דעבאטע - תשע"ח חתונה תקנות - חתונה נאכט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

דעבאטע - תשע"ח חתונה תקנות - חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

נושא פון די וואך פרשת מטות מסעי תשע"ח
ביטע דעבאטירן דא איבער וויאזוי צוצוגיין מיט די תקנות איבער די ליל החתונה איבער די פאלגענדע פונקטן

זמן החופה
מוזיק
זינגערס
סעודה/קאפלס
האט פו"ד
בילדער
בלומען
ריקודין
זמן ברהמ"ז
מצוה טאנץ
סיום החתונה
אטעטשמענטס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (53.68 KiB) געזען 2842 מאל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (92.93 KiB) געזען 2842 מאל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך וועל גיין פתיחה

איך האלט נישט אז דער מחותן דארף צושטעלן טראנפארטעישאן (באסעס) צו די חתונה
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

פאטאקי08 האט געשריבן:איך וועל גיין פתיחה

איך האלט נישט אז דער מחותן דארף צושטעלן טראנפארטעישאן (באסעס) צו די חתונה


טאקע נישט, נאר אויב מ'וויל דער עולם זאל קומען, (ספעציעל פרויען-מיידלעך)
געראדע קען עס אויך העלפן רעדוצירן די סכום פארציעס, וואס מ'דארף באשטעלן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איך מיין אז מ'מעג לייגן א מאקסימום וויפיל די מוזיק זינגער מעג קאסטן.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאטאקי08 האט געשריבן:זמן החופה

אין דזשענעראל אומעגליך צו רעגולירן, אן אויסנאם איז אויב עס קומט פונעם זאל אויס, אדער פונעם משמש.
פאטאקי08 האט געשריבן:מוזיק

מאקסימום "איין-מאן=באנד"
פאטאקי08 האט געשריבן:זינגער

א שעה און פרייז לימיט איז א מוז.
פאטאקי08 האט געשריבן:סעודה/קאפלס

100 קאפלס איז אריבער געונג
פאטאקי08 האט געשריבן:האט פו"ד

צושטעלן גענוג און נאך אויף א פראקטיש און צוגענגליך אופן, אבער יעדע סארט כיבוד ווי מזונות אדער פרוכט איז גוט.

וויינען דארף א פרייז לימיט.
פאטאקי08 האט געשריבן:בילדער

דאס איז א ווייבערישע שאלה.
פאטאקי08 האט געשריבן:בלומען

כנ"ל
פאטאקי08 האט געשריבן:ריקודין

סתם ולא פירוש, אויף וואס גייט ארויף די פראגע:
ווען?
ווען ס'איז נאר דא א מינוט ליידיג
ווי לאנג?
ביז ווען מ'גייט אהיים.
וויאזוי?
מיט א ריכטיגע שמחה פון טיפן הארצן, אויף אלע סארטן אופנים וואס זענען משמח.
ווער?
יעדער איינער, גרויס און קליין, ארעם און רייך, אינג און אלט, ת"ח און פשוט'ע אידן, מחוטב עציך עד שואב מימיך.

פאטאקי08 האט געשריבן:זמן ברהמ"ז

11, אבער זייער וויכטיג צו עלימינירן יעדע סארט פאזע הכנות וכו' וכדו'
פאטאקי08 האט געשריבן:מצוה טאנץ

אויב האלט מען זיך אז דאס געהערט אך ורק פאר חשוב'ע אידן מיין איך אז מ'קאן אראפשניידן העלפט פון די צייט.
פאטאקי08 האט געשריבן:סיום החתונה

2 שפעטסטנס.

געשריבן בלויז ראשי פרקים ותן לחכם ויחכם עוד.

דער עיקר זאל זיין ביי אלע אידישע קינדער שמחות מיט שמחה תמיד.

ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה במהרה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

פיין צולייגט יישר כח
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מוזיקאנטען: מוזען ווערן רעגולירט מיט צייט און פרייז
מצוה טאנץ: אן מוזיק. און שוין אראפ מיט צוויי שטונדען פעיראלל פאר דעם מוזיקאנט
הא"ט פו"ד: בשעת די סעודה מיט אביסל סעסעמ"י טשיקען וכדו' און אביסל וואס בלייבט איבער פאר אנפאנג ריקודין. נאכדעם נאר קוגל און קעיק
בלומען/בילדער: דאס זעה איך שוין אויף/פון בילדער פון פופציג זעכציג יאהר צוריק.
ריקודין: מיט א צייטליכע חופה קאן מען אנהייבן טאנצען ארום 9:00 און 10:30 רוהיג גיין בענטשן.
מצוה טאנץ: 11:00 און מען רופט אויס אן מוזיק צום טאנצען (וואס דאן טאנצט יעדער ארום 4.5 סעקונדעס) און 12:30 שוין נאך די הספדים און אהיים.

די מענשטן וואס קאנען זיך נישט צוזאמנעמען צו קומען צו א חתונה פאר 11:30, וועלן שוין אפגעבן דעם מזל טוב ביי די מצוה טאנץ!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צו געזונט האט געשריבן:הספדים

ווער דארף הספדים?

ווערטער איינצעלנע געשמאקע
קורץ און צום פונקט טאקע
לוסטיג און פריילעך שפרינגען
אריגינעל און לעבעדיג זינגען
וואונטשן מער און מער אן א שיעור
איינס צוויי דריי זיך גיבן א ריר
ווער דארף דעם עולם דרימלען?
וואס פעלט אויס צו שלעפן פון די הימלען?
ווער עס קומט אראפ טוט דען דעם הספד גלייכן?
דארט איז מען פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן.

יעמוד! יעמוד! בערל דער בעקער
נאכהער שפאצירט, יענקל האלץ העקער
שטעלט אייך צו, חיים דער שוחט
צוזאמען וועט שוין גיין, יואלי אויכעט
ווער אלץ ס'איז נאך פארהאנען
מיט שמחה פרייד טוט שפאנען
הערט נאר הערט קליין און גרויס
אין מצוה טענצל לאזט זיך ארויס
זיי גייען זיי גייען,
אלע אין רייען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אינטערסאנט ביים סורוועי האט מען געלייגט א גרויסן דגוש אויף חתונה ברייוולעך און יעצט רעדט מען שוין לאנג נישט דערפון
פלאנט נאך צו שטימען דערויף? אדער מאכן א א תקנה/שינוים דערוועגן?
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

farshlufen האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:הספדים

ווער דארף הספדים?

ווערטער איינצעלנע געשמאקע....

:grin: ;l;p- :grin:

בנוגע בענטשן, אויב מהר"א האט שוין מערערע מאל געזאגט ברבים, נאך פאר די תקנות, אז מ'דארף בענטשן 11:00, זעה איך נישט קיין מקום פאר דעבאטעס אין דעם, העכסטנס קען מען דעבאטירן אויף פריער, אבער שפעטער? אזוי טוט א קהלה עמטליך ווען דער רבי זאגט עפעס?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

לעצטנס געהאט א חתונה ווי מען האט אויסגערופן דעם זיידן ווייס זז"ג ובסיום הדברים האט דער בדחן צוגענדיגט אז דערנאך וועט גאנץ משפחת ווייס מיטאנצן
שרייטס אלע זיי גייען זיי גייען
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

נידער מיט די מצוה טאנץ לענגער ווי א האלבע שעה
מען קען ענדיגען טאנצן 11:45 התחלות המצוה טאנץ 12:00און ענדיגען מצוה טאנץ 12:30 סיום החתונה 12:31
אויב איר קען דאס ערלעדיגען וועל איך אייך שטארק מכיר טובה זיין
א קראנקע זאך די מצוה טאנץ אויב ווילסטי דווקא ענדיגען טאנצן 11:00 מאך אזוי התחלות המצוה טאנץ 11:15און ענדיגען מצוה טאנץ 11:45 סיום החתונה 11:46
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

בפשטות נאך מהר"א'ס דרשה איז דאס א פארגאנגענהייט.

איך רעד פון @ניסקראכער'ס מעשה.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

פארשלאפן,

וויפיל נעמט איר א נאכט?
לחיים ולברכה!
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

פלאחותיך האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:איך וועל גיין פתיחה

איך האלט נישט אז דער מחותן דארף צושטעלן טראנפארטעישאן (באסעס) צו די חתונה


טאקע נישט, נאר אויב מ'וויל דער עולם זאל קומען, (ספעציעל פרויען-מיידלעך)
געראדע קען עס אויך העלפן רעדוצירן די סכום פארציעס, וואס מ'דארף באשטעלן


יא צושטעלען טראנפארטאציע ווייל
מען דארף נעמען אין באטראכט וויפיל טירחא אין געלט די געשוויסטער האלט שוין ביים אויפשטייגן אויפן באס
עס קאסט בעבי סיטען עס קען זיין ביז 100 דאלאר
אדער ארום גיין צו טיילן די קינדער צומאל דארף מען נעמען קאר סערוויס נאכדעם די באס טשעינדזשעס
אהיים גיין פריער פון ארבעט
צו מאל דארף די אינגערמאן אויף געבען א ביינאכט פרנסה למשל לערנען מיט א קינד/בחור אדער זיין כולל ערב
אין נאך אלעם ווען די קומסט שוין אן צום באס צאל ווידער געלט, למעשה וויל מען מען מיטהאלטען א ברודער'ס שוועסטער'ס שמחה אבער מען גייט שוין מיט א נאך טעם

אויב צאלט מען שוין יא געלט נעמט מען א באס 8:00 אין מען קומט אן 10:00 אין מען גייט אהיים 11:00
בקיצור די באס איז אזוי ווי די פארציע - אפשר זאל יעדער באצאלען פאר זיין פארציע
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

farshlufen האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:הספדים

ווער דארף הספדים?

ווערטער איינצעלנע געשמאקע
קורץ און צום פונקט טאקע
לוסטיג און פריילעך שפרינגען
אריגינעל און לעבעדיג זינגען
וואונטשן מער און מער אן א שיעור
איינס צוויי דריי זיך גיבן א ריר
ווער דארף דעם עולם דרימלען?
וואס פעלט אויס צו שלעפן פון די הימלען?
ווער עס קומט אראפ טוט דען דעם הספד גלייכן?
דארט איז מען פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן.

יעמוד! יעמוד! בערל דער בעקער
נאכהער שפאצירט, יענקל האלץ העקער
שטעלט אייך צו, חיים דער שוחט
צוזאמען וועט שוין גיין, יואלי אויכעט
ווער אלץ ס'איז נאך פארהאנען
מיט שמחה פרייד טוט שפאנען
הערט נאר הערט קליין און גרויס
אין מצוה טענצל לאזט זיך ארויס
זיי גייען זיי גייען,
אלע אין רייען.

WOW די חתונה זע איך האט זיך שוין גענדיגט 4:10
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די רבי מהר"א האט געזאגט אז מצוה טענץ קומט פאר ווייסע בערד, אפילו א ברידער און שוואגער קומט נישט צו טאנצען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

פאטאקי08 האט געשריבן:מוזיק

אויף א מימאמאלע אויפן, אדער DJ
פאטאקי08 האט געשריבן:זינגער

נאר פארן טאנצען
פאטאקי08 האט געשריבן:סעודה/קאפלס

עס ווענט זיך און די זייגער, אויב איז מען פארטיג די סעודה פאר 8:30 איז גענוג 100 קאפפעלס ווי שפעטער דארף מען מער
פאטאקי08 האט געשריבן:האט פו"ד

יא איך האלט אז סאיז וויכטיג סזאל זיין
פאטאקי08 האט געשריבן:ריקודין

לכתחילה יעדער לעבעדיג אויב דער עולם איז ביזי מיט די פאונס אדער עס פאסט זיי נישט צו טאנצען, זאל לכה"פ די פאר זיסע פעטערס זיך אביסל נאריש מאכן
פאטאקי08 האט געשריבן:מצוה טאנץ

טשיק טשאק וכל הממהר הרי זע משובח
פאטאקי08 האט געשריבן:סיום החתונה

1 שפעטסטנס.

טראנספארטאציע
האלט איך אז עס קומט יא דער בעל שמחה זאל צושטעלן, אויב נישט פילט זיך דער משתתף ווי ער טוט א גאנצע טובה,
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פאטאקי08 האט געשריבן:נושא פון די וואך פרשת מטות מסעי תשע"ח
ביטע דעבאטירן דא איבער וויאזוי צוצוגיין מיט די תקנות איבער די ליל החתונה איבער די פאלגענדע פונקטן


פאטאקי08 האט געשריבן:זמן החופה

7:30 אזא דערהויבענע טאג,ווי די יום החופה, ווען נישט די שושבינון וואלט מען עס געדארפט מאכן, 11:00 אבער צוליב די שושבינען מיז מען זיך אינטערגארטלען און זיין גרייט אויף אדער 8:00
פאטאקי08 האט געשריבן:מוזיק

DJ געווארפן געלט אין גארביטש צו צאלן פאר א זינגער,
פאטאקי08 האט געשריבן:זינגערס
.
0
פאטאקי08 האט געשריבן:סעודה/קאפלס
.
ווענט זיך לפי גודל המשפחה, אבער די בעסטע איז מען לייגט אראפ אינמיטן זאל פון ווי מען זאל קענען נעמען אן סערווירן
פאטאקי08 האט געשריבן:האט פו"ד

אויב מען געבט ווייניגער פארציאנען, דארף מען צושטעלן האט פוד פאר די באטייליגטע,
פאטאקי08 האט געשריבן:בילדער

אונזירע זיידעס און רביס וואלטן נישט אויסגעהאלטען אז ביי אזא הייליגע נאכט מאכט מען בילדער, אבער פאר די פרויען אלץ תפסת מרובה, א קרוב משפחה.
פאטאקי08 האט געשריבן:בלומען

פאלטשע בלומען וואס די זאל זאל איינמאל קויפן
פאטאקי08 האט געשריבן:ריקודין

נאך די פיש א האלבע שעה, און נאך די זיפ נאך א דריי פערטל שעה, וישלים נאכן פלייש, וקצת מבני משפחה וועלן בלייבן טאנצען א גאנצע סעודה מען וועט זיך האלטן און איין טוישן,
1] די גאנצע משיגעת אז חתן כלה עסן צוזאמען, [איים סארי מאכן בילדער] בשעת די עולם עסט, און זיי עסן גארנישט נאכן פאסטען א גאנצען טאג, איז א שטארקע פראבלעם,
2] די גאנצע רקיודין נאכן סעודה איז נישט אזוי גלייך אלץ הפסק צום בענטשען אפיל מען גייט נישט ארויס, און עס פאסירט ליידער גאנץ אפט אז איינער פארגעסט צו בענשטען וכד',
3] א שאד צו פעניען די צייט סתם און די וועלט אריין, די חתן גייט אריין אין יחוד שטיבל פאר 10/15 מינוט זימער דאווענען די געסט דאן מנחה,נאך דעם קומט אריין די חתן כלה צום סעודה מיטן עולם, און די רקידין הייבט זיך תיקף אן אזוי פורים ווען מען טאנצט ביים סעודה,
פאטאקי08 האט געשריבן:זמן ברהמ"ז

10:00 / 10:30
פאטאקי08 האט געשריבן:מצוה טאנץ
א בדחן זאגט אפאר ווערטער, לכבוד שמחת חתן וכלה, און דערמאנט די זיידעס וואס לעבן שוין נישט [נישט וואס לעבן נאך]
נאכדעם שטעלט מען זיך אויף טאנצען קודם אפאר מינוט טאנצען די זיידעס [פינקט ווי ביז היינט נאר איינער נאכן צייטען אן קיין גראמער אינדערמיט] עלטער פעטערס, אבי החתן והכלה, דערנאך חתן כלה צווישען זיך, נישט קיין שוואגערס אדער אינגע פעטערס.

פאטאקי08 האט געשריבן:סיום החתונה

11:15
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

ווער דארף הספדים?
נידער מיט די מצוה טאנץ לענגער ווי א שעה!

נישט מער ווי 2 מינוט אויסגראמען א זיידע. (= 4 זיידע׳ס)
פעטערס רופט מען בכלל נישט אויס (אויך נישט טאנצן כמהר׳׳א)
מחותנים נישט מער ווי 4 מינוט אויסגראמען.
חתן כלה נישט מער ווי 5 מינוט אויסגראמען.
5 מינוט ווערטלעך. (משמח זיין חתן כלה איז וויכטיגער ווי די הספדים)
סך הכל 26 מינוט פאר די גראמער. (מ׳נעמט זיך אויס אז אויב עס נעמט לענגער באקומט ער ווייניגער באצאלט)
+ בערך א האלבע שעה טאנצן.

= א שעה די גאנצע מצוה טאנץ.

11 ענדיגט מען טאנצן. 11:15 אנהייבן מצוה טאנץ נאכן בענטשן.
12:15 געענדיגט די חתונה.
לעצט פארראכטן דורך Yoely אום מיטוואך יולי 11, 2018 2:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלט מאנרא האט געשריבן:נידער מיט די מצוה טאנץ לענגער ווי א האלבע שעה
מען קען ענדיגען טאנצן 11:45 התחלות המצוה טאנץ 12:00און ענדיגען מצוה טאנץ 12:30 סיום החתונה 12:31
אויב איר קען דאס ערלעדיגען וועל איך אייך שטארק מכיר טובה זיין
א קראנקע זאך די מצוה טאנץ אויב ווילסטי דווקא ענדיגען טאנצן 11:00 מאך אזוי התחלות המצוה טאנץ 11:15און ענדיגען מצוה טאנץ 11:45 סיום החתונה 11:46

הונדערט פראצענט. מען קען לאזן די חופה פאר 8, טאנצן 9:45 ביז 11:45. מצוה טאנץ א האלבע שעה. אויסרופן יעדעם פיר מינוט, טאנצן, און גראד צום נעקסטן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די סעודה באפעי סטייל איז גוט פאר די קאזינס וכדו'. רוב זאל ביים סעודה זענען פון 50 ענד אפ, עלטער פעטערס און די זיידעס חברים, ס'נישט שיין זיי נישט צו סערווירן א נארמאלע סעודה אויפן פלאץ.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

מצוה טאנץ קען מען מאכען יעמוד אזוי אין ירושלים
א פעטער שטעלט זיך אויף אין זאגט יעמוד יעמוד
מען ענדעקט א חתונה אין ירושלים 11:30 מען טאנצט פון 9 ביז 11 מען בענטשט פארן טאנצען מצוה טאנץ א האלבע שעה 11:30 נאך אלעס
איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין ירושלים אלץ בחור איז אין די בנין פון מיין דירה געווען א נייע פאר פאלק אין זיי זענען אנגעקימען נאך זייער חתונה צום דירה 11:45
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

וואס איז געבליבן ווי לאנג מעג זיין די מצוה טאנץ?
עס האט טאקע נישט אזוי ווייט מיט זיך שפארן אבער עס מאכט אסאך אויס פאר אלע באטייליגטטע וואס ווילן זיך זיך זעהן אינדערהיים
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שאר שפארט מען זיך, די שפילער און די גראמער, וועלן בעטן ווייניגער אויב זיי וועלן קענען האבן א גאנצע שטונדע מער שלאף.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”