תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:15 pm

רואיג! האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:נישט ווייל ער איז געפארן נאר ווייל סגעדויערט צייט פון ווען די שטראל גייט ארויס ביז סקומט אן צו איהם.

דאס איז די נקודה, נישט נאר ווייל עס נעמט צייט, נאר אויך ווייל ער פארט. דא ביסטו מחולק מיט איינשטיין.

דא בין איך נישט מחולק מיט איינשטיין

נאר דאס איז די הויפט נקודה וואס איינשטיין האט געברענגט צום טיש
ווי איך האב נאכגעברענגט אנהייב אשכול פון איינעם ״אז איינשטיין האט אנדעקט פאר די וועלט אז ממעסט צייט מיט א זייגער״

וואס איך בין יא מחולק (נישט מיט איינשטיין נאר מיט ווי אזוי מאיז מסיר איינשטיינס טעאריע) איז צו צייט ווערט עקשעלי קלענער אדער סאיז נאר ווי איך רוף עס אן

די פראבלעם מיט איינשטיינס טעאריע אויפן איטערנעט איז אז יעדער זאגט וואס ער וויל און סאיז איין גרויסע געמיש וואס ער האט געזאגט און וואס אנדערע ווילן ער זאל האבן געזאגט.
ליינעדיג די ארטיקל פון איינשטיין אליין וועסטו זעהן וויפל שטותים די חברה באבענען אראויף אויף איהם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 5:59 pm

ביזט גערעכט אז ס'איז דא אסאך שטותים אויף די אינטערנעט איבער די טעאריע. (און אויך איבער אנדערע זאכן...). אבער דאס מיינט נישט אז די זאך אז צייט אליין ווערט קלענער איז פון די שטותים. אפילו עס איז גאר מאדנע, און שווער צו עקסעפטן, איז עס נאכאלס אמת.

עס איז זייער פשוט אז ווען איינער פארט 100 מייל מזרח, און עס וועט זיך טוישן די זון פאר אים, ווען ער דרייט זיך אויס און ער פארט 100 מייל מערב, וועט אלעס גיין אויף די פארקערטע וועג. (וה"ה פאר א סירקל). אבער דאס איז נישט קיין ראי' אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט בשעת ער איז געגאנגען גראד.

איך מיין דו פארשטייסט וויאזוי לויט מיר שטימט די אויבערדערמאנטע ראובן און שמעון, און אזוי אויך די מייקעלסאן און מארלי עקספירעמענט. אבער דו האסט נאכנישט געזאגט וויאזוי דו קענסט עס פארענטפערן.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 8:32 pm

איך בין נישט מחולק אויפן פוינט אז צייט ווערט קערצער
איך האב געשריבן אז אסאך זאכן וואס ווערט נאכגעזאגט אין איינשטיינס נאמען האט ער קיינמאל געזאגט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:19 pm

WOWOW!!

הערשט יעצט באמערקט אז דו ביסט דא מיטן גאנצן פרישקייט, וועל איך מיר מוזן מאכן צייט פאר דעם.

פארצייכן ווי אומגעליינט. שיק.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:20 pm

וועלקאם בעק!

ווי אזוי פארצייכנט מען אלטס נישט געליינט?

דרך אגב קענסט בוקמארקן די אשכול אז יעדן מאל איינער שרייבט זאלסטו באקומען א נאטיפיקעישן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 5:51 pm

לאמיר מאכן א פרישע מעשה, צו קענען רעדן פון אן אנדערע פערספעקטיוו.

אונז האבן אברהם, יצחק, און יעקב. אברהם שטייט אין א ספעיס שיף, ער קוקט צו צפון זעט ער יצחק פארט אוועק פון אים מיט א שנעלקייט פון 150 טויזנט ק"מ פער סעקונדע צו צפון (0.5 ליכט שנעלקייט). דערנאך זעט ער יעקב קומט נענטער צו אים פון צפון, ער פארט 210 טויזנט ק"מ פער סעקונדע צו דרום זייט (0.7 ליכט שנעלקייט).

יעצט ווילן אונז וויסן וואס יצחק זעט. ווען ער קוקט צו אברהם, זעט ער אז אברהם פארט אוועק פון אים 150 טויזנט ק"מ פער סעקונדע צו דרום, דאס איז פונקט ווי אברהם זעט עס. אבער וואס איז מיט יעקב? נויטאן וואלט געזאגט, אויב יצחק פארט 150 צו צפון און יעקב 210 צו דרום איז די חילוק צווישן זיי די ס"ה (360, 1.2 ליכט שנעלקייט), סאו יצחק זעט יעקב קומען נענטער צו אים 360 טויזנט ק"מ פער סעקונדע. אבער אונז ווייסן אז גארנישט גייט נישט שנעלער ווי ליכטיגקייט, און נויטאן איז נאר גוט ווען מען רעדט פון 2 קארן אויפן ראוד, אבער איינמאל מען האנדלט מיט גרויס נאמבערס מוז מען זיך רעכענען מיט איינשטיין, און דאס וואלט געווען די חשבון:

0.889- = (2^ש / 0.7 * 0.5- - 1) / (0.7 - 0.5-)
אדער
266,667- = (2^300,000 / 210,000 * 150,000- - 1) / (210,000 - 150,000-)

ש איז c.

איך פארשטיי דאס אזוי, צייט גייט אנדערש פאר אברהם און יצחק כפשוטו. דו זאגסט:
איינס האט געשריבן:וואס איך בין מחולק (נישט מיט איינשטיין נאר מיט ווי אזוי מאיז מסיר איינשטיינס טעאריע) איז צו צייט ווערט עקשעלי קלענער אדער סאיז נאר ווי איך רוף עס אן.

אלזא, זיי מיר מסביר, וויאזוי רופסטו דאס אן?

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:38 pm

רואיג! האט געשריבן:לאמיר מאכן א פרישע מעשה, צו קענען רעדן פון אן אנדערע פערספעקטיוו.

אונז האבן אברהם, יצחק, און יעקב. אברהם שטייט אין א ספעיס שיף, ער קוקט צו צפון זעט ער יצחק פארט אוועק פון אים מיט א שנעלקייט פון 150 טויזנט ק"מ פער סעקונדע צו צפון (0.5 ליכט שנעלקייט). דערנאך זעט ער יעקב קומט נענטער צו אים פון צפון, ער פארט 210 טויזנט ק"מ פער סעקונדע צו דרום זייט (0.7 ליכט שנעלקייט).

יעצט ווילן אונז וויסן וואס יצחק זעט. ווען ער קוקט צו אברהם, זעט ער אז אברהם פארט אוועק פון אים 150 טויזנט ק"מ פער סעקונדע צו דרום, דאס איז פונקט ווי אברהם זעט עס. אבער וואס איז מיט יעקב? נויטאן וואלט געזאגט, אויב יצחק פארט 150 צו צפון און יעקב 210 צו דרום איז די חילוק צווישן זיי די ס"ה (360, 1.2 ליכט שנעלקייט), סאו יצחק זעט יעקב קומען נענטער צו אים 360 טויזנט ק"מ פער סעקונדע. אבער אונז ווייסן אז גארנישט גייט נישט שנעלער ווי ליכטיגקייט, און נויטאן איז נאר גוט ווען מען רעדט פון 2 קארן אויפן ראוד, אבער איינמאל מען האנדלט מיט גרויס נאמבערס מוז מען זיך רעכענען מיט איינשטיין, און דאס וואלט געווען די חשבון:

0.889- = (2^ש / 0.7 * 0.5- - 1) / (0.7 - 0.5-)
אדער
266,667- = (2^300,000 / 210,000 * 150,000- - 1) / (210,000 - 150,000-)

ש איז c.

איך פארשטיי דאס אזוי, צייט גייט אנדערש פאר אברהם און יצחק כפשוטו. דו זאגסט:
איינס האט געשריבן:וואס איך בין מחולק (נישט מיט איינשטיין נאר מיט ווי אזוי מאיז מסיר איינשטיינס טעאריע) איז צו צייט ווערט עקשעלי קלענער אדער סאיז נאר ווי איך רוף עס אן.

