"מיין נסיעה קיין אייראפע" ה' שופטים: צוגעלייגט חלק ו'

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

יענקל, ס'איז צער בעלי חיים צו לאזן דעם עולם ווארטן....
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
טווערסקי
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 08, 2018 2:33 am

גייסט אינז לאזן ווארטען ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טווערסקי »

גייסט אינז לאזן ווארטען ?
די מאגן פלאקערט......
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

איך האף נאר אז עס גייט זיך נישט ענדיגען אזויווי דער מיסטריעזע טאשקע
אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש'עלע שטופער »

יענקל דאס איז בעסער ווי גוט,
איך קען קוים ווארטן אויף די המשך,
קיפ איט אפ!!!
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...
יענקי פיש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 11:35 pm

"מיין נסיעה קיין אייראפע" חלק ג',

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקי פיש »

"מיין נסיעה קיין אייראפע" חלק ג',

מאנטיג ציפרי ביניך אויפגעשטאנען פרי, זיך געמאכט א הייסע קאווע מיט מילך, נאס געמאכט די אויסגעשלאפענע לעפצען, נאכהער האב איך זיך אנגעמאסטען דעם טלית און זיך באוואפענט מיט די תפילין, אין שופך שיח געווען פאר'ן בורא כל עולמים,

כ'האב גענדיגט דאווענען, אלישע שלאפט נאך, אלישע שטיי אויף, ס'שוין היבש שפעט, ער דרייט זיך אויס אויף די אנדערע זייט מורמעלנדיג עפעס אומפארשטענדליכע ווערטער, דערווייל קלאמפ מען אין טיר,

ראום סערוויס...., ראום סערוויס אין קאפ אריין, אבער דער הערט נישט אויף קלאפען, כ'עפען די טיר, שטייט דארט א איינגעשטעלטע אנגעטוהן אין ווייסען, ער פרעגט אויב איך בין מיסטער פיש, יא פיש, נו וואס וויסטע ? ער דערלאנגט מיר א פארזיגעלטען קאנווערט און ווערט פארשווינדען מיטען זעלבען ווינט וואס האטעם אהער געברענגט,

כ'גיי אריין אין שטוב, כ'זעץ מיר אראפ אויפען פאטעל מיט א חדרת קודש, גיימער עפענען דעם קאנווערט, כ'רייס אויף די עק, און כ'נעם ארויס א צעטעל, דארט שטייט "10:15 צימער 517" דעטס איט, ווי כ'פארשטיי מיינט דאס אז 10:15 גיימער זיך טרעפען מיטען פרעזידענט, כ'ווער אביסל עקסיידעט, און אלישע שלאפט נאך, אלישע, שטיי אויף פאר א גוט יאר, ס'איז 8:30 אין 10:15 ברויך מיר זיין ביים פרעזידענט, נו שטיי שוין אויף,

אלישע: וויפעל אזייגער איז ?
איך: אכט דרייסיג, אין ס'שפעט, ליין קרישמע, אין גיי דאווען, זיי גרייט אויף צענע,

אלישע שטייט אויף צו מזל, איך גיי מיר ציגריייטען א פרישטאג כיד המלך והפרעזידענט, די פרישטיג איז געווען פיין, נאכדעם טוה איך מיר איבער אויף שיינע בגדים אזוי ווי עס פאסט פאר אזא באגעגעניש,

די זייגער איז נישט געשטאנען אין געווארט, אין ס'שוין צען צו צען, אלישע האט עספייעט צו דאווענען און אויך צו עסען היצטערט מאכט ער זיך גרייט, אויף צענע איז ער גרייט,

נו, אלישע, לאמיר גיין,
אלישע: יוא טאטי, כ'בין אביסל דערשראקען,

איך: דאנט ווארי, ס'וועט זיין פיין, טראמפ איז א לייטיש אינגל, ער וועט אונז גלייך מאכען שפירען היימיש,
אלישע: ס'משוגע, כ'טאר גארנישט זאגען פאר מיין ווייב און פאר מאמי... וויזוי קען מען אלעס האלטען אין בויך... ?

