אינוועסטערס געזוכט: tzipytzipytzutzu.com

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

סארי פאר מיין עמעראצס, איז דא א גוי וואס האט געעפנט א שוהל?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

El Rushbo האט געשריבן:זייער גוט צולייגט, און אין רוב פעלער בכלל נישט איבערגעטריבן.

איין אספעקט האט ער פארפעלט אויסצושמועסן, אז למעשה שארן די גבאי צדקה גאלד פון די חברה, און דייקא דערפאר ווייל דאס געלט איז זיי געקומען גרינג

נישט פון די וואנאביס. זיי מאכן אזאנס חוזק פון די גבאי צדקה אז ס'פארגייט זיי די אפעטיט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
יין ישן האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, וואו האט ראביי פרידן געשריבן וועגן מענטשן וואס האבן געלט און ניצן עס נישט ריכטיג, ער האט דען געשריבן וועגן אידן וואס קויפן טייערע פליישן סתם אינמיטן וואך ווייל זיי גלייכן עס אדער סיי וועלכע אנדערע פארשווענדערישע ארטיקל וכדו' וואס איז לוקסוס? ער האט גערעדט פון אזעלכע וואס די געלט אנשטאט זיין א מעמידו על רגליו גייט זיי עס אריין אין קאפ נעבעך און טוען זאכן מחמת שגעון

עמממם...... עפעס האט ער יא גערעדט פון קארס
טאר דען נישט א איד מיט אפאר דאלער זיך ליסן א נעוויגעיטער ??? וואט'ס ראנג???
בכלליות בין איך מסכים מיט פרידן אבער אפאר דיטעילס האט ער איבערגעטריבן והשנאה (ליין: הליצנות) מקלקלת את השורה און שוין

וואס שנאה ווען שנאה. פרידן האט פיינט אדער איז מקנא איינער וואס האט [/רעדט איין אז ער האט] געלט?

הרב פרידן ארבעט טעגליך מיט די אלע חברה (פון וואו ווייסט ער אלע פרטים מיינסטו...), און האט גאנץ מעגליך מער געלט און ריעל עסטעיט פון א גרויס חלק פון די רייסערס. ביודעי ומכירי קאאמינא. יא ער האט פיינט די שקר פון דעם פארגרעבטן לעבן, דאס יא. אבער נישט קיינעם פערזענליך. און כל הכבוד ורעספעקט ל@פרידן
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

פרידן האט געשריבן:
אגב איך האב איבער געלייגט אנפאנג די ארטיקל מוגה נאכדעם וואס איינער הטאט מיר עס צוגעשיקט מגיה געווען


איינער מיט א אפדעיטעד PDF?

תודה רבה
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4702
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

פאראויס האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
אגב איך האב איבער געלייגט אנפאנג די ארטיקל מוגה נאכדעם וואס איינער הטאט מיר עס צוגעשיקט מגיה געווען

איינער מיט א אפדעיטעד PDF?

תודה רבה


ציפי ציפי צאו צאו דאט קאם.pdf
(73.24 KiB) געווארן דאונלאודעד 161 מאל
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

גלייכגילטיג האט געשריבן:באקומען פון א חבר וואס האט געזען דעם אשכול, איך האב הנאה געהאט פון זיינע געדאנקן לייג איך עס ארויף דא:

אן אריינצוגיין אין די דיסקאסיע, האב איך בעצם א שאלה. עס איז דא סטאנדארטן צו וועלכע שמחות מען גייט, וואס מען קען מן הסתם אויך דעבאטירן פון היינט ביז מארגן, אבער איך קוק ביי מיר אליינס.

צו א קאזינס קידוש גיי איך - אויב מיר זענען אביסל נאנט, אבער ווען א קאזין מאכט בר מצוה גיי איך נישט. און די זעלבע איז וויאזוי מען פירט זיך אויף צו מיר. עס זענען געווענליכע סטאנדארטן.

נאכדעם זענען דא וואס זיי זאגן קלאר: טייערע קאזין, איך האב אסאך געלט, איך גיי מאכן א אויפרייסערישע בר מצוה, און איך רוף אלע קאזינס, איך וויל דו זאלסט אויך דארט זיין! והיינו הך מיט א תנאים, וכדומה.

מען באקומט א קאל פון די עזרת נשים צו די עזרת נשים, און עס הייבט אן צו קומען לחץ פון דא און פון דארט. מען נעמט ארויס א זאל ספעשיל וועגן דיר, און דו מוזט דארט זיין. יעדער גייט.

דאס איז אן ענין וואס רירט מיך שוין אן פערזענליך.

1) ביטע, אז דו ווילסט מיר צייגן אז דו ביסט א עושר, גיי נישט ארום און ארום, שיק מיר דיין באנק סטעיטמענט אין אימעיל, מיט די לעצטע צוויי סטאבס, און איך וועל דיר צוריקשיקן וואס איך האלט, צו עס הייסט א עושר.

