תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:10 pm

זייער גוט!

דאס האב איך געשריבן אז די פראבלעם איז נאר ווען מ׳ברענגט אריין דעם זייגער
(אבער דאס וואס דו שרייבסט זונטאג און מאנטאג מאכט נישט אויס, וויי ווען איך צינד אן א לייט לויפן די שטראלן אויף אלע זייטן)
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך ציגאנער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:12 pm

איינס האט געשריבן:זייער גוט!

דאס האב איך געשריבן אז די פראבלעם איז נאר ווען מ׳ברענגט אריין דעם זייגער

פארוואס?

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:12 pm

איך האב שוין אויסגעשמועסט אויבן, איך וועל טרייען צו זיכן אויף וועלכע פעידזש
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:16 pm

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. ענק זאגן אז שמעון זעט ליכטיקייט גיין שנעלער ווי די ספיד אף לייט?

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:17 pm

וואס עפעס שנעלער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:18 pm

ציגאנער, דו זאגסט יא אזוי?

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:22 pm

איך בין שוין צימישט לאמיר אנהייבן פון אנהייב

איינער איז אויפן באן און דער צווייטער שטייט אונטן
ווען די צוויי שטייען פונקט איינער קעגן צווייטן בליצט די הימל איין בליץ קומט אן צו די רעכטע וואנט פונעם באן און איין בליץ צו די לינקע



די באן פארט ווייטער
לויט אונזער חשבון דארפן זיך ביידע בליצן טרעפן נאך א סעקנד (לשם דוגמא) פונקט צווישן זיי



אבער ווען מפרעגט דער וואס זיצט אינעוויניג ווייסן מיר דאך אז ער וועט אויך זעהן ביידע זיך טרעפן אינמיטן



און צו עס מאכן מער דראמאטיש
קען מען צולייגן אז פונקט אינמיטן באן איז דא א באמבע ווואס פלאצט ווען צוויי שטראלן טאשטן איהם
דא ווערט א פראבלעים ווייל דער וואס זיצט אויפן באן וועט דאך זעהן אז זיי קומען א צוזאמען און די באן וועט אויפרייסן
אבער דער פון אונטן וועט דאך זעהן ווי די שטראלן קומען נישט אן צוזאמען און די באן פארט ווייטער און ער וועט זעהן ווי די באן קומט אן צום סטאנציע און יענער גייט זיך אהיים

נו קען דען זיין אז איין בי"ד וועט זיצן אויף מתיר זיין א עגונה ווען די צווייטע בי"ד וועט אננעמען עדות פון דעם מאן אליין?

אלא מאי זאגט איינשטיין דער וואס פארט אויפן באן ווערט זיין צייט שטייטער און דערפאר וועט די לינקע בליץ גיין א לענגערע וועג כאטש וואס ס׳איז שוין אריבער מער פון א סעקנד, וועט זיין זייגער זאגן אז ס׳איז אריבער נאר 1 סעקנד.

פרעגט צוגייענער פארוואס קוקסטו נאר אויף די לינקע? קוק אויף די רעכטע בליץ וועט אויסקומען אז סגייט ווייניגער אין איין סעקנד?! אלא מאי צייט ווערט שנעלער און ס׳איז נאכנישט אריבער א גאנצע סעקנד כאטש זיין זייגער זאגט אז ס׳איז יא אריבער...


ציגאנער, דאס איז דיין שאלה?
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך ציגאנער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:24 pm

רואיג! האט געשריבן:ציגאנער, דו זאגסט יא אזוי?

יא, אבער פארגעס נישט ס'איז נאר א קשיא. (לייען איבער מיין לאנגע תגובה, כ'מיין די ביסט שוין א סטעפ ווייטער)

---
איינס האקט.

עקזעקטלי. (קענסט פרעגן פשוט'ער אבער שוין...)

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:30 pm

ציגאנער האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:ציגאנער, דו זאגסט יא אזוי?

יא, אבער פארגעס נישט ס'איז נאר א קשיא.

איך פיל מיר ווי א גוי אין בארטונרא, איז דאס וואס שמעון זעט אדער נישט? וואס מיינט נאר א קשיא?

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:31 pm

איך זעה נאר איך האב פאדריידט די יוצרות צווישן רעכטס און לינקס...
באט סאיז נישט אזוי שרעקליך, ווייל צומאל פארט די באן רעכטס און צומאל לינקס...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:32 pm

יעצט דארפן מיר זיך פרעגן:
וואס גייט טאקע געשעהן, די באן גייט יא אויפרייסן אדער נישט?

און מ׳דארף נעמען אין חשבון
1. די שטראלן האבן אנגעכאפט דעם באן צוזאמען
2. די שטראלן פארן אייביג די זעלבע שנעלקייט
3. די באן רוקט זיך רעכטס

מיט די דריי הנחות ווייסן מיר קלאר אז די באן גייט אויפרייסן ווייל די שטראלן וועלן זיך קיינמאל נישט צוזאמטרעפן אינמיטן.

ווערט דאך שווער אז דער וואס זיצט אויפן באן ״זעהט״ דאך אז זיי כאפן אן צוזאמען די צוויי ווענט וועט ער דאך דארפן ״זעהן״ אז זיי טרעפן זיך צוזאם פוקט אינמיטן.
אויף דעם קומט איינשטיין און זאגט: הייבט זיך נישט אן, דער וואס זיצט אויפן באן זעהט אז די בליצן בליצן נישט צוזאם נאר איינער נאכן צווייטן.
אבער וויאזוי קען זיין אז דער וואס איז אינטן זעהט יא אז ביידע זענען צוזאם? על זה נאמר צייט איז רעלעטיוו און וויבאלד ער רוקט זיך האט ער א אנדער זמן

---
רואיג האקט, ביסט מיט מיר?
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:34 pm

@איינס, אויב פון די גאנצע שמועס וועלן אונז זיך יעצט פארשטיין, האט זיך אלעס געלוינט.
איינס האט געשריבן:אלא מאי זאגט איינשטיין דער וואס פארט אויפן באן ווערט זיין צייט שטייטער און דערפאר וועט די לינקע בליץ גיין א לענגערע וועג כאטש וואס ס׳איז שוין אריבער מער פון א סעקנד, וועט זיין זייגער זאגן אז ס׳איז אריבער נאר 1 סעקנד.

נישט ריכטיג, ראובן וועט זען עס איז אנגעקומען צוזאמען, שמעון וועט זען עס איז אנגעקומען איינס פאר די צווייטע.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:35 pm

טעיתי למעלה און איך האב שוין איבערגעשריבן יעצט ביי מיין לעצטע תגובה
אויף דעם קומט איינשטיין און זאגט: הייבט זיך נישט אן, דער וואס זיצט אויפן באן זעהט אז די בליצן בליצן נישט צוזאם נאר איינער נאכן צווייטן.
אבער וויאזוי קען זיין אז דער וואס איז אינטן זעהט יא אז ביידע זענען צוזאם? על זה נאמר צייט איז רעלעטיוו און וויבאלד ער רוקט זיך האט ער א אנדער זמן


--

בעסער געזאגט לא טעיתי, נאר אויבן האב איך געטרייט ארויסצוברענגען ציגיינער׳ס שאלה, באט עני וועי...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:39 pm

יעצט קומט ציגיינער און פרעגט אזוי:
וואס מיינט צייט ווערט שטייטער? איז מען מסביר (בשם איינשטיין) אז זיין זייגער גייט שטייטער און דערפאר?...
נו פיראויס: וואס ווערט פארענטפערט מיטן זאגן צייט ווערט שטאטער און וויאזוי ווערט דאס פארענטפערט?

