לערענט איר כסדר חסידישע ספרים? אויב נישט פארוואס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אדער יא האט געשריבן:פארוואס'זשע נישט נאכזאגן א שטיקל חסידיש ספר ביים טיש וכו' ? עס איז א נארמאלע זאך, ממילא קען מען לערנען אפילו נאכצוזאגן!

אוודאי קען מען אבער מען דארף טרעפן דעם ריכטיגן שטיקל נאכצוזאגן וואס דאס איז נישט אזוי פשוט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

farshlufen האט געשריבן:צום נושא, שווער צו שרייבן דערפון פאר א ציבור ווען מ'ווייסט דאס פארשידענארטייגקייט פונעם אוידיענץ.

אבער פאר די וואס זען ספרי מוסר אלס עפעס אנדערש ווי ספרי חסידות, ימחלו לי, אין הנהגת האדם פון רבי'ן ר' אלימלך שטייט:
ד. ויעסוק באימה וביראה באיזה ספרי מוסר בכל יום, בראשית חכמה ושל״ה וחובות הלבבות:

והאמת איז אז דער וואס איז רגיל אין די דערמאנטע ספרים ווייסט אז נישט נאר ס'איז נישט קיין סתירה צו חסיד'ישע ספרים נאר זיי זענען די יסודות אויף וואס די חסיד'ישע ספרים זענען געבויעט, מכמה צדדים וכמה אופנים, סיי מוסר'דיג סיי קבלה'דיג און סיי אמונה'דיג סיי די הלכה למעשה, אלעס איז געקניפט און געבינדן ומרועה אחד נתנו, ודו"ק וקצרתי.

דעמאלטס איז נאך געווען א ר"ר אלימלך זי"ע, לעבעדיגע צדיקים, והחילוק פשוט, און אודאי דארף מען לערנען אלע ספרים, אבער די 'חלק החסידות' איז מען נאר קונה אדער מיט א לעבעדיגע צדיק, אדער דורך לערנען זייערע ספרים.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

איך פארשטיי נישט וואס איז די סתירה, מען דארף לערנען ביידע, סיי ספרי מוסר און סיי ספרי חסידות, ספרי מוסר דארף מען לערנען אביסל צו קנאקן דעים גוף און מסביר זיין פאר דעים גוף אז מען דארף דינען דעים באשעפער, און ספרי חסידות דארף מען לערנען צו דערהייבן די נשמה, אויפצוהייבן די נשמה די קאפ און די מח נענטער צו ווערן צום אייבערשטן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אוי וויי טאטע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:צום נושא, שווער צו שרייבן דערפון פאר א ציבור ווען מ'ווייסט דאס פארשידענארטייגקייט פונעם אוידיענץ.

אבער פאר די וואס זען ספרי מוסר אלס עפעס אנדערש ווי ספרי חסידות, ימחלו לי, אין הנהגת האדם פון רבי'ן ר' אלימלך שטייט:
ד. ויעסוק באימה וביראה באיזה ספרי מוסר בכל יום, בראשית חכמה ושל״ה וחובות הלבבות:

והאמת איז אז דער וואס איז רגיל אין די דערמאנטע ספרים ווייסט אז נישט נאר ס'איז נישט קיין סתירה צו חסיד'ישע ספרים נאר זיי זענען די יסודות אויף וואס די חסיד'ישע ספרים זענען געבויעט, מכמה צדדים וכמה אופנים, סיי מוסר'דיג סיי קבלה'דיג און סיי אמונה'דיג סיי די הלכה למעשה, אלעס איז געקניפט און געבינדן ומרועה אחד נתנו, ודו"ק וקצרתי.

דעמאלטס איז נאך געווען א ר"ר אלימלך זי"ע, לעבעדיגע צדיקים, והחילוק פשוט, און אודאי דארף מען לערנען אלע ספרים, אבער די 'חלק החסידות' איז מען נאר קונה אדער מיט א לעבעדיגע צדיק, אדער דורך לערנען זייערע ספרים.

כמדומני אז איר האט כלל נישט פארשטאנען מה שכתבתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

אהרן הלוי האט געשריבן:פארוואס מיינט איר אז איר דארפט העלפ?

איר פרעגט גוט, כ'האב אייך נישט וואס צו ענטפערן.
אבער אלס בחור האבעך געפילט א ווארעמקייט צו א מצוה, משא"כ אלס אינגערמאן.
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

לדעתי האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:פארוואס מיינט איר אז איר דארפט העלפ?

איר פרעגט גוט, כ'האב אייך נישט וואס צו ענטפערן.
אבער אלס בחור האבעך געפילט א ווארעמקייט צו א מצוה, משא"כ אלס אינגערמאן.

ס'האט נישט ממש אינגאנצן צוטוען מיט דעם, יונגערהייט האט מען בכלל מער א ריינקייט, א טהרת הלב, ממילא זענען זאכן אנדערש. אבער אודאי איז למעשה יעצט די איינציגסטע עצה, צו פילעווען אין ספרי חסידות.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

לערנען א חסידיש ספר טוישט דער מענשט - סיפור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

האט מיר איינער זעה׳ענדיג מיין אשכול, אריין געשיקט זייער א זיסע מעשה... מיטן לובאביטשער רבי'ן איבער לערנען די ספר התניא.. איך שטעל עס דא ארויף פונקט ווי ער האט עס מיר געשריבן ככתבו וכלשונו.. ליינט און האט הנאה:

געב א קוק וואס פארא שיינע שמועס עס האט זיך דא ערוואבן, אלעס בזכותך.

א שיינע מעשה האב איך לעצטענס געהערט.

א יוד איז ארויסגעפארן פון קראן הייטס צום עירפארט אויף א דאנערשטאג, און ער האט פארפאסט די פליגער.

האט ער נישט געוואוסט וואס צו טוהן, עס איז דאך דא א קפידא פון ר' יהודה החסיד נישט צוריק אריינצוגיין אהיים, ווייטער ווי קען ער בלייבן איבער שבת.

האט ער אריין גערופן צום לובאביטשער רבי'ן פרעגן וואס טוט מען, האט ער עם געענטפערט אז ער זאל לערנען א פרק תניא און צוריק קומען אויף שבת.

שבת האט די רבי עם מסביר געווען, אז ווען ע יוד לערנט א פרק תניא, ווערט ער א אנדערע מענטש, און אויף דעם נייעם מענטש וואס איז קיינמאל נישט ארויסגעפארן איז שוין נישטא די קפידא פון ר' יהודה החסיד...
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:האט מיר איינער זעה׳ענדיג מיין אשכול, אריין געשיקט זייער א זיסע מעשה... מיטן לובאביטשער רבי'ן איבער לערנען די ספר התניא.. איך שטעל עס דא ארויף פונקט ווי ער האט עס מיר געשריבן ככתבו וכלשונו.. ליינט און האט הנאה:

געב א קוק וואס פארא שיינע שמועס עס האט זיך דא ערוואבן, אלעס בזכותך.

א שיינע מעשה האב איך לעצטענס געהערט.

א יוד איז ארויסגעפארן פון קראן הייטס צום עירפארט אויף א דאנערשטאג, און ער האט פארפאסט די פליגער.

האט ער נישט געוואוסט וואס צו טוהן, עס איז דאך דא א קפידא פון ר' יהודה החסיד נישט צוריק אריינצוגיין אהיים, ווייטער ווי קען ער בלייבן איבער שבת.

האט ער אריין גערופן צום לובאביטשער רבי'ן פרעגן וואס טוט מען, האט ער עם געענטפערט אז ער זאל לערנען א פרק תניא און צוריק קומען אויף שבת.

שבת האט די רבי עם מסביר געווען, אז ווען ע יוד לערנט א פרק תניא, ווערט ער א אנדערע מענטש, און אויף דעם נייעם מענטש וואס איז קיינמאל נישט ארויסגעפארן איז שוין נישטא די קפידא פון ר' יהודה החסיד...

וואלט ער אויך געקענט דאווענען א תפלה צו הקב"ה וואס די ספרים זענען פיל אז ווען איינער דאווענט ווערט ער דערנאל א צווייטער מענטש אינגאנצן.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

משה מען מיז ענטפערן אז ער האט נישט דעמאלס געהאט קיין בית מדרש נעבן זיך. א פרק תניא האט ער געקענט גרינגערהייט ארויסנעמען און לערנען.

ברוך השם פארענטפערט דעם רבין.... ובוודאי שיעלה לקראתי מגן עדן להכיר לי טובה....
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:וועלכע חסידיש ספר שמועסט אויס די יסוד פון דרך הבעל ש''ט?
זכרון יעקב (דא צו באקומען מסתם ביי רוב ספרים געשעפטן). א חסידישע יוד האט זיך צו מיר אמאל אויסגעריקט אז ״ווי קען דען זיך נישט געפונען דעם ספר זכרון יעקב און א חסידישע שטוב?״

שכוח אבער איך האב געמיינט א ראשון... איינער פון די פריערדיגע באקאנטע חסידישע רביס, פון בעל שם טוב אליין איז גארנישט דא נאר די ליקוט בעל שם טוב.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

סידיראם האט געשריבן:משה מען מיז ענטפערן אז ער האט נישט דעמאלס געהאט קיין בית מדרש נעבן זיך. א פרק תניא האט ער געקענט גרינגערהייט ארויסנעמען און לערנען.

