חסידות ווינקל: חודש אלול: א נאנטקייט צום רבש״ע!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

חסידות ווינקל: חודש אלול: א נאנטקייט צום רבש״ע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

חסידות ווינקל: חודש אלול: א נאנטקייט צום רבש״ע!


טייל מענטשן ווען זיי הערן דעם ווארט אלול מיינען זיי אז דאס איז אזא מין spooky מאמענט... און א צייט וואס מען דארף עפעס זיין טרויעדיג און וואקען מיט'ן קאפ אראפ. ספרי חסידות זענען אבער מבאר אז ס׳איז נישט אזוי און גאר פונקט פארקערט.


ס׳איז אמת און ריכטיג טאקע, אז די טעג פון חודש אלול זענען טעג פון תשובה און תיקן המעשים, און א הכנה צו דעם גרויסן יום הדין ראש השנה, אבער ס׳איז אויך באקאנט פון אונזערע צדיקים און ספרים הקדושים אז אלול איז טעג פון מלך בשדה, טעג ווי די באשעפער דרייט זיך צווישען אונז אידישע קינדער און ס׳איז טעג פון אן אהבה פון דעם באשעפער מיט זיין כלל ישראל. ווי ס׳איז באקאנט פון ספרי קודש די באקאנטע ר״ת פון אלול וואס איז ר״ת ״אני לדודי ודודי לי״ און ווי ס׳איז באקאנט פון ספרי קודש און ספרי חסידות אז דאס זענען ח״ו נישט קיין טעג פון עצבות און מרה שחורה, נאר פונקט פארקערט, טעג וואס מען זאל זיין בשמחה, אוודאי ביחד מיט'ן זיך צו גרייטן צו דעם גרויסן הייליגען טאג ר״ה הבא עלינו לטובה, אבער נישט מיט קיין עצבות, נאר מיט שמחה.


אביסל בעסער און קלארער דאס צו פארשטיין, וואס ס׳פשט פון דעם ״מלך בשדה״ און פון דעם ״אני לדודי ודודי לי״ און די טעג פון ימי הרחמים והרצון, פון דעם הייליגען חודש אלול, וועל מיר דא פשוט צו ברענגען דעם קומעדיגען אמת׳ע מעשה וואס הרה״ג רבי אברהם מרדכי מלאך שליט״א האט איבער געזאגט פאריגע וואך ביי זיין וועכענטליכע שיעור, וואס א געוויסע משפיע פון א"י האט איהם דערציילט, וואס יענער משפיע האט אליינס מיט געהאלטען די מעשה פון אנפאנג ביזן סויף.


ס׳געווען אמאל א בחור וואס האט ליידער אנגעפאנגען זיך צו גליטשען, זיך גע׳חבר׳ט מיט שלעכטע חברים און אזוי געגאנגען מטה מטה, ביז ער האט שוין אויפגעהערט צו קומען אין ישיבה און ער האט זיך ליידער ארויס געצויגען פון זיינע עלטערענס שטוב און זיך אנגעפאנגען לעבן א אייגענעם לעבן אליינס מיט זיינע שלעכטע חברים ווייט פון זיינע עלטערען און גאר ווייט אוועק פון זיין משפחה. די עלטערן זענען אוודאי געווען מורא׳דיג בצער און געזעצען שבעה אויף זייער קינד, און געבעטן און געהאפט צום אייבערשטען אז זייער זוהן זאל זיך צוריק קערן צו זיי און צו דעם אידישע וועג.


אינטערסאנט איז געווען, אז די בחור האט נישט אינגאנצען אפגעהאקט מיט זיינע עלטערען נאר פלעגט יא אמאל אמאל, פון צייט צו צייט אנרופן זיינע עלטערן, און געבליבן מיט א שטיקל קשר צו זיי, און די עלטערן האבן געהאט זיין סעל נאמבער, אבער ליידער איהם קיינמאל נישט געזעהן און נישט געוואוסט ווי ער געפינט זיך.


ביז מחמת די צער, עגמת נפש, און בענקשאפט, וואס די עלטערען האבן געהאט צו זייער קינד, איז דער טאטע אויפגעקומען מיט א אינטערסאנטע איינפאל, מיט אפאר דאלער, האט ער האט מברר געווען דורך די טעלעפאון נאמבער פון זיין זון, איז איהם געלונגען מברר צו זיין וואו זיין זון געפונט זיך, (וואס איז נישט קיין שווערע זאך געוואויר צו ווערן אין די היינטיגע וועלט מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע), האט ער אויסגעפינען אז זיין זוהן געפינט זיך ערגעץ ווי אין ירושלים ערה״ק נעבן א פארק, איז אזוי ווי ער האט דאס אויסגעפונען, האט זיך די טאטע גלייך אנגעהאנדעלט א טיקעט און זיך צוזאם געפאקט אפאר פון זיינע זאכען און זיך גלייך אויפגעהויבן און געפלויגן קיין ארץ ישראל.