איך: העי, אלישע, הייב נישט אן, קיין ווארט נישט פאר קיינעם ! אבער קיינעם, מ'רעדט דא פין גאר ערענסטע סודות, יעדעס איבריגע ווארט קען אנמאכען אומשאצבארע שאדענס,

אלישע: אקעי, דא איז 517,

איך קלאפ אויפען טיר, פלוצלינג עפענט זיך די טיר קעגען איבער, נישט 517, א באוואפענטע שומר קוקט אונז אן ווי א האן אין בני אדם, ער קוקט אויף א בילד וואס ער האט אין די הענט, אין ער ווייזט אויף מיין זוהן ווער איז דאס? דאס איז מיין זוהן, ער מאכט צו די טיר אין לאזט אונז שטיין אינדרויסען,

נאך א פאר מינוט, עפענט זיך די טיר נאכאמאל, דער שומר ריפט אונז אריין, אין ער טראגט אונז אריין אין א ווארט צימער, נאך א מינוט צוויי, שפאצירט אריין נישט קיין אנדערע ווי שטיינבערג,

שטיינבערג: מ'האמער נישט געשמועסט אז די ברענגס נאך איינעם....
איך: אונז ארבעט מיר ציזאמען...., כ'האב נישט געהאט ווי דיר צו מודיע זיין, כ'האב דיר טאקע אינזין געהאט צו זאגען, אונז ברויך מיר האבען א מעטאדע פון קאמיוניקאציע, ס'איז זייער שווער צו ארבעטען אן קאמיוניקאציע,

שטיינבערג: יא, ביסט גערעכט, ליסען כ'וועל דיר געבען א נומער, ווען די ברויכסט עפעס וויכטיג קאמיוניקירען דאן ריף צו דעם נאמבער פון א פריפעיד סימקארד, לאז קארט איבער א מעסעדזש מיט א נאמבער ווי כ'קען דיר ריפען און כ'וועל דיר קאנטאקטען,
איך: אקעי, דעיס סאונד בעסער,

שטיינבערג ווייזט מיר אן אויף טיר נומער דריי, "דער פרעזידענט ווארט אויף דיר"

כ'הייב מיר אויף איך מיט מיין זוהן און כ'קלאפ אן אויפען טיר, די טיר עפענט זיך, אין מ'שפאציר מיר אריין, דער פרעזידענט זיצט ביי א טיש, מיט פארשידענע דאקומענטען אויסגעשפרייט אויפען טיש,

איך: היי מיסטער פרעזידענט, איטס א אונער פאר מי טו מיט יו,
פרעזידענט טראמפ: איטס ען אונעער פור מי טו, מיסטער פיש, כ'האב געהערט גוטע זאכען וועגען דיר,
איך: דעיס איז מיין זוהן אלישע, ער טוט א גרעיט דזשאב !
פרעזידענט: ער איז אויך "גוד לאאוקינג"... קוקט אויס ווי א גוטע זוהן...

איך: יא, חוץ ווען כ'דארף אים ארויס שלעפען פון בעט... די יונגע דור הייבט אן דעם טאג שפעטער...
פרעזידענט: יא, אזוי איז עס ביי די יונגווארג, פרעג נישט וויפעל מאל איך האב געדארפט ארויסשלעפען איוואנקא פון בעט... עם... זעצט ענק אראפ פליז...

דער פרעזידענט איז געזעצען אויבען אן פינעם טיש, איך האב מיר געזעצט ביים רעכטען זייט פונעם פרעזידענט, און אלישע ביים לינקען זייט,

פרעזידענט: ליסען מיסטער פיש, אזוי ווי די האסט שוין מסתם געהערט פון מיסטער שטיינבערג, ס'רעדט זיך דא פון זאכען אויפען העכסטען שטאפעל פון נעשענעל סיקיורעטי, אונז ווייס מיר נאכנישט פינקטליך וועם אונז קען מיר טראסטען אין די גאווערמענט אגענטורען, אסאך אגענטורען זענען ממש דורכגעפוילט מיט פאררעטער, פארשוינען וואס זיי געבען נישט קיין דעמ פאר נעשענעל סיקיורעטי, צביסלעך רייניג מיר אויס געוויסע וויכטיגע גאווערמענט אפיסעס, ס'איז זייער א שווערע ארבעט, ספעציעל מיט די "פעיק ניוז" וואס ארבעט קעגען די אינטערעסען פון די יונייטעד סטעיטס,

כ'וועל דיר זאגען מיסטער פיש, ס'איז אסאך ערגער ווי די מיינסט, ס'דא אזוי פיהל וואס מען ברויך טוהן ממש דרינגענד, אבער ס'פעלט אונז באגלייבטע מענטשען, האב מיר באשלאסען צו ארויסגעבען ארבעט פאר באגלייבטע דרויסענדיגע דעטעקטיווס, אונז האף מיר אזוי צו קענען שנעלער ריקען זאכען,

איך: כ'וועל דיר זאגען מיסטער פרעזידענט, כ'האב מסכים געווען עס צו טוהן נישט וועגען די געלט, כ'האב ברוך ה' איבער גענוג ארבעט, נאר כ'זעה אז דער פרעזידענט טוהט וואס מען דארף, אפילו ווען עס איז שווער, כ'האב געזעהן ווי דעי אלעס שלענג און מייז קומען ארויס פון די לעכער און אטאקירען דעם פרעזידענט טאג אין נאכט, אין פאר גארנישט ! האב איך פארשטאנען אז ס'מיז זיין אז דער פרעזידענט טוט וואס איז גוט, און איך וויל העלפען וויפעל איך קען !

פרעזידענט: טענקיו מיסטער פיש, איי ריעלי אפרישיעט דעט ! יא, ס'איז א גרויסע מלחמה, אבער מיר גייען געווינען ! איי לייק טו ווין ! ענד ווי וויל ווין ! מיט גאטס הילף !

איך: וואס איז די מעשה מיט די אייראפעאישע יוניען ?
פרעזידענט: די אייראפעיאישען יוניען איז א סטינקינג יוניען, זיי זענען נישטא צו העלפען די מענטשען פין אייראפע, ס'איז א גרופע וואס איז געגרינדעט געווארען פאר גאנץ אנדערע סיבות, וועסט שוין מסתם מער געוואר ווערען דורעך דיין ארבעט, למעשה ניצען זיי די ארגעניזאציע היינט כדי צו אנדערמיינען די יונייטעד סטעיטס, און אויך קעגן איזראעל, זיי זענען א באנדע שלענג וואס מען דארף אפהאקען דעם קאפ, אבער דאס איז די פראבלעם, מיר זענען געוואר געווארען אז ס'דא איינער וואס פירט די זאך, איינער וואס קומט נישט ארויס אין פאבליק, אבער ער איז דער פאקטישער פירער פון די גאנצע זאך, לויט וויפעל מיר ווייסען איז עס איין פארשוין, מיר מיזען וויסען ווער ס'איז, ס'איז אונז זייער זייער וויכטיג,

איך: מיסטער פרעזידענט מיר וועלען טוהן וואס מיר קענען, און מיט דעם באשעפער'ס הילף וועלמיר געוואר ווערען,

מ'זעמער נאך געזעצען ביים פרעזידענט נאך אביסל, איבערשמיסענדיג פארשידענע דעטאלען, נאכדעם האב מיר זיך הארציג געזעגענט,

און איך מיט מיין זוהן זעמער ארויס און צוריק געגאנגען צו אונזער האטעל צימער צו ציגרייטען די פעקלעך אויף די נסיעה,

[פארזעצונג אי"ה]
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

פיינע פרישע נייעס
וויפול גרינע דארפסטו
נעם דא
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

שכח! רעדי פאר נעקסט.

אבער לאז נישט לאנג ווארטן ווייל עס פארלירט די טעם.

שכח עגען
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOW דו קומסט אריין פריש און שפאנענד
און ווי יעדער האקט פליס לאז נישט ווארטן זיי מחיה טויזענטער אידן איינס נאכן צווייטען
א ריזן דאנק

עצה טובה ס' פעלט נישט אויס זאלסט יעדע מאל טוישן די קעפל וויפיל חלקים מ'האלט.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

יישר כח, שפאנענד און גאר דיפרענט!

ביטע אנהאלטן דאס טישן קעפל ביי נייע פארזעצונגען.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

eller האט געשריבן:WOW דו קומסט אריין פריש און שפאנענד
און ווי יעדער האקט פליס לאז נישט ווארטן זיי מחיה טויזענטער אידן איינס נאכן צווייטען
א ריזן דאנק

עצה טובה ס' פעלט נישט אויס זאלסט יעדע מאל טוישן די קעפל וויפיל חלקים מ'האלט.

ש'כח! שיין געשריבן!

איך האלט גראדע יא אז זאלסט טוישן די קעפל יעדעס מאל ס'איז דא א פרישע פארזעצונג, ווייל איך האלט נישט ביים קומען צו לויפן ביי יעדע שכח מיט איין א טעם מיינענדיג אז ס'איז שוין דא א פרישע פארזעצונג...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

מיסטער פיש איר זענט פיינע נייעס
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

ישוב הדעת האט געשריבן:מיסטער פיש איר זענט פיינע נייעס

;l;p-
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

הייסע ווארע, שפאנענד, גאר א גוטן פעדעראלע בליעה"ר

א ריזיגן יש"כ און אויך שוין למפרע פאר די קומענדיגע קאפיטלען, קיפ איט גאואינג
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

Wow
-a;- ;a-1;
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

פיינע נייעס דאס
זעט אויס ווי עס פאסירט יעצט עס ווי ספיקינג אין יעדען טאג קומט ער אריין מיט דעם היינטיגן אפדעיט...
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;l;p-
יענקי פיש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 11:35 pm

"מיין נסיעה קיין אייראפע" חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקי פיש »

"מיין נסיעה קיין אייראפע" חלק ד' ,


טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל, וואשינגטאן די סי.

אקעי לישי (אלישע), ס'צייט צו ציגרייטען די נסיעה און אפפליען אויף אייראפע,

לישי: יא, די פעקלעך זענען גרייט, וויזוי ווילסטע פארען ? פאבליק אדער פרייוועט ?

איך: פרייוועט איז צו דענזשערעס, ס'איז צו גרינג עס צו אטאקירען, פאבליק איז בעסער, איך וויל פארען אויף ווארשע, כ'וויל מתפלל זיין אין ליזענסק, מיין הארץ זאגט מיר אז אונז ריר מיר אן זייער א הייקעלע נערוו, ווער ווייסט וויפעל שלענג זענען באהאלטען אויפען וועג, אביסל תפילה קען העלפען אויסגלייכען די וועג,

לישי: גוט לאמיר דא זעהן... אקעי ס'דא פלאץ אויף "לאט עירליינס" אכטע ביינאכט אויף ווארשע, אין ערשטע קלאס,

איך: גוט באוק עס, אקעי, אונז דארף מיר א קאווער-סטארי, מ'קען נישט פארען נאקעט.... מ'וועל מיר פארען אלץ סאודיע אראביע אויל מאגנאטען, וואס פארען ארום אויף ביזנעס, כ'האב סאודיע פאספארטען, די וועסט הייסען "עבדול חאסאן" און איך "אסאד על מזוז" לייג אריין די נעמען ביי די טיקעט'ס און גיי פארשאף פאסנדע קליידער, איך האב א פאר לעצט מינוטיגע זאכען צו מסדר זיין,

לישי: אקעי טאטי, צום באפעל !

----

6:00 PM

מ'זעמער צוריק און האטעל, מ'טימער זיך אן די אראבישע שמאטעס,

לישי: משוגע מטורע, דאס איז די לעצטע מאל וואס מען ניצט דעי אידענטיטעט, נעקסטיים טרעף א אידענטיטעט מיט ווייניגער שמאטעס, וואו, טאטי, מאך א פיקטשער און שיק עס צו מיין ווייב... קוק אן, יוא קוק איך אויס גוט....

איך: לישי.... סעיוו איט, די קאר איז גרייט ?

לישי: די קאר איז גרייט, אללא אכברררר !!!, זאגמיר טאטי, ס'אמת אז אראבער טארען נישט טרינקען וויין ?

איך: וואס גייט פאר מיט דיר ?

לישי: מיין רבי פלעגט זאגען אז מלבושים זענען משפיע... אז חצוניות איז משפיע אויף די פנימיות... אללא אכבררררר !

איך: לישי, ביהעיוו...

לישי: עניוועי לאמיר גיין פון דא, וואס מען דארף נישט לאזט מען איבער דא אין האטעל, שטיינבערג האט געזאגט אז ס'בלייבט אונזער ביז די מיסיע איז אריבער,

מ'גיימער אראפ, מ'זעץ מיר זיך אריין אינעם עסקעלעיטער, און ויסעו, לישי זיצט ביים רעדעל, און די קאר גליטשט זיך צום עירפארט,

- - - - - -

מיר מאכען זיך באקוועם אויפען פליגער, די ערשטע קלאס זיצען איז גאנץ בסדר, די פליגער לאזט זיך ארויס צום ראן וועי, און רייסט זיך אפ מיט כוח פונעם אמעריקאנעם באדען,

לישי: דאס איז עס מען פליעט…
איך: יא, ס’הייבט אן ווערען עכט… ביז יעצט האט עס אויסגעזעהן מער ווי א חלום… ווי עפעס א נאוועל… ס’קומט די פוינט וואס די רעאליטעט שטעלט זיך אוועק פארענט פון אונז ווי א גאנצע לבנה אינמיטען חודש…
לישי: ווי וואס ?
איך: נעווער מיינד…

לישי: יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די אראבער האבען ליב זיך צו אויפרייסען…. ווער קען זיך דען ארום שלעפען מיט אזאלכע שמאטעס… גלייך ווי מען קומט אן אויף ווארשע טויש איך אידענטיטעט, כ’וויל נישט וויסען מער פון קיין אראבישע מאגנאטען,

אינצווישען גייט אדורך א סטאווערד מיט א וואגען משקאות, “וויין אדער אראנזש דזשוס ?” …

לישי: אללא אכבררר, אללא אכבר… די ווייסט דען נישט אז מוחמד לאזט נישט טרינקען וויין, פארוואס גרינגשעצסטו און אונזער רעליגיע ?…

סטאווערד: אה, סארי סארי…. ס’געווען א מיסטעיק…

לישי: יא, סארי…, שעים אן יוא… שעים אן לאט עירליינס…

איך: לישי סטאפ, וואסי מיט דיר, … סארי סטואווערד, ער איז אביסל מיד… איך וועל שוין רעדען צו אים,

די סטואווערד גייט זיך איר וועג,

איך: אקעי לישי, דאס מיז זיך ענדיגען, כ’קען נישט טאלערירען דיינע געים’ס, דעיס מיז זיך ענדיגען, וואסי געשען מיט דיר,

לישי: איך עקט דעי פערסאנאליטי, כ’מיין דאס איז פארט פון די ז….

איך: בלא בלא בלא… לישי, ווער צוריק נארמאל, כ’דארף דיין הילף, נישט אז די זאלסט אנהייבען צו פארדרייען א קאפ, כ’מיין קאם אן.. לישי…

לישי: אקעי, טאטי, איינמאל מען קומט אן אויף ווארשע אין מען טוישט אידענטיטעט ווער איך צוריק נארמאל, איך האב נישט ליב קיין אראבישע שמאטעס…

איך: אקעי, מ’וועמער טרעפן א צווייטע קאווער סטארי,

די וועג איז אריבער בשלום, דער פליגער האט געלאנדעט דינסטאג ציפרי אינעם ווארשעווער לופטפעלד, מיר זענען אפגעשטיגען בשלום, אריבער די גרעניץ וואך, גנומען די פעקלעך און ארויס פונעם לופטפעלד,

לישי: כ’האב באשטעלט א RV, אזוי וועט זיין גרינגער ארום ציפארען, און מ’וועט זיך קענען אויסשלאפען אויפעג וועג, א שאד די צייט, סטעפאן האט געשיקט א באגלייבטע מענטש עס צו דינגען, און אזוי אויך האט ער שוין געשיקט די וואפען מיט יענעם, יענער ריפט זיך "הארטע שטיין”, ער ברויך אנקומען עני מינוט מיט די RV

