פאראייביגן און באשרייבן די גרויסקייט און חשיבות פון נשים צדקניות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

פאראייביגן און באשרייבן די גרויסקייט און חשיבות פון נשים צדקניות

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג יולי 09, 2018 5:28 pm

א חידוש איז געווען פארגאנגענע דאנערשטאג, ווען אין פילע בתי מדרשים איז געווען צוגעשטעלט גאר א נארהאפטיגן לחיים לזכרה ולטובת נשמתה של אשת הרה"ק מקערעסטיר זי"ע.
מי כעמך ישראל! ווילנדיג ממשיך זיין השפעות, לשובע ולא לרזון, האט עמן ערפינדן א פרישן יומא דהילולא וואס האט א שייכות מיט חסד און אכילה.
איינער מיט מער פרטים איבער איר?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג יולי 09, 2018 5:35 pm

גראדע א אינגערמאן איז צוגעקומען צו מיר לעצטע וואך און געזאגט, אז זיין טאכטער (ער האט א שטוב מיט טעכטער) האבן אים געפרעגט מיט רעכט, פארוואס איז דא צענדליגע ספרים אויף צדיקים, און קיין איינ'ס אויף צדקניות, איך רעד שוין נישט פון רחל אשת ר' עקיבא, אבער מיר ווייסן דאך אז אונטער יעדן צדיק איז געווען א צדיקת (כמעט), איז פארוואס זאל נישט ארויס קומען א ביכל מלכי בקודש, אויף די ערשטע בעלזא רעבעצן, און חיי שרה אויף רבי ישעי'לעס רעבעצן (וואס למשל אויף איר, איז דא א שיינע פאר מעשיות באקאנט סיי ביי נכדיה, און סיי בכלל), און אזוי ווייטער (די נעמען זענען קאפיריי"ד :grin: ),

איז מיר בייגעפאלן, אפשר דארף מען אינעם בית המדרש דקהלתינו, עפענען א ספעציעלע אפטיילונג וואס זאל הייסן עזרת נשים, און דארט זאל דער עולם באשרייבן אלע צדקניות, אדער סתם נאבאלע פרויען, וואס איך וואלט דא יעצט בנשימה אחת אויסגערעכנט אפאר, נאר מחמת גילוי וויל איך נישט דערווייל, (אבער למשל אשת הגר"ח קנייבסקי שליט"א א.ד.ג.) ס'וואלט געקענט זיין גרויס חיזוק, אזא אשכול, (און שפעטער אזעלכע ביכער).


נאך פאלט מיר ביי, אז מ'וויל קען מען מיר אריין שיקן אין אישי, יעדער איינער א באלערנדע באשרייבונג אויף זיין באבע ע"ה, און אז ס'וועט זיין גענוג, וועל איך בעטן ביי הנהלת הקהלה, צו עפענען אזא עזרת נשים ווינקל, ווי מיר וועלן ארויס שטעלן וואס מיר האבן באקומען, און דערביי אכטונג געבן אויף די פריוואטקייט פון די נעמען, שלא יבואו חלילה לחשש גילוי. (מ'קען עפענען א נייע ניק נאר אויף צו ניצן מיר צו שיקן אין אישי, דיין באבע'ס היסטאריע, אדער קען מען צושרייבן באקומען פון א חבר/קאזן/שוואגער, א.ד.ג.).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג יולי 09, 2018 5:40 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
איז מיר בייגעפאלן, אפשר דארף מען אינעם בית המדרש דקהלתינו, עפענען א ספעציעלע אפטיילונג וואס זאל הייסן עזרת נשים, און דארט זאל דער עולם באשרייבן אלע צדקניות, אדער סתם נאבאלע פרויען, וואס איך וואלט דא יעצט בנשימה אחת אויסגערעכנט אפאר, נאר מחמת גילוי וויל איך נישט דערווייל, (אבער למשל אשת הגר"ח קנייבסקי שליט"א א.ד.ג.) ס'וואלט געקענט זיין גרויס חיזוק, אזא אשכול, (און שפעטער אזעלכע ביכער).
/color]

ביי די ליטווישע איז יא מער איינגעפירט צו באשרייבן זייערע "גדולות" און אשת חבר'ס. טאקע א שטייגער ווי מרת בת שבע קנייבסקי וואס איר האט דערמאנט, איז שוין פארהאן העכער זיבן ביכער וואס פאראייביגן איר.
לעצט פאראכטן דורך משה כהן אום מאנטאג יולי 09, 2018 5:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג יולי 09, 2018 5:43 pm

יעצט דארפן די חסיד'ישע דאס אויך נאכטון, ס'וואלט געווען א גרויסע חיזוק פאר די ב"ב

ווי ביי די מענער, זאגט מען, אז זעהן מעשי אבותינו לערנט אונז אויס צו בענקען 'מתי יגיעו מעשי, למעשי אבותינו', אזוי אויך דארף זיין ביי די נשים, זיי זאלן האבן אויף וואס ארויף צו קוקן, (איך האב יעצט אין מיין באזיץ, אפאר באשרייבעכטצער אויף נשים, וואס מענטשן האבן באשטעלט ביי מיר במשך די יארן, אבער נאר אויב ס'וועט ווערן א מאוומענט, וועל איך דאס בל"נ פאבליצירן מיט רשות פון די בני המשפחות).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מאנטאג יולי 09, 2018 5:45 pm

אויף הרבנית הצדיקת מסקולען ע"ה איז ארויסגעקומען א שיינע באלערנדע ביכל. דענק איך נישט דעם נאמען.

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מאנטאג יולי 09, 2018 5:50 pm

אין תנ"ך געפינען מיר אסאך אז פרויען צדקניות ווערן שטארק אויסגערימט און פאראייביגט מיט זייערע פעולות לטובה ולברכה

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 09, 2018 5:58 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז מיר בייגעפאלן, אפשר דארף מען אינעם בית המדרש דקהלתינו, עפענען א ספעציעלע אפטיילונג וואס זאל הייסן עזרת נשים, און דארט זאל דער עולם באשרייבן אלע צדקניות, אדער סתם נאבאלע פרויען

א גוטע איידיע.
עס האט מיין שטיצע, אויב עס מאכט אויס.

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מאנטאג יולי 09, 2018 6:06 pm

טוישן דעם קעפל ביטע אויף
פאראייביגן און באשרייבן די גרויסקייט און חשיבות פון נשים צדקניות
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מאנטאג יולי 09, 2018 6:18 pm

האט איר עטליכע מראי מקומות צו רעבעצין'ס דא אויף איי וועלט

הרבנית שרה שלאמצע מזידיטשוב

הרבנית מרים חיה משאץ

הרבנית חנה מטשארני אוסטראה
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג יולי 09, 2018 6:28 pm

מחברתו הטהורה, אויף הרבנית אלטא פיגא ט"ב מסאטמאר

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג יולי 09, 2018 6:29 pm

דארף מען אנפאנגען לייגן די אלע נשים אין 'עזרת נשים', און ס'וועט בעז"ה צוקומען נאך בס"ד
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » דינסטאג יולי 10, 2018 3:57 pm

צד תמות האט געשריבן:אויף הרבנית הצדיקת מסקולען ע"ה איז ארויסגעקומען א שיינע באלערנדע ביכל. דענק איך נישט דעם נאמען.

אויב געדענק איך גוט הייסט עס הנה באהל

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 1:24 pm

גיי מיר דאס זוכן בל"נ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מיטוואך יולי 11, 2018 2:06 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:גיי מיר דאס זוכן בל"נ

https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%94%D7%9C
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 2:10 pm

ייש"כ הערט זיך אן ווי א שיינע ספר

נאר אגב, מ'וואלט אפשר אויך געדארפט שרייבן פון חסיד'ישע ווייבער, און נישט נאר רעבעצינ'ס, ווי א שטייגער מ'באשרייבט ר' אלי' רוט, צו ר' זלמן בריזל, ר' נפתלי רוזנפלד א.ד.ג.

