איבער ארויסגעבן די געווינער ביי היימישע ראפעל'ס

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איינער קען מיר בעסער מסביר זיין וואס מיינט א "שעירד ראפפל"? איך פאנג נישט אן צו פארשטיין.

ר' יונה דא איז שוין איינמאל דא בלוט טרינקען און לשון הרע, לאמיך דיר מסביר זיין.

אין אמעריקע לעבט מען אויף "רעכטן", מ'מעג יענעם בארעדן אויף השערות און אסאמפשאן'ס ווייל איך בין דער קאסטומער, און איך בין "גערעעכט". אין פאקט אין אונזער תורה שטייט אנדערש. בפרט ווען דא זענען דא אידן וואס זענען קלאר מעיד אז דער איד איז יא אן ערליכער איד און מ'העלפט דיר דן זיין לכף זכות.

אן ערליכער איד איז דן א איד לכף זכות, און אפשר אויב איז ער נאך אלס נישט זיכער מיט זיך איז ער חושד בהסתרה און מוז נישט קויפן דעם גורל נעקסטע מאל, אבער רעדן אויף א איד בפרט ווען ס'איז שוין דא א געהעריגע נאמען, איז לשה"ר מדאורייתא, און ס'איז נישט סתם געפרעגט.

דער איד האט געמאכט א טעות, ער האט געוואלט קאווערן א געוויסע גרויסע עקספענס ואוס ער האט געהאט, וואס כלל גדול ביי עסקנות איז אז מ'זאל זיך נישט פארחוב'ן אויפן חשבון פון עסקנות ווייל ס'איז נועל דלת, האט ער געמאכט א קאמפיין, און ער איז ווייט פון א קאמפיין מאכער, ווער ס'ווייסט ווען ס'פאלט אים ביי א געדאנק פון א שיינעם צעטל איז עס גראד ארויסגעשיקט, און ווען ס'פאלט אים ביי צו מאכן א אסיפת שדכנים איז עס אין צוויי טאג געמאכט, ער איז נישט ווי מאדערן דעי עסקן וואס פלאנירט דעם קאמפיין. סאו אים איז עפעס דא געגאנגען ראנג, און אונזס האמיר אפי' א קלארע מעשה מיט א נאמען וואס ס'איז געווען די מעשה.

פאסט ווען פאר ערליכע אידן צו זאגן, אשריך ר' עזרא פארן טון אזויפיל און סלח לנו ר' עזרא אז מיר האבן דיך חושד געווען. און אריינשיקן אפאר דאללער אלס פיוס.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

די טענות זענען געווען בעפאר מען האט געוויסט ווער ס'שטייט אונטער דעם. על פי תורה איז דא א חיוב אויף גבאי צדקה זיכער צו מאכן אז מען איז זיי נישט חושד. זעהט בבא בתרא דף ח: וויפיל די הייליגע חכמים האבן אנגעווארענט די גבאים אויף דעם. פשט איז אז אויב זעהן מענטשן זאכן וואס קוקן אויס שעדי איז מען זיי חושד. https://he.m.wikisource.org/wiki/בבא_בתרא_ח_ב

א שעירד ראפפל מיינט אז די זעלבע פופציגער איז געווארן אויסגעראפלט דורך מער ווי איין ארג.
לשדך
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשדך »

זאלץוואסער האט געשריבן:איינער קען מיר בעסער מסביר זיין וואס מיינט א "שעירד ראפפל"? איך פאנג נישט אן צו פארשטיין.

