מרן הרב עובדיה יוסף זצוק"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ווען הרב אלישיב ז"ל האט געשטיצט מעצגער פאר רב הראשי האט עס אים שטארק געאהרט און זיך אויסגעדריקט אז עס וועט ארויסקומען א ריזיגע חילול השם און אים שטארק אינטער געריסען פריוואט. יאהרן שפעטער כידוע איז טאקע ארויס געקומען גאר שלעכטע רינונים אויף אים ודי.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ווען מעשיות וועלן ארויפקומען אין מיין מוח וועל איך שרייבען נאך.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ווען ער האט געהאט א גאר שווערע אפעראציע בערך צען יאר פאר זיין פטירה איז ער אנטלאפען אהיים פאר א פאר שעה פון שפיטאל און עס איז געווען א מצב פון פיקוח נפש. ער האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט געהאלטען אין מיטען פון א שווערע היתר עגונה און האט מורא געהאט אז ער וועט נישט איבערלעבן די אפעראציע און קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט איר. ער האט געענדיגט די תשובה און דערנאך האט ער זיך געלאזט אפערירען.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ער איז איינמאל געגאנגען אינטערען מעסער און נישט געלאזט מען זאל אים איינשלעפען. ער האט זיך אריינגעלייגט אין א סוגיא און גארנישט געשפירט. שפעטער האט ער געפרעגט צו זיי האבען שוין געענדיגט.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

זיין יראת חטא איז געווען להפליא. ער האט איינמאל בטעות געמאכט די ברכה אויף די ר"ת תפלין און ער האט געוויינט די גאנצע טאג און נישט געקענט קומען צו זיך מחמת צער אז ער האט געמאכט א ברכה לבטלה.
מפי משמשו
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ער איז איינמאל געגאנגען צו א געוויסע מעמד אין א סטעדיום און מען האט אים שטארק באזינגען ווען ער איז אריינגעקומען. מען האט אים געהערט מורמלען שטילערהייט אל תביאני רגל גאוה.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

By the way, די בעסטע ביכל אויף רבינו הקדוש איז by far "רבנו" געשריבען דורך זיין "חברותא" שטרית. עס איז זיינע diaries וואס ער האט געשריבען אסאך בחייו פאר צענדליגע יארן, אסאך מעשיות, עובדות, און מימרות as they were happening.
לעצט פארראכטן דורך משהלע אום זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

עס איז איינמאל פארלוירען געגאנגען אפאר בלעטער פון יביע אומר פארען דרוקען. האט ער עס איבערגעשריבען אינגאנצען את החסר. מען האט שפעטער געטראפען די בלעטער און געזעהן אז עס איז די זעלבע מילה במילה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שכוח משה'לע!!! שרייב נאך. זייער אינטערעסאנטע מעשיות.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

אן אייניקעל פון בעל שבט הקהתי האט מיר אמאל פארציילט אז זיין זיידע האט אים געזאגט אז הרב עובדיה קען שבט הקהתי בעסער פון אים.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ער פלעגט כידוע לערנען יעדע נייע ספר פון דעקל ביז דעקל.

ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז די טעם פארוואס ער ברענגט אסאך ספרי זמננו אין זיינע תשובות איז ווייל אן אויבער חכם זאל נישט שפעטער קומען זאגען אז טאמער ער וואלט געזעהן ספר פלוני וואלט ער געפסקנט אנדערש. אזוי האט ער געוויזען אז ער האט אלעס געוואוסט און נאכאלס געפסקנט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זיין דרך הפסק איז געווען היבש מאדנע, ווען ער האט געהאט א ספק ביי א מחלוקת הפוסקים איזי ער געגאנגען נאך רוב, אלטע פוסקים ווי נייע ליקוטים גלייך, 10 פסקנ'ען מותר, 8 אז אסור איז מותר. אפילו פון די 10 ווערן געברענגט דעם זעלבן היתר...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובה דורך אלמוני »

משהלע האט געשריבן:אן אייניקעל פון בעל שבט הקהתי האט מיר אמאל פארציילט אז זיין זיידע האט אים געזאגט אז הרב עובדיה קען שבט הקהתי בעסער פון אים.

ס׳דא א מעשה אז ער האט זיך אמאל געשפארט מיט רב וואזנער אויף אן ענין און ווען רב וואזנער האט עפעס געטענט האט רבי עובדיה געזאגט כבוד הרב דו שרייבסט דאך אליין אין שבט הלוי חלק פלוני סימן פלוני פארקערט...
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

דריידל האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:פיפטע יארצייט היינט. זיעועכי"א.

