צום יונגערמאן וואס שיקט מיר פּרא-טראמפ סחורה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

צום יונגערמאן וואס שיקט מיר פּרא-טראמפ סחורה

תגובהדורך עס עפעס » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:50 am

(ערשינען אריגינעל אויף "אידישער ווינקל".)

איך האב גראדע זיך שטארק געוואלט צוריקהאלטן פון בכלל ארויסקומען אין פובליק דערמיט. פארוואס עפעס זאל איך געבן "אטענשאן" פאר יענעם? אבער למעשה האב איך באשלאסן דאס יא צו דערציילן, און אויב יענער וועט שטילערהייט טאנצן פאר שמחה אז איך קימער זיך מיט אים, זאל זיין אזוי.

פון וואס רעד איך דא?

פארלאפענעם מערץ 27 2018 למספרם, האב איך אנגעהויבן באקומען צו מיר אהיים אויף די פּאסט פרא-טראמפ פראפעגאנדע. די בריוון ווערן נישט געשיקט ווי אלגעמיינע פאליטישע בראשורן וואס פארטייען און פאליטישע גרופעס שיקן צומאל, נאר עס ווערט געשיקט פערזענליך צו מיר, דורך א ספעציפישן אינדיווידועל.

די ענוועלאפס זענען אדרעסירט מיט א פעדער, אויפגעשריבן מיין נאמען און אדרעס, און יענער שרייבט נישט א "ריטוירן אדרעס", וועלנדיג זיך האלטן אנאנים. אין די ענוועלאפס ליגן געווענליך קאפיעס פון צייטונגען, אויסשניטן פון ארטיקלען, בראשורן אויף וואס יענער האט געלייגט א האנט. אלעס פרא-טראמפ און אנטי-דעמאקראטן.

נו, יענער האט א רעכט צו שיקן, נישט אזוי? פארוואס גייט עס מיר אן? זאל זיך יענער מחי' זיין אויב האט ער טאקע איבריג צייט! אין אנהייב האב איך אויך אזוי געטראכט, אבער איך האב געמיינט אז מיט דער צייט וועט יענער מיד ווערן, ווייל ער וועט זעהן אז זיין ארבעט איז פרוכטלאז. למעשה געבט ער נישט אויף.

רוב בריוון האב איך אוועקגעווארפן בטעות, אבער געציילטע האב איך געהאלטן ביי מיר, און מיט עטליכע טעג צוריק האט יענער עס גענומען צו א פרישן שטאפל. אנשטאט מיר שיקן א דינעם ענוועלאפ מיט עפעס א דאקומענט, האט ער מיר גאר געשיקט א קאסטבארן ענוועלאפ מיט א בוך דערין.

יענער איז געגאנגען באצאלן 10 צי 15 דאלער פאר'ן בוך, און דערנאך 5 דאלער פאר די שיפּינג, און מיר געשיקט א פרא-טראמפ בוך! זעהט זיך אויס אז ביים שיקן אזא וואגיגן ענוועלאפ האט ער שוין געמוזט שרייבן א "ריטוירן אדרעס", און וועלנדיג זיך האלטן אנאנים, האט ער מיט ליצנות געשריבן א וויליאמסבורגער פאלשער אדרעס. (שפעטער דערגאנגען אז דער אדרעס באלאנגט צום קיוויאשדער רבי'ן...)

(איך וועל בכלל נישט אריינגיין אז דער בוך וואס יענער האט געשיקט, איז געשריבן דורך ענן קאלטער, א טרויעריג-בארימטע אנטיסעמיטקע.)

איי געס איך דארף עס אפשר נעמען אלס א קאמפלימענט, אז יענער קימערט זיך גענוג שטארק מיט מיינע אנטי-טראמפ מיינונגען, אז ער ארבעט אזוי שווער מיר צו איבערצייגן אז איך בין נישט גערעכט...

אבער עס טוט מיר יא באאומרואיגן. ווען ער האט געשיקט סתם ענוועלאפס וואס האט אים געקאסט 40 צענט, נו שוין. אבער ער הייבט אן מיט ביכער און טייערערע ענוועלאפס און פעקלעך. איך שפיר מער און מער אן אנגעצויגנקייט איבער דעם, און דעריבער האב איך באשלאסן אז איך וועל ארויסקומען אין פובליק דערמיט.

איך בין א שרייבער אין עטליכע צייטונגען און אויסגאבעס. יעדער ווייסט מיין נאמען און יעדער ווייסט מיינע מיינונגען אויף פילע אישוס. אויב האט עמיצער עפעס מיר צו זאגן, קען מען צוקומען צו מיר אדער מיך טעלעפאנירן. צו שיקן בריוון אנאנים און יענעם גיין אויף די נערוון, איז נישט נאר זינלאז און נישט נאר וואס ס'ווייזט אז יענער האט איבריג צייט, נאר ס'איז אויך נישט יושר, און ס'איז א פארמאט פון רודפ'ן א צווייטן במחתרת.

אלזא, דער ציהל פון מיין בריוו דא, איז צו לאזן וויסן פאר יענעם, אויב האסטו א פראבלעם מיט וואס איך האלט און מיט וואס איך שרייב, ביזטו וועלקאם צו רעדן צו מיר פנים אל פנים. זיי נישט קיין שוואכלינג און באהאלט זיך נישט אונטער אנאנימע ענוועלאפס.

איך האב ב"ה נישט אזויפיל ליידיג צייט, זיך אפצוגעבן צו פרובירן דערגיין ווער דו ביזט, אבער כ'האב יא גענומען די פּאר מינוט אפצושרייבן דעם בריוו, דיר צו בעטן אז זאלסט אויפהערן. איך בין דאנקבאר פון פאראויס אויב דו וועסט צוהערן מיין ביטע; אויב וועסטו יא ווייטער שיקן, ביזטו אויך וועלקאם...

מיט דאנק,
יעקב זאב כ"ץ

(איך לייג דא צו בילדער פון די בריוון)
צוגעלייגטע
JULY 10 2018.jpg
JULY 10 2018.jpg (206.63 KiB) געזעהן 1958 מאל
MARCH 27 2018.jpg
MARCH 27 2018.jpg (288.97 KiB) געזעהן 1958 מאל
APRIL 11 2018.jpg
APRIL 11 2018.jpg (287.17 KiB) געזעהן 1958 מאל
לעצט פאראכטן דורך עס עפעס אום פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:50 am

בילדער פונעם בוך און דער ענוועלאפ פונעם בוך מיט'ן פאלשן אדרעס
צוגעלייגטע
AUGUST 3 2018.jpg
AUGUST 3 2018.jpg (274.22 KiB) געזעהן 1954 מאל
AUGUST 3 2018 2.jpg
AUGUST 3 2018 2.jpg (174.78 KiB) געזעהן 1954 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:52 am

נעבאך.... מיסיאנערן פאר טראמפ....
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:54 am

האב איך געמיינט אז נאר אין די אלגעמיינע מידיע טראלט מען שרייבערס. זע איך אז אזוי ווי עס גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:57 am

נעבעך יענע אינגערמאן וואס האט נישט וואס צו טון מיט זיין צייט און געלט. עס זעט מיר ענדערשט אויס אז ער שיקט דעי זאכענעס פאר נקמה וואס ר' יענקי שרייבט אזוי גיט די אלע זאכענעס פון די נייעסן, און ער וויל פלעין משוגע מאכן. הרב דרעזנער אדער מאמענט איז מכובד מיט א אינטערוויו - וכל הקודם זכה.
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:22 am

אומגלויבליך.
די בוך איז אויך פאסטמארקד וועסטשעסטער?
וויפיל היימישע אידן איז בכלל דא אין גאנץ וועסטשעסטער? וויפיל פרא-טראמפ אידן וואוינען דארטן? דארף נישט זיין צו שווער צו טרעקן (אויסער טאמער יענער פארט אראפ מיט יעדן בריוול קיין וועסטשעסטער כדי לערבב השטן, דאן ברויך ער א גרויסע רפואה, אפשר אלעקס-דזשאונס וויטאמינען קען נאך עפעס העלפן דא)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:36 am

נע, איך מיין אויף זייער אסאך בריווען געשיקט פון קרית יואל זענען געסטעמפט אין וועסטשעסטער.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:54 am

לכאורה האט געשריבן:אומגלויבליך.
די בוך איז אויך פאסטמארקד וועסטשעסטער?
וויפיל היימישע אידן איז בכלל דא אין גאנץ וועסטשעסטער? וויפיל פרא-טראמפ אידן וואוינען דארטן? דארף נישט זיין צו שווער צו טרעקן (אויסער טאמער יענער פארט אראפ מיט יעדן בריוול קיין וועסטשעסטער כדי לערבב השטן, דאן ברויך ער א גרויסע רפואה, אפשר אלעקס-דזשאונס וויטאמינען קען נאך עפעס העלפן דא)

אין וועסטשעסטער איז דא א פראסעסינג סענטער פון די פאסטעל סערוויס, און אסאך מעיל גייען דורך דארט.
דאכט זיך אז גאנץ קרית יואל גייט דורך דארט.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:09 pm

נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.

זאגט נאר, אז איר זענט שוין ארויסגעקומען אין פאבליק, איר שרייבט אפשר פאר דער איד אויך?
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:56 pm

מטעמים האט געשריבן:נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.

זאגט נאר, אז איר זענט שוין ארויסגעקומען אין פאבליק, איר שרייבט אפשר פאר דער איד אויך?

אפשר י. קאהן? (כ''ץ / כהן/ קאהן)

י. קאהן האט זייער א גוטע פעדער, אבער איז עקסטרעם אנטי טראמפ, צומאל שרייבט ער הוילע טעאריעס און זאגאר קאנספעראציעס...

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:06 pm

טראנספארט האט געשריבן:נע, איך מיין אויף זייער אסאך בריווען געשיקט פון קרית יואל זענען געסטעמפט אין וועסטשעסטער.

לויט די טרעקינג קומט עס פון מאנסי

https://tools.usps.com/go/TrackConfirmA ... 8213000010

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:00 pm

מטעמים האט געשריבן:נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:11 pm

דממה דקה האט געשריבן:לויט די טרעקינג קומט עס פון מאנסי

https://tools.usps.com/go/TrackConfirmA ... 8213000010

שטייט קלאר אויפן סטיקער אז עס קומט פון 10952
וואו איז דָוִי?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:14 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.

זאגט נאר, אז איר זענט שוין ארויסגעקומען אין פאבליק, איר שרייבט אפשר פאר דער איד אויך?

אפשר י. קאהן? (כ''ץ / כהן/ קאהן)

י. קאהן האט זייער א גוטע פעדער, אבער איז עקסטרעם אנטי טראמפ, צומאל שרייבט ער הוילע טעאריעס און זאגאר קאנספעראציעס...

י. קאהן איז יונה כהן פון קול מבשר און אייוועלט. ער איז ר' יוסף יונה הכהן ראפאפורט.

ר' יעקב כ''ץ פון קרית יואל שרייבט די נייעסליך אין דער איד, און פאר נאך אסאך נייעס אפאראטן.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:16 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.

זאגט נאר, אז איר זענט שוין ארויסגעקומען אין פאבליק, איר שרייבט אפשר פאר דער איד אויך?

אפשר י. קאהן? (כ''ץ / כהן/ קאהן)

י. קאהן האט זייער א גוטע פעדער, אבער איז עקסטרעם אנטי טראמפ, צומאל שרייבט ער הוילע טעאריעס און זאגאר קאנספעראציעס...