למשל די מעגא מיליאן לייגט ארויס א פרייז פון פערציג מיליאן דאללאר וואס מען קען געווינען, וויל ער דאך האבן אסאך מענטשן זאלן קויפן די טיקעט אז עס זאל אים לוינען די געשעפט. שטעלט ער זיך צאם מיט אסאך אנדערע לאטערי קאמפעניס זאלן אויך פארקויפן זיין טיקעט ווי למשל ניו יארק לאטערי און ניו דזשורסי לאטערי א.א.וו. און פארשטייט זיך אז די אלע לאטערי קאמפעניס פארדינען אויפן געשעפט. אבער א גורל אויף פערציג מיליאן איז דא נאר איינס.
יעצט, איך ווייס נישט די דיטעילס / טורמ'ס און קאנדישענס, פון דעי שעירד ראפעל. אבער עס איז בערך די זעלבע איידיע. איין מוסד וויל מאכן אן עקסייטעד גרויסע געווינס, אבער ער האט נישט גענוג קאסטעמערס פאר זיין מוסד לאזט ער אנדערע מוסדות / ארגענעזאציעס אויך פארקויפן פאר נאך קאסטעמערס אריינצוגיין אונעם זעלבען גורל.

איך מיט מיין קליינע מוח פארשטיי נישט וואס עס זאל באדערן איינעם אז נאך מוסדות זענען זיך משתתף.
לאז מיר זאגן אז צום סוף, אחרי ככלות הכל האט מען פארקויפט צוואנציג טויזענט טיקעט'ס. איז פאר איינעם א חילוק צו א חלק פון די טיקעט'ס איז פארקויפט געווארן דורך לשדך אדער א בית יעקב אין לעיקוואד? ווען ער האט געקויפט זיין טיקעט האט ער דען געוויסט א מספר וויפיל טיקעט'ס גייען פארקויפט ווערן דורך לשדך? און וואס וואלט געווען אויב אלע צוואנציג טויזענט וואלט פארקויפט געווארן דורך לשדך, וואלט ער שוין געווען צופרידן? זיינע טשענסעס צו געווינען זענען עפעס דעמאלטס געווארן גרעסער?
(נאכדערצו אז זיי האבן גאר געשריבן אז זיי פארקויפן נישט מער ווי פופציג טויזענט טיקעט'ס אלעס צוזאמען. )
עניות דעתי...
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

לשדך האט געשריבן:איך מיט מיין מוח פארשטיי נישט וואס עס זאל באדערן איינעם אז נאך מוסדות זענען זיך משתתף.
לאז מיר זאגן אז צום סוף, אחרי ככלות הכל האט מען פארקויפט צוואנציג טויזענט טיקעט'ס. איז פאר איינעם א חילוק צו א חלק פון די טיקעט'ס איז פארקויפט געווארן דורך לשדך אדער א בית יעקב אין לעיקוואד? ווען ער האט געקויפט זיין טיקעט האט ער דען געוויסט א מספר וויפיל טיקעט'ס גייען פארקויפט ווערן דורך לשדך?
ד פראב לעם זיינע איז פשטות געווען אויב מען וועט פרעגען יענעם אדער האט ער עפשער געהאלטען אז עס הייסט גניבה וכדו'
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

לשדך האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:איינער קען מיר בעסער מסביר זיין וואס מיינט א "שעירד ראפפל"? איך פאנג נישט אן צו פארשטיין.

למשל די מעגא מיליאן לייגט ארויס א פרייז פון פערציג מיליאן דאללאר וואס מען קען געווינען, וויל ער דאך האבן אסאך מענטשן זאלן קויפן די טיקעט אז עס זאל אים לוינען די געשעפט. שטעלט ער זיך צאם מיט אסאך אנדערע לאטערי קאמפעניס זאלן אויך פארקויפן זיין טיקעט ווי למשל ניו יארק לאטערי און ניו דזשורסי לאטערי א.א.וו. און פארשטייט זיך אז די אלע לאטערי קאמפעניס פארדינען אויפן געשעפט. אבער א גורל אויף פערציג מיליאן איז דא נאר איינס.
יעצט, איך ווייס נישט די דיטעילס / טורמ'ס און קאנדישענס, פון דעי שעירד ראפעל. אבער עס איז בערך די זעלבע איידיע. איין מוסד וויל מאכן אן עקסייטעד גרויסע געווינס, אבער ער האט נישט גענוג קאסטעמערס פאר זיין מוסד לאזט ער אנדערע מוסדות / ארגענעזאציעס אויך פארקויפן פאר נאך קאסטעמערס אריינצוגיין אונעם זעלבען גורל.