איך האב אזויפיל סיפורים אויף דעם צדיק וקדוש ורשכבה"ג. איך דארף מיך מצמצם זיין. איך פלעג גיין צו זיינע שיעורים.

שרייב כאטשיג עפעס אז נישט וועט מען מיינען ביסט סתם א טראל


איך האף אז מען מיינט שוין נישט...
איך בין געווען דבוק אין אים בחיים חיותו און פארפאס נישט גיין צו זיין ציון יעדע ערב ראש השנה.

איך האב מיך אויסגעבעטן דארט אויף א געוויסע ענין ערב ראש השנה פיהר יאר צוריק און די ישועה טלפון רוף איז געקומען בין כסא לעשור. איך שפיר נאך די ישועה עד היום הזה.

ווען מיין קאפ דערמאנט זיך אין מעשיות קען עס אסאך מאל פליסען אן אויפהער.

עס איז נישט געווען קיין שום איד בדורות האחרונים וואס האט אזויפיל אויפגעטוהן פאר אידישקייט עס זאל נישט אינטערגיין ביי הונדערטע טויזענטע אידען. יהדות ספרד איז געווען בשיא השפלות ווען ער האט אנגעהויבען זיינע פעולות. די מצב הדת איז געווען אז עס וואלט נישט געבליבען מער ווי א מנין ערליכע ספרדים. איין ספרדישע ישיבה איז געווען. די אייבערשטער האט געזעהן דעם ביטערע מצב ושתלו בדור. ער האט מחזיר בתשובה געווען ממש רבבות אלפי ישראל און אויפגעשטעלט דורך אים אדער זיינע תלמידים הונדערטער און טויזענטער חדרים, שולעס, אין ישיבות קדושות. בלי שום גוזמא בכלל בכלל. ער איז געווען עמוד צלותהון דישראל.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:זיין דרך הפסק איז געווען היבש מאדנע, ווען ער האט געהאט א ספק ביי א מחלוקת הפוסקים איזי ער געגאנגען נאך רוב, אלטע פוסקים ווי נייע ליקוטים גלייך, 10 פסקנ'ען מותר, 8 אז אסור איז מותר. אפילו פון די 10 ווערן געברענגט דעם זעלבן היתר...


דאס איז סתם ארויסגעזויגען פון פינגער דורך זיינע קעגנער. בכלל נישט געווען זיין דרך אפילו ער האט יעדעם געברענגט.

וואס יא, ער האט געהאט גאר א שטארקע שיטה אז הלכה כבית יוסף אין ארץ ישראל באתריה דמר און זיך נישט גערירט פון דעם. ער האט זיך אסאך געקריגט בהלכה מיטען בן איש חי וועגען דעם און כידוע סובל געווען אסאך רדיפות פון די בבלים בתחילת דרכו. איינע פון די גדולי ישראל האבען זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז געווען די נשמה פון בית יוסף וואס איז נאכאמאל אראפ געקומען אויף דעם עולם.

זכה אז זיינע פסקים זענען נתקבל געווארען ביי אלע שיכטען און קרייזען פון די ספרדים וכולם ענו אחריו מקודש מקודש והלכה כמותו בכל מקום ביי די ספרדים.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ר' שאול קליין אויף חצי שיעור האט שוין עטליכע מאל דערציילט ווי אזוי ווין ר' עובדיה איז אריינגערומען צו זיין שווער די דעבריצינער רב, האט ער אויף'ן פלאץ אויסגערעכענט -מיט פונקטליכע מראה מקומות- צען מאל וואס ער ברענגט אראפ אין יביע אומר די תשובות באר משה.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

אלמוני האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:אן אייניקעל פון בעל שבט הקהתי האט מיר אמאל פארציילט אז זיין זיידע האט אים געזאגט אז הרב עובדיה קען שבט הקהתי בעסער פון אים.

ס׳דא א מעשה אז ער האט זיך אמאל געשפארט מיט רב וואזנער אויף אן ענין און ווען רב וואזנער האט עפעס געטענט האט רבי עובדיה געזאגט כבוד הרב דו שרייבסט דאך אליין אין שבט הלוי חלק פלוני סימן פלוני פארקערט...