אלזא, זיי מיר מסביר, וויאזוי רופסטו דאס אן?



איז אזוי די נאמבערס פארשטיי איך נישט, איך קען נישט קיין מאטעמאטיקס
אויב וועסטו מיר מסביר זיין וואס די חשבון זאגט וועל איך כאפן

דיין שאלה פארשטיי איך און איך וועל שוין ענטפערן
אבער קודם וויל איך קלאר מאכן אז איך פארשטיי דיין בילד

אזוי?

66.gif
66.gif (392.01 KiB) געזעהן 225 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:44 pm

יא, די בילד איז גוט. מיין משל איז געווען 150 און 210 אבער עס מאכט נישט אויס.

די שאלה איז, ווען יצחק קוקט אויף יעקב, ווי שנעל זעט ער אים ווערן נענטער? (אדער ווייטער ווען ער איז אים שוין אריבערגעפארן).

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:48 pm

רואיג! האט געשריבן:יא, די בילד איז גוט. מיין משל איז געווען 150 און 210 אבער עס מאכט נישט אויס.

די שאלה איז, ווען יצחק קוקט אויף יעקב, ווי שנעל זעט ער אים ווערן נענטער? (אדער ווייטער ווען ער איז אים שוין אריבערגעפארן).


איז אזוי סאיז קלאר אז ער זעהט 150+210
אבער כדי דאס אויסצוקלארן לאמיר רעדן ענדערש פון א דוגמא וואס יצחק פארט רעכטס 150 און יעקב פארט לינקס 151

9 2.gif
9 2.gif (325.26 KiB) געזעהן 222 מאל


איך מיין אז דא איז גרינגער (בפרט פאר ווער סאיז נישט באהאוונט צו גוט אין די נושא) צו כאפן דיין שאלה.

דיין שאלה בלייבט די זעלבע ריכטיג?

אויב איז ריכטיג וועל איך שוין מסביר זיין דיין שאלה און דערנאך מיין ענטפער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:55 pm

יא מיין שאלה איז די זעלבע.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:58 pm

אקעי האב איך דאך גוט געזאגט אז דו רעדסט קלאר!

(ווער סהאט נישט פארשטאנען, נישט געפערליך, סאיז א פערזעליכע טשעפע)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:03 pm

:lol: :lol: :lol:

בלייבט נאר איבער צו ווארטן אויף דיין ענטפער.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:05 pm

רואיג! האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

בלייבט נאר איבער צו ווארטן אויף דיין ענטפער.

איך גרייט אן די ענימעישנס

לכאורה וועט שוין זיין מארגן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 11:22 am

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:30 pm

אזוי וו מ׳האט געשמועסט וועט לייט נישט ווערן נשפע פון די ספיד וואו ער גייט ארויס, און נעמט נישט צו קיין שנעלקייט אויך אויב ער פליט ארויס פון די שנעלסטע ספעיס שיף



פארוואס אבער ווערט די לייט נישט נשפע?

איינשטיין איז געגאנגען און געמאכט א שפרינג אנשטאט צו טרעפן די סיבה פארוואס דאס געשעהט, האט ער קודם גענומען די מסקנה אז זעהט אויס לייט קען בשום איין אופן נישט גיין שנעלער ווי דעם שנעלקייט וואס ער לויפט. און מיט דעם אראפ געלייגט א הנחה אז קיין שום זאך אין די וועלט קען נישט אריבער גיין די ספיד אוו לייט, וואס דאס באטרעפט 299,792,458 ק״מ פער סעקנד.
צו אנצייכענען די נומבער נוצט מען די לעטער c, דהיינו אויב וויל מען זאגן אז איינער רוקט זיך אויף 299,792,458 ק״מ פער סעקנד וועט מען זאגן ער רוקט זיך מיט א c שנעלקייט.

פאר מ׳גייט ווייטער דארף מען זיך אפשטעלן און פרעגן, וואס איז די נומבער און פארוואס האט לייט אפגעמאכט אז ער גייט נאר 299,792,458 ק״מ א סעקנד.