כדי יעדע אידישע פרוי זאל פילן אז זי קען צו דעם צוקומען, און נישט נאר טראכטן אז נאר צדיקים וצדקניות קענען אזוי וואקסן.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » מיטוואך יולי 11, 2018 4:35 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ייש"כ הערט זיך אן ווי א שיינע ספר

נאר אגב, מ'וואלט אפשר אויך געדארפט שרייבן פון חסיד'ישע ווייבער, און נישט נאר רעבעצינ'ס, ווי א שטייגער מ'באשרייבט ר' אלי' רוט, צו ר' זלמן בריזל, ר' נפתלי רוזנפלד א.ד.ג.

כדי יעדע אידישע פרוי זאל פילן אז זי קען צו דעם צוקומען, און נישט נאר טראכטן אז נאר צדיקים וצדקניות קענען אזוי וואקסן.


אין דער פאמילע אפטיילונג אין דער איד ווערט באשריבן ערליכע נשים
music helps your mood

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך יולי 11, 2018 5:28 pm

און אז מען רעדט שוין, מיין טאכטער פרעגט מיך מיט א טענה היתכן די "שעשני כרצונו" אין סידור איז קלענערע אותיות ווי די "שלא עשני אשה", ווי כאילו זיי זענען עפעס נישט אזוי חשוב.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך יולי 11, 2018 5:50 pm

נאטורליך האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין, מיין טאכטער פרעגט מיך מיט א טענה היתכן די "שעשני כרצונו" אין סידור איז קלענערע אותיות ווי די "שלא עשני אשה", ווי כאילו זיי זענען עפעס נישט אזוי חשוב.

כנראה איז די סיבה פשוט ווייל מער מענער דאווענען א שטייגער ווי זאכן וואס מען זאגט נישט אזוי אפט שטייט פון אונטען אדער אין די זייט פון די סידור און קלענערע אותיות.

אגב מען האט שוין דא אמאל ערגעץ ווי ארום גערעדט, איבער דעם וואס ס׳שטייט מפי ספרים וסופרים אז די ברכה פון די פרוי פון שעשני כרצונו איז א העכערע מדריגה פון א ברכה ווי די ברכה פון די מאן, וויבאלד די פרוי איז נישט מצוה נאר און מצות שהזמן גרמה, איז פשט אז איז דארף ווייניגער זיך אויסארבייטן, ווידער די מאן איז אין א שוואכערע מדריגה, ממילא דארף ער טוהן מער מצות - אויך אזאלכע וואס ס׳איז הזמן גרמה - זיך מער אויס צו ארבייטן. ממילא איז זיין ברכה/מעלה נאר אז שלא עשני אשה, ער דאנקט גאט אז ער האט די מער מצות פון וואס די פרוי האט. אבער באמת איז די פרוי און א העכערע מדריגה. והרי כבר דברים עתיקים.

צוריק צום נושא האשכול
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך יולי 11, 2018 6:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 6:01 pm

נאטורליך האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין, מיין טאכטער פרעגט מיך מיט א טענה היתכן די "שעשני כרצונו" אין סידור איז קלענערע אותיות ווי די "שלא עשני אשה", ווי כאילו זיי זענען עפעס נישט אזוי חשוב.

קויף איר א אנדערע סידור, אין די סידורים ביי מיר אין שטוב איז ביידע די זעלבע סייז אגב ווי זאגט יענער אין ... מאכן די מענער א ברכה שלא עשני כרצונו, כדי נישט צו זאגן אשה


שירה פען האט געשריבן:אין דער פאמילע אפטיילונג אין דער איד ווערט באשריבן ערליכע נשים

אפשר ברענגט מען דא אריבער פון דארט (מיט אפאר וואכן שפעטער וכדו')
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מיטוואך יולי 11, 2018 6:03 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
נאטורליך האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין, מיין טאכטער פרעגט מיך מיט א טענה היתכן די "שעשני כרצונו" אין סידור איז קלענערע אותיות ווי די "שלא עשני אשה", ווי כאילו זיי זענען עפעס נישט אזוי חשוב.

כנראה איז די סיבה פשוט ווייל מער מענער דאווענען א שטייגער ווי זאכן וואס מען זאגט נישט אזוי אפט שטייט פון אונטען אדער אין די זייט פון די סידור און קלענערע אותיות.