ער איז געווען שטארק בידידות מיט אים פון דערווייטענס. הרב וואזנער האט אים געשיקט אסאך הארבע שאלות.
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובה דורך אלמוני »

די מעשה גייט אז ווען דער דאקטאר האט עם געזאגט אז ער וועט קיינמאל מער נישט קענען זעהן איז ער געגאנגן זיך אויסוויינען ביים ציון פון בית יוסף און געזאגט אז ער דארף עם העלפן היות ער איז מחזיר עטרה ליושנה און אזוי איז טאקע געווען
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובה דורך אלמוני »

שטאלצער יוד האט געשריבן:ר' שאול קליין אויף חצי שיעור האט שוין עטליכע מאל דערציילט ווי אזוי ווין ר' עובדיה איז אריינגערומען צו זיין שווער די דעבריצינער רב, האט ער אויף'ן פלאץ אויסגערעכענט -מיט פונקטליכע מראה מקומות- צען מאל וואס ער ברענגט אראפ אין יביע אומר די תשובות באר משה.

רבי עובדיה איז געווען באזוכן ביים דעברעצינער רב?
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ער האט געפסקנט הונדערטער פון די שווערסטע היתרי עגונות וואס עס איז נאר אמאל געווען. ער איז אויך געווען א שטארקע מחדש אין דעם הינזיכט. זכה אז עס איז אפילו איינמאל נישט געווען קיין בא הרוג ברגליו וכבר היה לעולמים אצל גאוני הדורות.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אלמוני האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:ר' שאול קליין אויף חצי שיעור האט שוין עטליכע מאל דערציילט ווי אזוי ווין ר' עובדיה איז אריינגערומען צו זיין שווער די דעבריצינער רב, האט ער אויף'ן פלאץ אויסגערעכענט -מיט פונקטליכע מראה מקומות- צען מאל וואס ער ברענגט אראפ אין יביע אומר די תשובות באר משה.

רבי עובדיה איז געווען באזוכן ביים דעברעצינער רב?

יא (אויף 49 סטריט). אזוי פארציילט ר' שאול אויף חצי שיעור אנהייב אלול.
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובה דורך אלמוני »

טרעסאנט
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובה דורך אלמוני »

דאס אז ער האט געקענט זיינע אייגענע ספרים בע״פ איז נישט אזא חידוש ווי קענען יענעמס ספר ספר בעסער ווי דער מחבר אליין...
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

נו שוין האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:ער איז געווען א הייסע ציוני

סהאט געהייסן אז אט אט גייט ער אריין אין עדה החרדית נאר סאיז געווען געוויסע קנאים וואס האבן זיך אקעגן געשטעלט, חבל חבל, וואלט וועהן געוועהן צענדליגע טויזענטע ספרדים וואס וואלטן זיך געקלאמערט על טהרות הקודש.

איך מיין אז דו האסט זיך נישט געכאפט וואס שטייט אין די פאר תגובות פאר מיינס און אויף וועם איך האב עס געשריבען
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

נו שוין האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:ער איז געווען א הייסע ציוני

סהאט געהייסן אז אט אט גייט ער אריין אין עדה החרדית נאר סאיז געווען געוויסע קנאים וואס האבן זיך אקעגן געשטעלט, חבל חבל, וואלט וועהן געוועהן צענדליגע טויזענטע ספרדים וואס וואלטן זיך געקלאמערט על טהרות הקודש.


איך שטעל מיך פאר אז איר רעדט וועגן הרב עובדיה. די מעשה איז היבש אנדערש.

פאר אסאך אסאך יארן צוריק זענען די עסקני עדה החרדית געקומען צו אים מיט א הצעה אז זיי וועלן אויפשטעלן אן עדה החרדית הספרדית און ער וועט זיין ראש בית דין (נישט אז זיי וועלן אים מאכען פאר א חבר פון די אריגינעלע בית דין). עס איז transparently געווען א מיטל צו באקומען בעלות אויף א שטיקל פון כלל ישראל.
ער האט זיי געענטפערט "און וואס וועט זיין ווען עס וועט זיין בחירות און עטס וועט עס אסר'ן און איך האלט דאך אז מען מעג." האבען זיי געענטפערט אז ער וועט נישט קענען שטיצען די בחירות. האט ער זיך אנטזאגט פון דעם און זיך שארף אויסגעדריקט אויף עסקנים וואס הייסען רבנים ווי אזוי צו פסקענען. מיט די יארען האט ער כמה פעמים געזאגט אז נאך א מזל ער האט זיי אנטזאגט.
די מעשה איז געווען אסאך אסאך יארן פאר ער האט עוסק געווען אין פאליטיק.
פארשפארט

צוריק צו “צדיקים וחסידים”