איך: זייער פיין,

לישי: אין נאך עפעס האביך דיר פארגעסעןו צו זאגען…
איך: נו
לישי: ס’איז א ספעציעלע RV וואס קומט מיט א קליינע העליקאפטער אויפען דאך, כ’האב געטראכט אז מיט אזא קענזשערעס מיסיע ברויך מען האבען אפשען’ס, חוץ פון דעם אז כ’האב שוין יא א לייסענס פאר א העליקאפטער, איז גוט אז ס’מאכטציך א געלעגענהייט עס צו ניצען…

maxresdefault1.jpg
maxresdefault1.jpg (453.56 KiB) געזען 1664 מאל


איך: נו פיין זאל זיין א העליקאפטער,

אינצווישען איז "הארטע שטיין" אנגעקומען, מיר זענען איינגעשטיגען אינעם RV , “הארטע שטיין" האט געדרייווט פאר א האלבע שעה ביז עפעס א פארלאזטע פארקינג לאט,

הארטע שטיין: גוט, חברה, איך גיי דא אראפ, די וואפען ליגט אינעם שענקעל אינטערן בעט, כ’ווינטש ענק הצלחה אין ענקערע וועגען, ער האט געמאכט א מיליטערישע סאלוט, און איז פארשואונדען געווארען אינעם האריזאנט,

אונז האב מיר זיך אביסל באקוועם געמאכט, אויסגעפאקט די זאכען, אין מסדר געווען,

איך: אקעי לישי, האט כוח צו דרייווען,
לישי: יא, כ’ביד נישט מיד יעצט, כ’וועל עפעס עסען און מ’וועלמיר זיך ארויסלאזען אויפען וועג קיין ליזענסק, דו טאטי, גיי שלאפען און רוה זיך אויס, ביז א 4-5 שעה וועלמיר זיין אין ליזענסק,

אין א גוטע שעה האט די RV זיך ארויס געלאזט אויפען וועג בואכה ליזענסק,

“וַיִּסָּעוּ וַיְהִי חִתַּת אֱלֹהִים עַל הֶעָרִים אֲשֶׁר סְבִיבֹתֵיהֶם וְלֹא רָדְפוּ אַחֲרֵי בְּנֵי יַעֲקֹב "

איך בין אריין אין צימער אין זיך געשטעלט דאווענען שחרית, נאכען עפעס עסען האמיר ארויס גענומען די גמרא זיך אביסל דערחאפען דאס הארץ,

די בערג אין טאלען ארום האבען זיך שטילערהייט ציגעהערט צו מיין גמרא ניגון,

איי איי איי איי… אמר רבא, האט רבא געזאגט, איי איי איי איי איי,

שוין כמעט 80 יאר וואס די גמרא ניגון איז דראסטיש פארשטילט געווארען פון די דאזיגע וועגען, אלע בערג אין טאלען ארום איז דורעכגעווייקט מיט אידיש בלוט,

פוילען איז היינט פוסט אין וויסט, מען זינגט נישט מער לכה דודי… נישטא מער קיין חסידישע אידען וואס טרינקען מעיד, נישטא מער קיין טאטעס מאמעס מיט אידישע קינדער, אלעס איז בארבאריש אויסגעריסען געווארען,

אזאלכע מחשבות לויפען מיר אדורעך פארענדיג דורך צווישען די פוילישע גרין באוואקסענע "קאנטרי-סייד",

די RV שלענגעלט זיך מיט געשמאק, א מידקייט נעמט מיר ארום, כ’פארמאך די גמרא און פאל אריין אין בעט, די בעט איז גאר באקוועם, און ביז געציילטע מינוטען פאל איך אריין אין א זיסע נארהאפטיגע שלאף,

"פארזעצונג אי"ה"
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

# נישט נארמאל!

וואו קען מען באקומען דעי RV?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

חברה יענקי האט געלייגט א חלק ד ! קומטס שנעל צו לויפן!!
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;l;p- ;l;p- :lol:
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

טעם וריח האט געשריבן:# נישט נארמאל!

וואו קען מען באקומען דעי RV?

אויף גוגל זיך פאר א rv with helicopter
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

וואווי טהענקס סאו מאטש
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

אוי געוואלד וואס גייט ער דא אפטון די יענקי
KEEP COMING
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

%f#@ אין די דערפער פארט מען מיט א פערד אדער א אייזל נישט מיט א rv
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

anyway עס איז זייער גיט
נא ווי וואנט מאר
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”