איך מיט מיין קליינע מוח פארשטיי נישט וואס עס זאל באדערן איינעם אז נאך מוסדות זענען זיך משתתף.
לאז מיר זאגן אז צום סוף, אחרי ככלות הכל האט מען פארקויפט צוואנציג טויזענט טיקעט'ס. איז פאר איינעם א חילוק צו א חלק פון די טיקעט'ס איז פארקויפט געווארן דורך לשדך אדער א בית יעקב אין לעיקוואד? ווען ער האט געקויפט זיין טיקעט האט ער דען געוויסט א מספר וויפיל טיקעט'ס גייען פארקויפט ווערן דורך לשדך? און וואס וואלט געווען אויב אלע צוואנציג טויזענט וואלט פארקויפט געווארן דורך לשדך, וואלט ער שוין געווען צופרידן? זיינע טשענסעס צו געווינען זענען עפעס דעמאלטס געווארן גרעסער?
(נאכדערצו אז זיי האבן גאר געשריבן אז זיי פארקויפן נישט מער ווי פופציג טויזענט טיקעט'ס אלעס צוזאמען. )
עניות דעתי...

לויט דעם קומט אויס אז איך קען קויפן 4 עקסטערע ראפלעס פין 4 עקסטערע מוסדות מיינינדיג אז איך גיי אריין גיין אין 4 עקסטערע גורלות אין למעשה גיי איך נאר אריין אין 1 גורל?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יא אבער דו האסט פיר טשענסעס
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

פיר טשענסעס פאר פופציג איז נישט די זעלבע ווי איין טשענס פאר צוויי הונדערט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

איך פארשטיי אז עס איז קיין פראבלעם א שעירד ראפעל (לכאורה דארף מען ארויסשרייבן) ווייל עס איז באמת א ראפעל. די שטורעם דא איז געווען ווייל זיי האבן ארויסגעלייגט א געווינער הרוצה בעילם שמו. אויף וואס זיי האבן זיך שוין אויסגעקלארט און מודיע געווען ווער די געווינער איז.
איך גלייב אז עס איז געווען א יושר'דיגע ראפעל וואס זיי האבן באמת ארויסגעצויגן.
ליידער איז דא פילע ראפעלס וואס מען ראפעלט קיינמאל נישט אויס. אבער ווי געשריבן דא איז עס יא געווען.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

די נושא פון שעירד ראפעלס דארף א עקסטערע אשכול
אחוץ פון די פאהר גרויסע ראפעלס וואס געהערט צו קהילות זענען גאר אסאך ראפעלס שעירד

סאיז דא איין ארג אין לעיקוואד וואס זיכט יעדער יאר בערך 5-10 ארגענעזאציעס וואס ווילן צוזאמען מאכן די 50 k ראפעל

די ארג האט געוויסע תנאים
יעדער מעג נאר פארקויפן אין זיין באשטימטע צייט וכדומה

דעת בעה״ב איז נישט דעת תורה און אויב סאיז אויסגעהאלטען עפ הלכה דאן איז עס יושר

עס טוט וויי צו זעהן אז מענטשן זענען אויסער זיך
רבותי עס איז נישט אינוועסטמענט - עס איז צדקה!
האסט געטוהן א מצווה , זיישע פרייליך און גיי ווייטער

די אלע וואס האבן דא געהויבן טענער און חושד בכשרים געווען צוליב השערות ווערן געבעטן צו נעמן מחילה ברבים און אריינשיקן א נדבה לכבוד העומד בראש שליטא
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

זאלסט נישט ברוגז זיין, אלעס פיין און וואויל, אבער גניבת דעת איז נישט קיין נפק"מ צו ס'איז פאר צדקה אדער נישט.

איך קוק אן די גאנצע זאך ווי גניבת דעת ממש, רוב מענטשן ווייסן נישט וואס א שעירד ראפפל איז, און אפי' מ'וויל געבן צדקה איז נאך אלס דער ראפפל מחוייב מסביר צו זיין וואס דאס איז.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אויב פאר צדקה האב איך וויכטיגערע צוועקן, איך האב פון מיינע ז' קרובים וואס מוטשענען זיך, איך געב זיי דורכן יאר אבער אז ס'קומט א ראפל טרייט מען... מילא בארואיג נישט מיט צדקה, ווייל רוב ראפל-קויפער האבן נענטערע און צומאל מער וויכטיגע צוועקן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

זאלץוואסער האט געשריבן:זאלסט נישט ברוגז זיין, אלעס פיין און וואויל, אבער גניבת דעת איז נישט קיין נפק"מ צו ס'איז פאר צדקה אדער נישט.

איך קוק אן די גאנצע זאך ווי גניבת דעת ממש, רוב מענטשן ווייסן נישט וואס א שעירד ראפפל איז, און אפי' מ'וויל געבן צדקה איז נאך אלס דער ראפפל מחוייב מסביר צו זיין וואס דאס איז.

לאו דוקא. ווען א א איד קויפט א ראפעל מאכט ער נישט קיין חשבונות וויפיל מענטשען ס'גייען קויפן דעם ראפעל, נו וואס א חילוק צו איין מוסד פארקויפט צו צען מוסדות פארקויפען?

אין פיללינגס ביסטו אפשר גערעכט, אבער איך גלייב אז די נייטרא (טשעסטער), נועם אלימלך און אפגערעדט די צוויי סאטמארע קופת חתנים ראפעלס פארקויפען פיל מער טיקעטס ווי לשדך צוזאמען מיט צאנז און לעיקוואד אינאיינעם.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מ'האט שוין געענטפערט אויף דעם:

אזוי וויל איך האט געשריבן:לויט דעם קומט אויס אז איך קען קויפן 4 עקסטערע ראפלעס פין 4 עקסטערע מוסדות מיינינדיג אז איך גיי אריין גיין אין 4 עקסטערע גורלות אין למעשה גיי איך נאר אריין אין 1 גורל?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

יאצמעך האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:זאלסט נישט ברוגז זיין, אלעס פיין און וואויל, אבער גניבת דעת איז נישט קיין נפק"מ צו ס'איז פאר צדקה אדער נישט.

איך קוק אן די גאנצע זאך ווי גניבת דעת ממש, רוב מענטשן ווייסן נישט וואס א שעירד ראפפל איז, און אפי' מ'וויל געבן צדקה איז נאך אלס דער ראפפל מחוייב מסביר צו זיין וואס דאס איז.

לאו דוקא. ווען א א איד קויפט א ראפעל מאכט ער נישט קיין חשבונות וויפיל מענטשען ס'גייען קויפן דעם ראפעל, נו וואס א חילוק צו איין מוסד פארקויפט צו צען מוסדות פארקויפען?

אין פיללינגס ביסטו אפשר גערעכט, אבער איך גלייב אז די נייטרא (טשעסטער), נועם אלימלך און אפגערעדט די צוויי סאטמארע קופת חתנים ראפעלס פארקויפען פיל מער טיקעטס ווי לשדך צוזאמען מיט צאנז און לעיקוואד אינאיינעם.

קיינער זעצט זיך נישט אראפ מיט פענע און פאפיר מאכן חשבונות, און די זעלבע איז ווען איינער פארקויפט אין א גראסערי אדער אנדערע געשעפט און דעקט צו פאקטן איז עס אויך נישט פונקטליך די זאך וואס דער קאסטומער וואלט נאכגערעכנט, אבער עס איז גניבת דעת און צומאל ריכטיג גניבה.

