תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:19 pm

קןם נישט צוריק אין ישיבה.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:20 pm

פארוואס נישט? ס'גראדע זייער פיין געווען דארט...

עפעס שטומט נישט מיט וואס איך האב געשריבן?
נעם ארויס די ווארט "באמת"
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:24 pm

אה, כהאב געמיינט דיין גאנצע תגובה איז געווען א זשאוק, האסט עפעס פאראכטן? עניוועי, יעצט כאפ איך וואס דו זאגסט, לאמיר עס זאגן אזוי:

לויט ראובן איז נאמבער 1 באמת. לויט שמעון נאמבער 2.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:25 pm

לאו דוקא אדער דוקא לאו

דו דארפסט אויסשמועסן מער דיין מעשה, די באן שטייט? די באן פארט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך טוב לב » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:25 pm

הרב איינס דיינע ביידע משלים סיי די משל פון די שטראל און סיי די משל פון די באמבע, ביידע משלים האבען א גרויסע פראבלעם ווייל ביי ביידע לויפט די שטראל אין די דיירעקשן וואס די באן פארט וואס דאן לייגסטו דיך אריין אין א סיימאלטעניס רעלעטיוועטי שאלה און די זאך ווערט קאמפלעצירט.
איך וואלט דיך געראטן אז די זאלסט פאר א קורצע צייט פארגעסן פון ביידע משלים (אונז וועלן שפעטער צוריק קומען דערצו) און די זאלסט נאר רעדן פון א משל וואס די שטראל טאנצט ארויף און אראפ וואס דאן גייסטו נישט אריין אין קיין סיימאלטעניס רעלעטיוועטי פראבלעם און זאכן וועלן זיין אסאך מער פארשטענדליך.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:26 pm

נו וואדע האט עס א פראבלעם (איך ווייס יא וואו ליגט די ענטפער) און דערפאר פרעג איך די מעשה, דאס איז דאך געווען ציגיינערס שאלה
וואס איז איינשטיינס ענטפער אויף די סתירה?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:27 pm

איינס האט געשריבן:לאו דוקא אדער דוקא לאו

דו דארפסט אויסשמועסן מער דיין מעשה, די באן שטייט? די באן פארט?

אוודאי רעד איך די באן פארט, און אויך רעד איך אז זיי האבן עס אויסגעמאסטן פארדעם און די ווייטקייט איז די זעלבע צו יעדע זייט.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:28 pm

פיר אויס...
און ביידע זאגן אז ס'איז אנגעקומען צוזאמען?

---
סארי איך זעה דו האסט געשריבן אז איינער זעהט סאיז אנגעקומען צוזאמען און איינער זעהט אז נישט

וואס די פראבלעם? אלעס שטומט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:31 pm

איינס האט געשריבן:פיר אויס...
און ביידע זאגן אז ס'איז אנגעקומען צוזאמען?

יא.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:31 pm

ש'טא אזא זאך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:31 pm

איינס האט געשריבן:סארי איך זעה דו האסט געשריבן אז איינער זעהט סאיז אנגעקומען צוזאמען און איינער זעהט אז נישט

סארי, איך האב געטוישט די מעשה...

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:32 pm

געטוישט מיין ענטפער...
נישטא אזא זאך!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:35 pm

עס איז לכאורה יא דא אזא זאך, אבער איך בין שוין אליין צומישט.

אפשר פאלגן אונז טוב לב? לאמיר רעדן פון אן אנדערע מעשה פאר אביסל. די טרעין פארט שוין אביסל צו לאנג.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:39 pm

א ראקעט פארט 5 מייל א סעקונדע, ראובן שטייט אין די ראקעט אין ער זעט א שטראל גייט 10 מייל א סעקונדע רעלאטיוו צום ראקעט (אויב דאס איז די ספיד אף לייט). שמעון איז נישט אין די ראקעט ער זעט די זעלבע שטראל גייט 10 מייל א סעקונדע רעלאטיוו צו אים.

אזא מעשה איז יא דא..?

זיי ביטע מסביר וויאזוי דאס קען זיין.

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך טוב לב » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:42 pm

[quote="איינס"


און צו עס מאכן מער דראמאטיש
קען מען צולייגן אז פונקט אינמיטן באן איז דא א באמבע ווואס פלאצט ווען צוויי שטראלן טאשטן איהם
דא ווערט א פראבלעים ווייל דער וואס זיצט אויפן באן וועט דאך זעהן אז זיי קומען א צוזאמען און די באן וועט אויפרייסן
אבער דער פון אונטן וועט דאך זעהן ווי די שטראלן קומען נישט אן צוזאמען און די באן פארט ווייטער און ער וועט זעהן ווי די באן קומט אן צום סטאנציע און יענער גייט זיך אהיים

נו קען דען זיין אז איין בי"ד וועט זיצן אויף מתיר זיין א עגונה ווען די צווייטע בי"ד וועט אננעמען עדות פון דעם מאן אליין?
אלא מאי זאגט איינשטיין אז דער וואס פארט אויפן באן ער וועט זעהן ביידע בליצן פאסירען אין די זעלבע רגע אבער דער וואס איז אידרויסען ער וועט זעהן ווי ס'בליצט קודם די לינקע בליץ און אביסעל שפעטער וועט בליצן די רעכטע בליץ (א קלאסישע סיימאלטעניס רעלעטיוועטי שאלה "נישט פון די משל האט איינשטיין גענומען אז ראובן'ס זייגער גייט שטאטער")

אלא מאי זאגט איינשטיין דער וואס פארט אויפן באן ווערט זיין צייט שטייטער און דערפאר וועט די לינקע בליץ גיין א לענגערע וועג כאטש וואס ס׳איז שוין אריבער מער פון א סעקנד, וועט זיין זייגער זאגן אז ס׳איז אריבער נאר 1 סעקנד.

פרעגט צוגייענער פארוואס קוקסטו נאר אויף די לינקע? קוק אויף די רעכטע בליץ וועט אויסקומען אז סגייט ווייניגער אין איין סעקנד?! אלא מאי צייט ווערט שנעלער און ס׳איז נאכנישט אריבער א גאנצע סעקנד כאטש זיין זייגער זאגט אז ס׳איז יא אריבער...


ציגאנער, דאס איז דיין שאלה?[/quote]

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך טוב לב » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:05 pm

לאמיר פארגעסן פון די בליצען.
לאמיר גיין צו א צווייטע מעשה ראובן פארט אויף א באן און ער ווארפט ארויף א שטראל צום דאך,ס'נעמט א סקונדע די שטראל זאל אנקומען צום דאך און א סקונדע ביז די שטראל פאלט צוריק אראפ צו ראובן.

לויט ראובן האט די גאנצע מעשה גענומען צוויי סקונדעס.

שמעון וואס שטייט אינדרויסען ער זעהט דאך ווי די באן פארט קומט אויס אז לויט אים לויפט די שטראל ארויף שיף צום דאך וואס דאס נעמט איין און א האלב סקונדע און דערנאך פאלט עס אראפ שיף וואס דאס נעמט נאך איין און א האלב סקונדע.

לויט שמעון האט די גאנצע מעשה גענומען דריי סקונדעס.
נו ווי אזוי קען דאס זיין
אלא מאי ראובן'ס זייגער לויפט שטייטער.

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך טוב לב » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 8:04 am

אבער איין מינוט, אין די זעלבע צייט וואס שמעון האלט אז ראובן ריקט זיך אין אז ראובן'ס זייגער גייט שטאט.
האלט דאך ראובן די זעלבע זאך פארקערט אז ער שטייט אויף איין פלאץ נאר די גאנצע וועלט מיט שמעון אינאיינעם ריקן זיך אין די פארקערטע דיירעקשאן.
כדי דאס צו פארשטיין לאמיר צילייגען א שטיקל צו די מעשה אז שמעון ווארפט אויך ארויף א שטראל צום דאך.
לויט שמעון נעמט עס צוויי סקונדעס אז די שטראל זאל צוריק קומען אבער לויט ראובן וואס ער זעהט אז די וועלט ריקט זיך וועט עס נעמען דריי סקונדעס.
קומט אויס אז ראובן זעהט שמעון'ס זייגער גייט שטאט און שמעון זעהט אז ראובן'ס זייגער גייט שטאט.