זעט ווי אן אנטי טראמפ איז אזוי אויפריכטיג און קויפט נישט אלעס וואס איז אנטי טראמפ, ווי רוב פרא-טראמפ גלייבן אלעס קעגן קלינטאן, עף בי איי וכדומה ווער עס איז דאן אויף די שווארצע ליסטע ;l;p-
שויתי ה' לנגדי תמיד

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:11 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:לויט די טרעקינג קומט עס פון מאנסי

https://tools.usps.com/go/TrackConfirmA ... 8213000010

שטייט קלאר אויפן סטיקער אז עס קומט פון 10952

און SSK מיינט self service kiosk

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:49 pm

עס עפעס האט געשריבן:
(איך וועל בכלל נישט אריינגיין אז דער בוך וואס יענער האט געשיקט, איז געשריבן דורך ענן קאלטער, א טרויעריג-בארימטע אנטיסעמיטקע.)



קיינמאל געוויסט.. נאך איינער ווייסט אזוי?

אלמוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 11:12 pm

Wow
כ׳וואלט קיינמאל נישט געחלומט אז דער קיוויאשדוד רבי איז פארנומען מיט דיע מיני זאכן.... :wink:

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 11:52 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.

נעבעך!
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:44 am

אלמוני האט געשריבן:Wow
כ׳וואלט קיינמאל נישט געחלומט אז דער קיוויאשדוד רבי איז פארנומען מיט דיע מיני זאכן.... :wink:
;l;p-
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:38 am

הלואי ווען זיי מאכען ווען חוזק פון טראמפ איך וואלט ווען מיט געלאכט, אדערווייל מאכען זיי נאר חוזק פון זיך אליין.

איינער וואס האלט מיט נייעס פון דער נאנט זעהט אז זיי נעמען נישט די מיה צו פארשטיין די נייעס און עס כאטש איבער געבן דברים כהווייתן.

קריטיקירען א אנדערע ניק פארען זיין אין פאליטיק אין די פאליטיק אשכולות איז מן הסתם קעגן די תקנות המקום.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:41 am

מיין ציהל איז בכלל נישט אריינצוגיין אין א דיסקוסיע.

איך שפיר זיך נישט געטראפן ווען עמיצער שיקט מיר זאכן.

גענוג יונגעלייט קומען צו צו מיר, אין ביהמ"ד, אין גראסערי, אויפן גאס, אויפן טעלעפאן, אין טשעטס וכו', און מ'שמועסט זיך אויס און מ'טענה'ט זיך אויס אין פאליטיק.

יענער וויל, קען ער טאן דאס זעלביגע, און קומען רעדן צו מיר.

שיקן אנאנים, און ממש צייגן אן אבסעשאן מיט מיר, איז קראנק.

(איך וועל מער נישט קאמענטירן דא.)
לעצט פאראכטן דורך עס עפעס אום זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:07 am

אבער צאלן $20 צו יענעם טרייען קאנווינסן איז מער ווי אביסל פאני...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:10 am

עס איז ווייניגער פאני וואו ספענדן $20 צו באשטייערן פאר א קאנדידאט קאמפיין
די צוואנציגיר קען סך מער אויפטוהן
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:13 am

בעמבא האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
בעמבא האט געשריבן:
איך מיין אז ס׳וואלט געווען ראטזאם פאר די הנהלה איבערצוקוקן די רוזלטאטען פון די געוועזנע אלעקשינס אין די דיסטריקס ווי זייער צייטונג קומט אן און זיך איבערטראכטן צו דאס איז טאקע וואס זייערע ליינער זוכן.

ס'הייסט זיי זאלן שרייבן דאס וואס די ליינערס ווילן, נישט קיין חילוק די פאקטן.
אקעי, אפשר טאקע איז דאס די ריכטיגע ביזנעס ציגאנג פאר א קליידער אדער עסן געשעפט, אבער איך בין מסופק צי ס'איז גוט -ביזנעס גערעדט- פאר א צייטונג


וואלט ווען טריקענע פאקטן כמו שהוא געווען זייער הויפט פרייארעטי וואלט דאס אינגאנצען אנדערש אויסגעקוקט.


וואס קאן מען טוהן אז זיי קאפי פעיסן די נייעס פון די פעיק נוז???
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אוצר, ממה נפשך און 23 געסט