אויב זענט איר אויף זשורי, וואס וואלט איר געשטומט? מענעפארט איז שולדיג אדער נישט?!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויב זענט איר אויף זשורי, וואס וואלט איר געשטומט? שולדיג אדער נישט?

מענעפארט איז שולדיג
29
28%
מענעפארט איז נישט שולדיג
74
72%
 
סך הכל שטימען: 103

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

אויב זענט איר אויף זשורי, וואס וואלט איר געשטומט? מענעפארט איז שולדיג אדער נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס איז דא א צד אז מען זאל קוקען אויף די פארברעך אליינס - ווי דער זשאדזש האט טאקע געזאגט - אבער עס איז דא א צד צו קוקען וויאזוי איז מען אנגעקומען צו די אינוועסטיגעישאן.

איך ווייס נישט וואס איך וואלט געשטומט פאר, לאזט הערן אייער מיינונג? וואלט איר געשטומט אז מענעפארט איז שולדיג צו נישט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שולדיג.

אויב גרעסערע פאקטארן האבן קוראפטירט דשאסטיס איז עס נישט פאר די דשורי דאס צו באשליסן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויזוי קען מען שטימען אן מיטהאלטן די קעיס לייוו ווי א דזשורער.
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

אז ער האט געטון קרימינעל זאכן טאיז ער שילדיג. צי מע האט געמעגט אים אנקלאגען וועגן ער האט געארבעט פאר טראמפ, זאל א אנדערע דזורי שוין פאסקענען
זאכענעס
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:וויזוי קען מען שטימען אן מיטהאלטן די קעיס לייוו ווי א דזשורער.
רשעות קאלטע סעלצער
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

לויט די אינפארמעישאן ווס דו ווייסט יעצט, קלינטאן האלטען א סך אירע אז זי איז א פארברעכער אן א דעם אז זי איז דורעכגעגאנגען א זשוראר בכלל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דאכצעך אז אפי' אויב האט איינער געטון א פארברעכן אבער די עווידענס איז נישט געקומען געזעצליך אדער ס'געווען אנדערע מיסברויכן דורך די פראקוראר גייט ער פריי, ניין?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ווישוואש האט געשריבן:דאכצעך אז אפי' אויב האט איינער געטון א פארברעכן אבער די עווידענס איז נישט געקומען געזעצליך אדער ס'געווען אנדערע מיסברויכן דורך די פראקוראר גייט ער פריי, ניין?

גייט נישט פריי, נאר מען קען די עווידענס נישט נוצן, דאס וואלט די דשאדש פאראויס געדארפט באשליסן, צו מען קען עס אויפברענגן, מען האלט שוין נאכדעם.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ווישוואש האט געשריבן:דאכצעך אז אפי' אויב האט איינער געטון א פארברעכן אבער די עווידענס איז נישט געקומען געזעצליך אדער ס'געווען אנדערע מיסברויכן דורך די פראקוראר גייט ער פריי, ניין?

דעיס דארף דער שופט אפמאכן, נישט די דשורי.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וויזוי קען מען שטימען אן מיטהאלטן די קעיס לייוו ווי א דזשורער.

מיט הכל הבל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זיכער איזער שולדיג, די שאלה איז אויב מען האט אים געמעגט אנקלאגן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

געשטימט נישט שולדיג.

פארוואס? ער האט דאך געזאגט ליגענט אויפן טעקס ריטורן?

דער תירוץ איז פשוט, דער אמעריקאנער זשאסטיס סיסטעם ארבעט אויף זייער אן אינטרעסאנטען וועג. מיסטער מוללער און זיין פראסיקיוטער קען מען אויך אנקלאגן אויף דעם אדער ענליכע פארברעכענס אויב זאל איינער זיי ועלן נאכקוקן מכף רגל עד קדקוד. נישט נאר זיי נאר 75% אמעריקאנער.

וואזשע דען, פארוואס זיצט נישט יעדער? ווייל דער סיסטעם ארבעט אז ווי לאנג זאכן פארן ביי איינעם מער ווייניגער נארמאל, לאזט מען עס לויפן. אויב זאכן קראכען, איינער טועט צודרייטע זאכן, גנבעט, עס ווערט זייער אבוויעס, דעם קלאגט מען אן.

סא איינצוזעצען מיסטער מענאפארט און לאזן מיסטער מוללער אויף דער פריי איז אן אומרעכט.

(גלייבסט מיר נישט אז מען קען טרעפן אויף מיסטער מוללער? עיין ערך א.ג. שפיטצער און שניידערמאן ועוד ועוד, די צדיקים וואס האבן גערודפט יעדן איינעם און מען האט זיי געטראפן די זעלבע עבירות וואס זיי האבן אנגעקלאגט אנדערע).

טיעפער אביסל איז דער אמת אז דער גאנצער סיסטעם בכלליות איז קארופטירט, טאקע וועגן דעם ווייל די פרסעקיוטערס זענען מחליט אויסשליסליך צוליב פריוואטע אינטרעסן וועם צו לייגן אונטער א מייקראסקאפ און וועם נישט אן קיין שום איבערזיכט פון קיינעם. ואין כאן המקום להאריך.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מענעפארט האט מען שוין יארן צוריק געוואוסט אז ער איז א דרייקאפ. יעדער האט געוואוסט נאך ווען טראמפ האט אים אויפגענומען אז ער האט טונקעלע פארבינדונגען. מען וואלט אים לכאורה איין טאג געכאפט.

ווילסטו זאגן אז וויבאלד ער איז געווען א חלק פון די טראמפ קאמפיין זענען זיינע עוונות אפגעווישט?
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

און בכלל זענען רוב טרייעלס נאר ווייל מען האט געכאפט. רוב פארברעכער גייען פריי לויט דיין לאגיק. און עס טאקע א פוינט, אמעריקע איז פון די ערגסטע לענדער מיט שווערע שטראפן פאר פארזעצונגען. אבער דאן וואלסטו ביי רוב דזשוריס געדארפט אזוי פסקענען.
שויתי ה' לנגדי תמיד
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

Goodmorning האט געשריבן:און בכלל זענען רוב טרייעלס נאר ווייל מען האט געכאפט. רוב פארברעכער גייען פריי לויט דיין לאגיק. און עס טאקע א פוינט, אמעריקע איז פון די ערגסטע לענדער מיט שווערע שטראפן פאר פארזעצונגען. אבער דאן וואלסטו ביי רוב דזשוריס געדארפט אזוי פסקענען.

דא האט מען עם געכאפט ווייל מוללער האט מחליט גווען אז מען מוז טרעפן אויף יעדן פרייז עפעס. דאס פארשטייט יעדער בר דעת ובכללם דער זשאזש.

שטעל א ספשול פראסעקיוטער זאל נאכקוקען אלס וואס מוללער האט געטוען מיום הוולדו, און איך גאראנטיר דיר א הערליכער קעיס.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

Goodmorning האט געשריבן:און בכלל זענען רוב טרייעלס נאר ווייל מען האט געכאפט.

געווענליך כאפט מען איינעס ווייל ער איז געגאנגען צו ווייט, אדער אן אנדערע לעגעטימע סיבה. (אזוי דארף עס צו הייסען אפיציעל, גראדע איז עס אנגעפיקעוועט מיט קארופציע, אבער גיי ווייז אויף).
נישט ווייל מען וויל עם מאכן רעדן איבער טראמפ קאלוזשען.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך פארשטיי נישט וואס דאס האט צוטון ווען דו דארפסט באשלוסן אויב ער איז למעשה באגאנגען א פארברעכן צו נישט. מען האט געטראפן זיינע פארברעכענס וויל עס איז נישט געווען צו שווער צו טרעפן ווען עס איז געווען אן אויספארשונג אויף די טראמפ קאמפיין מיט וואס ער איז געווען פארבינדען.
למשל אויב דו ביסט א פאנדרעיזער פאר האצנפלאץ און מען פארשט אויס האצנפלאץ וועט מען דיר אויך כאפן ביי דיינע פאלשע טעקס. איך זע נישט אז מען זאל אים אפפערן א פלי דיעל פארן רעדן, גראדע.

איז די סיסטעם גערעכט? אסאך מאל נישט. אבער דאס מאכט אים נישט ווייניגער פארברעכער ווי אלע אנדערע וואס זיצן פאר אזעלכע סיבות.
שויתי ה' לנגדי תמיד
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

Goodmorning האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דאס האט צוטון ווען דו דארפסט באשלוסן אויב ער איז למעשה באגאנגען א פארברעכן צו נישט. מען האט געטראפן זיינע פארברעכענס וויל עס איז נישט געווען צו שווער צו טרעפן ווען עס איז געווען אן אויספארשונג אויף די טראמפ קאמפיין מיט וואס ער איז געווען פארבינדען.
למשל אויב דו ביסט א פאנדרעיזער פאר האצנפלאץ און מען פארשט אויס האצנפלאץ וועט מען דיר אויך כאפן ביי דיינע פאלשע טעקס. איך זע נישט אז מען זאל אים אפפערן א פלי דיעל פארן רעדן, גראדע.

איז די סיסטעם גערעכט? אסאך מאל נישט. אבער דאס מאכט אים נישט ווייניגער פארברעכער ווי אלע אנדערע וואס זיצן פאר אזעלכע סיבות.

ווען מען האט אויסגעפארשט קלינטאן האט מען אויך געטראפן אזוינע זייטיגע פארברעכענס ווייל עס איז נישט געווען צו שווער צו טרעפן ,כלשונך??

האק א טשייניק א צווייטען. און נוץ דיין קעפעלע. דאס איז אן אויסגערעכענטע קארופטירטע סטראטעגיע, ממילא איז אן אומרעכט אים איינצוזעצן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:שולדיג.

אויב גרעסערע פאקטארן האבן קוראפטירט דשאסטיס איז עס נישט פאר די דשורי דאס צו באשליסן



וואלסט מיר געקענט ווייזן וועכע קאונט? וואס איז די קריים?

די ענטפער איז סימפל, דו ביסט נישט דארט, דו זעהסט נישט וואס זיי האבן געזעהן, דו באשולדיגסט אים פאר די זעלבע סיבה פארוואס איך באשולדיג אים, ווייל קאממאן סענס זאגט אזוי... א מענטש האט 20 אקאונטס, ריפארט גארניש און קויפן איין דערפון האט געוואוסט... אבער געזעצליך בינעך נישט זיכער צו זיי האבן געפראווד די קעיס, מ'דארף דארט זיין...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

חדשות האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:און בכלל זענען רוב טרייעלס נאר ווייל מען האט געכאפט. רוב פארברעכער גייען פריי לויט דיין לאגיק. און עס טאקע א פוינט, אמעריקע איז פון די ערגסטע לענדער מיט שווערע שטראפן פאר פארזעצונגען. אבער דאן וואלסטו ביי רוב דזשוריס געדארפט אזוי פסקענען.

דא האט מען עם געכאפט ווייל מוללער האט מחליט גווען אז מען מוז טרעפן אויף יעדן פרייז עפעס. דאס פארשטייט יעדער בר דעת ובכללם דער זשאזש.

שטעל א ספשול פראסעקיוטער זאל נאכקוקען אלס וואס מוללער האט געטוען מיום הוולדו, און איך גאראנטיר דיר א הערליכער קעיס.



אמת, אבער די דזשורי האט א דזשאב, זיי דארפן קוקן נאר בעיסד אויף די עווידענס... מענפארט קען אפיעלן אז די אינסטראקשענס פאר די דזשורי איז נישט געווען פעיר...

למעשה דאס עצם "יעדער ווייסט אז מענפארט איז" איז נישט גענוג, קלינטאן האט אויך יעדער געוואוסט אז זי האט עפעס געטוהן, און פאדעסטא אויך...

די דזשורי דארף דעסיידן בעיסד אויף די עווידענס פאר זיי צו דער מענטש איז הונדערט פראצענט שולדיג! ער האט זיכער געוואוסט וואס ער טוט און עס געוואלט טוהן צו דיפראודן די גאווערמענט...

און אזוי שרייבנדיג טראכט איך, אז למשל די קאנספירעסי טשארדזש, וואס די פראסיקיושן שרייט ער האט קאנספייערד מיט געיטס, און די דיפענס האט אפגעוואנדן אז געיטס אליין האט געזאגט אז ער האט נישט... די טשארדזש קענער זיין נישט גילטי פאר די טעקניקל אישו... כד' וכד'... מ'דארף דארט זיין צו קענען ענטפערן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

געשטימט אומשולדיג.

גראדע האלט איך אז ער איז יא געווען א דריי קאפ און א שווינדלער, אבער אויב ס'איז דא סיי וועלכער וועג וואס איך קען זאגן אז איך בין נישט איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט קליפ און קלאר, וועל איך דאס טוהן, נישט אזוי ווייט מאהבת מרדכי, נאר משנאת המן.

וועעעען ער איז ווען א געהעריגער רוצח וואס שטעלט אין געפאר מענטשן, איז טאקע נישט קיין חילוק פארוואס און ווי אזוי מ'האט איהם געכאפט, אדער פונקטליך סארא קארופציע ס'דא אין דיעפסטעיט, אבער היות ער איז פאר קיינעם נישט מסוכן, דאן קומט דוקא יא אריין די אלע פאקטארן ארום און ארום, פארוואס מ'וויל דעם מענטש איינזעצן אויף 150 יאר.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
ברזילי
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברזילי »

געשטימט אלס אומשולדיג. ווייל אפילו ער איז שולדיג וואס גייט מיר אהן אז ער האט אויסגעשפילט די גאווערמענט סיסטעם, ווען איך וואלט ווען געווען אין דזשורי, וואלט איך באפרייט אלע פינאנציעלע פארברעכער (ווייט קאלאר) און קארופציע אנגעקלאגטע, מאקסימום וואלט עך צוגעטיילט עפעס געלט קנסות אבער תפיסה פארוואס? קאראפציע איז דאך איבעראל פארהאן, איז ווילאנג עס ווערן נישט געשעדיגט קיין פריוואטע פערזאנען לאז אים געמאך
די זעלבע מיט טראמפ קאלוזשען לאצעם אפ!! לאצעם פירן דאס לאנד אן שטערונגען מיט נארישקייטן, אפילו ווען רוסלאנד האטצעך יא אריינגעמישט וואס גייט מיר אהן?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דו דארפסט שוין נישט זיין באזארגט צו אריינפאלן צו דינען אלץ דשוראר..
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך האב געמיינט אויב מען פרעגט אויב מען האלט אז ער איז שולדיג לויט די באווייזן ווי איר וואלט געדארפט אפמאכן אלס דזשורי. איך זע אז מען שטימט לויט וואס מען פילט אז עס קומט זיך אים צו נישט, צו קלינטאן איז אויך שולדיג, צו מען האלט פון טראמפ, צו מוללער איז א רשע, צו אידן זיצן אויך אין דזשעיל....
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

און מיר האט מען געהייסן נוצן מיין קעפעלע.... אפשר האב איך א גרויסן קאפ? אזוי זעט מען אויס ווען מען מאכט אפ פאקטן לויטן געפיל
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”