נו וואס איז פשט דאס וואס איינשטיין זאגט אז דער וואס איז אין מאושען לויפט זיין זייגער שטאט אויב יעדער קען טעהנ'ן אז ער איז נישט אין מאושען?

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך טוב לב » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 8:10 am

די ענטפער איז אז ווילאנג אלעס בלייבט ווי אזוי עס איז ראובן בלייבט אויפן באן און שמעון בלייבט אויפן ערד. גייט טאקע יעדער קענען אזוי האלטן.
אבער טאמער איינער טוישן דיירעקשנס אדער ראובן שטעלט אפ די באן אדער שמעון זעצט זיך ארויף אויפן באן דעמאלט גייט ער מיזן מודה זיין אז ער האט געלעבטט אין א טעות ער איז באמת יא געווען אין מאושן ביז יעצט און נאר זיין זייגער איז געלאפען שטאט.

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך ציגאנער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:21 am

טוב לב האט געשריבן:אבער איין מינוט, אין די זעלבע צייט וואס שמעון האלט אז ראובן ריקט זיך אין אז ראובן'ס זייגער גייט שטאט.
האלט דאך ראובן די זעלבע זאך פארקערט אז ער שטייט אויף איין פלאץ נאר די גאנצע וועלט מיט שמעון אינאיינעם ריקן זיך אין די פארקערטע דיירעקשאן.
כדי דאס צו פארשטיין לאמיר צילייגען א שטיקל צו די מעשה אז שמעון ווארפט אויך ארויף א שטראל צום דאך.
לויט שמעון נעמט עס צוויי סקונדעס אז די שטראל זאל צוריק קומען אבער לויט ראובן וואס ער זעהט אז די וועלט ריקט זיך וועט עס נעמען דריי סקונדעס.
קומט אויס אז ראובן זעהט שמעון'ס זייגער גייט שטאט און שמעון זעהט אז ראובן'ס זייגער גייט שטאט.

נו וואס איז פשט דאס וואס איינשטיין זאגט אז דער וואס איז אין מאושען לויפט זיין זייגער שטאט אויב יעדער קען טעהנ'ן אז ער איז נישט אין מאושען?

זייער גוט! דא האב געוואלט אנקומען.
און די תירוץ אויף דעם גייט זיין עפעס א תורה מיט גרעווערטי וואס כ'פארשטיי נאכנישט. יא?

@איינס @רואיג עטס זענטס דא?

(איינס ס'מאכט מיר נערוועז ווען דו האלטס און איין אריינמישן די פאלטשע שטייטקייט [-די דילעי וואס ראובן האט ביים זעהן שמעון'ס זייגער], כ'האב ספעשל געמאכט א מעשה מיט שטריק און באמבעס כדי מ'זאל קענען אויסקראסן די גאנצע חיש הראי'. און כ'האב פארגעסן צוצולייגן אז ראובן און שמעון זענען ביידע בלינד ל"ע...
און די זעלבע ביי דעי מעשה, טראכט אז ראובן האט ביי זיך א סוויטש מיט א באמבע, און די ווייער פארט ארויף ביזן דאך און צוריק אראפ. שטייסט?)

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:23 am

רואיג! האט געשריבן:עס איז לכאורה יא דא אזא זאך, אבער איך בין שוין אליין צומישט.

גערעכט ווען איינער רוקט זיך און אין די סעקנד וואס די שטראלן קומען אן צו זייער אויגן שטייען זיי איינער קעגן צויייטן.
1. ווען זיי שטייען פונקט אינמיטן פון די צוויי פוינטס וואס די בליצן האבן געבליצט און די בליצן האבן געשעהן צוזאמען.
2. ווען זיי שטייען נענטער צו איינע פו די פוינטס, אבער די בליצן האבן נישט געשעהן צוזאמם, נאר די בליץ וואס זיי שטייען נענטער צו איהם איז געשעהן די צוווייטע.

אז איך האב דיר צימישט האט זיך אלעס געלוינט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:50 am

איך פארשטיי נישט וואס מיינט לאמיר נישט רעדן פון יענע מעשה. ווייל דארט איז נישטא קיין קלארע ענטפער?
טאקע וועגן דעם רעד איך פון יענע מעשה ווייל דארט פארשטיי איך נישט איינשטיין.

