאנטש ליינס און ווייטאגליכע נושא

יישר כח הרב פרידן
באמת וויל איך אייך אלע זאגן אז די ארטיקעל איז צושטאנד געקומען א דאנק פרידן ווייל ער האט געוויזן מיט זיינע שארפע און דורעכגרונדליכע ארטיקלען די פאלשקייט פון די פאלשע ספריטשועליטי און מגלה געווען קלונים ברבם

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:37 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?


יתכן..
אבער אפשר גאר פארקערט!
וויבאלד עבודת השם / רוחניות איז "אמת"!
איז ווען א מענטשט איז פארנומען מיט אמת - נישט קיין שקר און פאלשע אויגעבלאזענע זאכן - פילט ער אן אמת'ע טעם און סיפוק.
אמת'קייט ברענגט אמת'ע תענוג / צופרידענקייט/ סיפוק.

יכול להיות?

שטייט דאך פארט אין די גמרא 'מצות לאו ליהנות נתנו', וכפירש"י 'לעול על צאורינו'
נו, קומט עס אזוי אן א טעם..

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:40 pm

ראספשע האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?


יתכן..
אבער אפשר גאר פארקערט!
וויבאלד עבודת השם / רוחניות איז "אמת"!
איז ווען א מענטשט איז פארנומען מיט אמת - נישט קיין שקר און פאלשע אויגעבלאזענע זאכן - פילט ער אן אמת'ע טעם און סיפוק.
אמת'קייט ברענגט אמת'ע תענוג / צופרידענקייט/ סיפוק.

יכול להיות?

שטייט דאך פארט אין די גמרא 'מצות לאו ליהנות נתנו', וכפירש"י 'לעול על צאורינו'
נו, קומט עס אזוי אן א טעם..


דאכצעך אז פשט איז, אז אונז זאלן עס נישט טון פאר די געשמאק/הנאה.. נאר צו טון רצון השם.
כ'זאג נאר אז די געשמאק איז לכאורה א פאקטישע פועל יוצא.
ואלו ואלו נכונים...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט