ווערטליך פון צדיקים וקדושים נבג"מ

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

ווערטליך פון צדיקים וקדושים נבג"מ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

רבותי את חטאי אני מזכיר היום...
אלץ בחור אין ישיבה, צופיל געדולט צו לערנען האבעך נישט געהאט, אין א פיין קעפל האב איך ב"ה פארמאגט, האט מיך מורי ורבי הקוה"ט מטאהש זי"ע מייעץ געווען צו נעמען ס'פעדער אין האנט און אראפשרייבן ווערטליך און תורהליך וואס כ'הער מיך צאם פון חסידישע אידן און וואס כ'טרעף שטיין געשריבען
(סתם צו וויסן אז ווער ס'האט קשיות ווער ס'האט מיך איינגערעדט איך בין א שרייבער האב איך א הסכמה דערויף פון דעם הייליגען טאהשער רבי'ן זי"ע...
על כל פנים כ'האב אלץ אראפגעשריבן אויף צעטעלעך און למעשה האב איך זיך אנגעקליבען א שיינע הויפען פון אומבאקאנטע ווערטלעך און תורה'לעך פון אסאך צדיקים און גאונים וקדושים זי"ע נבג"מ
בין איך נייגעריג צו וויסן צו דער עולם איז אינטערסירט
ביטע ריפט אייך אן
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

זיכער! אומר ועושה..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נו. לאמיר הערן! געגאנגען!
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

נאוודע
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

זיכער אז יא

נאר אויב ס'איז גענוג אסאך, אולי מאך א שיינעם קונ' דערפון
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מיר ווארטן מיט דארשט!!! הייב שוין אן!

":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מיר ווארטן מיט דארשט!!! הייב שוין אן!

":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{

מ'דארף א גאנצע טייך פאר דיר.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מיר ווארטן מיט דארשט!!! הייב שוין אן!

":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{ ":"? <:>P{

אסאך ענערשי דא ב"ה
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שוין. איין זאך האט ער שוין געשריבען, אז טאהשע רבי האט אים געקרוינט אלס שרייבער...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Bring it in.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

געגאנגן אבער שוין!!!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

צו געזונט האט געשריבן:שוין. איין זאך האט ער שוין געשריבען, אז טאהשע רבי האט אים געקרוינט אלס שרייבער...

;l;p-

דער גולם פון פראג האב איך געוויסט האט נישט געקענט רעדן. ווערן מיר געוואר אז שרייבן קען ער יא...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

אדערווייל שרייבט ער נישט...
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

מיר ווארטן מיט נייגער....
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

מען וועט עפענען א פרישע אשכול אריינצושרייבן די ייש"כ אזוי ווי עס איז דא פאר שמעלקא ז"ל
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

ב"ה די נאכפראגע איז גרויס..
בין איך ליידער טרוד על המחיה ועל הקלקלות האב איך נישט קיין צייט געהאט צו ארויפלייגן עפעס, און מ'וועלמיר יעצט פרובירן. אויב האט איר הנאה פארגעסט נישט צו באדאנקען. ס'נעמט א שפאר ביסל צייט איבערצושרייבן נאטיצן פון קרוב צו א האלב יובל צוריק....
וזאת למודעי! איך האב ליידער נישט געהאט שכל אין די יונגע יארן און נישט געשריבן כמעט קיין מקורות. ממילא ווייס איך נישט וואס קומט פון וואו, ס'איז בעיקר צאמגענומען פון ליקוטיםלעך און תורה בלעטער וכדו', צו זאכן וואס כ'האב אמאל געטראפן אין א ספר. ס'האט זיך דאכט זיך אויך אריינגעכאפט עפעס פון מיינע אייגענע חידושים אויך... הכלל אז איינער דערקענט א תורה זאל מען מיך ביטע ציצייכענען א מראה מקום לזכות הרבים.
וזה החלי.
רבותי האלטסט צו קאפ ווייל מ'גיימער אריין אין די קליינע אותיות'לעך...
והיה בענני ענן על הארץ ונראתה הקשת בענן.
א קשת קומט צושטאנד ווען ס'איז דא זון און רעגן ביינאזאם, כידוע. ווען ס'איז דא רעגן און זון האט דער בורא כל עולמים איינגעשטעלט אין די בריאה ס'זאל זיין א קשת.
יעצט האלט קאפ. שמ"ש איז בגי' במספר קטן 10. גש"ם איז בגי' במספר קטן אויך 10.
צען איז קעגן די י' ספירות וואס כידוע איז מלכות די לעצטע וואס איז מקבל אלע פריערדיגע ניין ספירות און איז מרמז אויף דינים כידוע).
קש"ת איז במספר קטן 8.
אז ס'איז דא גשם (10) און שמש (10) קומט אריין דער קשת (8).
אז מ'שטעלט צאם 10 מיט 8 בלייבט וויפיל? 18. ח"י, צוויי מאל 9. וואס איז כידוע א מספר מיוחד פון די ניין ספירות.
אז קש"ת ווערט צוגעשטעלט צו גש"ם ווערט ח"י. אז עס ווערט צוגעשטעלט צו שמ"ש ווערט אויך ח"י. פארדעם איז דער קשת ממתיק די דינים.
נאכנישט פערטיג!
וויפיל איז ענ"ן (מיט'ן כולל) בגי' במספר קטן? 18.
דאס איז פשט אין פסוק: והיה בעננני ענן ונראתה הקש"ת בענ"ן.
וואס איז מיט ווינטער ווען ס'איז נישטא קיין קשת? דעמאלט איז דא שניי - שלג. וואס איז בגי' 9. דאס זענען די 9 ספירות אן קיין דינים, ווייל שלג איז ממתיק די דינים כידוע.

(ווי געזאגט ווייס איך נישט קיין מראה מקום אבער ס'פאסט לכאורה פאר אזא איינער ווי הגה"ק ר' שמשון מאסטרפולא זי"ע הי"ד אדער פאר'ן ספה"ק ברית כהונת עולם צו א אנדערע פון די חדר).
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

גולם פון פראג האט געשריבן:ב"ה די נאכפראגע איז גרויס..

ייש"כ ביטע ברענגן נאך און אביסל טיעפער.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ייש"כ
שוין גארנישט אזא גולם

אפשר א גאון פון פראג

שרייב נאך, ס'איז זיך צום באלעקן.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

ראש השנה - יום הק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

פאראיאר האב איך געהערט דאס ווארט איך געדענק נאר נישט וויאזוי די ספר הייסט אזויפיל געדענק איך יא אז עס איז פון א ספר פון פאר'ן קריג אבער די חידוש פון די ווארט איז אז עס איז נישט פון אנדערע ספרים מיט רמזים אויף די נושאים.

די ברכות פון "ראש השנה" ביי תפילת מוסף איז דא די דריי ברכות:
מלך על כל הארץ מקדש ישרא' ויום הזיכרון = 8 ווערטער
זוכר הברית = 2 ווערטער
שומע קול תרועת עמו ישרא' ברחמים = 6 ווערטער
דאס איז די גימ'/אותיות פון'ם שם חב"ו היוצא מהפסוק "חיל בלא ויקיאנה"

די ברכה פון "יום הקדוש" ביי די תפילות איז:
מלך מוחל וסולח לעונותינו ולעונות עמו בית ישרא' ומעביר אשמותינו בכל שנה ושנה מלך על כל הארץ מקדש ישרא' ויום הכיפורים = 21 ווערטער
דאס איז גענוי די גימ' פון'ם שם בי"ט היוצא מהפסוק "בזרוע יקבץ טלאים"
והבן.
לעצט פארראכטן דורך פרינדזשעס.. אום זונטאג אוגוסט 19, 2018 10:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א שיינעם דאנק אייך! זייער שיינע ענינים! ביטע אנגיין!
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

א יישר כח פאר די דברי חיזוק. כ'האב נישט געזען פריער אזא רעאקציע, בינעך נישט געווען זיכער אויב מיינע ווערטער זענען מוצא חן, האב איך הנאה אז דערעוילם שעפט זיך אן מיט דברי תורתם של צדיקים נבג"מ.
הרב פרינזשעס האט געשריבן א הערליכע פרפרת אויף ראש השנה. להפליא. קיינמאל נישט געהערט, און א גרויסן יישר כח.
ואיידי בר"ה עסקינן, וועל מיר אראפגעבן נאך א תורה'לע אויף די חגי חודש תשרי המשמשים ובאים.
ידוע וואס דער טור זאגט אז שופר איז נוטריקון שטן ואין פגע רע, צו מרמז זיין אז דער שטן איז נישט שולט אין ר"ה צוליב די שופר.
לכאורה איז שווער וואס שטייט "שטן ואין פגע רע", וואלט געברויך שטיין "אין שטן ופגע רע". איז דא פארשידענע מהלכים דא, ס'דא ספרים וואס שטייט אז "אין שטן ופגע רע" איז ר"ת אשור, און דאס איז די בחינה ובאו האובדים מארץ אשור, וואס מ'וויין מיר אזוי אויף די פארלוירענע אידן וואס ברויכן צורקקימען פון די נעגל פון די סטרא אחרא, אז אין היינטיגן טאג זענען זיי נישט שולט.
עכ"פ איז ווייטער שווער.
נאר דער תירוץ איז מובן ע"פ וואס ס'שטייט אין מדרש אז ר"ה קאן נישט דער שטן מקטרג זיין וויבאלד ער ברויך האבן שני עדים, די זון און די לבנה, און ר"ה איז די לבנה באיסכסיא, פעלט איין עד. קומט אויס אז דער שטן איז בעצם יא דא נאר ער פארמאגט נישט דעם כח. דאס איז פשט "שטן" ואין פגע רע, ס'איז דא א שטן אבער ער קען נישט פוגע זיין ודו"ק
אז ס'קומט אבער חג הסוכות, וואס דאס האט דער בוכ"ע געהייסן זאל זיין ט"ו לחודש, ווערט דאך שוין פלוצלינג נתגלה א פולער לבנה, זעמיר דאך אויף צרות ח"ו... אויף דעם ארויף האט די תורה געהייסן שאקלען לולב, וואס דער לולב איז א "גירא בעינא דשטנא" (סוכה לח מנחות סב). ווי קומט דער שטן אריין אין בילד? נאר לויט דעם איז הערליך מובן אז ס'קומט ט"ו לחודש קריגט דער שטן פלוצלים א כח און דאס ברויך מען אפשאפן מיט די נענועים פון די לולב, מיט וועלכן מ'שטעכט כביכול אריין אין דעם שטן'ס פרצוף. פארדעם באנוצט זיך די גמרא מיט די אראמישע ווארט, "שטנא", דאס איז נוטריקון "אין שטן". ווייל אין דעם טאג ווערט דער שטן גענצליך צעטרויטן און צעשטאכן.
(ביז אהער איז דאכט זיך פון רבי'ן ר' יונתן)
לויט דעם האב אני הקטן צוגעלייגט פשט אין באקאנטן מדרש פליאה, ולקחתם לכם ביום הראשון, וכי ראשון הוא והלא טו הוא, אלא ראשון לחשבון עוונות.
קודם איז שווער די קשיא פון מדרש, ס'איז דאך פשוט אז פשט איז ביום הראשון, די ערשטע טאג פון יום טוב. און נאכדעם וואס ענטפערט ער ראשון לחשבון עוונות.
נאר לויט דעם הקדמה איז מורא'דיג פארענטפערט ממש להפליא. דער פסוק זאגט ביום הראשון, צו מרמז זיין טאקע אט דאס אז סוכות איז די בחינה פון ראש השנה, ווען מען צושמעטערט דעם שטן מיט דעם "ולקחתם לכם", און דערויף פרעגט דער מדרש, מ'האלט דאך שוין ט"ו לחודש! מ'האט דאך שוין לאנג מוחל געווען די עבירות, ווי קומט דער שטן פלוצים צוגיין, און אויף דעם איז דער תירוץ אז טאקע דער יום טו איז דער ראשון לחשבון עוונות ווייל דער לבנה ווערט נתגלה.
ואמרתי לפני מו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע וקילסוה.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

;l;p-
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

מורא'דיג שיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”