אבער ווייסטו וואס לאמיר זיין אביסל רואיגער און מטוב לב נאכגעבן, לאמיר קודם גיין צו רואיג׳ס שאלה, און נאכדעם אריינברענגען טוב לב׳ס שאלה.

רואיג! האט געשריבן:א ראקעט פארט 5 מייל א סעקונדע, ראובן שטייט אין די ראקעט אין ער זעט א שטראל גייט 10 מייל א סעקונדע רעלאטיוו צום ראקעט (אויב דאס איז די ספיד אף לייט). שמעון איז נישט אין די ראקעט ער זעט די זעלבע שטראל גייט 10 מייל א סעקונדע רעלאטיוו צו אים.
זיי ביטע מסביר וויאזוי דאס קען זיין.

איך וואלט דא אויך געבעטן זאלסט קודם אויסשמעוסן די דיטעילס, וואס הייסט זיי זעהן א שטראל גייט 10 פיס פער סעקנד, וויאזוי ווייסן זיי דאס?

איז לאמיר מאכן א מעשה.
ראובן זיצט אין בעק פון א שאטל וואס איז לאנג 10 פיס, ער שיקט ארויס א שטראל צום פראנט און ווען די שטראל קומט צוריק צינד זיך אן א לייט. ער קוקט אויפן זייגער און ער זעהט אז פון ווען ער שיקט ארויס דעם שטראל ביז די לייט צינדט זיך אן גייט אריבער 2 סעקנדס. אלעס שטומט איהם ווייל ס׳נעמט 1 סעקנד די שטראל זאל גיין ביזן פראנט און 1 סעקנד ער זאל צוריק קומען. (צוגיינער, ס׳איז נישט שייך ארויס צונעמען די דילעי, ס׳איז א פאקט וואס מ׳דארף נעמען אין חשבון)



אבער אויב די שאטל רוקט זיך וואלט ער דאך געדארפט באמערקן ווייל די שטראל רוקט זיך דאך נישט מיט.

אבער ס׳איז נישט אזוי ווייל אין די פריערדיגע מעשה האט די שטראל געגאנגען 20 פיס, 10 ביים גיין און 10 ביים צוריק קומען, אזוי אויך ווען ער רוקט זיך וועט די שטראל ווייטער גיין 20 פיס.

נניח די שאטל רוקט זיך 5 פיס פער סעקנד (האלב פון ספיד אוו לייט) נאך איין סעקנד שטייט ער 5 פיס ארויף, אבער וויבאלד ער האט זיך געריקט האט די שטראל נאכנישט אנגעקומען צום פראנט, און ער האט נאך צו גיין נאך 5 פיס.



אפילו נאך ווען די שטראל וועט גיין נאך 5 פיס (אין א האלבע סעקנד) וועט ער נאכאלטס נישט אנקומען צום פראנט ווייל די שאטל האט אין די צייט זיך גערוקט נאך אביסל. סאו נאר נאך מער פון 1.5 סעקנדס וועט ער טרעפן די פראנט



און יעצט אויפן וועג צוריק, דארף ער נאר גיין וויינגער פון א האלבע סעקנד צו טרעפן די בעק, ווייל ווען ער גייט צוריק רוקט זיך די בעק נענטער צו איהם



למעשה נאך אלעס וועט אויסקומען אז אויך ווען ער רוקט זיך וועט אריבער גיין 20 סעקנדס. (אדרבה רעכן עס אויס מיט אלגברה און זאג מיר צו איך בין גערעכט)

וואס וועט יא זיין שווער, ווען מ׳ברענגט אריין ציגיינער׳ס שטריק, אנשטאט צו מאכן אז ביידע וועגן גייט דאס מיט שטראלן וועט מען מאכן א געמיש און צוזאמשטעלן אז איין וועג גייט ער דורך חומר, און וויבאלד חומר ווערט דאך נשפע פונעם מאשן און לייט נישט וואלט מען לכאורה געדארפט טרעפן א חילוק.
אנשטאט דעם שטראל וועט ראובן האבן א שטריק פון 10 פיס לאנג און ווען ער געבט א שלעפ צינדט זיך אן א שטראל אין די פראנט און ער הייבט אן צו גיין צום בעק, ווען ער קומט אן צום בעק צינדט זיך אן די לייט.
אויב ער שטייט דארף געדויערן פון זיין שלעפן די שטריק ביז די לייט פון די בעק צינדט זיך אן 1 סעקנד, ווייל די שטראל דארף גיין בלויז 10 פיס פון די פראנט ביז צו די בעק.
אבער אויב ער רוקט זיך נענטער וואלט דאך געדארפט אריבער גיין נאר אביסל ווייניגער פון א האלבע סעקנד ביז די שטראל קומט אן צום בעק,
אלא מאי?
נו פיר אויס, נאכאמאל צוזאמען: אלא מאי?
מוז מען זאגן אז צייט ווערט.... שנעלער!

און אויב ווילסטו משלים זיין די מעשה, אין די זעלבע שאטל זיצט שמעון אין די פראנט מיט א שטריק צו די בעק וואס איז קאנעקטעט צו א סוויטש וואס שיקט א שטראל צום פראנט און ווען די שטראל קומט אן צינדט זיך אן זיין לייט.
אויב ער שטייט דארף דאך נעמען 1 סעקנד, אבער אויב רוקט זיך די שאטל פאראויס, קומט דאך אויס אז אין די צייט וואס די שטראל פארט 10 פיס האט זיך די שאטל אוועקגערוקט און ער האט נאך צו גיין נאך 5 פיס און ביז ער קומט אן צום פראנט וועט נעמען אביסל מער פון 1.5 סעקנדס.
אלא מאי טיים איז רעלעטיוו און זיין צייט ווערט.. שטאטער!

יעצט וואלט מען געדארפט אריינברענגען לוי וואס זיצט אינמיטן און ער האט א שטריק צום דאך וואס שיקט א שטראל צום פלאר וואס צינדט דארט אן א לייט, און מיר וועלן זעהן אז דארט איז טיים שוין אינגאנצן קלוג....

אבער דערפאר לאמיר קודם בלייבן ביי ראובן און שמעון און מסביר זיין די סתירה, צו מיט איינשטיין אדער אן אנשטיין, נישט קיין חילוק וועלכע יסוד נעמט מען אן אבער א הסבר דארף זיין.

זעהן זיי טאקע אז ס׳נעמט לענגער/שטאטער? אויב יא קען מען זיך דאך פראוון אז מרוקט זיך
זעהן זיי אז ס׳נעמט אייביג 1 סעקנד? וואס איז דעמאלטס פשט אז ביידע זעהן 1 סעקנד אין די צייט וואס איין שטראל איז געגאנגען מער און די צווייטע ווייניגער, און צו זאגן טיים איז רעלעטיוו אין מאשן דארף מען אבער מסביר זיין פארוואס ווען ביידע רוקן זיך אין זעלבן ספיד אויפן זעלבן דירעקשן דאך וועט ביי איינעם ווערן שטאטער און ביי איינעם שנעלער?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 12:52 am

איינס האט געשריבן:
און יעצט אויפן וועג צוריק, דארף ער נאר גיין וויינגער פון א האלבע סעקנד צו טרעפן די בעק, ווייל ווען ער גייט צוריק רוקט זיך די בעק נענטער צו איהם



למעשה נאך אלעס וועט אויסקומען אז אויך ווען ער רוקט זיך וועט אריבער גיין 20 סעקנדס. (אדרבה רעכן עס אויס מיט אלגברה און זאג מיר צו איך בין גערעכט)


איך מיין די ביזט נישט גערעכט ווייל אויפן וועג צוריק וועט עס נעמען היפש מער ווי א האלבע סקונדע

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:15 pm

איבערגעמאכט די חשבון און איך זעה איך האב געמאכט א טעות
אויב רוקט ער זיך נישט וועט נעמען 2 סעקנדס 1 צו גיין און 1 אויף צוריק. אויב רוקט ער זיך יא וועט נעמען 2 צוגיין ווייל די לייט גיייט אין 2 סעקנדס 20 פיס און די שאטל גייט נאר 10 פיס קומט אויס אז די פראנט פונעם שאטל איז יעצט 20 פיס אוועק. און אויפן וועג צוריק 0.6666
(איך דערמאן מיר יעצט מ׳האט שוין געמאכט דעם חשבון איינמאל...)

און אויף דעם וועט איינשטיין זאגן אז זיין ספעיס טיים איז צוזאמגעצויגן און ממילא איז אריבער אויף זיין זייגער נאר 2 סעקנדס.


נאכאלטס דארף מען פארענטפערן די סתירה פון ראובן מיט שמעון ווען מ׳ברענגט אריין די שטריק.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:31 pm

איינס האט געשריבן:

נאכאלטס דארף מען פארענטפערן די סתירה פון ראובן מיט שמעון ווען מ׳ברענגט אריין די שטריק.


דערמאנסט מיר א שאלה וואס איינער האט אמאל געפרעגט, לאמיר זאגן מ'נעמט א שטעקן וואס איז לאנג ביז די זון און מ'געט א שטיפ די שטעקן און יענע רגע געט זיך די זון א שאקל.
קומט איינער מיט א שטארקע קשיא אז ער האט א ראי' אז איינשטיין איז נישט גערעכט,ווייל איינשטיין זאגט דאך אז גארנישט קען נישט טרעוולען שנעלער ווי די ספיד אף לייט וואס צוליב דעם נעמט בערך 8 מינוט פאר די זון שטראלען זאלן גרייכן די וועלט. פרעגט יענער ווי אזוי קען זיין אז ווען ער שאקלט די שטעקן זאל זיך די זון יענע רגע געבן א שאקל וואס לויט דעם קומט אויס אז די שאקל טרעוועלט אסאך שנעלער ווי די ספיד אף לייט??
די ענטפער אויף דעם איז אז ס'הייבט זיך נישט אן, ס'גייט באמת נעמען גאר א לאנגע צייט ביז די זון גייט זיך געבן א שאקל. די שאקל גייט טרעוולען ווי א כוואליע וואס טרעוועלט ווי די ספיד אף סאונד וואס איז אסאך אסאך שטאטער ווי די ספיד אף לייט.

איך מיין אז דו פארשטייסט די נמשל, טאמער נישט קען איך דיך עס מסביר זיין

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך ציגאנער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:51 pm

טוב לב האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:

נאכאלטס דארף מען פארענטפערן די סתירה פון ראובן מיט שמעון ווען מ׳ברענגט אריין די שטריק.


דערמאנסט מיר א שאלה וואס איינער האט אמאל געפרעגט, לאמיר זאגן מ'נעמט א שטעקן וואס איז לאנג ביז די זון און מ'געט א שטיפ די שטעקן און יענע רגע געט זיך די זון א שאקל.
קומט איינער מיט א שטארקע קשיא אז ער האט א ראי' אז איינשטיין איז נישט גערעכט,ווייל איינשטיין זאגט דאך אז גארנישט קען נישט טרעוולען שנעלער ווי די ספיד אף לייט וואס צוליב דעם נעמט בערך 8 מינוט פאר די זון שטראלען זאלן גרייכן די וועלט. פרעגט יענער ווי אזוי קען זיין אז ווען ער שאקלט די שטעקן זאל זיך די זון יענע רגע געבן א שאקל וואס לויט דעם קומט אויס אז די שאקל טרעוועלט אסאך שנעלער ווי די ספיד אף לייט??
די ענטפער אויף דעם איז אז ס'הייבט זיך נישט אן, ס'גייט באמת נעמען גאר א לאנגע צייט ביז די זון גייט זיך געבן א שאקל. די שאקל גייט טרעוולען ווי א כוואליע וואס טרעוועלט ווי די ספיד אף סאונד וואס איז אסאך אסאך שטאטער ווי די ספיד אף לייט.

איך מיין אז דו פארשטייסט די נמשל, טאמער נישט קען איך דיך עס מסביר זיין

איך פארשטיי נישט די משל.

וואו ווערט די שטעקן צאמגעצויגן אז ס'זאל קענען זיין א דילעי? און פארוואס אויפן ספיד פון סאונד?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט