ציגערעטל ציגערעטל!!!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ציגערעטל ציגערעטל!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דאס פאלגעדנע איז א שיינע ניגון וואס איז פארסאפעט געווארן נאכן לעכטס פאר א ציגערעטל נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואלט בארגן פארן בחור (משון טעם כמוס וידוע) און מיט טרערן אין די אויגן האט זיך אויסגעפארמט זיינע קרעמפען

(די טאן איז אויף עף מיינער)
(ניגון אין ערוך לך ה' אלוקינו)

זיצט א בחור אין ישיבה
אוועק פון דערהיים און א ווייטע סביבה
חן דקדושה עליו יהיבה
עוסק בהוית אביי ורבא ור'עקיבא

א בחור'ס פראבלעמען דארף נישט קיין הסבירים
צו איז דאס מיט די הנהלה צו מיט חבירים
ובפרט ווען סקומט אויף די עלטערע יארן
און ס'גייט נישט ס'טוט נישט פארן

(הויכע פאל)

הוי! ציגערעטל! ציגערעטעל די ביסטעך מיין באגלייטער
פון איין מצב צום צווייטען ביסטו מיין טרייסט
אבחור אנגעצויגן
מיט די ריקן איינגעבויגן
דעם צוגערעטל אריינגעציוגן
באנייט זיין גייסט

הוי! ציגערעטל! ציגערעטל! די ביסטעך מיין באגלייטער
פון איין מצב צום צווייטען ביסטו מיין טרייסט
אבחור אנגעצויגן
מיט די ריקן איינגעבויגן
דעם צוגערעטל אריינגעציוגן
באנייט זיין גייסט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

הערליך שיין, אבער כ'מיין אז ס'זינגט זיך בעסער אויף מעידזשאר, ווייל א מיינאר טאר נישט קויפן קיין ציגארעטלעך...
An article a day keeps the babies away
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מאשקע אינעמעסן אריין קענסטו ארויפגיין מיט אן אקטאוו אבער דע עולם וועט דיר לאזן אליינס זינגן
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א מעיזשער פיס. אויף א מיינער טאן.

זיידעניו, שכוח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שיינער ניגון'דל, דאס האט דער זיידעניו זיכער געהערט פון די אייניקלעך, ווייל אין-ערוך-לך האט נאכנישט עקזיסטירט אין זיין יוגענט לכאורה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דאס קומט פון ישיבת מתיבתא אין לאנדן, איי איז געווען צייטן.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

איי ווי שיין דאס איז געווען, כאב עס געזינגען (זינט איך פארשטיי דערצו)
אבער עס האט נישט געהעריג געשטימט, וואס ברויך איך יעצט צו טאן?
שכח אין יעדן פאל.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

זיידי מיט אזא חכמת זקנים און אזא יוגענטליכע פרישקייט? וואס נאך דארף מען?

שכח.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שכוח זיידע, א שיינע ניגון.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

פון מתיבתא איז דאס אריבערגעשפרייזט בכל תפוצות ישראל אין-אן-אויגען-בליק (כות גירי קשתא, בלע"ז)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

זיידעניאו, א גוט שטיקל, מיטן ציגרעטל אינעם האנט האב איך עס יעצט געזינגען.

מאשקע, עס איז אויסדריקלעך א מיינער..

אבי מ'לעבט, עס שטומט זייער גוט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זיידי
ישר כח איך האב זייער הנאה געהאט אין טאקע דא ביי מיר און אפיס געזינגען (הויך ווייל עס איז זינטיג) אויף אין ערוך ניגן, אלטע גיטע צייטן וואס מען האט גימאכט א ניגין אויף יעדן דבר שבעולם,

----
אויב איינער קען אפשר די ניגין

פון קל אדון,
מיר גייען זיך באדען

פון נייטרא ישיבה פון איבער 12 יאר ציריק צים גיטן זאל עס ביטע דא אראפ שרייבען אדער ברענגען די MP3 פון די זינגער וואס פלעגט עס זינגען מיט אזא טעם


או או .........
איך מיז שוין אויפהערן צי שרייבען און זיך פארזינקען און מיינע אלט גיטע מחשבות



-
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

א דעלי אין מיין געגנט פארקויפט מארלבארא ציגערעטן אן א סטעמפ,
וואסארא סחורה איז דאס? עני ריזן נישט צו קויפן?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ווענדט זיך וועלכע געשעפט, אויף נאסטרענד אין ווילי?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

איש האשכולות האט געשריבן:ווענדט זיך וועלכע געשעפט, אויף נאסטרענד אין ווילי?

גוט ציגעטראפן, איך האב געברויכט א שאכטל היינט אינמיטן ארבעט האט מיר איינער אהינגעשיקט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

צפון מ'נעמט אפיר..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מיר זענען טערקן...

וויאזוי גייט עס ווייטער ? הע הע הע
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אדער יא האט געשריבן:מיר זענען טערקן...

וויאזוי גייט עס ווייטער ? הע הע הע

איך כאפ נישט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך כאפ נישט.

ווער ס' פארשטייט די קעפל קען די ניגון, תלוי הא בהא
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”