איז רוב וואס קענען די נושא (אזוי בערך) וועלן זאגן: וויבאלד צייט ווערט שטייטער קומט דאך אויס אז די שטראל האט מער צייט צו גיין און דערפאר קומט ער אן אינמיטן.
פרעגט צוגיינער: אבער די צווייטע שטראל איז פארקערט די מעשה, דארט גייט ער א קלענערע שטח, דארף מען דאך זאגן אז יענע זייט ווערט צייט שנעלער.
וואס דאס איז בטעות יסודו, אזוי ווי רואיג האט שוין אנגעמערקט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:01 pm

אלא מאי קענסל דיליט, לאמיר אפלאזן די צייט ווערט שטייטער, לאמיר יעצט בלייבן אז צייט בלייבט די זעלבע ביי יעדן און די שטח בלייבט אויך די זעלבע ביי יעדן. און לאמיר קוקן וואס גייט פאר אויפן סצענע.

1. צוויי בליצן בליצן אין די זעלבע צייט.
2. בשעת׳ן בליצן איז די סענסער פונקט צווישן די צוויי בליצן.
2. די שטראלן קומען נישט אן צוזאמען און די באן רייסט אויף.

דארף מען זעהן ווי אזוי שטומט די מעשה.
דער וואס שטייט אונטן זאגט אלעס שטומט, וויבאלד די באן האט זיך געריקט, און וויבאלד שטראלן ווערן נישט נשפע, האט דאס גורם געווען אז כאטש וואס בשעת׳ן בליצן האט די סענסער געווען פונקט אינמיטן און די שטראלן וואלטן געדארפט אנקומען צוזאמען, אבער וויבאלד די באן איז געפארן אביסל קומען זיי נישט אן צוזאמען.

דער וואס איז אויפן באן ווייסט דאך אבער נישט אז ער רוקט זיך, און לויט זיין חשבון איז די סענסער נאכאלטס פונקט צווישן די צוויי בליצן, אויב אזוי פארוואס האט דאס אויפגעריסן?
נאר די איינציגסטע הסבר וואס קען דא מסביר זיין די מעשה איז אז נאמבער 1 [צוויי בליצן בליצן אין די זעלבע צייט] איז נישט אמת, און ער זעהט טאקע אז זיי בליצן איינער נאכן צווייטן.

בדרך כלל דא ווערט מען שוין בארואיגט, און מ׳גייט נישט ווייטער און דא פאלט אריין א שרעקליכע טעות.
דא ווערט דאך שווער ווי אזוי קען זיין אז איינער זעהט זאכן געשעהן צוזאם און דער צווייטער זעהט זיין איינער נאכן צווייטן, געבט מען א ווארף אריין א ווארט עפעס וועגן טיים איז רעלעטיוו ושלום על ישראל.

אבער קום איך וועל דיר מסביר זיין וואס דא גייט פאר אן נעמען די הנחה אז צייט איז רעלעטיוו
וויבאלד אונז קוקן אן זאכן מיט אונזערע אויגן און וואס מזעהט האלטן אונז אז דאס איז געווען, און וויבאלד די אויגן ווערן געפיטערט אינפארמאציע דורך שטראלן, און וויבאלד שטראלן לויפן נישט מיט א אין סוף ספיד נאר זיי זענען מוגבל צו א געוויסע שנעלקייט, קומט אויס אז זאכן וואס איך זעה ״יעצט״ האט שוין יענער געזעהן פריער, און איך קען שריין חי וקים אז ס׳איז געשעהן 6:00 און יענער וועט ענטפערן נורא וקדוש אז ס׳איז געשעהן 6:01.

און דאס ליגט דא אונטער די מעשה, ווען ביידע בליצן בליצן אויף 5:59 זעהט נאך קיינער נישט אז ס׳האט געבליצט, יעצט דארף נאך די שטראל פארן ביז זייערע אויגן און זיי דערציילן אז ס׳האט געבליצט. קומט אויס אז בשעת די טראלן פארן צו זייערע אויגן איז שוין די באן אביסל נענטער צו איין שטראל און אביסל ווייטער פון די אנדערע, און דערפאר וועט דער וואס זיצט אויפן באן ״זעהן״ אז איין בליץ האט געשעהן פארן צווייטן. ווידער דער וואס שטייט נאך אלטס אויפן זעלבן ארט וועט ״זעהן״ אז די בליצן האבן געשעהן צוזאמען.

און דאס ברענגט צו דעם אז כאטש וואס בשעת די בליצן זענען ״באמת״ געשעהן זענען ביידע געווען פונקט צווישן די בליצן, דאך וועלן זיי נישט זעהן די זעלבע מעשה. און די הסבר איז זייער פשוט, איינער האט זיך געריקט און איינער נישט.
(רואיג גייט קרימען מיטן נאז אויפן באמת... און ער איז גערעכט ווייל ס׳קען זיין אז באמת געשעהט די בליצן איינער נאכן צווייטן און די באן שטייט אויף איין פלאץ, נאר וויבאלד די וועלט רוקט זיך קומט אויס אז דער וואס שטייט אויף די [רוקעדיגע] וועלט מיינט אז די בליצן זענען געשעהן צוזאמען...)

יעצט שטומט אלעס, סאו טאטעניו זיסער לויט די מעשה וואס פעלט אויס צו זאגן אז צייט ווערט שטאטער און פלאץ ווערט צוזאמגעצויגן?!

ואל תעננו פון די מ״מ עקספירעמעט ווייל (איך האב נישט קיין תירוץ אויף דעם... און ווייל) איינשטיין און אלע וואס זענען מסביר זיין טעאריע איז זיי גענוג די מעשה מיטן טרעין צו קומען צו די מסקנא אז צייט ווערט שטאטער.


אבער ווען מגייט אריינברענגען די זייגערס וועלן מיר זעהן אז יעדער וועט אנצייגן אז ביים צווייטן שלעפט זיך די צייט, און פון דא קומט מיין טענה די גאנצע צייט אז ״באמת״ ווערט קיינער נישט שטאטער ס׳זעהט נאר אויס אזוי. נאר וויבאלד וואס אונז זעהן איז די אמת אין אונזער אויגן וועלן מיר זאגן אז ער ווערט באמת שטאטער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך ציגאנער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:53 pm

איינס האט געשריבן:

;l;p- פארסט דאך שנעלער ווי די ספיד אוו לייט...

אבער ביסט נישט גערעכט, און כ'גיי טוישן די מעשה.

די טרעין וועט יעצט האבן א באמבע העכערן דרייווער און א סוויטש אינעם טראנק. ראובן און שמעון באקומען ביידע א שטריק וואס איז צוגעטשעפעט צום סוויטש, און ווען זיי געבן א שלעפ צינדט זיך אן די סוויטש און די באמבע פלאצט.
ראובן שטייט ביים דרייווערס זיץ, שמעון שטייט אויף די גאס פינעף פיס פאראויס פון ראובן. זיי געבן צוזאמען א שלעפ די בענדל, די לעקטעריק האט יעצט א וועג פון צען פיס צו לויפן ביזן באמבע אינפראנט, (לאמיר זאגן אז ספיד אוו לייט איז צען פיס א סעקונדע), אינצווישן פארט די באן פינעף פיס, די באמבע פלאצט פונקט א סעקונדע דערויף, און ביידע גייען אינאיינעם אויף קידוש השם. (נאר א משל...)

און דא בלייבן מיר ביידע סטאק. זיי האבן קלאר צוזאמען געשלעפט די שטריק, און זיי זענען זיכער אינאיינעם אומגעקומען.
לויט ראובן איז די לעקטער געפארן צען פיס א סעקונדע, און לויט שמעון פיפצן?

(גייסט מיר פרעגן וויאזוי כ'ווייס אז זיי האבן פונקט צוזאמען געשלעפט אויב זיי שטייען דיסטנס?... אקעי, זיי האבן אנגעשטעלט צוויי זייגער איינס נעבן צווייטן, מ'טוט אן איינס פאר ראובן און איינס פאר שמעון, און ווען ס'ווערט זעקסע שלעפט מען).

(מ'קען פרעגן די זעלבע ביי דיין מעשה אויך)

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך טוב לב » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:11 pm

הערליך שיין מסביר געווען די קשיא.
די ענטפער איז, אז איינשטיין האט קיינמאל נישט געמאכט קיין עקספערעמענט מיט א באן.
איינשטיין האט שוין געהאט זיינע אייגענע הנחות גינומען פון מעקסוועל וואס אויף דעם האט ער געבויעט זיין טעאריע און דערנאך האט ער גענומען די משל פון די באן כדי אונז פשוטע מענטשן זאלן עס קענען פארשטיין.

יעצט לאמיר גיין שטאטעלעך, נאך איידער איינשטיין איז אויפגעקומען מיט זיין טעאריע האט שוין איינשטיין געוויסט אז די ספיד אף לייט איז אבסעלוט, דאס האט ער גענומען פון מעקסוועל, און אויף דעם האט ער געבויעט זיין טעאריע.
די משל פון די באן וואס אונז ניצען ווי די שטראל לויפט אהין און צירוק איז זייער א שיינע משל,אבער אונז ניצען עס אין די ראנג פלעיס. די משל האט איינשטיין בלויז געניצט מסביר צו זיין סיימאלטעניס רעלעטיוועטי.

די ריכטיגע משל וואלט געדארפט זיין ווי די שטראל טאנצט ארויף און אראפ וואס דארט גייט די באן קענען פארן ביידע וועגען אהין און צוריק און ציגיינערס קשיא גייט שוין נישט זיין שווער, און איינס גייט נישט קענען ענטפערן די תירוץ וואס ער ענטפערט.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:01 pm

איך זעה נישט וואו איז פארענטפערט יעצט ציגיינערס שאלה

און לאמיר אויסקלארן דיין מעשה, און טוישן עטליכע דיטעילס ס'זאל זיין קלארער
די באן איז לאנג 10 פיס איז כדי די באמבע זאל פלאצן דארפן ביידע ציען די שטריק צוזאמען און ס'דארף אנקומען א שטראל פון די טראנק ביזן פראנט.
לייט פארט 10 פיס פער סעקנד און די באן פארט אויף א ספיד פון 5 פיס פער סעקנד.

אויב די טרעין שטייט מיינט דאס אז נאך א סעקנד וואס ביידע האבן געצויגן וועט אנקומען די שטראל צום פראנט און ס'וועט פלאצן.
אבער ווען מזל זיי פרעגן (אויף יענע וועלט...) צו זיי האבן געצויגן צוזאמען וועט זיין אביסל קאמליקעיטע.
ערשטנס דאס איז זיכער אז זיי האבן "געזעהן" אז דער צווייטער שלעפט אביסל שפעטער, אבער וויבאלד ער נעמט אין חשבון אז דער צווייטער שטייט נישט נעבן איהם און ס'נעמט צייט ביז די שטראל וועט אנקומען ווייסט ער אז כאטש ער האט "געזעהן" אז משלעפט נישט צוזאמען האבן זיי אבער "באמת" געשלעפט צוזאמען.
ווען מ'וועט זיי פרעגן וויפל א זייגער האבן זיי געשלעפט די שטריק, וועט זיין די זעלבע מעשה, יעדער וועט זאגן אז ביי ביידן איז געווען 6:00 אבער דעם צווייטנס זייגער גייט אביסל שטאט. אבער ער וועט נאכלטס וויסן אז ס'איז נאר א עפעקט פון "זעהן" אבער העכט איז די זייגערס די זעלבע.

אויב די באן האט זיך געריקט קומט דאך אויס אז אין די צייט וואס די שטראל הייבט אן ארויסצופארן רוקט זיך די פראנט ווייטער פונעם שטראל און יעצט וועט ער שוין דארפן גיין מער פון 10 פיס (צווישן 10 און 13) און ס'וועט געדויערן מער פון 1 סעקנד ביז ער קומט אן צום פראנט.
קומט דאך אויס אז די באמבע וועט פלאצן נאך מער פון 1 סעקנד.
דער וואס שטייט אינדרויסן האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווייל ער זעהט דאך אז די באן פארט אוועק פונעם שטראל און דערפאר פארשטייט ער פארוואס די באמבע פלאצט שפעטער.
אבער דער וואס זיצט אויפן באן וואלט דאך לכאורה געדארפט זעהן אז די באמבע פלאצט נאך וואס ס'גייט אריבער מער פון א 1 סעקנד.
אבער מיר ווייסן אז ער וועט זעהן אז ס'איז אריבער נאר 1 סעקנד, ומכאן על כרחך אז זיין זייגער גייט שטייטער!

יעצט לאמיר גיין ביי א מעשה וואס די באן פארט צוריקצוועגס און פארט נענטער צום שטראל
קומט דאך אויס אז אין די צייט וואס די שטראל הייבט אן ארויסצופארן רוקט זיך די פראנט נענטער צום שטראל און יעצט וועט ער שוין דארפן גיין ווייניגער פון 10 פיס (צווישן 7 און 10) און ס'וועט געדויערן ווייניגער פון 1 סעקנד ביז ער קומט אן צום פראנט.
קומט דאך אויס אז די באמבע וועט פלאצן פאר ס'איז אריבער 1 סעקנד.
דער וואס שטייט אינדרויסן האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווייל ער זעהט דאך אז די באן פארט צום שטראל און דערפאר פארשטייט ער פארוואס די באמבע פריער.
אבער דער וואס זיצט אויפן באן וואלט דאך לכאורה געדארפט זעהן אז די באמבע פלאצט פאר ס'גייט אריבער א 1 סעקנד.
אבער מיר ווייסן אז ער וועט זעהן אז ס'איז אריבער נאר 1 סעקנד,
ומכאן על כרחך אז זיין זייגער גייט שנעלער?!

בעצם דאס איז געווען דיין שאלה אויבן.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:10 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:03 pm

טוב לב האט געשריבן:די ריכטיגע משל וואלט געדארפט זיין ווי די שטראל טאנצט ארויף און אראפ וואס דארט גייט די באן קענען פארן ביידע וועגען אהין און צוריק און ציגיינערס קשיא גייט שוין נישט זיין שווער, און איינס גייט נישט קענען ענטפערן די תירוץ וואס ער ענטפערט.

איך האב שוין בעבר אויסגעשמועסט אויך די נקודה אבער לאמיר זיך קודם האלטן צו די שאלה פון ציגיינער ווי אויסגעשמועסט אין מיין פאריגע תגובה.
ווי אזוי פארענטפערסטו די שאלה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:09 pm

איך בין נישט אזא גאון, איך קען נישט מיטהאלטן אזוי שנעל. @איינס דו ווילסט יעצט פירן א שמועס אויף מיין ספיד?

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:11 pm

וועלכע חלק איז נישט קלאר?

איך קען נישט יעצט מאכן א בילד אבער אויב א בילד וועט העלפן וועל איך מארגן ארויף לייגן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:12 pm

ניין, איך וויל פירן א שמועס, איך וועל פראבירן צו פרעגן, און דו וועסט ענטפערן. מסכים?

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:13 pm

נו ויסעו (אויף א קליינע ספיד...)


אבער וואו איז ציגיינער?
אה, ער שטייט אינטן, ער וויל נישט אומקומען על קידוש השם....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:14 pm

אוקעי, לאמיר מאכן די מעשה פשוט. אראפ מיט די אויפרייס און די שטריקן.

ראובן שטייט אויף א באן, ער זעט 2 בליצן קומען אן צוזאמען. שמעון שטייט אונטען ער זעט עס קומט נישט אן צוזאמען צו אים. וואס איז פשט?

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:18 pm

1. די בליצן האבן באמת געבליצט צוזאמען
ראובן שטייט אינמיטן (פון די פלאץ וואס ביידע האבן געבליצט) און שמעון שטייט נענטער צו איינע פון די צוויי.

2. די בליצן האבן באמת נישט געבליצט צוזאמען
ראובן שטייט נענטער צו די בליץ וואס האט געבליצט די צווייטע, און שמעון שטייט פונקט אינמיטן.

שטימט?

---

די אמת וועסטו נישט אזוי גרינג ארויסהאקן פון מיין קאפ
:wink:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח און 14 געסט