ברוך השם פארענטפערט דעם רבין.... ובוודאי שיעלה לקראתי מגן עדן להכיר לי טובה....

לחיים ולברכה!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

יצחק ברוך האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:וועלכע חסידיש ספר שמועסט אויס די יסוד פון דרך הבעל ש''ט?
זכרון יעקב (דא צו באקומען מסתם ביי רוב ספרים געשעפטן). א חסידישע יוד האט זיך צו מיר אמאל אויסגעריקט אז ״ווי קען דען זיך נישט געפונען דעם ספר זכרון יעקב און א חסידישע שטוב?״

שכוח אבער איך האב געמיינט א ראשון... איינער פון די פריערדיגע באקאנטע חסידישע רביס, פון בעל שם טוב אליין איז גארנישט דא נאר די ליקוט בעל שם טוב.

די אמת'ע תירוץ אויף דעים איז, אז יעדע חסידישע ספר וועסטו טרעפן אין דעים די יסוד פון דרך הבעש"ט, מאך אויף א מאור עינים, א תניא, א תולדות יעקב יוסף, א נועם מגדים, א קדושת לוי.

אז די זיכסט דוקא א ספר וואס ער שרייבט די ווערטער אז ער איז דא מבאר די יסודות פון דרך הבעל שם טוב, קענסטו דאס טרעפן אין ספרי הרה"ק מקאמארנא, דער הייליגער קאמארנער שרייבט אין די הקדמה פון עטליכע פון זיינע ספרים אז ער שרייבט די ספר צו פארשפרייטן דעם אור הבעל שם טוב, און ער רעדט טאקע ארום אויף עטליכע פלעצער א ביאור אין די בריוו פון די בעל שם טוב כשיוכלו גם הם לעשות יחודים ועליות, ווי דאס איז נוגע פאר יעדן צו מאכן יחודים אין ענינים גשמיים צו עוסק זיין אין די וועלט זאכן, ובחדא מחתא זאל דאס הארץ פלאמען פאר'ן אייבערשטן. לעשות בתחתון ולרמז בעליון.

אבער ווי געזאגט, קענסט לערנען מאור עינים והדומה לזה וועסטו טרעפן מה שצמאה נפשך, (נישט קוק אריין, נאר לערן דאס)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיינע ארעמע פאר גראשן.

די ערשטע וויכטיגסטע זאך איז לערנען געהעריג מיט ישוב הדעת, נאך אן עצה איז טייטשן יעדעס ווארט, און צום לעצט חזר'ן ד"ה לערנען ווינציגסטענס 3 מאל און נאכן דריטן מאל ווערט מען הערשט געוואיר אז ביים ערשטן מאל האט מען בכלל נישט פארשטאנען די עומק הכוונה.

ועוד אחת, אזוי ווי אין די גאנצע תוה"ק, נאכן לערנען אסאך כנ"ל הויבט מען צו קאנעקטן די דאטס און מ'זעהט אז ד"ת עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

צ"ק יא ב"ה דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער, עס געט אריין א חשק אינעם לעבן א געשמאק, ווארימקייט, איך האלט עס איז א מאסט, איך וואלט געדארפט האבן א חברותא וואלט עס געווען מער בקביעות
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אחת ואחת האט געשריבן:צ"ק יא ב"ה דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער, עס געט אריין א חשק אינעם לעבן א געשמאק, ווארימקייט, איך האלט עס איז א מאסט, איך וואלט געדארפט האבן א חברותא וואלט עס געווען מער בקביעות

מיין משפיע האט מיר מדריך געווען דאס ענדערש לערנען אליינס בהתבוננות (אזא פארטאג'ס סטייל) ואחד המרבה ואחד המרבה יותר, כל הלבבות דורשות את ה'.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

סידיראם האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:וועלכע חסידיש ספר שמועסט אויס די יסוד פון דרך הבעל ש''ט?
זכרון יעקב (דא צו באקומען מסתם ביי רוב ספרים געשעפטן). א חסידישע יוד האט זיך צו מיר אמאל אויסגעריקט אז ״ווי קען דען זיך נישט געפונען דעם ספר זכרון יעקב און א חסידישע שטוב?״

שכוח אבער איך האב געמיינט א ראשון... איינער פון די פריערדיגע באקאנטע חסידישע רביס, פון בעל שם טוב אליין איז גארנישט דא נאר די ליקוט בעל שם טוב.

די אמת'ע תירוץ אויף דעים איז, אז יעדע חסידישע ספר וועסטו טרעפן אין דעים די יסוד פון דרך הבעש"ט, מאך אויף א מאור עינים, א תניא, א תולדות יעקב יוסף, א נועם מגדים, א קדושת לוי.

אז די זיכסט דוקא א ספר וואס ער שרייבט די ווערטער אז ער איז דא מבאר די יסודות פון דרך הבעל שם טוב, קענסטו דאס טרעפן אין ספרי הרה"ק מקאמארנא, דער הייליגער קאמארנער שרייבט אין די הקדמה פון עטליכע פון זיינע ספרים אז ער שרייבט די ספר צו פארשפרייטן דעם אור הבעל שם טוב, און ער רעדט טאקע ארום אויף עטליכע פלעצער א ביאור אין די בריוו פון די בעל שם טוב כשיוכלו גם הם לעשות יחודים ועליות, ווי דאס איז נוגע פאר יעדן צו מאכן יחודים אין ענינים גשמיים צו עוסק זיין אין די וועלט זאכן, ובחדא מחתא זאל דאס הארץ פלאמען פאר'ן אייבערשטן. לעשות בתחתון ולרמז בעליון.

אבער ווי געזאגט, קענסט לערנען מאור עינים והדומה לזה וועסטו טרעפן מה שצמאה נפשך, (נישט קוק אריין, נאר לערן דאס)

פארגעסן "יושר דברי אמת" פון די ספרי יסוד אין חסידות.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

סידיראם האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:וועלכע חסידיש ספר שמועסט אויס די יסוד פון דרך הבעל ש''ט?
זכרון יעקב (דא צו באקומען מסתם ביי רוב ספרים געשעפטן). א חסידישע יוד האט זיך צו מיר אמאל אויסגעריקט אז ״ווי קען דען זיך נישט געפונען דעם ספר זכרון יעקב און א חסידישע שטוב?״

שכוח אבער איך האב געמיינט א ראשון... איינער פון די פריערדיגע באקאנטע חסידישע רביס, פון בעל שם טוב אליין איז גארנישט דא נאר די ליקוט בעל שם טוב.

די אמת'ע תירוץ אויף דעים איז, אז יעדע חסידישע ספר וועסטו טרעפן אין דעים די יסוד פון דרך הבעש"ט, מאך אויף א מאור עינים, א תניא, א תולדות יעקב יוסף, א נועם מגדים, א קדושת לוי.

אז די זיכסט דוקא א ספר וואס ער שרייבט די ווערטער אז ער איז דא מבאר די יסודות פון דרך הבעל שם טוב, קענסטו דאס טרעפן אין ספרי הרה"ק מקאמארנא, דער הייליגער קאמארנער שרייבט אין די הקדמה פון עטליכע פון זיינע ספרים אז ער שרייבט די ספר צו פארשפרייטן דעם אור הבעל שם טוב, און ער רעדט טאקע ארום אויף עטליכע פלעצער א ביאור אין די בריוו פון די בעל שם טוב כשיוכלו גם הם לעשות יחודים ועליות, ווי דאס איז נוגע פאר יעדן צו מאכן יחודים אין ענינים גשמיים צו עוסק זיין אין די וועלט זאכן, ובחדא מחתא זאל דאס הארץ פלאמען פאר'ן אייבערשטן. לעשות בתחתון ולרמז בעליון.

אבער ווי געזאגט, קענסט לערנען מאור עינים והדומה לזה וועסטו טרעפן מה שצמאה נפשך, (נישט קוק אריין, נאר לערן דאס)

כ'לערן מאור ושמש, אוהב ישראל, ישמח ישראל און נועם אלימלך.
קלערסט טאקע אז ס'דארף שטיין אז "כ'בין דא מבאר דעם דרך הבעל שם טוב"...
ס' דא ווי מ'קען טרעפן אביסל אבער ס' שוואכע ליקוטים
yakovb
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yakovb »

אין סקווירא קומט לעצטענס ארויס קוטרסים "ספר מאור עינים" אויף אידיש.
https://www.dropbox.com/s/c7p6symdnv1x3 ... D.pdf?dl=0
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

מיר האבן דא אויפן וועלטעל א תפארת שלמה אין אידיש. פאר ווער עס פארשטייט נישט עפעס אנדערש איז דאס אַ גוטע התחלה.
טעמו וראו כי נורא הוא.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

תפארת שלמה איז א מורא'דיגע חסידישע ספר, עס איז דא שווערע שטיקלעך, אבער רוב שטיקלעך קען מען לערנען און טרעפן דארט א געוואלד מיט השקפה און התעוררות, שוין אפגערעדט פון דעים אז ער איז פשוט א הערליכע טייטשער, אריינפלעכטנדיג אזוי שיין אלע חסידישע בחינות אין די פסוקים.

וכלשון רבינו הקדוש מצאנז בהסכמתו לספר תפארת שלמה על מועדים "הנני מסכים עמם להדפיס דבריו היקרים, כי יהי' תועלת לעולם ובפרט לנאמני רוח הנוהים אחרי דרך החסידות כי דבריו נעמו"

טעמו וראו כי טוב ה'.
לעצט פארראכטן דורך סידיראם אום מאנטאג יולי 16, 2018 11:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

blue moon האט געשריבן:מיר האבן דא אויפן וועלטעל א תפארת שלמה אין אידיש. פאר ווער עס פארשטייט נישט עפעס אנדערש איז דאס אַ גוטע התחלה.
טעמו וראו כי נורא הוא.

where can i find it?
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

יש מזל האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:מיר האבן דא אויפן וועלטעל א תפארת שלמה אין אידיש. פאר ווער עס פארשטייט נישט עפעס אנדערש איז דאס אַ גוטע התחלה.
טעמו וראו כי נורא הוא.

where can i find it?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=22924
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אויפגעמאכט די אויבנדערמאנטע לינק, מען טרעפט דארט די הערליכע שמועסן פון "אנעים זמירות" ווי ער לערנט פאר אזוי שיין תפארת שלמה.
מען זעהט דא באשיינפערליך די כח פון חסידות, אז אפילו אזא איד ווי "אנעים זמירות" וואס גייט אנגעטוהן ווי א פשוט'ע בעל עגלה, מיט א קאלירטע העמד און א ארבעט'ס היטל, דאך שעפט ער אזויפיל חיות פון תפארת שלמה.

אנן מה נענה אבתרי'...
אטעטשמענטס
אנעים זמירות.jpg
אנעים זמירות.jpg (24.33 KiB) געזען 2667 מאל
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיינער אשכול דאס, אפגעליינט אלע בלעטער אויפאמאל, דאס אליינס איז א שטיק מוסר ספר, מען כאפט זיך ווי ווייט מען איז פארקראכן.. ליידער ליידער

דאס ערשטע חסידי'שע ספר וואס איך האב געלערנט בקביעות, איז געווען "דגל מחנה אפרים" (אין וואס מען רופט היינט 'שיעור א' פון ישיבה קטנה'), שפעטער געלערנט עבודת ישראל מדאשקע לדאשקע, אלס תלמיד פון הגר"א שארר שליט"א פרובירט לערנען שפת אמת...

נאך די חתונה געלערנט דאס גאנצע בני יששכר, סידורו של שבת

שפעטער אוועקגעקראכן פון חסידות, געלערנט אוהחה"ק

מוסר פלעגט מען אויך לערנען אמאל... איי איי, די ליסטע איז גרויס, אבער היינט? איך שעם זיך ווי ווייניג מוסר און חסידות מ'לערנט ווילאנג דער יאר איז.

יעצט איז טאקע דער צייט צו מאכן א חשבון הנפש און זיך אונטערנעמען קבלות טובות, אפשר וועט דער אשכול האבן א טייל דערין.
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

אפשר איז כדאי צו עפענען אן אשכול פון ליקוטי ספרי חסידות אדער מראה מקומות צו א שטארקע שטיקל מיט א הערה וואספארא נושא עס רעדט זיך.
למשל כזה:

באר מים חיים - פרשת שופטים - בענין מלחמה היצר
Microsoft Word - באר מים חיים - שופטים - Copy.pdf
(77.88 KiB) געווארן דאונלאודעד 124 מאל

באר מים חיים - פרשת שופטים - בענין חשיבת מצוה אחת מאנשים פשוטים ופחותים
באר מים חיים - שופטים - חשיבת מצוה אחת.pdf
(64.06 KiB) געווארן דאונלאודעד 57 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”