2) אז דו ווילסט ווייזן פאר יעדעם אז דו האסט אסאך גוטע פריינד, און איך בין דיין עבד און מיין ווייב איז דיין דינסט פאר דעם צוועק, ביטע קויף מיך נישט אפ מיט סטעיק און קעיטערערס. אהער מיט די געלט. די פרייז איז געוואנדן לויט מיין פארנומענקייט יענע נאכט. סופליי ענד דעמענד. פונקט ווי אובער.

3) ובכלל, איך בין דאך אויך פון די וואס דארפן מיינען אז דו האסט אסאך גוטע פריינד וואס קומען מיט גרעסטן חשק. זענען די אלע פריינד טאקע אזאלכע גוטע פריינד ווי איך בין?

4) כנ״ל: ווילסט מיר ווייזן וויפיל חברים דו האסט? געב מיר די אימעיל אדרעס פון אלע דיינע חברים, און איך וועל ארויסשיקן א פונקטליכע סורוועי מיט BCC אפציע, און איך וועל דיר לאזן וויסן די רעזולטאטן זענען, ווי שטארק יעדער איז גרייט צו גיין אין פייער פאר דיר, און ווי שטארק מען האלט פון דיר אלס תורה וגדולה במקום אחד.

5) און אז איך קום שוין יא, קענסטו מיר ביטע ערלעדיגן א דעזיגנירטע טיש מיט אנשים כדוגמתי? איך דארף זיצן מיט די באטשים וואס האקן ליצנות אויף אלעס און אלעמען וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין? אפשר קענסטו מיר געבן א טיש ווי מען רעדט פון קינדער, מלמדים, בתי מדרשים, ארבעט, גוגל קראום, ג׳ימעיל, און ראש השנה בעלי תפלות? איז דאס א חלק פון דעם וואס דו ווילסט מיך האלטן האסטעדזש מיך צו אריינלייגן אין א קעידזש?

6) העלאו? איך האב געמיינט אז דו פרייסט זיך אז איך קום, אז איך בין דיר ווערד 3 טעלעפאן קאלס, 8 טעקסט מעסעדזשעס, און 7 שלוחים. פארוואס פון דיין ״ברוכים תהיה״ זעט אויס ווי איך בין דיר א ווייטאג אינעם האלז?

יויש איך הרג'ע מיך פאר געלעכטער....
כ'האף דער נגיד וועט אויסצאלן מיין צובראכענע קיבאורד...
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

הודו להשם האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
אגב איך האב איבער געלייגט אנפאנג די ארטיקל מוגה נאכדעם וואס איינער הטאט מיר עס צוגעשיקט מגיה געווען

איינער מיט א אפדעיטעד PDF?

תודה רבה


ציפי ציפי צאו צאו דאט קאם.pdf

שכח זייער שיין
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

גרויסן יישר כח הרב פרידן.

זייער גוט ארויסגעברענגט וואס יענע האבן געוואלט מסביר זיין זיי האבן נאר נישט געוויסט ווי אזוי....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

Working האט געשריבן:אוי איז דעס גוט!
אבער שרייט פון ווייטאג...
סאיז דא אן עצה, נעם דיך ארבעטן.

are you serious?
צעקה בקול דממה דקה
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

נאר איך ווייס נישט ווער פרידן איז?
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איך בין עכט נייגעריג צי די אלע וואס פארפירן אז מ'טאר נישט אזוי רעדן אויף אידישע קינדער
ווען זיי גייען מיטהאלטן א שמועס ווי מ'מאכט אביסל ליצנות פון די צי פרומע.. די ציקוועטשטע... וועלן זיי זיך אויך אנרופן רעד נישט אויף אידישע קינדער???????? אדער דעמאלטס וועלן זיי האבן א גוטס ציצילייגן?????
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

דברים אלו האט געשריבן:נאר איך ווייס נישט ווער פרידן איז?

ניין רוב דא וואס זאגן זיי ווייסן מיינען נאר זיי ווייסן
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אבער איך ווייס עכט!!!











נישט
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

פרידן האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:נאר איך ווייס נישט ווער פרידן איז?

ניין רוב דא וואס זאגן זיי ווייסן מיינען נאר זיי ווייסן

לאמיר הערן ביסט טאקע א עושר ?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך טריי צו רופן די באנק מענישער צו געוואר ווערן פאר דיר ער הייבט נישט אויף איך וועל טרייען מארגען נאכאמאל :lol:
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דברים אלו האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:נאר איך ווייס נישט ווער פרידן איז?

ניין רוב דא וואס זאגן זיי ווייסן מיינען נאר זיי ווייסן

לאמיר הערן ביסט טאקע א עושר ?

און וועלכע קאר דרייווסטו? האסטו געקויפט א נייע בעקיטשע אויף יום טוב? וועלכע סייז? וואו שלאגסטו כפרות? ווי אלט ביסטו?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Goodmorning האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:נאר איך ווייס נישט ווער פרידן איז?

ניין רוב דא וואס זאגן זיי ווייסן מיינען נאר זיי ווייסן

לאמיר הערן ביסט טאקע א עושר ?

און וועלכע קאר דרייווסטו? האסטו געקויפט א נייע בעקיטשע אויף יום טוב? וועלכע סייז? וואו שלאגסטו כפרות? ווי אלט ביסטו?

די אלע שאלות און נאך פיל,וועט איר קענען זען אויפן נייעם סייט, ווען די לאנג ערווארטעטע אינוועסטערס, וועלן זיך אנרופן ווארים, דערווייל...פלאץ פאר נייגער!! יצאו עיניך.....
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

פרידן האט געשריבן:איך טריי צו רופן די באנק מענישער צו געוואר ווערן פאר דיר ער הייבט נישט אויף איך וועל טרייען מארגען נאכאמאל :lol:

איך האב א שטיקל שוואכקייט פאר עשירים
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

דברים אלו האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:איך טריי צו רופן די באנק מענישער צו געוואר ווערן פאר דיר ער הייבט נישט אויף איך וועל טרייען מארגען נאכאמאל :lol:

איך האב א שטיקל שוואכקייט פאר עשירים

הער אויס איך האף אז די וועסט נישט צוזאם פאלן פין שוואכקייט ביז מארגן ווען איך ריטש מיין באנק מענישער :grin:
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

פרידן האט געשריבן:איך טריי צו רופן די באנק מענישער צו געוואר ווערן פאר דיר ער הייבט נישט אויף איך וועל טרייען מארגען נאכאמאל :lol:

איך זעה נישט קיין missed call פראביר יעצט...
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כא כא כא האט געשריבן:איך בין עכט נייגעריג צי די אלע וואס פארפירן אז מ'טאר נישט אזוי רעדן אויף אידישע קינדער
ווען זיי גייען מיטהאלטן א שמועס ווי מ'מאכט אביסל ליצנות פון די צי פרומע.. די ציקוועטשטע... וועלן זיי זיך אויך אנרופן רעד נישט אויף אידישע קינדער???????? אדער דעמאלטס וועלן זיי האבן א גוטס ציצילייגן?????


לא'מיר זאגען, פאר ארגיומענט'ס סעיק, אז דו ביזט גערעכט. דאכצעך וועסט אבער מודה זיין אז עס האט א באזונדערע שלעכטע טעם און גערוך ווען מען הענגט אהן דאס רשעות און שנאה אויפ'ן אייבערשטער. גענוג אז מען זינדיגט, כאטש שלעפ נישט אריין די תורה אין דיין כאזעריי (ה"ה די אלע וואס נוצען די תורה אלס תירוץ אויף זייערע תאוות).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פסיכלאג
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 12, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיכלאג »

איך האב נארוואס געזען אט די אשכול און ס׳איז מיר געקומען אן עקל.

איי-וועלט איז געווען א געשמאק פלאץ צו פארברענגען, קלארע אמת׳ע דיבירים אריבער מיט א ווערטל (אדער שטעך ווערטל - אבער מיט א לימיט). און יעדעס מאל עקסטער וואס איך קום באזוכן זעה איך נאך און נאך אזעלעכע אפגעריסענע אשכולות אזש ס׳כאפט א גרויל.

בעסיידס די פוינט, דער אורח וואס האט געפענט דעם אשכול האט געמוזט גיין ביטער ליידיג זיך אזוי אריינצולייגן אין די ״בעבי׳ס״ שיך. זאל ער נישט אריינקומען ווי אן ׳עדאלט׳ בשעת ער איז די ׳פּרימי׳ דא.

ער זאל זיך זיי מוחל בארואיגן. פאר קיינעם גייט נישט אָן וויאזוי די ׳בעביס׳ לעבן. אז זיי האבן א זיסקייט אין זייער לעבן אויף דעם וועג, הארצן גערן. און אויב ביזטו דער וואס האט עס אזוי געבאדערט אז דו האסט געמוזט אפילו קויפן א דאמעין און נאך ׳אינוועסטארס געזוכט׳. קוקט אויס ווי דו האסט גאר א נאנטער חבר וואס איז בה גאר מצליח.

זאלסט מיר זיין געזונט און שטארק און דו זאלסט אויך מצליח זיין בעזה.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

העי, פרידן דעזערווט נישט אזויפיל רעספעקט ווי דיינע אנדערע קליענטן?
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך ווייס נישט וואס די אלע שווארץ קוקערס ווילן דא, מען פארגינט מיר נישט צו לעבן אביסל, א גאנצן טאג דארף איך זיצן איבערן ראשית חכמה און שער המלך?
פארגין אביסל ענטערטעינמענט פאר אידן, איר ווייסט אז איך האב מיר שוין כמעט געקויפט א טיקעט אין טיאטער דעם חוהמ , ובפרט נאכדעם וואס "דער פארמעסט" איז געקענסלט געווארן, און נאר א דאנק פרידןס ארטיקל האב איך מיך איינגעהאלטן?
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

פסיכלאג האט געשריבן:דער אורח וואס האט געפענט דעם אשכול האט געמוזט גיין ביטער ליידיג זיך אזוי אריינצולייגן אין די ״בעבי׳ס״ שיך. זאל ער נישט אריינקומען ווי אן ׳עדאלט׳ בשעת ער איז די ׳פּרימי׳ דא.


וואס מיינט א אורח? פרימי? ער איז דאך מיט צוויי יאר עלטער פון דיר!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”