אזוי ווי ער איז דארט אנגעקומען קיין א״י, איז ער גלייך צוגעפארן צו דעם פלאץ ווי זיין זוהן געפינט זיך, ביי עפעס א דירה מחוץ לעיר, דארט לעבן דעם פארק, און ער האט זיך דארט אוועק געזעצט אויף א באנק אין דעם פארק, אראפ געלייגט זיינע פעקלעך אויך דארט אויפן באנק, גענומען זיין טעלעפאון און אנגעריפן זיין זוהן, אזוי ווי זיין זוהן האט אויפגעהויבן די פאון, האט ער איהם אזוי געזאגט, הער מיך אויס קינד מיינס, איך געפון זיך דא אינדרויסן פון דיין דירה, אויף א באנק אין דעם פארק.

"ווי אזוי האסטו געוואוסט ווי איך געפון זיך?" האט די זוהן גלייך אריין געהאקט און געפרעגט?

דאס איז נישט קיין נ״מ פאר יעצט, האט איהם די טאטע גענטפערט, און הער מיך ביטע אויס ביז'ן סוף: איך האב מיך מיט גענומען פון דערהיים אלעס וואס איך דארף נאר האבן, עסן טרינקן, א קישן און דאכענע, און אפי׳ אויך מיין טלית און תפילין, און איך וויל דו זאלסט וויסן אז איך גיי נישט אוועק פון דא פון דעם באנק, ביז דו גייסט צוזאמען מיט מיר אהיים קומען קיין אמעריקא.

"טאטע גיי דיר ביטע שוין אוועק פון דא און מאך מיר נישט משוגע, איך גיי סיי ווי נישט מיט דיר מיט גיין, און ביטע שטיי מיר נישט דא אויפן קאפ", האט איהם דער זוהן גענטפערט.

אבער ניין קינד מיינס, האט איהם די טאטע ווייטער געזאגט, איך הייס דיר גארנישט און בין דיר גארנישט מצווה, און די מוזט נישט אהיים קומען מיט מיר, אבער ביטע די הייס מיר אויך נישט וואס צו טוהן, ווי איך מעג יא און ווי איך מעג נישט, זיצן און ווי צו לייגן מיינע זאכן. אבער איך זאג דיר נאכאמאל און איך וויל אז די זאלסט וויסן, אז איך בלייב ״דא״ זיצן אויפן באנק און גיי נישט אין ערגעץ, ביז דו גיי גייסט צוזאמען מיט מיר אהיים קומען.


בקיצור, ס׳איז אדורך א טאג צוויי, און דא אין דארט האט די טאטע באמערקט ווי פון די צווייטע שטאק פון דעם הויז עפענט זיך די פוהראנג פאר א מינוט צוויי און פארמאכט זיך גלייך דערנאך, און אזוי אפאר מאל דא און דארט, ווידער עפענט זיך די פוהראנג פאר א מינוט צוויי און פארמאכט זיך תיכף ומיד, און אזוי איז דער טאטע געבליבן דארט אויף דעם באנק און דעם פארק, אזוי אז די זוהן האט געזעהן אז די טאטע גייט נישט אוועק פון דארט, האט ער איהם אנגעפאנגען אנריפן און בעטן און געמיטשעט דעם טאטען, אז ער זאל זיך אוועק גיין פון דארט, אבער די טאטע האלט זיך ביי זיינס און ער זאגט איהם איבער נאכאמאל און נאכאמאל, קינד מיינס אזוי ווי איך האב דיר שוין מודיע געווען און געזאגט, גיי איך נישט אוועק פון דא, ביז און נאר אויב, די גייסט צוזאמען מיט מיר אהיים קומען.


אזוי איז אדורך נאך אפאר טעג, ווי פון צייט צו צייט זעהט ווייטער די טאטע ווי די פוהראנג עפענט זיך און פארמאכט זיך גלייך דערנאך, ביז איין נאכט די טאטע האט זיך שוין געלייגט שלאפן דארט אויף דעם באנק, און טיף אינמיטן די נאכט, צוויי-דריי א זייגער, וועקט זיך פלוצלונג די טאטע אויף און פולט א זעץ אויף זיין פלייצע, די טאטע גיבט זיך א זעץ אויף, און צו זיין גרויס שמחה זעהט, ווי זיין זוהן שטייט לעבן איהם און וויינט, און ער זאגט איהם מיט טרערן און זיינע אויגן, טאטע אקעי קום, איך בין גרייט מיט דיר אהיים צו גיין, איך לאז מיך אפ פון אלע מיינע שלעכטע חברים און איך גיי מיר צוריק קערן צו דיר, און צו די ערליכע אידישע וועג.


אזוי אויפן וועג אהיים קיין אמעריקא האט די זוהן מסביר געווען פאר זיין טאטע מיט טרערן אין די אויגן וואס דא איז געשעהן, און איהם אזוי ערקלערט: אז דאס וואס דו האסט מיר געוויזן אז נישט קיין חילוק וואס, ביסטו געווען גרייט אפי׳ צו עסן און שלאפן און בלייבן דא אויף א באנק אין דעם פארק, ווי א שלעפער, אונטער די רעגן, היצען, און קעלט, און ווארטען פאר מיר, אלעס נאר כדי אז איך זאל מיך צו דיר צוריק קערן און אהיים גיין מיט דיר, מיט אזא סארט ליבשאפט און אהבה, אזא אהבה און אמת׳ע ליבשאפט האב איך פון קיינע פון מיין שלעכטע חברים נישט געזעהן, האב איך ממילא אפגעמאכט ביי מיר, אז איך גיי ענדערש מיט דיר אהיים און ווער צוריק א ערליכע יוד.

מורי ורבותי: האט דער משפיע אין ארץ ישראל וואס האט דערציילט די מעשה, ערשטע האנטיג וואס ער האט אליינס מיט געהאלטען, אויסגעפירט: מורי ורבותי טראכט׳ס אריין! דאס גענוי איז חודש אלול!

אלול איז א צייט וואס די באשעפער קערט זיך צו אונז אידישע קינדער, קערט זיך אוועק, פון אלע זיינע משרתים מלאכים שרפים און גאנצע פמליא של מעלה, און ווי גייט ער? ער קומט אראפ צו אונז ווי א ״מלך בשדה״ זיך צו דרייען צווישען אונז אידישע קינדער, ווי להבדיל א מלך וואס קומט זיך דרייען צווישען די קעלט בלאטעס און רעגן, פארוואס? אלעס נאר, ווייל די באשעפער ווייזט אונז ארויס אזא אמת׳ע נאנטקייט, אהבה, אמת׳ע ליבשאפט, און בעהט זיך צו אונז זיינע אידישע קינדערליך, אז אונז זאל מיר זיך צוריק קערן צו איהם, תשובה טוהן און פארעכטן אונזערע מעשים, אזוי אז אונז זאל מיר קענען להבדיל צוזאמען מיט איהם אהיים גיין. דאס איז די אמת׳ע און פשוט׳ע פשט פון די ר״ת וואס די חסידישע ספרים זאגן אונז אז אלול איז א צייט פון נאנטקייט צום אייבערשטען! א צייט ווען די באשעפער איז צו אונז א דוד! אני לדודי ודודי לי.

[איך וויל איך נאר צו לייגן נאך א נקודה דא, איבער דעם וואס ס׳איז באקאנט און אלע ספרים רעדן ארום איבער דעם, זיך צו מקבל זיין קבלות אויף צו תשובה און תיקון המעשים אויף דעם נייען יאר. ועוד חזון בל״נ]
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

וועלקאם בעקי גאלדי פעדער
זאכענעס
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

זייער געשמאק און ווארעם אראפגעלייגט.

ווער קען PDF'ן?

יישר כח גאלדענע. עס קומט מיר נישט אויס צו הערן די שיעור פון הרב מלאך. עס איז שיין און קלאר ארויסגעברנגט די נקודה. עט מען עס איבערשמועסן מיט די קינדער דעם שבת קודש.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

ישר כח שיין אראפ געלייגט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

גאלדענע פעדער......זאלציגע טרערן.........
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער זייער גיט הרב גאלדענע
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

הפלאדיגע געדאנק שכח פארן ברענגן
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

we want more
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ארויף
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
ארויף
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: חסידות ווינקל: חודש אלול: א נאנטקייט צום רבש״ע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

Wow יישר כח
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
אויס גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:56 pm

Re: חסידות ווינקל: חודש אלול: א נאנטקייט צום רבש״ע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס גבאי »

שטארק מעורר!!
יישכ
האדם לא נברא אלא להתענג על ה'
🗲
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15477
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: חסידות ווינקל: חודש אלול: א נאנטקייט צום רבש״ע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח פארן אפירברענגן, זייער ווארעמע דיבורים זייער שיין אראפגעלייגט.
אוועטאר
איצעלע
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 11:30 pm

Re: חסידות ווינקל: חודש אלול: א נאנטקייט צום רבש״ע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצעלע »

יישר כח
מיין פייעס האלט זיך נישט, איינער האט אפשר אביסל פיש זאפט?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”