ווען דו געבסט פאר איינעם עפעס, און די נעמסט דערפאר עפעס, איז עס א מקח וואס טאר נישט פאפן נישט קיין חילוק צו ס'איז וויכטיג צו נישט. אלזא איך וויל וויסן צו דאס האט א דעת תורה היתר, ווייל איך בין נישט קיין דעת תורה, און אויב מ'מעג מעג מען. איך קען נאר נישט גלייבן אז מ'מעג.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איך האב אמאל געמיינט אז ווען איך קויף א אומבאקאנטע ראפעל, באקום איך מער טשנענסעס צו געוואונען. ווייל לכאורה וועלן זיין אסאך וויינגער קויפער. איז עס נישט קיין גניבת דעת?
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

אינטערעסאנט! איך האב קיינמאל נישט געהערט אז איין מענטש זאל געווינען מערערע ראפעלס און א קורצע צייט

סא וויאזוי גייט עס נאר איין ראפעל לייגט ארויס א געווינער?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

איך געדענק אז הר"ר הערשל מייזעלס רעים מתוקים איז געווען אמאל אנגעשלאסן און אזא ראפעל. ער האט גערעדט ביי איינע פון זיינע לעקציעס וועגן דעים און געזאגט אז עס איז געהעריג אויסגעהאלטן. איך געדענק נישט קיין פרטים, אדרבא אויב איינער קען אפירזוכן די שמועס וואלט עס געווען לתועלת הציבור.

עס קען זיין מערערע סיבות פארוואס א מענטש זאל נישט וועלן קויפן א שעירד ראפעל, ספעציעל אויב די ראפעל קאסט א שטיקל מטבע.

איך קלער אז לכה"פ זאל שטיין קלאר מיט וועם די ראפעל איז שעירד.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

הערשקא האט געשריבן:אינטערעסאנט! איך האב קיינמאל נישט געהערט אז איין מענטש זאל געווינען מערערע ראפעלס און א קורצע צייט

סא וויאזוי גייט עס נאר איין ראפעל לייגט ארויס א געווינער?

אויך געהאט די זעלבע קשיא. קוקט אויס איך פארשטיי נאך נישט אלעס
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

בדרך כלל ווי איך פארשטיי, גייט יעדע ראפעל אין א אנדערע געגנט, כאטש למשל קול מבשר איז איבעראל, אבער די עיקר קאמפיין איז צוטיילט צווישן די פארטנער'ס, אזוי האט מיר געזאגט איינער וואס האט געמאכט אזא שעירד ראפעל.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

הערשל מייזליש זאגט אז ס'איז א שעירד ראפפל איז שוין אנדערש. איך הער דאס דא די ערשטע מאל, און אזא זאך וואלט געדארפט קלאר ארויסגעשריבן ווערן. עס איז געהעריג גניבת דעת אויב מ'לאזט נישט וויסן
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

viewtopic.php?p=1737327#p1737327
שטייט קלאר אז עס איז א שעירד רעפעל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1737327#p1737327
שטייט קלאר אז עס איז א שעירד רעפעל

ס'שטייט טאקע, אבער נישט אזוי קלאר, ס'איז די סאמע קלענסטע ווערטער אויפן צעטל! אויפן קול מבשר עד האט מען עס זיכער נישט געזאגט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ווייסט איינער אויב די 50,000 דאללער ראפפעל פון קרן חתנים איז א שעירד ראפפעל?

פופציג אלפים איז אסאאאאך געלט.

קען אזא ארג. זיך ערלויבן פופציג טויזענט דאללער און נאך בלייבן מיט עפעס ריוח?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'מיין אז אויף די פופציג אלפים איז דא א ספאנסאר.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14686
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ניין עס איז נישט
2500 דארפן געבן $20 אנציקומען צו $50,000, זיי האבן אסאך מער דאס איז אויסער די דאללערס וואס מען באקומט אין די בתי מדרשים
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”