אגב מען האט שוין דא אמאל ערגעץ ווי ארום גערעדט, איבער דעם וואס ס׳שטייט מפי ספרים וסופרים אז די ברכה פוי די פרוי פון שעשני כרצונו איז א העכערע מדריגה פון א ברכה ווי די ברכה פון די מאן, וויבאלד די פרוי איז נישט מצוה נאר און מצות שהזמן גרמה, איז פשט אז איז דארף ווייניגער זיך אויסארבייטן, ווידער די מאן איז אין א שוואכערע מדריגה, ממילא דארף ער טוהן מער מצות - אויך אזאלכע וואס ס׳איז הזמן גרמה - זיך מער אויס צו ארבייטן. ממילא איז זיין ברכה/מעלה נאר אז שלא עשני אשה, ער דאנקט גאט אז ער האט די מער מצות פון וואס די פרוי האט. אבער באמת איז די פרוי און א העכערע מדריגה. והרי כבר דברים עתיקים.

דאכט זיך אז אויסער אין ספרים וסופרים פון פרויען רעכטן ווערט דאס אין ערגעץ נישט געברענגט, א מין סילוף אין א ברכה!

איך האב באמת נישט קיין חשק צו פארדרייען די נושא דא, נאר אזא מין סילוף, פארקערט פון קבלת חז"ל און אבות אבותינו, האמיר נישט געקענט א דורך לאזן אן גארנישט.

צוריק צום נושא האשכול.
לעצט פאראכטן דורך קניידל פארעם אום מיטוואך יולי 11, 2018 6:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 6:05 pm

גיי מיר מאכן צוויי אשכולות איינס פאראייביגן נשים צדקניות

און איינ'ס וועגן דעם 'שעשני כרצונו' ברכה,

און נאך פארשידענע,

(אולי דארף מען מאכן וואוט'ס אויף דעם, לאז איך דערווייל א צווייטן קויפן די מצוה)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך יולי 11, 2018 6:22 pm

הרב קניידל

איך האב נישט יעצט די צייט דיר צו זיכן מראה מקומות

אויב ביסט גרייט מיר צו שיקן $50 אויף פעיפעיל אויף יעדע מראה מקום איך גיי דיר ברענגען, ברענג איך דיר ביז היינט נאכט אפאר שטיק און פון די באקאנטע ספרים.

שרייב דא אויב די ביסט מסכים. אדער נאך א עצה פרעג א תלמיד חכם מער פון מיר, פאר א שנעלערע מראה מקום...

און די פותח האשכול איז גערעכט... אנטשאלדיגט הרב הילולא..
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 6:54 pm

דאס האט מיר איינער אריין געשיקט אין אישי
איך האב נאך נישט איבערגעקוקט אלע לינק'ס, אבער עפעס האב איך שוין געבליקט
וחזקה על חבר שאינו מוציא דבר שאינו מתוקן מתח"י
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך יולי 11, 2018 9:32 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז מיר בייגעפאלן, אפשר דארף מען אינעם בית המדרש דקהלתינו, עפענען א ספעציעלע אפטיילונג וואס זאל הייסן עזרת נשים, און דארט זאל דער עולם באשרייבן אלע צדקניות, אדער סתם נאבאלע פרויען, וואס איך וואלט דא יעצט בנשימה אחת אויסגערעכנט אפאר, נאר מחמת גילוי וויל איך נישט דערווייל, (אבער למשל אשת הגר"ח קנייבסקי שליט"א א.ד.ג.) ס'וואלט געקענט זיין גרויס חיזוק, אזא אשכול, (און שפעטער אזעלכע ביכער).



א שיינע געדאנק. אבער גרייט אייך צו אז עס וועלן דא צוקומען היפש אפאר ניק'ס מיט פרויען קלינגענדיגע נעמען.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יולי 11, 2018 10:57 pm

יאפ. אזוי ווי "שטאלצע אידענע" אדער "הילולא די צדיקות'טע"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהבת השם און 29 געסט