תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יולי 02, 2018 1:39 pm

סימפל, וויאזוי ווייסטו אז די ערשטע קלאפ פונעם זייגער נעמט פונקט די זעלבע לאנג ווי דער צווייטע קלאפ?

נישט קיין חילוק צו וואס די וועסט עס צושטעלן וועט מיין פראגע זיין טאקע אויף די ערשטע, אויפן מקור.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 02, 2018 1:40 pm

נאך פונדערהיים האסט אנגערירט זייער א וויכטיגע זאך, און לאמיר קלאר מאכן דיין שאלה.

צו מעסטן צייט מוז מען מען צוויי זאכן: מקום צו מעסטן אויף איהם, און א זאך וואס זאל טוישן פלאץ פון מקום צו מקום און די צייט וואס נעמט פאר די זאך צוגיין דעם ספעיס וועלן מיר אנצייכענען ווי א יונעט פון צייט (לעניננו א סעקנד).

כדי צו מעסטן ספעיס וועלן מיר מוזן האבן א מקום, און אויף איהם וועלן מיר אנצייכענען דריי פוינטס, 1 2 און 3.
1 2 3
(עכט איז גענוג צוויי פוינטס אבער כדי צו בעסער פארשטיין וועלן מיר נוצן דריי)

כדי קלאר צו שטעלן אז די ווייטקייט (=די ספעיס) צווישן 1 און 2, איז די זעלבע ווייטקייט ווי צווישן 2 און 3, וועלן מיר מוזן האבן א חומר וואס איז זיכער אז ער גייט זיך נישט טשעינדזן זיין סייז (דאס רופט זיך א זאך וואס איז אבסעלוטלי). ד"ה פון די מאטריאל איז דא אסאך, דהיינו יעדער חומר וואס איז דא אויף די וועלט.
אונז וועלן מיר נוצן א שטיקל האלץ וואס אזוי לאנג פון פוינט 1 ביז 2, און וויבאלד ס'איז זיכער אז דער שטעקן גייט נישט טשעינדזן זיין סייז, קען איך איהם נעמען און לייגן צווישן 2 און 3, און זעהן:
אויב קומט ער אן פון די 2 ביז די 3, ווייס איך אז ס'איז דא די זעלבע ווייטקייט פון 2 און 3 ווי פון 1 ביז 2.
אויב גייט ער ווייטער ווי די 3, ווייס איך אז צווישן 2 און 3 איז דא גרעסערע ספעיס ווי צווישן 1 און 2.
אויב קומט ער נישט אן ביז צום 3, ווייס איך אז צווישן 2 און 3 איז דא א קלענערע ספעיס ווי צווישן 1 און 2.

צו די מסקנא קענען מיר אבער נאר צוקמען וויבאלד חומר קען נישט שטעינזדשן זיין סייז.

יעצט לאמיר גיין צו צייט.
ווי מיר האבן שוין געזעהן צו מעסטן צייט מוזן מיר האבן 2 טאלס: א קבוע און א משתנה, איינער וואס שטייט און איינער וואס רוקט זיך אויף דער וואס שטייט. אבער צו דעם קומט צו א תנאי קודם למעשה, די שנעלקייט פון דעם משתנה מוז זיין קביעות'דיג.

די שאלה איז אז נישט ווי ביים מעסטן פלאץ וואס מיר האבן א חומר וואס "קען נישט" טוישן זיין מצב, ער קען נישט טשעינדזשן זיין סייז. ביי צייט מעסטן מיר עס מיט "שנעלקייט" און דאס קען זיך שוין יא טוישן. סא, ווער דערציילט מיר אז דער וואס רוקט זיך האט נישט מחליט געעוען אינמיטן צו גיין שנעלער.

די תשובה אויף דעם איז אז מיר מוזן טאקע טרעפן א זאך וואס וועט אייביג זיין אופן זעלבן ספיד און קיינמאל נישט טוישן זיין שנעלקייט אויף קיין שום מצב.

אויף אונזער וועלט'ל (איך מיין די גרויסע...) וועט יעדע זאך טשעינזדשן זיין שנעלקייט לויט דער מצב וואס ער געפינט זיך (קרי = חוקי הטבע והשפעתם על חומר), און מער פון דעם האבן אונז געזהען (אין פרק ב) אז אפילו א זאך וואס לויפט באמת אופן זעלבן ספיד, וועט יעדער זעהן אז ער לויפט אויף א צווייטן שנעלקייט, רעלעטיוו (=ווענדט זיך) צו די שטייסט, אדער דו גייסט, אדער ביים אנפאנג ביסטו געשטאנען און אינמיטן האסטו אנגעהויבן גיין.

איין זאך איז אבער דא וואס ווערט נישט נשפע פון קיין שום זאך און לויפט אייביג אופן זעלבן שנעלקייט:
און דאס איז לייט.

(האסט מיר געשפארט א הקדמה פאר נעקסטן פרק)
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג יולי 02, 2018 5:54 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 02, 2018 1:42 pm

שטאלצער יוד ביסט מכובד
בתורה מראש
:)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יולי 02, 2018 1:49 pm

געוואלדיג!

אבער געדענק, ווען די גייסט זיך פארברייטערן איבער די ספיד אף לייט, גיי איך פארשטייט זיך אויך פארלאנגען א ראי' אז עס טוישט קיינמאל נישט דעם ספיד,
אפשר איז עס אזויווי א ווינט, אמאל שנעלער און אמאל שטייטער?

עניוועי איך וועל ציווארטן מיט געדולד.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 02, 2018 1:55 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:געוואלדיג!

אבער געדענק, ווען די גייסט זיך פארברייטערן איבער די ספיד אף לייט, גיי איך פארשטייט זיך אויך פארלאנגען א ראי' אז עס טוישט קיינמאל נישט דעם ספיד,
אפשר איז עס אזויווי א ווינט, אמאל שנעלער און אמאל שטייטער?

עניוועי איך וועל ציווארטן מיט געדולד.

האמת יאמר איך האב גענישטערט איבער דעם ראיה אסאך, און ווען איך זאג אסאך מיין אסאך רעלטעיוו צו אסאך.

כ'האב אויסגעבויעט א אייגענע טעאריע, איך האב נישט געטראפן מיט וועם צו באשטעטיגן. אבער איך גיי עס דא ארוף ברענגען ווייל איך האב עס געבויעט איינס פלאס איינס, סא איך גלייב אז סאיז אמת.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יולי 02, 2018 1:59 pm

לענ''ד איז דאס נישט מעגליך צו פראווען מיט די מענטשליכע שכל,

(איינשטיין? בין איך קיינמאל נישט געווען, א קאמפיוטער? כאניש קיין אהנונג וויאזוי עס ארבעט,)

אדרבה ר' איינסער לאמיר הערן וואס איר האט צו פארקויפן!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 02, 2018 2:08 pm

יעצט זעה איך אז איך האב זיך נישט רכיטיג באצויגן

דאס אז לייט איז נישט רעלעטיוו האבן די פארשער שוין געפראווט
איך האב גערעדט פארוואס טוישט ער קיינמאל נישט

עני וועי נעקסט טיים וועט מען אנהייבן וועגן לייט און מוועט אנקומען צו אלעס
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג יולי 02, 2018 5:56 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יולי 02, 2018 2:11 pm

!can't wait
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 02, 2018 2:15 pm

פאר מיר הייבן אן איז גוט צו כאפן א בליק

גענומען פון דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

סתם
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » מאנטאג יולי 02, 2018 6:52 pm

איינס האט געשריבן
דאס אז לייט איז נישט רעלעטיוו האבן די פארשער שוין געפראווט
איך האב גערעדט פארוואס טוישט ער קיינמאל נישט

ער קען טאקע נישט ווערן שנעלער(אבסעלוט) אבער ער קען ווערן שטאטער דורך גרעוועטי און דורך די גרעוועטי פון א שווארצע לאך(black hole) זיך אינגאנצן אפשטעלן, וואס דעלמאטס וועט זיך טאקע טוישן די מעסטונג פון צייט אזוי וואו נאך פונדערהיים האט געפרעגט. און די שאלת חכם איז א חצי תשובה ווייל דאס איז א חלק פון די יסוד אז צייט איז רעלעטיוו.
אבער לאמיר נישט כאפן הייסע לאקשו נאר ווארטן אז איינס זאל דאס פונקטליך מסביר זיין.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יולי 03, 2018 2:06 pm

איך ברענג עס דא אהער [פון דא,] כאטש סאיז נאך צו פרי צו פארשטיין (און זאג קיינעם נישט אויס איך פארשטיי דאס אליין נישט)

אבער עס איז אינטערעסאנט צו זעהן דער מושג פון רעליטוויטי לעבעדיגערהייט.

איינס האט געשריבן:

איין תשובה פאר דעם:
איינשטיינ'ס דזשענערל רעלטיוו טעאריע

דאס הייסט בקיצור אז יעדער סיסטעם האט זיין אייגענע ספעיס טיים און דורך דעם זיין אייגענע גרעוויטאציע (וואס בעצם איז דאס א זאך וואס עקזעסטירט בכלל נישט).
און דערפאר כאטש וואס עס ווערט נישט נשפע פון די דרויסענדיגע גרעוויטאציע, וועט נאכאלטס די וואסער אראפ גיין צום גלאז.

גיי פארשטיי...

און פארשטייט זיך קרעדיט פאר יענקל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

סתם
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » דינסטאג יולי 03, 2018 5:09 pm

א ספין קען מאכן אן ארטעפישל גרעוועטי, און אזוי ארבעט סענטרעפיוזשעס (איר געדענקט נאך איראן נוקלער וואפן)
און ווען איר ווילט מאכן פאון פאר אייערע קידער און איר דרייט זיי ארום און זיי דרייען זיך און די לופטן.
איך וויס נישט אויב דאס האט צו טון מיט אן אייגנעם ספעיס טיים( איך מיין אז נישט) זאל עס טאקע דא נתלבן און נתברר ווערן.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 04, 2018 10:58 am

סתם ביסט גערעכט און נישט גערעכט,
ווייל כדי צו קענען שאפן א כח המשיכה (ווי איך גיי שוין מסביר זיין) מוז מען האבן א ספעיס, דהיינו א ספעיס טיים.

די סיבה פארוואס זאכן פאלן צו דער ערד איז נישט ווייל איינער שלעפט זיי, נאר פשוט ווייל די וועלט דריידט זיך.
אין אנדערע ווערטער האקט ארויס פון אייער קאפ אז ס'איז דא א כח המשיכה (ווייל ס'איז באמת נישט דא), און יעצט קוקט אויף די וועלט מיט א ניכטערן בליק.

פארט א טראק אופן ראוד אויף איהם ליגט א ריזן שטיין, פארוואס פאלט נישט אראפ די שטיין?
מ'קען ענטפערן צוויי תשובות: 1) די פראנט פונעם טראק האט א כח המשיכה און שלעפט מיט מיט זיך דעם שטיין. 2) די צווייטע דארף איך נישט מסביר זיין, אבער אין איין ווארט לאמיר איהם רופן כח התאוצה.

דאס זעלבע מיט אונז אויף די וועלט די סיבה פארוואס מיר פאלן צו די ערד איז ווייל די וועלט דריידט זיך.
סא?

