מדות מוזהבות-די גאלדענע מידות-The kindness פון די חבירים דא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 02, 2007 9:49 am

ואמר כל העם אמן, ואמר כל העם אמן, ואמר כל העם אמן, אמן הללוי-ה.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » פרייטאג מארטש 02, 2007 10:51 am

אמן הללו-י-ה ! מיט די טאן וואס קומט נאכדעם אזוי אויפ אראפ,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג מארטש 29, 2007 5:46 pm

שלום וברכה אלע ליינער און צוהערער.

איך שפיר פאר א פליכט, ממש פאר א חיוב גמור, דא זיך ארויפצושטעלן נעבן די בימה, און מודיע זיין פאר'ן ציבור די מדות מוזהבות פון איינע פון אונזערע גאר חשוב'ע מיטגלידער פון אונז אין די קרעטשמע.

מיין אונטער'שאמעס'ל סאכדעס האט שוין ארויסגעברענגט פאר ציבור ביי אן אנדער געלעגנהייט די געוואלדיגע אויפטוהענגען וואס דער 'יאנאש' האט שוין געלייסטעט און לייסטעט נאך אלץ פאר אלע מיטגלידער צוגלייך. הן אין דברים וואס איז נוגע דא אין קרעטשמע זעלבסט, און אזוי אויך, אין דרויסענדיגע זאכן. א איד דארף א טובה, וואס שייך צו זאגן? מ'רופט אן די באקאנטע ציפערן און יאנאש זאגט נישט אפ קיין אידן.

עדות דארף מען אויף דעם נישט גובה זיין, ס'איז ביי אלעמען א דבר פשוט מאוד. יעדער ווייסט דאס און מיט דעם בין איך גארנישט מגלה סוד. אבער דאס מאל קלער איך אז כ'ברויך יא דאר ארויפברענגן צום וויסענהייט פונ'ם ציבור. ווי באוואוסט איז דאך לעצטענס פארגעקומען גרויסע שערורויות איבער די מצות, מאנכע האלטן אז ס'איז טייער, אנדערע קלערן אז די ברויט איך אויך ארויף אין די לעצטערע יארן. ס'איז אפילו דא אזלכע וואס פאר זיך קויפן זיי די טייערע און פאר די בני בית די ביליגע. אלזא, כ'וויל דאך זעך נישט אריינשטעלן אין בין הני טורא, צווישן דיזע הויכע בערג. האט מיין שאמעס'ל ערלעדיגט אז מ'זאל אין אויסלאנד באקן א ספעציעלער שיפמענט פאר מיר, און אזוי אויך פאר די בני בית.

איצט פיין און וואויל, ס'איז דאך באוואוסט דער מאמר החכם: וויאזוי קומט דער קאץ איבער'ן וואסער? איין טעלפאן רוף צו יאנאש האט מסדר געווען דאס גאנצער ענין. כ'שטעל זיך פאר אז דער עולם קען דאס נישט גלויבן, ממש טאקע איין טעלפאון רוף האט ערלעדיגט אלדינגס אויפן ארט??!! אבער זאלט איר וויסן זיין, אז יאנאש נאך צען מאל מסביר זיין כאפט ער אויפן ווינק. און כך הוי, ער האט געלאזט אראפרופן די גרעסטע פראפעסארן זאלן קומען און אויסשטעלן דאס טראק זיינע אז עס זאל קענען אקאמענדירן דאס גאנצע שיפמענט פון אויסלאנד, עס האט לאנג נישט גענומען, און די מצות זענען געקומען צו פארן מיט די וועגעלע פון יאנאש גלייך אינ'ם ספרים שטוב. און דאס איז אלעס אן קיין דאלער באצאלט. ער דארף נישט קיין געלט, און ער בעט נישט קיין געלט, ער זאגט ס'איז גענוג וואס מ'געט איהם די וועדזשעס וועכנטליך.

זאל דער פון אויבן איהם באגליקן אז ער זאל זעהן נחת פון זיינע קינדער, און ער זאל אלעמאל נאר מבשר זיין בשורות טובות, אמן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 29, 2007 6:03 pm

טאקע א שיינע זאך פון אים.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מארטש 29, 2007 7:31 pm

סאכדעס, נע עס פעלט נישט אויס, אבער אז דו רעדסט שוין יא, וואס לאזטו אויס די גלעזל וואסער וואס מען האט דיר מכבד געוועזן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מארטש 30, 2007 12:36 am

יאנאש פארוואס מישסטו ארום צווישן מיר מיט'ן דאיען יר"ה, יאך בין געווען ביי דיר דארט. איי איי איי וואס זאלעכייך זאגן?! א גלעזל וואסער וואס איז געווען כמים קרים על נפש כי תחטא.
מידות מוזהבות.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג אפריל 13, 2007 7:58 am

די גאלדענע מידות פון יגר סהדותא:

נעכטן האט ער מיר צוזאמגעשטעלט א קאמפליצירטע עקסעל פייל, וואס איך בין געבליבן געפלעפט נישט וואוסענדיג אז עקסעל קען באווייזן אויסצורעכענען אזא חשבון, ער האט עס געמאכט אין געציילטע מינוט אזש איך ווייס שוין נישט וואס צו קלערן וואס עס מיינט "יא" קאמפליצירט פאר עקסעל.

איך פלעג זיך פלאגן אויף דעם חשבון וואכן לאנג, און פון היינט און ווייטער דארף איך בלויז אריינלייגן איינס צוויי נומערן און די איבריגע מאכט מיר דער פראגרעם.

אשריך יגר אשריך!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:19 pm

ששש... ששש... די מייק ארבעט? וואן... טו... טרי... טעסטינג טעסטינג... וואן טו טרי... נו, ס'ארבעט? אה... יא... אקעי... ששש...

איז אזוי, מורי ורבותי, לא לדרשה קאתינא, איך האב זיך נישט אויפגעשטעלט אין דער הייך דא צו זאגן לאנגע דרשות, איך וויל נישט אויפהאלטן דעם ציבור, כ'האב נאר געוואלט איבערגעבן פארן עולם א וויכטיגע אינפארמאציע וואס קען אייך מעגליך פיל צוניץ קומען.

ווי דער עולם ווייסט דרייען זיך דאך דא, ביני עמודי דקרעטשמע - צווישן די פיר קרעטשמע ווענט, פארשידנארטיגע עלעמענטן; רויטע און שווארצע, ברוינע און בלאנדע; הויכגעוואקסענע און נידעריג געוואקסענע; דיקע מענטשן און דינע מענטשן. ס'אויך דא צווישן אונז אזעלעכיגע וואס גייען שטאפענע הוטן און ווידער איז פארהאן פון צווישן אונז אזעלעכיגע וואס טראגן אויף זיך גאר פלאטשיגע הוטן. הצד השווה שבכולן, אלעס איז פיינע, וואוילע, גוטע, פרומע, ערליכע יודן וואס זענען מער ווייניגע גרייט כסדר א טובה צו טוהן פאר א צווייטן יוד, און ווער רעדט נאך ווען עס האנדלט זיך פון א חבר הקרעטשמע. אבער, טייערע חברים, דאס איז אלעס געזאגט געווארן בכלליות, און איך מיין אז מיר אלע ווייסן דאס, מיר זעהן דאס און מיר האלטן דאך דאס מיט טאג-טעגליך, אבער לאמיר אייך מגלה זיין א זאך וואס מעגליך א חלק עולם ווייסט דאס שוין פון לאנג אבער איך האב דאס הערשט אצינד אנדעקט.

איז אזוי, פון צווישן די אלע אויבנדערמאנטע עלעמענטן, וועלכע דרייען צווישן אונזערע פיר ווענט, געפינט זיך אויך איינער אונטערן שלייער "מאשקע". איך ווייס נישט פונקטלעך אונטער וועלכע פון די אויבנדערמאנטע קאטאגאריעס אים צו פלאצירן, ווייל איך ווייס נישט צי ער גייט אין א רונדיגן קאפילוטש צי אין א סאמעטנעם קאפילוטש, צי מעגליך גאר אין א קנייטש קאפילוטש? אויך ווייס איך נישט צי ער איז א נידעריג געוואוקס צי א הויך געבויט ברייט-ביינערדיגע פערזאן? אבער וואס איך ווייס זיכער "יא" איז: אז ער איז א לב טוב! א איד מיט א גוט הארץ וואס איז גרייט אוועק צוגעבן פון זיין צייט לטובת א צווייטן. וגופא דעובדא הכי הוה:

ווי מיר ווייסן שוין היינט צוטאגס איז מאשקע'ס פענע בעסט סעלער, אזש אז טייל פון זיינע פאפולערע שריפטן, וועלכע זענען ערשינען צווישן אונזערע פיר ווענט בלויז וואלונטירעך, זענען פארגאנגענע וואך ארויס צום ברייטן זשורנאלישן פובליקום, מיט דעם וואס דער חרדישער אויסגאבע אונטערן נאמען "צייטשריפט" האט פארעפנטליכט זיינס א באשרייבונג. און צוזאמענהאנג מיטן פארעפנטליכן דעם ארטיקל איז מיר אויסגעקומען אביסל קענען צולערנען קצת ממדותיו הטובים, וזהו:

1] מאשקע'ס מענטשליכקייט. דהיינו, איידער זיין ארטיקל איז ארויס צום "צייטשריפט" האט ער אנגעפרעגט רשות ביי די מגיבים צי ער מעג אויך אריינגעבן זייערע תגובות. (איך ווייס נישט צי ער האט אנגעפרעגט די אנדערע אויך, עכ"פ ביי מיר האט ער געפרעגט). 2] נאך וואס מאשקע האט אפיציעל געמאלדן בין כותלי הקרעטשמע אז דער ארטיקל איז ערשינען אין "צייטשריפט", האב איך זיך צו אים געוואנדן אין אישית ער זאל מיר אישי'ן די באשרייבונג. מאשקע, וועלכע האט נישט קיין סקענער, האט זיך אוועק געגעבן מעתו, זיך אנגעשטרענגט און דאס געטוהן לטובתי. אז איך האב אים געמאלדן אז איך האב דאס ערהאלטן און איין בלאט איז מיר נישט גוט אנגעקומען, האט זיך מאשקע נישט געפוילט און מיר דאס איבערגעשיקט.

איז וואס וויל איך דא? נאטינג ספעשלס! איך האב פשוט זיך געוואלט באדאנקען פאר מאשקען ברבים, און גלייכצייטיג מודיע זיין פארן עולם קצת ממדותיו, וממנו ילמדו וכן יעשו.

מי כעמך ישראל!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:27 pm

מי אני - ווער ביזטו - הלא קטן אנכי בעיניך - איך פיל דאך זוי קליין אין מיינע אויגן, קעגן זוי אויסגערופענע באל דארשען ווי מיסטע פעפער, אבער פוטער בלא קריעם אי אפשר. עפעס מוז איך זיך אויסרופן.
יא יא, בין איך מסכים מיט מיסטער פעפער אלל דע וועי. מאשקע איז דאך זוי גוטע הארץ, פילו אין אונגארן נישט געזעהן אזוינס. שוין זויפיל טויוועס געחאט פונעם. זאל דיר דער רבוינע בעקליגן מיט אלסדינג גוטענס.
ביי ביי.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:53 pm

שכוח זארעכ.
*
בערך האלב פון די קרעדיט קומט פאר יאנאש'ן. ער איז געווען דער גוט הארץ וואס האט מיר אריינגעסקענט די בלעטער און מיר עס געשיקט בתשואות חן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:55 pm

נע מאשקע, עס פעלט נישט אויס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:57 pm

וועגן דעם טוה איך עס...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 24, 2007 11:47 pm

מאשקע;

אנטשולדיגט פארן באדערן דא ברבים, אבער אפשר שיקסטו מיר אויך אריבער דאס ארטיקל? כ'וועל דיר זייער דאנקבאר זיין.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אפריל 25, 2007 9:55 am

אנטשולדיגט פאר'ן ענטפערן ברבים, אבער כ'האב דיר עס געשיקט אויף אימעיל.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מיטוואך אפריל 25, 2007 1:02 pm

jewboy. please tell every body hoe sachdes helped you.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אפריל 25, 2007 1:11 pm

darech agav האט געשריבן:jewboy. please tell every body hoe sachdes helped you.


וואסס??????????? וואו קומסטו אריין אינ'ם בילד, כאב פרובירט דיר צו העלפן אנטלויפסטו פון גוגל טאק.

עניוועי רבותי, שערקויעך פאר מאשקע, ער האט מיר אויך געשיקט ס'אימעיל.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מיטוואך אפריל 25, 2007 1:26 pm

sachdes ,i hope by now you have the answer

d.a.sorry for the spelling

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אפריל 25, 2007 2:26 pm

ניין כ'פארשטיי נישט אבער לאמיר נישט דא מאריך זיין, קענסט זיך אריבערציען אין איינע פון די טישלעך, דארט וועסטו מיר עס מסביר זיין.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אפריל 25, 2007 6:32 pm

די גאלדענע מדות פון אלבערט/יידישווארלד:
איך בין שפראכלאז!

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » מיטוואך אפריל 25, 2007 11:23 pm

סאו עפען א שפראך'לאזע וויקי
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 25, 2007 11:51 pm

מאשקע האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר'ן ענטפערן ברבים, אבער כ'האב דיר עס געשיקט אויף אימעיל.


יישר כח מאשקע.

יעצט שיק עס צו 'דרך-אגב' וועלכער האט מיר עס געבעטן אין אישית, אבער עס קומט מיר אן זייער שווער צו ערפילן זיין באגער, צוליב מיין שוואכע קאנעקציע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 11:16 am

איך קען נישט שיקן צו אישית, וועגן דעם האב איך צו יעדן געשיקט אין אימעיל.
דרך אגב; שיק מיר דיין אימעיל אדרעס אין אישית, און כ'וועל דיר עס אי"ה שיקן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 6:07 pm

ווער עס ווייסט האביך געהאט א פראבלעם מיט'ן פעקס.

יישר כוח גאלי, ער האט מיר הערליך שיין געהאלפן, מיט געדולד.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יוני 14, 2007 11:58 pm

כ'וויל דא ברבים, זאגן א שכוח, פאר טריאו, פארן מיך ארויס העלפן אין פראבלעמען וואס האבן מיך זייער נערוועז געמאכט, ווען מיין קאמפעיוטער, האט נישט געוואלט טוהן פארשידענע זאכן, וואס זיין באלעבאס, האט יא געוואלט, און מיטן באשעפער'ס הילף, און טריאו אלס שליח, איז אלעס ברוך השם על צד היותר טוב.


שכוח.

כאנעם צוגעזאגט, א גרויסן שכוח.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יוני 14, 2007 11:59 pm

ס'הייסט אז איך האב פארלוירן א שכוח וואס איך האב געקענט קריגן???


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 13 געסט