מרן הרב עובדיה יוסף זצוק"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

מרן הרב עובדיה יוסף זצוק"ל

תגובה דורך להודות ולהלל »

אן אינטרעסאנטע בריעף פון מרן הרב עובדיה יוסף זצוק"ל
איך מיין אז מען דארף נישט קיין עקסטערע אשכול פאר דעהם בריעף,
נאר איך געפון נישט דאס ריכטיגע פלאץ ווי ארויפצולייגן.
איך האף אז די אחראים וועלן טרעפן דע פלאץ פאר דעהם.
א דאנק!
אטעטשמענטס
מרן עובדיה יוסף.pdf
(213.52 KiB) געווארן דאונלאודעד 270 מאל
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

תגובה דורך מקווה איד »

איך קען נישט ליינען די שריפט, אפשר זייט אזוי גוט און שרייב עס איבער
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובה דורך שטאלצער יוד »

כ"ו אייר תשכ"ט

לכבוד הרב י. מ. קורלנסקי שליט"א
מנהל ת"ת יבנה

בני התלמיד דוד נ"י מסר לי כי חייבתם אותו קנס לירה אחת ושהוזהר שאם לא יביא את הקנס לא יורשה ליכנס היום לכתה.

הנני שולח לכם את הלירה, למרות שלא קיבלתי שום הודעה בכתב, אולם בעיני יפלא על סמך איזה יסוד בהלכה חייבתם אותו קנס, חסדא חסדא קנסא קמגבית בבל? לדברי בני אין עליו שום אשמה בענין שעשה, ושחבריו הנוכחים שם יוכלו להעיד על כך.

עכ"פ איני יודע אם זוהי הדרך ישרה וחינוכית לאיים על תלמיד שלא יורשה ליכנס לכתה אם לא יביא קנס

ואני רוצה גם לדעת לשם איזה מטרה תשתמשו בלירה.

הכותב בצער
ע. יוסף
הרב הראשי וראב"ד לת"א-יפו
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

שוין געשטאנען דא דער בריוו

תגובה דורך ראספשע »

משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

פיפטע יארצייט היינט. זיעועכי"א.

איך האב אזויפיל סיפורים אויף דעם צדיק וקדוש ורשכבה"ג. איך דארף מיך מצמצם זיין. איך פלעג גיין צו זיינע שיעורים.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אן איש פלא געווען, ווער עס האט אים אמאל געזען האט נישט געקענט אראפנעמען די אויגן פון אים.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

משהלע האט געשריבן:פיפטע יארצייט היינט. זיעועכי"א.

איך האב אזויפיל סיפורים אויף דעם צדיק וקדוש ורשכבה"ג. איך דארף מיך מצמצם זיין. איך פלעג גיין צו זיינע שיעורים.

שרייב כאטשיג עפעס אז נישט וועט מען מיינען ביסט סתם א טראל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

דריידל האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:פיפטע יארצייט היינט. זיעועכי"א.

איך האב אזויפיל סיפורים אויף דעם צדיק וקדוש ורשכבה"ג. איך דארף מיך מצמצם זיין. איך פלעג גיין צו זיינע שיעורים.

שרייב כאטשיג עפעס אז נישט וועט מען מיינען ביסט סתם א טראל


איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהערט זיין משמש צבי חקק פארציילען. ער פלעגט כידוע פסקענען אויף די הארבסטע שאלות וואס האבען געדארפט גאר ברייטע פלייצעס. איינס פון די זאכען איז געווען אסאך אינדיווידועלע שאלות בעניני הפלות. ער פלעגט ענטפערען אמאל אזוי און אמאל אזוי. זאגט צבי אז ער איז נאכגעגאנגען און יעדעס מאל וואס ער האט נישט געלאזט און געזאגט אז די קינד וועט זיין געזונט איז טאקע אזוי געווען. לא נפל דבר מפיו ארצה.
עס איז דא נאך אסאך אזעלכע רבישע מעשיות.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

תגובה דורך פאראויס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אן איש פלא געווען, ווער עס האט אים אמאל געזען האט נישט געקענט אראפנעמען די אויגן פון אים.

זיי מסביר
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

תגובה דורך Naftule »

פונקט האב איך געזען א קליפ פונעם זון הרב יעקב יוסף ז''ל האט אמאל ביי שיעור אין טאג פון סאטמאר יארצייט כ''ו אב ארום גערעדט פון רבי'ן
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובה דורך יש מזל »

נו?! זיי מזכה דעם עולם
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

Naftule האט געשריבן:פונקט האב איך געזען א קליפ פונעם זון הרב יעקב יוסף ז''ל האט אמאל ביי שיעור אין טאג פון סאטמאר יארצייט כ''ו אב ארום גערעדט פון רבי'ן

דער זוהן איז זיך נישט אזוי דורכגעקומען מיטן פאטער, צוליב דעם זוהן'ס אנשויאונגען אנטקעגן די מדינה... ווען ש"ס איז נאך געווען פריש האט ער בגזירת אביו אנגענומען די כנסת פארטרעטערשאפט, אבער ער האט דאס נישט געקאנט פערנעמען און עס אויפגעגעבן צוליב די צניעות, ניאוץ ודברי כפירה פון דארט. הר"ר יעקב איז געווען גאר א פרומער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

עס איז באוויסט די קללה וואס ער האט געשאלטען שרון ביי די התנתקות. "הקב"ה יתן לו באנה אחת בראש ימות יישן ולא יקום."
עטליכע חדשים שפעטער נתקיימו הדברים במלואם. יישן ולא יקום פאר אכט יאהר פאר דעם ימות.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

צו געזונט האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:פונקט האב איך געזען א קליפ פונעם זון הרב יעקב יוסף ז''ל האט אמאל ביי שיעור אין טאג פון סאטמאר יארצייט כ''ו אב ארום גערעדט פון רבי'ן

דער זוהן איז זיך נישט אזוי דורכגעקומען מיטן פאטער, צוליב דעם זוהן'ס אנשויאונגען אנטקעגן די מדינה... ווען ש"ס איז נאך געווען פריש האט ער בגזירת אביו אנגענומען די כנסת פארטרעטערשאפט, אבער ער האט דאס נישט געקאנט פערנעמען און עס אויפגעגעבן צוליב די צניעות, ניאוץ ודברי כפירה פון דארט. הר"ר יעקב איז געווען גאר א פרומער


גראדע איז ר' יעקב געווען די איינציגסטע זוהן וואס האט זיך געדרייט ביי די מזרחיסטען.
אבער דאס איז נישט קיין אשכול איבער ר' יעקב.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

צו געזונט האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:פונקט האב איך געזען א קליפ פונעם זון הרב יעקב יוסף ז''ל האט אמאל ביי שיעור אין טאג פון סאטמאר יארצייט כ''ו אב ארום גערעדט פון רבי'ן

דער זוהן איז זיך נישט אזוי דורכגעקומען מיטן פאטער, צוליב דעם זוהן'ס אנשויאונגען אנטקעגן די מדינה... ו

פונקט פארקערט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

תגובה דורך פאראויס »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:פונקט האב איך געזען א קליפ פונעם זון הרב יעקב יוסף ז''ל האט אמאל ביי שיעור אין טאג פון סאטמאר יארצייט כ''ו אב ארום גערעדט פון רבי'ן

דער זוהן איז זיך נישט אזוי דורכגעקומען מיטן פאטער, צוליב דעם זוהן'ס אנשויאונגען אנטקעגן די מדינה... ו

פונקט פארקערט

?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

ער איז געווען א הייסע ציוני
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

תגובה דורך נו שוין »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:ער איז געווען א הייסע ציוני

סהאט געהייסן אז אט אט גייט ער אריין אין עדה החרדית נאר סאיז געווען געוויסע קנאים וואס האבן זיך אקעגן געשטעלט, חבל חבל, וואלט וועהן געוועהן צענדליגע טויזענטע ספרדים וואס וואלטן זיך געקלאמערט על טהרות הקודש.
#בשיטה נישט
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובה דורך יש מזל »

פיינע נייעס
מ'גייט שוין אפשפארן דעם אשכול
אדער עס אראפפירן אין דאסטבין אריין
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

תגובה דורך נו שוין »

יש מזל האט געשריבן:פיינע נייעס
מ'גייט שוין אפשפארן דעם אשכול
אדער עס אראפפירן אין דאסטבין אריין

פארוואס? שמועס אויס
#בשיטה נישט
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובה דורך אלמוני »

געווען אין די משפחה פון סוכות א צילום פון א שער בלאט וואס רבי מאיר בראנדסדארפער זצ״ל האט עם אריין געשריבן מיט זיין מאמעס נאמען אז ער זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה!!!
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובה דורך ווער איז דאס »

ער איז אנטלאפען פין מצרים ווען עפעס א בוטשער האט אים קאליע געמאכט די אויגען?
פין זיין אהבת ישראל איז דא פין וואס צי רעדען
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ווער איז דאס האט געשריבן:ער איז אנטלאפען פין מצרים ווען עפעס א בוטשער האט אים קאליע געמאכט די אויגען?
פין זיין אהבת ישראל איז דא פין וואס צי רעדען


ער האט גאר שטארק לוחם געווען מיט מסירת נפש ממש פאר כשרות אין מצרים. At some point, האט ער געזעהן אז עס טויג זייער נישט, האט ער אפגעלאזט די רבנות פון קהיר.

די אויגען איז אים שוואך געווארען פון נישט אויפהערן לערנען אין די קליינע אותיות יומם ולילה.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

דעם בוטשער וועמען ער האט געאסרט אין מצרים האט זיך שפעטער געצויגען קיין ארץ ישראל און אנגעהויבען שחטן דארטן. הרב עובדיה איז געוואר געווארען באיזה דרך און אים מעביר געווען. איז דער שייגעץ געקומען צו אים אהיים מיט א ביקס און שיעור נישט דערשאסען. דער מענטש האט שפעטער געהאט א מיתה משונה דורך אראבישע קרימינאלען האבען אים געהרגעט.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ווען עס האט אויסגעזעהן אז ער גייט חס ושלום בלינד ווערען, איז ער ארויף צום ציון פון בית יוסף און זיך אויסגעווינט, א שטיקל אריכות. ער איז דערנאך אויסגעהיילט געווארען, אבער ער האט געדארפט טראגען די ברילן אז די זין זאל אים נישט שאטן.
פארשפארט

צוריק צו “צדיקים וחסידים”