"מיין נסיעה קיין אייראפע" ה' שופטים: צוגעלייגט חלק ו'

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6331
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

פערזשוך האט געשריבן:a-1

B-2
יענקי פיש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 11:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקי פיש »

“מיין נסיעה קיין אייראפע" חלק ו’,

עסטרייך, אייראפע.

מיר געפינען זיך אויפען הייוועי אין עסטרייך, מ’איז שוין דורעכגעפארען טשעכיי בשלום, און יעצט שניידען מיר דורעך עסטרייך,

אלישע זיצט ביים רעדל אין איך בין עוסק אין ציגרייטען זאכען, כ’סעט אויף פארשידענע קאמפיוטער סיסטעם’ס רעדיאו סקענערס, און סעטעלייט סיסטעמען וכו’, כדי צו האלטען א אויג אויף וואס ס’גייט פאר ארום, און צו זעהן צו איינער פאלגט אונז נאך,

אונזער ערשטע סטאפ דארף זיין אין די איטאליענישע שטאט "רימיני”, וואס דאס איז א שטאט ביים ים אין צפון מזרח איטאליע, דארטען דארף מען טרעפען דעם 93 יעריגע’ן מארקאו ראבערטאו, און זעהן וואס ער ווייסט,

דערווייל ציקלינגט זיך איינע פין די סעטעלייט סיסטעמען,

כ’זאג פאר אלישע אז עפעס טויגט נישט, עפעס א סעטעלייט פאלגט נאך אונזער RV, כ’ווייס נישט פינקטליך וואס דאס איז, ס’איזא אומאידענטיפיצירטע סעטעלייט,
אלישע: אוי וויי, דאס מיינט אז איינער ווייסט פון אונז, דאס איז נישט גוטע נייעס,
איך: טעלל מי אבאוט איט…
אלישע: גוט, קודם דארף מען אריין אין פולע מלחמה פאזע, אלע געווער מיז זיין גרייט על כל צרה שלא תבוא,
איך: ס’איז אלעס גרייט, לויט די סיגנאלען קוקט עס אויס צו זיין א אמעריקאנע געבויטע סעטעלייט, ס’קען אבער באלאנגען צו עניבאדי…
דערווייל צינג איך אן די זשעמער סיסטעם, לאמיר זעהן צו ס’וועט פארמישען די סעטעלייט,

אלישע: כ’זעה א ברוינע וואלקסוואגאן פארט נאך אונז שוין א לאנגע צייט, ס’קוקט אויס פישי….

איך: אוא בוי… כ’האב נישט קיין צייט פאר דעי שפילערייען, אקעי, טאמער די קאר ווערט נישט פארשווינדען ביז 10 מינוט דאן שטעל דיר אפ און די נעקסטע “רעסט עריע”,

איך: אקעי, כ’האב יעצט אויפגעחאפט א מעסעדזש וואס די ברוינע קאר האט באקומען, ס’ליינט זיך אזוי: "האלט קאנטאקט מיט די טארגעט, די סעטעלייט האט פאר א אומוויסענדע סיבה פארלוירען קאנטאקט, די ביזט אונזער איינציגע קאנטאקט, האלט אן פאר יעדען פרייז ביז די קומענדע הודעה”

אלישע: אקעי, דאס מיינט אז די זשעמער ארבעט, די שאלה איז יעצט ווער פאלגט אונז נאך, און פארוואס,

איך: דאס וועלמיר באלד געוואר ווערען, מ’וועט דארפען פארחאפען דעם דרייווער אויף אויספארשונג,

איך: אלישע, אין צוויי מייל איז דא א עקסיט וואס פירט צי א פארלאזטע געגענט מיט פארעמס, פאר דארט אריין, אזוי וועט מען האבען אביסל פרייוועסי מיט אונזערע נאכפאלגער,

אלישע: צום באפעל !

איך: מען וועט מיזען מאכען א ריינער אין שנעלע ארבעט, ס’דא 2 מענטשען אין די קאר, ווען מען קומט אן צו א שמאלער ראוד, שטעל דיר אפ, און מען וועט פארחאפען איינעם,

אלישע: אקעי, כ’נעם די עקסיט,

מ’זעמער אריין געפארען אין די עקסיט, אין אביסל אריין געפארען אין די שמאלען ראוד’ס צווישען די פארם’ס,

איך: אלישע, ס’מיז געמאכט ווערען זייער שנעל, ווייל זיין וועלען אריינריפען פאר הילף אין מיר מיזען פארשווינדען ווערען פון די געגענט,

איך בין ארויף אויפען דאך פינעם RV, זייענדיג קאנעקטעד מיט אלישע מיט א קליינע עיר פאונס אין א מייק, די מייק איז אויך קאנעקטעד צי א הויכהילכער ווען מען דארף,

מ’זעמער אויף א שמאלע ראוד, כ’זאג אריין פאר אלישע "סלאו דאון און סטאפ”,

כ’שטעל אן מיין רייפעל אויף די קאר, אין כ’ריף אויס אויפען ספיקער, “כ’צייל ביז די נאמבער 3, ארויס פון די קאר מיט די הענט אין די הייעך"

1 2 3 , זיי זענען נישט ארויס, כ’שיס א קויל אריין אינעם ווינדשילד, זיי הייבען אן שרייען אז זיי קומען ארויס, איינער קומט ארויס מיט די הענט אין די הייעך, אלישע קייטעלט אים, די צווייטע מאכט קינצען עפעס טוט ער דארט אינווייניג, כ’נעם נישט קיין טשענסעס, כ’שיס אים אריין א קויל אין קאפ, ער איז נוטרעלייזט,

אלישע טשעקט אויס דעם ארעסטירטען פאר טרעקערס, נאכדעם וואס ער איז קלין ברענגט ער אים אריין אינעם RV,

מען בינד אים צו אויף א סיט,

איך: אלישע, צום רעדעל אין שנעל ! ציה אפ פון דא,

מ’דריי מיר זיך אויס אין ציען אפ, כ’שיס אריין א קויל אין די גאז טאנק פון די קאר, ס’רייסט אויף אין א פלאם פייער,

איך: אקעי אלישע, ברוך ה’ אז ס’איז אדורעך גלאטיג, ס’האט געקאסט איין לעבען, אבער ליסען, זיין ווילען פייטען, וועלען זיי באקומען א פייט, יעצט די דזשעמער מיז בלייבען אנגעצינדען, חוץ פון דעם האבען זיי לכאורה א דיסקריבשען פון די RV, מען דארף עס טוישען, אזוי אויך ברויך מען אויספארשען דעם ארעסטירטען, זעהן וואס ער ווייסט אין ווער ס’האטעם געשיקט,

אלישע: מ’מיז די ערשטע זאך פטור ווערען פון דעם RV, די דעסקריבטשען איז שוין זיכער ביי די לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס,



מ’זעמער שנעל ציגעפארען צו א דערנעבענדע שטעטל, מ’האמיר זיך געפארקט ערגעץ אויף א ליידיגע פארקינג לאט, אלישע איז געגאנגען דינגען א קאר, און ביז א 15 מינוט איז ער געווען צוריק מיט א שווארצע מערצעדעס, מ’האמער אריינגעפאקט די זאכען פון די RV, אריבערגעפירט דעם ארעסטירטען צום קאר, און ויסעו, מ’האמיר געמאכט פליטה פון דארט,

כ’האב געלאזט וויסען פאר סטעפאן די לאוקעישען פון די RV כדי די רענטעל קאמפאני זאל עס קענען אויפפיקען פון דארט,

איך: כ’מיין מ’מיז זיך ארויסזעהן פון עסטרייך ווי שנעלער,

אלישע: כ’ווייס נישט, אפשער איז בעסער צו ווארטען ערגעץ און די געגענט ביז די מצב וועט זיך בארואיגען, ס’קען זיין אז די סיקיוריטי ביי די גרעניץ איז יעצט צו טייט,

איך: האסט א פוינט, מ’ברויך מיר טרעפען עפעס א מאטעל צו נעכטיגען, מארגען וועלמיר שוין זעהן וואס די מצב איז,

אלישע: אקעי, כ’פאר ארויס ביי די נעקסטע עקסיט און מ’וועלמיר זיכען עפעס א מאטעל,

מ’פאר מיר ארויס ביים עקסיט, ס’איז א פארעם געגענט, דא אין דארט הייזעלעך מיט געפארקטע פיקאפ טראקס, מ’האמער געטראפען עפעס א מאטעל אויף ראוד L553, מיטען נאמען Lemmerer Homestay, מ’האמער געפארקט די קאר און אריין געטשעקט אין מאטעל, מ’האמער ארייינגעפירט דעם שייגעץ, אין אים איינגעשפארט אין א שטוב,

איך: אקעי, מ’זעמער דא וואס ווייטער ?

אלישע: יא, כ’בענק מיר שוין צו די RV, דארט איז געווען מער באקוועם…

איך: האלאו, אונז דארף מיר יעצט טראכטען וואס צו טוהן… ליסען אלישע, די סעט אויף די סקענערס, און האלט א אויג מיט א אויער... אויף וואס גייט פאר, צו מ’זיכט אונז, ווער, און ווי, איך וועל דערווייל נעמען דעם שייגעץ אויפען צימבעל,

איך בין אריין אינעם צווייטען שטוב ווי דער שייגעץ איז ציגעבינדען צו א בענקעל,

איך: אקעי מיסטער, די פארשטייסט ענגליש ?

שייגעץ: מי נאו ספיקע עינגאליש…..

ס’האט זיך מיר עפעס געדאכט אז ער פארשטייט יא ענגליש….

איך: ליסען, כ’וואלט דיר ג’עצה’ט אז זאלסט קענען ענגליש, ווייל טאמער נישט האב איך א צווייטע שפראך….

כ’נעם ארויס א פאסיק, און כ’דערלאנג אים איינס צו קאסטען…. (סארי פאר די סענסיטיוו ליינער’ס… ס’דא צייטען וואס פעטש איז די וועג וואס מען דארף ניצען, מ’רעדט דא פון קרימינאלען….), ער מאכט זיך נישט וויסענדיג….

איך: די קענסט שוין ענגליש ?

שייגעץ: מי נאו ספיקא ענגאליש…. מי ספיקא גערמאנישע….

איך: גערמאנישע לעזאזל…

כ’זעה אז דער שייגץ’ל איז ברויך א געהעריגע טיפול, פאר ער וועט אנהייבען צו רעדען, כ’לאז עים איבער, אין כ’גיי ארויס צו אלישע,

איך: נו, לישי, וואס זאגען די סקענערס ?

אלישע: ס’נישט נארמאל, ס’גייט פאר א ריזיגע זיך אפעראציע און די געגענט, העליקאפטער, פאליס קארס, מיט הונט, ס’קוקט אויס כאילו זיי זיכען א מאסען מערדער…. אונז האב מיר ערגעץ אנגערירט א נערוו, כ’האב געטשעקט די געדינגענע קאר פאר טרעקערס, כ’האב עס נוטרעלייזט, אין כ’האב עס געמירארד, (געמירארד מיינט אז טאמער איינער וועט זיכען דעי טרעקער, וועט ארויף קומען אז ס’איז ערגעץ ווייט פון דא..)

איך: WOW, די עסטרייכער זענען גוט אויפגעשאקעלט…, דאס מיינט אז די זוך אפעראציע וועט אנגיין פאר א וויילע, און אונז האמיר נישט קיין צייט פאר זיי, אונז דארף מיר ווי שנעלער אנקומען קיין איטאליע,

אלישע: איך מיט דיר וואלטען זיך שנעל געקענט ארויס שמוגלען פון דא, אבער דער שייגעץ’ל צי מיטנעמען איז שוין מער קאמפליצירט,

איך: כ’האב א פילינג אז דער שייגעץ איז א פעט ביינדל, מען קען אים נישט איבער לאזען, לאמיר אים ערשט אויספארשען, נאכדעם וועט מען זעהן וואס צו טוהן מיטעם,

אלישע: גוט,

איך: אבער ליסען, אלישע, דער איז מייניך א הארטע ניס, ס’קען דויערען אביסעל ביז ער הייבט אן זינגען, קוק אהער, לאמיר עס שפילען אזוי, לאמיר שפילען "גוד קאפ בעד קאפ", איך וועל זיין די גוטע און די וועסט זיין די אכזר, מ’וועט עם אזוי פארדרייען א קאפ… ביז ער וועט זינגען ווי א טאטעלע פורים נאכען טרינקען…

אלישע: גוט, יאלא… לאמיר גיין

---


מ’גיימער אריין צום שייגעץ,

איך: אוקיי, לאמיר הערען שייגעץ, די האלסט ביים רעדען אדער נישט,

שייגעץ: איי נאו ספיקא עינגאליש, איי גערמאנישע…

איך: קיק אהער, איך ווייס אז די רעדסט א גוטע ענגליש, כ’וואלט דיר געראטען צו ענפערען אונזערע פראגעס, ס’איז זייער וויכטיג פאר דיין וואוילזיין אז די זאלסט קאאפרירען מיט אונז,

שייגעץ: איי נא ספיקא ענגאלישע, איי גערמאנישע שפראכע שפרעכען….

אלישע: (שרייט) שפרעכען קעכען ברעכען…. דו פליישיגע משיגענער, לעצטענס האב איך באהאנדעלט א עקשן ווי דיר, יענער געפונט זיך היינט אונטען פינעם טיים רהיין… מיט שטיינער צוגעבינדען צו זיינע פיס, די ווילסט גיין די זעלבע וועג, נישט קיין פראבלעם,

אלישע נעמט ארויס א באטעל פון טאש מיט א אינדזשעקטער נידל,

אלישע: די זעסט דאס, איינמאל איך שטעך דיר מיט דעם, דאן האסטע 30 מינוט צו לעבען, סאו די קענסט ענגליש אדער נישט ?

שייגעץ: (קוקט אויס אביסל דערשראקען) יעס איי ספיק ענגליש,

אקעי האלט מיר אויף א וועג, קודם רעדט ער שוין,

אלישע: וואס איז דיין נאמען?

שייגעץ: גאנעראל ווינטער

אלישע: כ’וואלט דיר געראטען נישט צו שפילען געימס מיט מיר, ווייל טאמער איך רעד מיר אויף דאן קען דאס מיינען אז היינט וועט זיין דיין יארצייט,

שייגעץ: וואטש וואס דו טוסט, ווייל נאך אביסל גייען מיינע חברים ענק טרעפען, און דעמאלץ זענען ענק אויף צרות,

איך:(כ’קוק עים אריין אין די אויגען), הער מיר גוט אויס גענעראל ווינטער… דיינע חברים גייען דיר קיינמאל נישט טרעפען ! , טאמער זינגסטו נישט ווי א פייגעלע דאן זענען דיינע שאנסען צו ארויס פון דא לעבעדיג זייער שוואך, נעם דיר עס אריין און קאפ !

איך: אלישע, קום ארויס א רגע,

---

אונז גיי מיר ארויס, הערצו אלישע, ס’נישטא קיין צייט פארדעם יעצט, מ’וועט מוזען מיטנעמען דעם גאנעראל, נעם דעם גאנעראל, לייג אים שלאפען מיט א אינדזשעקשען, און לייג עים אין א סוטקעיס און לאמיר אפציען פון דא, דורעך די נאכט מוזען מיר אריבער די גרעניץ קיין איטאליע, מ’וועלמיר זיך שפעטער אפגעבען מיט דעם גאנעראל…

מ’האמער גרייט געמאכט די פעקלעך, אריינגעפאקט אין קאר, געטוישט די לייסענס פלעיט, און ויסעו, מ’לאמיר זיך ארויס אויפען וועג קיין איטאליע,

מיר זיכען צו ציען ווי ווייניגער אטענטשען, מ’פאר מיר אויף א נארמאלע ספיד און מיר דערנענטערען זיך צו די גרעניץ מיט איטאלע.

פארזעצונג אי"ה
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

יאנקי יאנקי איין זאך בעט איך דיר ווער נישט פארלוירן פון דא ביז ווילאנג די מעשה קומט צו א קאמפליעט ענדע.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

''חלק ו' יום ה' שפטים''
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
יענקי פיש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 11:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקי פיש »

אויפגעפרישט האט געשריבן:''חלק ו' יום ה' שפטים''


כ'האב דערווייל מער נישט קיין עקסעס צו די ערשטע תגובה, ווייל נאך א געוויסע סכום צייט, ווערט עס אוטומאטיש פארשפארט,
דאסמאל האט א אחראי געאפדעיט די קעפעל, כ'האפ אז אויף להבא איז דא א וועג צו ערמעגליכען כ'זאל עס כ'זאל האבען עקסעס דערצו,
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

יישר כח, איך האב נישט געוויסט אז עס ארבערט אזוי, די צווייטע עצה איז אז מען מאכט א עקסטערע אשכול פאר באדאנקען און הגעות, אזוי ווען מען באקומט א נאטיפעקאציא ווייסט מען אז איז שוין דא א נייע ארטיקל

--
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יעצט אנגעקומען צו ליינען דאס לעצטע חלק
כ'מוז דיר זאגן דו האסט א פענע עפעס אויסטערליש אינטעראסנט דו קענסט שפינען עפעס אויסנאמדיג
יעצט ווי א איד דארף מען דאך זאגן קריטיק (אוי שוין ווייטער אייביג מוזן זיי געבן קריטיק....) כ'פיל אז דו האסט גענומען די אלע הייליגע צדיקים און אבות הקדושים און זיי שרעקליך אראפגעברענגט לעניות דעתי איז עס זייער נישט אויסגעהאלטן...
#מיין מיינונג
אבער דו גיי ווייטער אן מיט די גאר אינטערסאנטע שפאנענדע ערציילונג. ביז די (האפענטליכע ) פרייליכע ענדע...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

;l;p-
יישר כח
די חלק האט אויכט אביסל מוסר הסכל יעצט אין די ימי הרחמים והרצון
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
יענקי פיש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 11:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקי פיש »

eller האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו ליינען דאס לעצטע חלק
כ'מוז דיר זאגן דו האסט א פענע עפעס אויסטערליש אינטעראסנט דו קענסט שפינען עפעס אויסנאמדיג
יעצט ווי א איד דארף מען דאך זאגן קריטיק (אוי שוין ווייטער אייביג מוזן זיי געבן קריטיק....) כ'פיל אז דו האסט גענומען די אלע הייליגע צדיקים און אבות הקדושים און זיי שרעקליך אראפגעברענגט לעניות דעתי איז עס זייער נישט אויסגעהאלטן...
#מיין מיינונג
אבער דו גיי ווייטער אן מיט די גאר אינטערסאנטע שפאנענדע ערציילונג. ביז די (האפענטליכע ) פרייליכע ענדע...



ס'געווען דערויף קריטיק און אישי אויך, מ'קען זיך קריגען אויף די עצם קריטיק, אבער ווען כ'וואלט געוויסט פארדעם אז ס'וועט זיין אזאלכע וואס האבען עס נישט ליב וואלט איך עס מסתם נישט געשריבען...
כמובן אז ס'נישט געוען קיין שום כוונה אויף שלעכט,
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

מיין הארץ קלאפט זייער שטארק
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow wow
היימיש, נישט צו אנגעצויגן (דערווייל...) און ציענד!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יענקי פיש האט געשריבן:
eller האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו ליינען דאס לעצטע חלק
כ'מוז דיר זאגן דו האסט א פענע עפעס אויסטערליש אינטעראסנט דו קענסט שפינען עפעס אויסנאמדיג
יעצט ווי א איד דארף מען דאך זאגן קריטיק (אוי שוין ווייטער אייביג מוזן זיי געבן קריטיק....) כ'פיל אז דו האסט גענומען די אלע הייליגע צדיקים און אבות הקדושים און זיי שרעקליך אראפגעברענגט לעניות דעתי איז עס זייער נישט אויסגעהאלטן...
#מיין מיינונג
אבער דו גיי ווייטער אן מיט די גאר אינטערסאנטע שפאנענדע ערציילונג. ביז די (האפענטליכע ) פרייליכע ענדע...



ס'געווען דערויף קריטיק און אישי אויך, מ'קען זיך קריגען אויף די עצם קריטיק, אבער ווען כ'וואלט געוויסט פארדעם אז ס'וועט זיין אזאלכע וואס האבען עס נישט ליב וואלט איך עס מסתם נישט געשריבען...
כמובן אז ס'נישט געוען קיין שום כוונה אויף שלעכט,

יא ווי פארשטענדליך פשוט אלץ נקודה צו טראכטען דערוועגן
אבער כ'מוז דיר זאגן כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי דו האסט אונטערגענומען אזא שווערע שרעקעדיגע נסיעה.
ה' ישמרך ........
אבער ביזן סוף..... צופיל געשיכטעס דא אויף אייוועלט איז געווארן אזוי פארפאלנטערט אז כ'האט געווארן סטאק אינמיטן....
לעצט פארראכטן דורך eller אום מיטוואך אוגוסט 22, 2018 10:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

eller האט געשריבן:צופיל געשיכטעס דא אויף אייוועלט איז געווארן אזוי פארפאלנטערט אז כ'האט געווארן סטאק אינמיטן....

משום הא, בין איך מיך נוהג בכגון דא (גם באויסגאבעס), אז מ'ווארט אויס ביז די מעשה ענדיגט זיך גוט אויסבאקן, און יעמאלט געבט מען א ליין אפ די גאנצע מעשה, בנשימה אחת שטייטזעך.
אבער ווי איך פארשטיי, לאו כל מוחא סביל דא, ובפרט פאר די היינטיגע צייטן, קען איך נישט אנגעבן קיין הדרכה מ'זאל זיך נוהג זיין ווי מיר, ס'איז נאר פאר יחידי סגולה, זיי קענען נעמען אויף זיך אזא הנהגה פון ווארטן טעג / חדשים די מעשה זאל קומען צו אן ענדע, אבער אויפגעבן טאר מען נישט, און מיט אסאך יגיעה, קען מען צו דעם צוקומען, בעזר הוי' ית'.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

דעמאלט דארף מען ארויס געבן א PDF און שרייבן אויפן קעפל ''ענדע''
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

תודה רבה לכבוד הר"ר יעקב דג שליט"א צלח ורכב!!!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ר' יעקב, ווען קומט די נייע?
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

יעקעלע די ביסט שוין לאנג נישט געווען איינגעשריבען מיט דיין יענקי פיש ניק ..
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

קיקט אויס אז יענקי און אלישע האבן זיך צוגעשטעלט צום זיך אקציע נאך די מיסטריעזע טאשקע...
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

עס קען זיין אז זינט עס איז ארויסגעקומען די נייעס אז הרב בערל לאזאר איז געווען פאר א מיסיע אין איראן פאר די פוטין רוסלאנד מאשין, קען יענקי מער נישט ברענגען קיין אפדעיטס פון זיין מיסיע... #הא_קנאוס!?
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

kosher phone האט געשריבן:עס קען זיין אז זינט עס איז ארויסגעקומען די נייעס אז הרב בערל לאזאר איז געווען פאר א מיסיע אין איראן פאר די פוטין רוסלאנד מאשין, קען יענקי מער נישט ברענגען קיין אפדעיטס פון זיין מיסיע... #הא_קנאוס!?

https://yiddishevinkel.com/archives/15662
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: "מיין נסיעה קיין אייראפע" ה' שופטים: צוגעלייגט חלק ו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מארגן איז די יארצייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”