לאמיר ציטירן וואס שמו האט געשריבן אין יענעם אשכול (כאטש וואס פון זיין ווערטער איז משמע אז ער האט נישט געכאפט ווי טיף ער האט געשריבן)

שמו האט געשריבן:מאכט נישט קיין סענ"ס, ווייל די וואסער פון באטל רינט דאך יא אריין אין גלאז
נאר יש לומר, אז ער דרייט זיך אזוי שנעל, און דעריבער בליייבט די וואסער אינעם גלאז, כמו שנהגו בינקותינו, צו לייגן צוויי קאפ'ס אויף א בעזים, און דרייען דאס בעזים מיט א שנעלקייט, און די צוויי קאפ'ס זאלן נישט אראפ-פאלן, און זיך נישט אויסגיסן

קלארער צו שטעלן די זאך לאמיר נעמען א ראליקאסטער וואס איז אנגעשטלט זיך צו דרייען אויף א קביעות דיגן ספיד, מיר וועלן ארויף לייגן אויפן בענקל א גלאז וואסער, און אנצינד דעם ראליקאסטער.
אזוי ווי ביי די בעזים וועט דא אויך די גלאז נישט אראפ פאלן נאר מיט גיין מיטן שנעלקייט פונעם ראליקאסטער.

וואס וועט געשעהן ווען מיר וועלן נעמען עוג מלך הבשן'ס ראליקאסטער און עוג מלך הבשן וועט זיך אפיר זעצן?
די זעלבע זאך נאר אין גרויס.

וואס וועט אבער געשעהן ווען אנשטאט צו אוועקזעצן עוג וועלן מיר ארויף לייגן אונזער קליין ראליקאסטער אויף זיין יווווודזש ראליקאסטער?
יעדער ראקליקאסטער וועט שאפן א כח המשיכה פאר די זאכן וואס דרייען זיך אויף איהם.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מיטוואך יולי 04, 2018 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 04, 2018 11:18 am

פאר די סיבה ווען אלע זאכן אויף די וועלט, נישט קיין חילוק וויפל זיי וועגן, אלע, אבער אלע וועלן אראפ פאלן צו די ערד מיט די זעלבע שנעלקייט.

וואס?????
קען נישט זיין!
ווילסט מיר זאגן אז א שטיין וואס וועגט 70 פונט און א שטיין וואס וועגט 1 פונט פאלן מיט די זעלבע שנעלקייט?
די ענטפער איז: יא! (כל זמן קיינער שטערט זיי נישט, ווי למשל די ווינט עפעקט אויף אונזער וועלט).

ווייס איך דאך אז דו גלייבסט מיר נישט, סא טריי עס אליין.
גיי ארויף אויף די דאך פון דיין בילדינג, נעם די גרעסטע שטיין וואס דו טרעפסט אין איין האנט, און אין די צווייטע האנט די קלענסטע שטיין וואס דו טרעפסט, לאז אפ ביידע צוזאמען און קום מיר אפדעיטן ווער איז אנגעקומען פריער.

איך האב עס נאר נעכטן אויפגעכאפט, איך האב געהאלטן אינמיטן אהיים וואקן און איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, איך האב אפיר געזיכט אין גאס א גרויסע אין קליינע שטיין און פראבירט, און יא זיי זענען ביידע אנגעקומען צוזאמען. איך האב געטרייט איינמאל און נאכאמאל, מיט אלע מיני שטיינער און חפצים וואס איך געטראפן, איך האב געמיינט איך חלעש. (סא דו ביסט געווען דער אינגעמאן נעכטן....,יא יאך בין עס געווען!).

למעשה אויף די וועלט ווען מ'וועט מעסטן פונקטליך וועט זיין א חילוק, לויט די נפח פון די שטיין. און דאס געשעהט ווייל וואס גרעסער די נפח וועט די ווינט האבן א גרעסערע השפעה און איהם צוריק האלטן. אבער ווען מ'גייט ארויס פון די אטמאספער פליען אראפ אלע זאכן אין זעלבן שנעלקייט.

און ווען די ערשטע אסטראנאטן זענען געפלויגן צו די לבנה איז דאס געווען איינע פון די זאכן אויף זייער ליסט. ווען זיי זענען אנגעקומען אויבן האבן זיי געוויזן פאר די גאנצע וועלט ווי אזוי א פעדער און א ריזן שטיין פאלן אראפ און קומען צוזאמען אן צו די ערד פון די לבנה.

די שנעלקייט פון פאלן וועט זיך טוישן לויט די שנעלקייט וואס די סיסטעם דריידט זיך און דערפאר דא אויף די וועלט פאלן חפצים אין די שנעלקייט פון 9.8 מטר פער סעקנד, און אויף די לבנה (וואס זי איז קלענער און במילא דריידט זי זיך שטאטער) וועט דאס זיין נאר 1.6 מטר פער סעקנד.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

סתם
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » מיטוואך יולי 04, 2018 1:19 pm

Wow הערליך און קלאר.
לאמיך מאכן א סך הכל פון וואס די זאגסט.
גרעוועטי האט גאנישט צוטון מיט די גרויסקייט(מעגענעט)<נויטאן> נאר מיט ווי שנעל עס דרייט זיך.<איינשטיין>
און כדי זיך צו דרייען דארפסטו צוקומען צו ספעיס און טיים

סתם
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » מיטוואך יולי 04, 2018 1:39 pm

למעשה אויף די וועלט ווען מ'וועט מעסטן פונקטליך וועט זיין א חילוק, לויט די נפח פון די שטיין. און דאס געשעהט ווייל וואס גרעסער די נפח וועט די ווינט האבן א גרעסערע השפעה און איהם צוריק האלטן. אבער ווען מ'גייט ארויס פון די אטמאספער פליען אראפ אלע זאכן אין זעלבן שנעלקייט

אונז זעה מיר זאכן מיט די זעלבע נפח האלץ-שטיין וועט וועגן אנדערש צוליב די קאנצעטראציע און מעטטער (חומר) וואו קומט די ווינט דא אריין?
די שנעלקייט פון פאלן וועט זיך טוישן לויט די שנעלקייט וואס די סיסטעם דריידט זיך און דערפאר דא אויף די וועלט פאלן חפצים אין די שנעלקייט פון 9.8 מטר פער סעקנד, און אויף די לבנה (וואס זי איז קלענער און במילא דריידט זי זיך שטאטער) וועט דאס זיין נאר 1.6 מטר פער סעקנד.

אונז זעה מיר אז זאכן מיט א גרעסערע קאנצעטראציע פון מעטטער למשל א שווארצע לאך האט א מוראדיגע כח המשיכה, דרייט זיך עס אויך ארום? אדער וואו מער מעטטער אלץ שנעלער דרייט זיך עס?

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 04, 2018 1:43 pm

נפח מיין איך דו לענג און ברייט, נישט די טיף (הויך)
א פעיפער פון 10 ביי 10 אינטשעס האט א גרעסער נפח ווי א אייזן וואס איז בלויז איינס אויף איינס.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מיטוואך יולי 04, 2018 1:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 04, 2018 1:44 pm

סתם האט געשריבן:
די שנעלקייט פון פאלן וועט זיך טוישן לויט די שנעלקייט וואס די סיסטעם דריידט זיך און דערפאר דא אויף די וועלט פאלן חפצים אין די שנעלקייט פון 9.8 מטר פער סעקנד, און אויף די לבנה (וואס זי איז קלענער און במילא דריידט זי זיך שטאטער) וועט דאס זיין נאר 1.6 מטר פער סעקנד.

אונז זעה מיר אז זאכן מיט א גרעסערע קאנצעטראציע פון מעטטער למשל א שווארצע לאך האט א מוראדיגע כח המשיכה, דרייט זיך עס אויך ארום? אדער וואו מער מעטטער אלץ שנעלער דרייט זיך עס?

שווארצע לעכער וועט מען דארפן עקסטער אנאלזירן (לכאורה)
אבער בכללות וויפל איך פארשטיי די גאנצע מושג פון שווארצע לאך איז א זאך וואס דריידט זיך ארום זיך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

סתם
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » מיטוואך יולי 04, 2018 1:52 pm

איינס האט געשריבן:נפח מיין איך דו לענג און ברייט, נישט די טיף (הויך)
א פעיפער פון 10 ביי 10 אינטשעס האט א גרעסער נפח ווי א אייזן וואס איז בלויז איינס אויף איינס.

פארוואס ווען ביידע וועלן זיין 10x10 וועט די אייזן שנעלער אראפפאלן?

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 04, 2018 1:54 pm

סתם האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:נפח מיין איך דו לענג און ברייט, נישט די טיף (הויך)
א פעיפער פון 10 ביי 10 אינטשעס האט א גרעסער נפח ווי א אייזן וואס איז בלויז איינס אויף איינס.

פארוואס ווען ביידע וועלן זיין 10x10 וועט די אייזן שנעלער אראפפאלן?

זיי וועלן טאקע ביידע אראפפאלן צוזאמען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 04, 2018 2:33 pm

איינס האט געשריבן:
סתם האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:נפח מיין איך דו לענג און ברייט, נישט די טיף (הויך)
א פעיפער פון 10 ביי 10 אינטשעס האט א גרעסער נפח ווי א אייזן וואס איז בלויז איינס אויף איינס.

פארוואס ווען ביידע וועלן זיין 10x10 וועט די אייזן שנעלער אראפפאלן?

זיי וועלן טאקע ביידע אראפפאלן צוזאמען

האסט געטרייט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

סתם
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » מיטוואך יולי 04, 2018 2:47 pm

איינס האט געשריבן:
סתם האט געשריבן:
די שנעלקייט פון פאלן וועט זיך טוישן לויט די שנעלקייט וואס די סיסטעם דריידט זיך און דערפאר דא אויף די וועלט פאלן חפצים אין די שנעלקייט פון 9.8 מטר פער סעקנד, און אויף די לבנה (וואס זי איז קלענער און במילא דריידט זי זיך שטאטער) וועט דאס זיין נאר 1.6 מטר פער סעקנד.

אונז זעה מיר אז זאכן מיט א גרעסערע קאנצעטראציע פון מעטטער למשל א שווארצע לאך האט א מוראדיגע כח המשיכה, דרייט זיך עס אויך ארום? אדער וואו מער מעטטער אלץ שנעלער דרייט זיך עס?

שווארצע לעכער וועט מען דארפן עקסטער אנאלזירן (לכאורה)
אבער בכללות וויפל איך פארשטיי די גאנצע מושג פון שווארצע לאך איז א זאך וואס דריידט זיך ארום זיך.

שווארצע לאך איז א צוזאמגעפאלנע (חרוב געווארענע) שטערן וואס די מעטטער איז אזוי מורא'דיג שטארק קאנצעטרירט. עס איז דא וואס דרייען זיך ראטעיטונג און עס איז דא וואס נישט.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 04, 2018 2:48 pm

סאורס פליז, איך מיין די מאכסט א מאסטעיק
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

סתם
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » מיטוואך יולי 04, 2018 2:51 pm

איינס האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
סתם האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:נפח מיין איך דו לענג און ברייט, נישט די טיף (הויך)
א פעיפער פון 10 ביי 10 אינטשעס האט א גרעסער נפח ווי א אייזן וואס איז בלויז איינס אויף איינס.

פארוואס ווען ביידע וועלן זיין 10x10 וועט די אייזן שנעלער אראפפאלן?

זיי וועלן טאקע ביידע אראפפאלן צוזאמען

האסט געטרייט?

ניין... איך גלייב דיר אויפן ווארט.
לאמיך ריפרעזן די שאלה פארוואס וועט עס וועגן אנדערש?

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 04, 2018 2:53 pm

סתם האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
סתם האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:נפח מיין איך דו לענג און ברייט, נישט די טיף (הויך)
א פעיפער פון 10 ביי 10 אינטשעס האט א גרעסער נפח ווי א אייזן וואס איז בלויז איינס אויף איינס.

פארוואס ווען ביידע וועלן זיין 10x10 וועט די אייזן שנעלער אראפפאלן?

זיי וועלן טאקע ביידע אראפפאלן צוזאמען

האסט געטרייט?

ניין... איך גלייב דיר אויפן ווארט.
לאמיך ריפרעזן די שאלה פארוואס וועט עס וועגן אנדערש?

ווייל ער איז גרעסער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חלה און 10 געסט