אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - חתונה קליידער - מיידלעך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וויאזוי זאלן די מיידלעך גיין אנגעטוהן?

1) אלע מיידלעך זאל נאר גיין מיט שיינע שבת'דיגע און יום טוב'דיגע קליידער
36
51%
2) די געשוויסטער פון חתן כלה זאלן יא גיין מיט ספעציעלע חתונה קליידער
31
44%
3) אלע מיידלעך זאלן גיין מיט ספעציעלע חתונה קליידער
4
6%
 
סך הכול שטימען: 71

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - חתונה קליידער - מיידלעך

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יולי 15, 2018 1:44 am

פרשת דברים תשע"ח - וואלן פון די וואך איז איבער - חתונה בריוולעך - טראנפארטאציע - חתונה קליידער (מיידלעך) - מוזיק מיט זינגער
די אשכול איז איבער

פראגע: וויאזוי זאלן די מיידלעך גיין אנגעטוהן?

1) אלע מיידלעך זאל נאר גיין מיט שיינע שבת'דיגע און יום טוב'דיגע קליידער
2) די געשוויסטער פון חתן כלה זאלן יא גיין מיט ספעציעלע חתונה קליידער
3) אלע מיידלעך זאלן גיין מיט ספעציעלע חתונה קליידער (גאונס)

חתונה בריוולעך
viewtopic.php?f=3&t=37458
טראנפארטאציע
viewtopic.php?f=3&t=37459
מוזיק מיט זינגער
viewtopic.php?f=3&t=37461

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יולי 15, 2018 8:32 am

וואס איז די דעפיניציע פון א שבת אדער ספעציעלע קלייד

א זאך וואס איז סובזשעקטיו איז שייך צי אינפארסן מיט תקנות?

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג יולי 15, 2018 2:27 pm

וואס איז די חוליק פון 1 אין 3 ?
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » זונטאג יולי 15, 2018 2:37 pm

איינס גייט מען צום קלאזעט און מ'נעמט ארויס די שבת'דיגע קלייד, אפשר נאר די נייעסטע, שענסטע.

דריי, איז דא נישט קלאר געשריבן, דריי איז די אפשען וואס זאל בלייבן אזוי ווי ביז היינט, די לאנגע גייאנס פאר די קינדער.
(אויף די צעטליך איז עס געשטאנען אביסל נישט.. טשולדיגט.. מ'שרייבט נישט אזוי אויף א עמטליכע צעטל.)

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יולי 15, 2018 2:39 pm

מיין סברא איז אז מען זאל גיין יוט'דיגע קליידער און נישט ספענדן קיין איין דאלער אויף גאונס אדער האר
עס איז איבריגע מותרות און פארשווענדעטע לוקסוס און א היינטיגע מאדע , קיינמאל נישט געווען
עס וועט שפארן אסאך געלט--צייט--קאפ וויי--קנאה און נאך

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » זונטאג יולי 15, 2018 2:51 pm

ריכטיג, טאקע נאכנישט געזען רעדן פון די האר.

חוץ פון צאלן דערפאר, וועלעך קענען ארבעטן אין די צייט וואס מ'לויפט ארום עס ערלעדיגן, און מאכן איטליכע דאאלער.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יולי 15, 2018 2:59 pm

מובטחני אז די וואס שטימען פאר #3 האבן א ביזנעס פון רענטן די טייערע חתונה גאונס...........................

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג יולי 15, 2018 3:03 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:מיין סברא איז אז מען זאל גיין יוט'דיגע קליידער און נישט ספענדן קיין איין דאלער אויף גאונס אדער האר
עס איז איבריגע מותרות און פארשווענדעטע לוקסוס און א היינטיגע מאדע , קיינמאל נישט געווען
עס וועט שפארן אסאך געלט--צייט--קאפ וויי--קנאה און נאך

גם אני מצטרף
און איך בענטש שוין מיט א ברכת כהנים פאר ווער ס'וועט עס דורך ברעכן, און מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל!!

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יולי 15, 2018 3:05 pm

אויב שטימט מען אויף 2 גייט זיין א גמ"ח פאר דעם?
האקט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 15, 2018 3:06 pm

ראספשע האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:מיין סברא איז אז מען זאל גיין יוט'דיגע קליידער און נישט ספענדן קיין איין דאלער אויף גאונס אדער האר
עס איז איבריגע מותרות און פארשווענדעטע לוקסוס און א היינטיגע מאדע , קיינמאל נישט געווען
עס וועט שפארן אסאך געלט--צייט--קאפ וויי--קנאה און נאך

גם אני מצטרף
און איך בענטש שוין מיט א ברכת כהנים פאר ווער ס'וועט עס דורך ברעכן, און מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יולי 15, 2018 3:11 pm

מי יודע האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:מיין סברא איז אז מען זאל גיין יוט'דיגע קליידער און נישט ספענדן קיין איין דאלער אויף גאונס אדער האר
עס איז איבריגע מותרות און פארשווענדעטע לוקסוס און א היינטיגע מאדע , קיינמאל נישט געווען
עס וועט שפארן אסאך געלט--צייט--קאפ וויי--קנאה און נאך

גם אני מצטרף
און איך בענטש שוין מיט א ברכת כהנים פאר ווער ס'וועט עס דורך ברעכן, און מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל!!


איר זענט אויך א כהן?

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג יולי 15, 2018 3:13 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:מובטחני אז די וואס שטימען פאר #3 האבן א ביזנעס פון רענטן די טייערע חתונה גאונס...........................

און די וואס שטומען פאר איינס פארקויפן שיינע שבת קליידער...

לדעתי, טאמער וועט מען גיין מיט שבתדיגע קליידער וועט עס ארויפריקן די סטאנדארט פון שבתדיגע קליידער - מ'וועט קויפן טייערער און שענער ווייל מ'גייט דאך עס ניצן פאר די חתונה. דאס וועט יעצט קאסטן געלט פאר יעדעם אום א יעדעס יאר (אדער צוויי מאל א יאר) אשטאטס וואס ביז יעצט איז די הוצאה געווען נאר פאר די וואס האבן חתונות

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג יולי 15, 2018 3:15 pm

Haklal האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:מיין סברא איז אז מען זאל גיין יוט'דיגע קליידער און נישט ספענדן קיין איין דאלער אויף גאונס אדער האר
עס איז איבריגע מותרות און פארשווענדעטע לוקסוס און א היינטיגע מאדע , קיינמאל נישט געווען
עס וועט שפארן אסאך געלט--צייט--קאפ וויי--קנאה און נאך

גם אני מצטרף
און איך בענטש שוין מיט א ברכת כהנים פאר ווער ס'וועט עס דורך ברעכן, און מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל!!


איר זענט אויך א כהן?

איר זוכט א כהן?

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

דעי אנקעטע איז אינטערעסאנט ביז עס קומט צו פרעגן די פרויען

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יולי 15, 2018 3:32 pm

ראספשע האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:מיין סברא איז אז מען זאל גיין יוט'דיגע קליידער און נישט ספענדן קיין איין דאלער אויף גאונס אדער האר
עס איז איבריגע מותרות און פארשווענדעטע לוקסוס און א היינטיגע מאדע , קיינמאל נישט געווען
עס וועט שפארן אסאך געלט--צייט--קאפ וויי--קנאה און נאך

גם אני מצטרף
און איך בענטש שוין מיט א ברכת כהנים פאר ווער ס'וועט עס דורך ברעכן, און מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל!!


איר זענט אויך א כהן?

איר זוכט א כהן?


איך האב געוואלט זיכער מאכן ער קאמפיעט נישט מיט דיר

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג יולי 15, 2018 3:39 pm

Haklal האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גם אני מצטרף
און איך בענטש שוין מיט א ברכת כהנים פאר ווער ס'וועט עס דורך ברעכן, און מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל!!


איר זענט אויך א כהן?

איר זוכט א כהן?


איך האב געוואלט זיכער מאכן ער קאמפיעט נישט מיט דיר

נו, האמיר שוין צוויי כהנים...

לגופו של דבר
דא קומט די שווערסטע חלק פון 'חתונה תקנות'......
מען זאל פועל'ן ביי פרויען.... לאמיר זעהן א מופת, ווער גייט 'דאס' באווייזן!!!??
יוי! איז דאס נישט קיין גרינג עסק....
וואס איז אנבעלאנגט אריבער די מחיצה, קענסטו האקן א וואנט...

yoy
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג יולי 15, 2018 4:33 pm

די סברא איז, אלע מיידלעך די געשוויסטער פון חתן כלה ''ביז 14 15'' יאר, זאל נאר גיין מיט שיינע שבת'דיגע און יום טוב'דיגע קליידער און נישט ספענדן קיין איין דאלער
העכער 15 יאר זאלן יא גיין מיט ספעציעלע חתונה קליידער

אוועטאר
פרייזן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » זונטאג יולי 15, 2018 4:37 pm

yoy האט געשריבן:די סברא איז, אלע מיידלעך די געשוויסטער פון חתן כלה ''ביז 14 15'' יאר, זאל נאר גיין מיט שיינע שבת'דיגע און יום טוב'דיגע קליידער און נישט ספענדן קיין איין דאלער
העכער 15 יאר זאלן יא גיין מיט ספעציעלע חתונה קליידער

פארוואס??

yoy
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג יולי 15, 2018 4:52 pm

גיי שלאג דיך אויף אלע מיידלעך , עסט נישט אנקימען...סע איז שיין אויף פאפיר... שנייד כאטש האלב אראפ
העכער 15 יאר, איז א מיידל שוין גרויס, זאלן זי יא גיין מיט א Special קלייד

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 15, 2018 9:14 pm

yoy האט געשריבן:גיי שלאג דיך אויף אלע מיידלעך , עסט נישט אנקימען...סע איז שיין אויף פאפיר... שנייד כאטש האלב אראפ
העכער 15 יאר, איז א מיידל שוין גרויס, זאלן זי יא גיין מיט א Special קלייד

אכן ס'פאדערט זיך אסאך ארבעט און אסאך הסברה, און בעיקר א יוניאן צווישן משפחות, אונז גיי מיר מיט פלעינע שבת'דיגע בגדים, נאר דאס גייט עס דורכברעכן, ס'איז שוין היינט דא געוויסע משפחות פונעם גאר פרומערן קרייז וואס דאס איז אפיציעל די סטאנדארט, מען גייט מיט סתם שבת'דיגע קליידער, מיין ב"ב איז לעצטענס געווען ביי אזא חתונה האט זי מיר געזאגט, פארפאלן, די שמחה וואס מ'האט דארט געזען ביי די באטייליגטע זעט מען נישט ביי אסאך פון אונזערע חתונות וואס מ'איז אנגעטון מיט די רייכסטע אויפגעריסטעטע קליידער

איך וועל געבן א נארישע משל, וואס ווייזט אבער אז יעדע משפחה קען אליין באשליסן דאס איז אונזער סטאנדארט, און איינער לערנט זיך אפ פון צווייטן
למשל, היינט איז דער מנהג, ווען א ברודער האט חתונה, גייט מען מיט א זיידענע בעקיטשע, ווען דער ברודער מאכט שוין חתונה און פון דארט אראפ ווער ס'קומט מיט א שטריימל, גייט א מיט א טיש בעקיטשע, פארוואס? ווער האט דאס איינגעפירט? מי יודע?
דער מציאות איז אבער, ס'איז דא אסאך משפחות וואס איך האב שוין געזען, זיי האבן באשלאסן, אז מיין ברודער מאכט חתונה איז מיר עס א גרויסע שמחה, און מען טוט אן די זעלבע זיידענע בעקיטשע ווי ווען דער ברודער אליין האט ווען חתונה, ס'איז נישט הלכה, ס'איז נישט מנהג, ס'קאסט נישט קיין געלט, אבער ס'איז פלעין מען האט אזוי אפגעמאכט און די גאנצע משפחה טוט אזוי.
די זעלבע זאך איז עס מיט דעם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 15, 2018 9:15 pm

yoy האט געשריבן:גיי שלאג דיך אויף אלע מיידלעך , עסט נישט אנקימען...סע איז שיין אויף פאפיר... שנייד כאטש האלב אראפ
העכער 15 יאר, איז א מיידל שוין גרויס, זאלן זי יא גיין מיט א Special קלייד

ידידי, מיר קומען שוין פון דארט, פאר 30 יאר צוריק איז דאס געווען דער סטאנדארט, ביז ס'איז געקומען איינער און אפגעמאכט אז זיין 4 יעריגס דארף אויך זיין א "גרויסע" מיידל און פון דארט איז עס שוין א סטייל אז אלע מיידלעך דארפן האבן אנגעטון די זעלבע שיינע כלה קלייד, מען וויל נישט דער פראבלעם זאל זיך איבער'חזר'ן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יולי 15, 2018 10:39 pm

מי יודע האט געשריבן:דער מציאות איז אבער, ס'איז דא אסאך משפחות וואס איך האב שוין געזען, זיי האבן באשלאסן, אז מיין ברודער מאכט חתונה איז מיר עס א גרויסע שמחה, און מען טוט אן די זעלבע זיידענע בעקיטשע ווי ווען דער ברודער אליין האט ווען חתונה, ס'איז נישט הלכה, ס'איז נישט מנהג, ס'קאסט נישט קיין געלט, אבער ס'איז פלעין מען האט אזוי אפגעמאכט און די גאנצע משפחה טוט אזוי.
די זעלבע זאך איז עס מיט דעם

יא שוין געזעהן זיידענע בעקיטשעס אין ווייסע זאקן

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יולי 15, 2018 11:04 pm

איך האלט אז 1 קען נישט האבן קיין קיום

אפשר 2 קען האבן א קיום
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג יולי 15, 2018 11:20 pm

שאינו יודע האט געשריבן:איך האלט אז 1 קען נישט האבן קיין קיום

אפשר 2 קען האבן א קיום

1 קען אויך האבן א קיום.

מ'האט נאך קיינמאל נישט גערעדט צו די פרויען איבער די נושא.

איז איינער באקאנט צו ס'איז שוין אמאל געווען א דרשה ביי די פרויען אז די מיידלעך/ווייבלעך זאלן נישט בעטן פון די מענער/טאטעס מער ווי זיי קענען זיך ערלויבן?

נישט וואס איך ווייס!


מ'גיבט זיי אזויפיל שיעורים אויף שלום בית און וויאזוי צו פיהרן א שטוב, און דער עלעפאנט אין צימער האט נאך קיינער בארירט.

רוב פרויען ווייסן נאר וואס 'מ'דארף'. ווייניג ווילן וויסן וואס מ'קען זיך 'ערלויבן'.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג יולי 16, 2018 12:00 am

טבע הנשים גייט זיך נישט טוישן מיט א דרשה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט