בלאט 1 פון 1

דאס געוויין פון נאפאליאן'ס גענעראל

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 4:02 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
עס איז אין יארע תקע"ב, נאך פילע פראוון פון די גרויסע קאאליציע - וועלכע איז באשטאנען פון אזעלכע ריזן ווי בריטאניע, רוסלאנג, פרייסן און שוועדן - צו באקעמפן דעם זיגרייכן פראנצוזישן מיליטער און זייער קייסער נאפאליאן - איז דאס ענדליך ענדליך טאקע געשען.

איין שלאכט נאך די צווייטע האבן די פראנצויזן געווינען מיט פרייד און טריאומף, ביז עס איז געקומען צו די בארימטע 'לייפציג שלאכט', וואס האט איבערגעוואויגן דעם וואגשאל צום נישט גוטן זייט פאר די ביז יעצטיגע זירער, און זיי געברענגט צו די זייט פון פארלירער.

פארשטענדליך, אז דער קייסער נאפאליאן האט געברענט פון גרויס אויפרעגעניש, און נישט געקענט פארשטיין וויאזוי האט אזא זאך געקענט פאסירן. פארוואס ארבעטן זיך אייביג אויס זיינע גלענצענדע טאקטיקן, אבער דאסמאל איז עס געווען אזא וויסטער דורכפאל?

בלויז איין זאך האט געקענט אנטשיידן זיין גרויס אויפברויז: א פעררעטער. עס איז זיכער דא איינער אין זיין ארמיי - וואס באזיצט א הויכראנגיקער פאזיציע - און האט צוטרירט צו די געהיימע תכסיסי מלחה, און ווארשיינליך האט ער דאס ארויסגעגעבן פארן פיינט, וואס האט זיך געוויסט צו באהיטן פון די שטרויכלונגען, און אזוי באזיגן די אומזיגבארער נאפאליאן.

נאפאליאן האט אויפגענומען גאר א נאנטער זיינער, זאל שטילערהייט אויספארשן דעם אינצידענט, און געוואר ווערן אויב דער שונא'ס קאבינעט האט געהערט פון עפעס אינערליכע אינפארמאציע, און אויב יא, פון וועמענ'ס מויל און צו וועמענ'ס אויער איז דאס געגאנגען.

נאך אינוענסיווע פארשונגען אויף עטליכע פון די גרעסטע מיניסטארן אין די פראנצוזישע מיליטער, איז דער נאנטער געקומען צו נאפאליאן, און אים אריינגערוימט אין אויער דעם נאמען פון דעם פאררעטער!

דער קיסר הערט דאס נאמען, און ווערט אויפגעשוידערט. די רעדע איז פון אדמיראל מישעל דע פראיעה, דער צווייטער אין ראנג פון די "לע רויאל" - די פראנצוזישע נעווי קרעפטן!

באלד באפעלט נאפאליאן צו ברענגען דעם פארשוין פאר אים. דער אדמיראל קומט אן מיט די אויסגעביגלטע איינצוג, זיין שווערד איז אויסגעגלאנצט, און א תמימות איז אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט. קומענדיג נאנט צו נאפאליאן, האט ער געקינעט, ווארטנדיג אז נאפאליאן זאל געבן ערלויבעניש זיך אויפצושטעלן. "שטיי אויף" זאגט אים דער קייסער.

דער אדמיראל הייבט זיך אויף, און צו זיין וואונדער זעט ער ווי דער קייסער שטייט ממש געציילטע מילימעטער'ס פארנט פון אים. נאפאליאן הייבט אויף זיין רעכטן האנט, און לאזט אראפ א קלינגעדיגן פראסק פאר דעם אדמיראל אין פנים אריין. אדמיראל מישעל איז פון דעם פראסק געפלויגן אויף אונטערוויילעכץ מיט קראפט, ער האט זיך צובראכן א ביינדל צוויי, און טרערן פון פארשעמונג האבן זיך אים געשטעלט אין זיינע אויגן.

אבער דער קיסער גיבט נישט נאך... ער קומט צו נענטער צום געפאלענעם אדמיראל, און נעמט זיך שרייען אויף אים מיט קולי קולות: "דו שעמסט זיך נישט? אזא נידערטרעכטיגער געמיינער יונג ביסטו? שוין יארן וואס מיר קענען זיך, יארן וואס מיר טוען אינאיינעם קעמפן אויפן פראנט, און דא אן קיין בושה ביסטו א עקלהאפטיגער פאררעטער? וואס מיינט דאס, הא?"

דער אומגליקליכער אדמיראל האט אנגעהויבן צו וויינען און זיך בעטן אז עס איז נישט ריכטיג, מ'האט אויף אים אומזיסט ארויפגעווארפן א פאלשער קלאגע. אבער די פארשער וואס זענען אריינגעקומען אין זאל - און אנגעהויבן אויסצופארשן מישעל אויפן באפעל פונעם קייסער - האבן אים אנגעהויבן צו פייניגן פיזיש און גייסטיש, ביז מישעל דע פראיעה האט זיך מודה געווען, אז יא, ער האט איבערגעגעבן אינפארמאציע פאר די רוסישע רויטע ארמיי, פאר אסאך געלט.

דער קייסער האט אים נישט געוואלט אומברענגען, ווייל עס איז גאר הארבע פארברעכן, און עס קומט אים אביסל מער פיין און ליידן. האט נאפאליאן ארויסגעגעבן א באפעל, אז מען זאל ברענגען די גאנצע פאמיליע פון דעם פארעטער, אין דעם איז אריינגערעכנט נישט בלויז זיין ווייב און קינדער, נאר אויך זיינע עלטערן און געשוויסטער, פעטער'ס און פלומעניקעס, און זיי באפוילן אז זיי זאלן אלע פארטריבן וועגן, צום אינזל מאן-סאן-מישעל, וואס איז נעבן די פראנצוזישע ברטאן פארט, וואו דארט וועלן זיי לעבן און שטארבן איינזאם און איזאלירט, אלס שטראף פון די אומדערהערטער פארברעכן וואס זייער פאמיליע מיטגליד האט דורכגעפירט.

עטליכע טעג שפעטער איז ארויסגעפארן פון די ברטאן פארט א גרויסער שיף, וואס אויף איר דעק זענען געווען ארום הונדערט מענטשן, פאמיליע מיטגלידער פונעם געוועזענעם צוויי ראנגיקער פראנצוזישער אדמיראל מישעל דע פראיעה, זיי לאזן זיך ארויס אויפן וועג צו א פארנעפלטער און אומסימפאטישער צוקונפט, צו א שטענדיגער ברוטאלער גלות.

אנקומענדיג צום אינזל, האבן די פארטריבענע באטראכט דאס ארט און געזען אז דא איז גארנישט דא. צוביסלעך זענען זיי צו זיך געקומען, און אנגעהויבן צו קלערן וואס מען קען דא טון ווייטער, נישט אויסצושטארבן פון הונגער און פון קעלט. מישעל האט צונויפגעקליבן זיין פאמיליע, און אנגעהויבן צו טיילן פליכטן פאר יעדעם פון זיי. די מענער זאלן אויסהאקן די גוטע האלץ פון וואלד, און די פרויען זאלן וועבן נעצן צו כאפן פיש, ווייטער די קינדער וועלן קלויבן העלצעלעך פאר די פייער וואס מ'וועט אנצינדן ביינאכט, צו קענען עסן נאכטמאל.

מאן מאכט איין טריט נאכן צווייטן, און צוביסלעך בויט די פאמיליע א נייע לעבן, מ'האט געבויעט הייזער, געמאכט פישער נעצן און שיפעלעך, און זיך געלעבט א רואיג און צופרידן לעבן, שטיל און באשיידן. אזוי האבן זיך פארמערט קינדער און אייניקלעך, זיי זענען געווארן א באזונדערע שבט, און עס האט זיך געפרוכטבארט ווייטער.

איין מאדנע זאך האט פאסירט איין טאג אין יאר, און האט זיך יערליך איבערגעשפילט. מישעל דע פראיעה האט זיך געפלעגו זעצן מיט זיינע פילע פאמיליע מיטגלידער, קוקן צום ריכטונג פון פאריז, און דאן האט ער אויסגעשאסן אין א יאמערליכער געוויין, וואס האט געשניטן די הערצער.

וואס האט פאסירט? וואס איז דאס געוויין?...

יארן זענען פארביי געלאפן, און די פאמיליע זיצט נאכאלץ אויפן אינזל, אן קיין שום פארבינדונג מיט די אינדערויסנדיגער וועלט, און אן סיי וועלכע מאדערניזאציע. זיי האבן בעיקר געלעבט פון פון פרוכט, און פון פיש. פון צייט צו צייט איז זיי געלונגען צו כאפן א פייגל, און דאן איז עס שוין געווען א גרויס געווינס. די קלוגערע פון צווישן זיי האבן אויסגעלערנט פאר די יונגע וויאזוי מען ספראוועט זיך מיטן לעבן אויף דען אינזל, און אזוי איז דאס לעבן געפארן, די קינדער האבן זיך זארגלאז געשפילט און געשווימען, און אלעס איז געווען א מחיה.

אבער - איין מאל א יאר. איין מאל א יאר! דאן ווייסט יעדער, אז אלעס ווערט אפגעשטעלט, דער זיידע מישעל דרייט זיך אויס צו פאריז, ער וויינט און וויינט, מיט גאר א טיפער געוויין. די אייניקלעך פלעגן ווערן אויפגערעגט אויף אים, און נישט פארשטיין. עס איז דאך אלעס אזוי גוט דא; מיר האבן פרישע פיש טעגליך, זאפטיגע פרוכט, מ'מאכט א לעבן, פארוואס אין די וועלט דארף דער אלטער מישעל זיי פרובירן אריינצושלעפן אין מרה שחורה? וואס וויל ער פון אונזער לעבן האבן?...

די אייניקלעך פון מישעל האבן דאס געשמועסט שטילערהייט אונטערן רוקן פון זיידן, צווישן זיך, און אויך מיט זייערע ווייטערע קרובים וואס האבן געלבעט אויפן אינזל, לאכנדיג מיט אן אויפברויז אויף מישעל'ס מאדנע און נארישע פירעכץ.

עוף השמים יוליך את הקול, מישעל האט געהערט אז זיינע אייניקלעך זענען ברוגז אויף אים, אז איינמאל א יאר דערביטערט ער זיי דאס לעבן. ער האט צוזאמענגערופן אלע זיינע קינדער און אייניקלעך, און געוואלט מיט זיי רעדן.

נאך איידער ער האט דערציילט זיין היסטאריע, האט אים שוין א געוואגטער אייניקל געפעדערט מיט א פראגע: "זיידי טייערער, מיר פארשטייען אז דער קייסער איז געווען בייז אויף דיר, און פארשיקט אין די ווייטע גלות, און מיר האבן נישט אלעס וואס עס איז דא אין פראנקרייך... אבער פארוואס דארפסטו טראכטן פון אמאל? טראכט פון יעצט! יעצט איז אלעס פיין און וואויל, מיר האבן הנאה, גארנישט פעלט אונז נישט, וואס איז דא צו וויינען?"...

דער זיידע האט מיט ליבשאפט באטראכט דעם יונגן אייניקל, און געזאגט מיט א צובראכן שטימע: "אוי מיין אומוויסנד קינד! דו ביסט דא געבוירן געווארן, דו מיינסט אז די בעסטע וואס מ'האט נאר איז פרישע פיש טעגליך, און פיינע זאפטיגע פרוכט. דו ביסט גליקליך מיט א פיינער שווים... דו ביסט אין פאריז קיינמאל נישט געווען, וואס פארשטייסטו דען? מיר האבן געהאט א לעבן פון הערע און כבוד, הערליכע פאלאצן און טייערע וועגענער, וואו מיר זענען געגאנגען האט מען אונז רעספערטיקט, דו ווייסט דען וואס מיר האבן פארלוירן? דו ווייסט נישט, און דו וועסט קיינמאל נישט וויסן. ווייל אויב דו וואלסט געהאט דאס מינדעסטע אהנונג, וואלסטו נישט געווארן אויפגערעגט אויף מיין טרויער טאג, נאר וואלסט צוזאמען מיט מיר פארגאסן טייכן טרערן"...

טויזענטער יארן זענען שוין פארביי, זינט מען האט אונז פארטריבן פון אונזער הייליג לאנד. מיר זיצן דא אין דעם ביטערן גלות, און מיינען אז אלעס איז פיין, אלעס איז גוט, עס פעלט אונז נישט גארנישט, און טייל ווערן נערווירט פון דעם תשעה באב, ווער דארף דאס האבן?...

יא יא, מיר וועלן קיינמאל אין לעבן נישט פארשטיין וואס מיר האבן פארלוירן! מיר מיינען אז א גוטע קאר מיט א פולער באנק קאנטע, נחת פון די קינדער און געזונט - אז מ'האט דאס אלעס איז עס ממש געוואלדיג. אבער וואס ווייס מיר דען?

קענען מיר דען וויסן וואס איז געווען דער פראכט פון די וועלט, די הייליגע בית המקדש? וואס איז דאס געווען די קרבנות,די כהנים, לוים, אורים ותומים, א שטיק קדושה איז געווען, מ'האט זיך אויסגעלייטערט פון יעדע עבירה מיט א קרבן, איי איי איי, הלואי ווען מיר זאלן אביסל פארשטיין, אבער ליידער איז דאס הארץ פארטעמפט.

עס איז בלויז דא איין וועג וויאזוי מיר וועלן באגרייפן וואס מיר האבן פארלוירן, און מיר שרייען אויס צום בורא מיט א טרערל: הֲשִׁיבֵנוּ ה' אֵלֶיךָ וְנָשׁוּבָה, חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֶם!

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 4:11 pm
דורך עם הארץ
גאלדענע ווערטער...
ש׳כח רב שמעלקא

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 4:16 pm
דורך איש האשכולות
Wow! שיין געשריבן!

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 4:22 pm
דורך שמחת עולם
געוואלדיגע ארטיקל!

יישר כח, שמעלקא!

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 4:29 pm
דורך האסט נייעס
שמחת עולם האט געשריבן:געוואלדיגע ארטיקל!

יישר כח, שמעלקא!

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 4:31 pm
דורך הערש'עלע שטופער
נישטא קיין ווערטער מוסיף צו זיין ר' שמעלקא,
גוט און קלאר,
אמת און וואר,
זאל דאס שוין זיין דאס לעצטע יאר,

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 4:32 pm
דורך ממה נפשך
גוט געשריבן. ארויפגעברענגט די געפילן.

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 4:37 pm
דורך מטעמים
ממה נפשך האט געשריבן:גוט געשריבן. ארויפגעברענגט די געפילן.

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 5:08 pm
דורך לכאורה
יישר כח פאר די שיינע ארטיקל, ר' שמעלקא.

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 6:43 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
יישר אלע גוטע פריינט.

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 6:50 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
א פאסטליכער משל און שיין אראפגעשריבן. ישר כח שמעלקא

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 6:55 pm
דורך אלי' מקוה יוד
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א פאסטליכער משל און שיין אראפגעשריבן. ישר כח שמעלקא

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 6:58 pm
דורך לאנדאנער
באמת שיין

דער עיקר וואס געבט צו אז מען כאפט נישט דער ערשטע מינוט אז עס בלויז א משל

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 7:17 pm
דורך שלומה
זייער גוט ארויסגעברענגט

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 7:51 pm
דורך פעשען
Wow, געוואלדיג און זאפטיג!!

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 10:23 pm
דורך נו שוין
הערליך!

סתם אלס נייגער, די משל האט עפעס אמת אין זיך?

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 10:58 pm
דורך יאצמעך
WOW!

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 11:54 pm
דורך קעניגליך
הערליך שיין. נעינטער געברעינגט די ווייטאג, געוועין אמאל אסאך, אסאך אסאך שענער.

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 11:55 pm
דורך גיי
הערליך שיין. א יישר כח

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 12:17 am
דורך שמש
הערש'עלע שטופער האט געשריבן:נישטא קיין ווערטער מוסיף צו זיין ר' שמעלקא,
גוט און קלאר,
אמת און וואר,
זאל דאס שוין זיין דאס לעצטע יאר,

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 12:41 am
דורך Goodmorning
.....Wow....Supper

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 3:28 pm
דורך ברעטל
עניני דיומא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 4:31 pm
דורך אברהם דוד
א זעלטנהייט פון א קריסטאל קלארע, פראכטפול הערליכע, אויסנאם רירנדע, טיף אינהאלטספולע און אינהאלטסרייכע ארטיקל!
געווען א שטארקע פארגעניגן צו ליינען, א גרויסן דאנק!