די ענטפער איז אז נישט לייט האט אפגעמאכט אז ער גייט 299,792,458 ק״מ פ״ס, נאר אונז האבן אפגעמאכט אז די שנעלקייט וואס לייט גייט אין א סעקנד איז 299,792,458 ק״מ.

די וועג צו מעסטן פלאץ פלעגט זיין אמאל יעדע פלאץ ווי זיי האבן אפגעמאכט, לאמיר נעמען לדוגמא די פיס וואס מיר נוצן, א פיס איז א מאס וואס מ׳האט אפגעמאכט אז מ׳גייט נוצן צו מעסטן ווייל דאס איז די לענג פון א עוורידזש פיס, מ׳האט ארפגעשטעלט א געוויסע לענג אז דאס גייט מען רופן פיס, אזוי ווען מ׳רעדט זאל מען וויסן וואס מ׳רעדט, און נישט אז איך זאג פאר איינעם 30 פיס לאנג וועט ער מיר אן קוקן ווי א גולם און נישט פארשטיין ווי לאנג איז מיין כונה.
ס׳פלעגט זיין צענדליגער (60 70) מיני וועגן פון מעסטן, אבער איינמאל די מסחר וועלט איז געווארן פאראייניגט האט מען געמיזט אפמאכן איין מאס וואס יעדער זאל נוצן.

ביים ״מהפכה הצרפתית״ האבן זיי אריבער צום צענער מעסטער, דאס הייסט אז יעדער מאס זאל באשטיין פון צען, דאס האט מען געטוען ביי אלע מיני מעסטן, וואג, נפח און מעס.
אנשטאט צו דארפן נוצן די אלטע וועג פון 12 אונסעס א גאלן און 12 אינטשעס א פיס.

די מעלה פון צען איז זייער פארשטענדליך, סאיז גרינגער און שנעלער צו רעכענען. וואס בעצם די אלטע וועג איז אויך געווען גבעיסט אויף א מהלך ס׳זאל זיין גרינגער צו רעכענען,
די נמבער 360 טיילט זיך אין (כמעט) אלע וועגן, האלב, פערטל, דריטל וכו׳
2 = 180
3 = 120
4 = 90
5 = 72
6 = 60
8 = 45
9 = 40
10 = 36
און פון דארט שטאמט די 60 סעקנדס (360 צוטיילן אין 6)
און די 12 שעה (360 אין 30)

למעשה ביז היינט ניצט מען נאך ביים מעסטן דיגרי 360 אלס א פולע רינג, 180 אלס האלב וכו׳

ביים טוישן די מעסטן יוניטס האבן זיי אויך געטוישט צייט-יוניטס צו 10 טעג א וואך, 10 שעה א טאג, און 100 סעקנדס א שעה.
אבער דא האט זיך געשאפן א פראבלעם ווייל ביז היינט האט יעדן טאג באשטאנען פון 86,400 סעקנדס (60*60*24) אבער יעצט האט מען געדארפט האבן אין א טאג 100000 סעקנדס.
וואס מ׳טוט אין אזא צייט אז מ׳טוישט די הגדרה פון א סעקנד, און זיי האבן טאקע קלענער געמאכט מיט 14% יעדן סעקנד.

א שטארקע זאך וואס מהאט פארדינען איז אז אנשטאט צו נישט ארבעטן איינמאל אין 7 טעג האט מען נישט געארבעט נאר איין מאל אין 10 טעג.

למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, לויט זיי ווייל די קאטוילשיע קירכע האט לוחם געווען קעגן אוועק נעמען דעם שבת.
אבער וואס זיי באהאלטן איז אז די עולם האט פשוט נישט קאפערירט, דער מענטש איז באשאפן געווארן און איז אויסגעשטעלט אז ער דארף א אפרוה איינמאל אין 7 טעג, און טוישן צו א אפרוה איינמאל אין 10 טעג האט פשוט נישט געארבעט.

למעשה רוב וועלט איז שוין אריבער אויפן מהלך פון מעסטן מיט צענערס (אויסער ביי צייט), חוץ פון אונזער גרויסע אמעריקע, סאיז א שטיקל היסטוריע פונקטליך וואס און פארוואס אבער דאס איז די מעשה אז ביי אונז ניצט מען די אלטע וועג. אין די מיליטער נוצן זיי יא די נייע וועג.

לעניננו די זעלבע מהלך מיטן מעטער.
מ׳איז אריבער פון די אלטע וועג צום צענער יונעט, האט מען דאך געדארפט אפמאכן די מאס ווי לאנג (=ווייט) זאל זיין די נייע מאס, די פרענטש חברה וואס האבן געשטאנען אונטער דעם, האבן אראפגעלייגט די מאס, מ׳האט געמאסטן די ווייטקייט פון נארט פאול ביזן קו המשוה און מ׳האט דאס צוטיילט אויף 10,000,000, און יעדע חלק האט מען אנגעריפן מעטער. מיט די צייט ווען מ׳האט אנגעהויבן קענען פונקטליכער מעסטן זאכן האט מען יעדן מאל געפיקסט אביסל די מאס. איינמאל מ׳איז צוגעקומען אז לייט האט אייביג א באשטומטע מאס האט מען גענומען די לייט און איהם אראפ געלייגט אלטס דער מכריע. לאמיר זאגן אז לויט די אלטע וועג איז לייט געפלויגן מיט א האלבע מעטער מער, האט מען געפיקסט די מאס צו א גאראדע נומבער וואס דאס איז די נאמבער 299,792,458.

צוריק צו אונזער נושא, לייט שטייט אויף זיין ספיד, האט איינשטיין אראפ געלייגט אז זעהט אויס מקען נישט בשום אופן אריבער גיין די שנעלקייט
אבער דא פאלן מיר אריין אין א פראבלעם אונז ווייסן דאך אז ווי מער כח איך לייג אריין צו שטופן א זאך וועט ער גיין שנעלער,
נו לאמיר נעמען א שטיין און איהם שטופן, און נאכדעם שטופן נאך שנעלער, און נאך שנעלער, און נאך שנעלער ביים סוף וועט ער דאך אנקומען צו די שנעלקייט פון לייט, וועלן מיר איהם שטופן נאכשנעלער, און.. ער וועט פליען שנעלער ווי לייט.

האט איינשטיין געזאגט, ניין, ער וועט קיינמאל אנקומען אהין, ווייל ווי שנעלער מפליהט אלטס שוערער ווערט מען און קומט אויס אז מדארף לייגן דאפלט כח, ווען מוועט אריין לייגן אזוי פיל כח אז די זאך וועט פליען וועט ער ווערן איבערגדרייט צו ענערגיע
און דאס איז די באוויסטע איינשטיינס חשבון
E=mc2
e = ענערגיע
m - מעס (חומר)
ענערגיע איז ווען א חומר פליט c
די 2 איז ווייל ווי גשמועסט אויב מלייגט אריין כח צו שטופן c ווערט ער דאך שווערערע און ער וועט גיין שטאטער ווי סי, נאר ווען מוועט איהם שטופן סי טיימס סי (cxc) וועט ער אנקומען דארט.

דאס איז למעשה וואס שטעקט אונטערן אטאם באמבע און אזוי אויך די וועג צו איבערדרייען אין א ריאקטער חומר צו ענערגיע.


ווער סהאט פארשטאנען וועט אויך פארשטיין וואס די גאונות פון איינשטיין איז געווען, אנדערש ווי ביז איהם האט סייענס געווען געביעסט מער ווייניגער אויף 1 פלאס 1 ער איז געקומען און אנשטאט צו גיין ווייטער און רעכענען דעם חשבון האט ער אוועק געווארפן דעם שכל און געמאכט הנחות ווייל אזוי, און צוריק געקומען מסביר זיין וואס געשהעט.

יעצט קומט אונזער רואיג! און פרעגט א שאלה ווי קען איינשטיין זאגן אז מקען נישט אריבער גיין די שנעלקייט פון לייט
איך האב א מעשה וואס איינער וועט מעסטן ווי דער צוווייטער גייט אריבער די שנעלקייט



די רעכטע ספעיס שאטל פליט אויף 150 טויזנט ק״מ פער סעקנד, און די לינקע אויף 151 קומט דאך אויס אז יעדער פון זיי ווען ער מעסט דעם צווייטן מעסט ער אז יענער רוקט זיך אוועק פון איהם מיט א שנעלקייט פון 301 טויזנט ק״מ פער סעקנד.

און ווי געשמועסט קען מען נישט פראוון און וויסן פון אינעווייניג אדער פון עני עקספירימענט אז מרוקט זיך, סא יעדער האלט אז ער שטייט און יענער פליט אויף 301 טויזנט ק״מ פער סעקנד.

רואיג, דאס איז דיין שאלה,ריכטיג?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:41 pm

קודם, ש'כח נאכאמאל איינס, עס איז זייער אינטערסאנט די וועג וויאזוי דו ביסט מסביר.

איינס האט געשריבן:פאר מ׳גייט ווייטער דארף מען זיך אפשטעלן און פרעגן, וואס איז די נומבער און פארוואס האט לייט אפגעמאכט אז ער גייט נאר 299,792,458 ק״מ א סעקנד.

איין הערה, אויב איינער פרעגט פארוואס גייט לייט אזוי שנעל? פארוואס נישט שנעלער אדער שטייטער? דאס קומט נישט "איינס" צו פארענטפערן דא, ווייל אונז ווייסן נישט פארוואס, עס זעט אויס ווי דאס איז א נאטורליכע ספיד לימיט וואס דער בעשעפער האט אריינגעלייגט אינעם בריאה, גארנישט גייט נישט שנעלער ווי דעם.

די קשיא וואס איינס פרעגט איז, וויאזוי קען זיין אז די נאמבער איז א גראדע נאמבער? וואלט עס נישט געדארפט זיין א צאל מעטער מיט נאך דריי צענטלעך פון אן אינטש וכדומה? וויאזוי ענדיגט זיך עס פונקט ביי א גלייכע מעטער?

אויף דעם ברענגט איינס די שיינע היסטאריע פון באשטימען מאסן, און עס טוישן דוירכאויס די יארן, ביז מען האט באשטימט אז א מעטער איז דאס וואס ליכט שטראלן גייט אין איין סעקונדע 299,792,458. איז די קשיא פארענטפערט.


איינס האט געשריבן:ביים טוישן די מעסטן יוניטס האבן זיי אויך געטוישט צייט-יוניטס צו 10 טעג א וואך, 10 שעה א טאג, און 100 סעקנדס א שעה.

נישט געוואוסט דערפון, האסטו מיר אויסגעלערנט א שטיקל היסטאריע אויך.


איינס האט געשריבן:ווער סהאט פארשטאנען וועט אויך פארשטיין וואס די גאונות פון איינשטיין איז געווען, אנדערש ווי ביז איהם האט סייענס געווען געביעסט מער ווייניגער אויף 1 פלאס 1 ער איז געקומען און אנשטאט צו גיין ווייטער און רעכענען דעם חשבון האט ער אוועק געווארפן דעם שכל און געמאכט הנחות ווייל אזוי, און צוריק געקומען מסביר זיין וואס געשהעט.

איך וואלט נישט געזאגט אז איינשטיין איז געווען אנדערש ווי יעדעם מיט דעם, נויטאן האט אויך אוועק געווארפן הנחות פון פאר זיינע צייטן, און אריסטו אין זיין צייט, אא"וו. קענסט זאגן אז א גרויסע חילוק פון א פשוט'ע גאון, און די וואס האבן געשאקלט די וועלט, איז טראכטן אינגאנצען אינדרויסן פונעם קעסטל.


איינס האט געשריבן:רואיג, דאס איז דיין שאלה,ריכטיג?

יעצט צום ענין, יא, דאס איז די שאלה וואס איך האב געפרעגט.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:44 pm

רואיג! האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:רואיג, דאס איז דיין שאלה,ריכטיג?

יעצט צום ענין, יא, דאס איז די שאלה וואס איך האב געפרעגט.


זענען מיר אנגעקומען צו מיין ערשטע שאלה דארט ווי אונז האבן בכלל אנגעהויבן
נאר יעצט האב איך דיר אריינגעדרייט אז דו האסט אויך געפרעגט

נו אדרבה , וואס איז די ענטפער אויף די שאלה
מקען דאך יא אריבער גיין די ספיד אוו לייט, און אינאיינוועגס זיך פראוון אז איך רוק מיר
לאמיר הערן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:33 pm

איך דארף פרעגן און אויך ענטפערן? :grin:. לאמיר טרייען.

קודם ברענג איך דא נאכאמאל די בילד וואס דו האסט געמאכט, אברהם שטייט אינדערמיט, יצחק גייט רעכטס, און יעקב לינקס.



די בילד איז גענומען פון די פערספעקטיוו פון איינער וואס איז אין די זעלבע רעפרענס פרעים ווי אברהם, אברהם שטייט, יצחק און יעקב פארן. אויב וועט איינער שטיין/פארן צוזאמען מיט יצחק, וועט ער זען יצחק שטיין, אברהם און יעקב פארן.

אבער וויבאלד צייט גייט אנדערש פאר יעדעם, וועלן זיי נישט מעסטן די זעלבע נאמבערס.

אברהם וועט זאגן: יצחק פארט אוועק פון מיר 150 טויזנט ק"מ א סעקונדע, יעקב פארט אויך אוועק פון מיר 150 טויזנט ק"מ א סעקונדע, קומט אויס אז יעקב פארט אוועק פון יצחק 300 טויזנט ק"מ א סעקונדע. (ווי אונזער בילד).

יצחק וועט זאגן: אברהם פארט אוועק פון מיר 150 טויזנט ק"מ א סעקונדע, יעקב פארט אוועק פון מיר 240 טויזנט ק"מ א סעקונדע, קומט אויס אז יעקב פארט אוועק פון אברהם 90 טויזנט ק"מ א סעקונדע.


דאס איז וואס איינשטיין זאגט. האסט א קשיא אויף דעם? דארפסט פרוף? טראכסט אז ס'איז נישט אזוי? קום אריין קלאר.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:37 pm

לאז אפ די פארן

Screen Shot 2019-12-09 at 3.36.52 PM.png
Screen Shot 2019-12-09 at 3.36.52 PM.png (12.56 KiB) געזעהן 48 מאל


וואס זאגט יעדער ווען יעדער שטייט שוין אויף זיין פלאץ ווי ווייט איז ידער פון צווייטן?

דא ביסטו מודה אז יעדער מעסט די זעלבע?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:38 pm

רואיג! האט געשריבן:איך דארף פרעגן און אויך ענטפערן? :grin:. לאמיר טרייען.


איך האב דיר נאר אנגעדריידט דו זאלסט פרעגן מיין שאלה
:wink:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:59 pm

איינס האט געשריבן:לאז אפ די פארן

Screen Shot 2019-12-09 at 3.36.52 PM.png


וואס זאגט יעדער ווען יעדער שטייט שוין אויף זיין פלאץ ווי ווייט איז ידער פון צווייטן?

דא ביסטו מודה אז יעדער מעסט די זעלבע?

פיר מאל געשריבן יעדער, נישטא קיין יעדער, נישטא קיין צוזאמען. ווען יעקב שטייט אויף די פלאץ לויט אברהם, שטייט ער אן אנדערע פלאץ און אנדערע צייט לויט יצחק.

ניין, נישט יעדער מעסט די זעלבע.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:04 pm

איך מיין דו האסט נישט פארשטאנען די שאלה

לאמיר פרעגן אנדערש וואס מעסט יעדער ביי אזא בילד (אן קיינער זאל זיך רוקן)

Screen Shot 2019-12-09 at 3.36.52 PM.png
Screen Shot 2019-12-09 at 3.36.52 PM.png (12.56 KiB) געזעהן 35 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:07 pm

יא, יעדער מעסט די זעלבע.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:10 pm

ווען יצחק וויל אנקומען צו די מצב, דארף ער עקסעלירעיטן צו אברהם'ס ספיד. און ווען ער טוט דאס טוישט זיך זיינע חשבונות צו אברהם'ס חשבונות, ווייל ער איז יעצט אין זיין רעפרענס פרעים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט