משנה מקום, משנה הבריות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

משנה מקום, משנה הבריות

תגובהדורך משה'לע » זונטאג יוני 24, 2018 4:15 pm

משנה מקום, משנה הבריות חלק א'


אין נארוועיגן איז פארהאן א מין גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע גערופן טאנעל, דאס איז א ראוד פאר קאר'ן צו דורכפארן שנעל פון איין פלאץ צום צווייטן פארנדיג אונטער דער ערד, אונטער א גאר העליכע פאנאראמע פון אלע זייטן, עס איז 15 מייל לאנג, און מענטשן זענען זיך ממש מחי'ה אויף די וואונדערבארע אויסטרעף צו קענען אנקומען צום אנדערן זייט טונעל אין גאר א שנעלע צייט, און פארשטייט זיך עס איז גענצליך אומזינסט דורכצופארן, פשוט ווייל עס איז געמאכט פארדעם, מען האט דאס לכתחילה געבויעט צו קענען דורכפארן מיט די קארס ווען איינער דארף אנקומען צו די אנערע זייט.

אויפן אנדערן זייט אטלאנטיק, געפינט זיך א אנדערע גאר פארגעשריטן לענדל גערופן אמעריקא, מען זאגט אז זיי זענען די שטערקסטע לאנד אין די וועלט, און אז זיי זענען פון די רייכסטע לענדער, מענטשן שווערן זיך ביי דעם לאנד, הקיצור ס'איז עפעס מורא'דיג, דארטן איז אויך פארהאן טונעל'ן אבער עס האט גאר א אנדער באדייט, נעם למשל דעם לינקלאן טוננעל פאר א ביישפיל, טוריסטן קומען קוקן דעם טוננעל פון אלע זייטן איעדן איינציגן טאג, די געלע טייל'ס וואס ליגן אזוי שיין אויסגעלייגט אויף די וואנט, אזא וואונדערליכע קאליר, און אזא באצויבערטן אויסזעהן דאס זעהט מען נישט אין די גאנצע וועלט, טוריסטן שפעקולירן כסדר צו אמעריקע האט טאקע עכט געלייגט די טיילס אויף די וואנט, אדער איז עס גאר פאלשע גראפיטי וואס מאכט דעם אויסזעהן, אזוי צו אזוי איז דער טונעל פיל מיט טוריסטן א גאנצען טאג, און מען שטייט דארט פארגאפט, ממש צוגענוגלט צום פאנאראמע וואס מען זעהט דארטן, ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז נאך די ארבייט שעה'ן אזוי בערך פון 4 נאכמיטאג אין ווייטער, איז דא גאר אסאך אמעריקאנע ארבייטער וואס קומען אהין נאך די ארבייט, זעהט אויס מן הסתמא זיך אויסצולופטערן פונעם שווערן טאג ארבייט, ווי נישט ווי איז דער גאנצער טונעל א מוראדיג רואיגע אטמעספערע, די קארן דארטן פארן כמעט נישט, מען רוהט זיך אפ דארטן כסדר, מען באטראכט די ווענט, די טיילס, די דאך, סאיז עפעס מורא'דיג, יעדע פאר סקונדעס מאכט די רייזנדער אין די קאר אזא שנעלע קדמא ואזלא, און עס ווערט נאכגעפאלגט מיט א גאר שטארקע אתנחתא, מען דארף דארטן זייער שטארק אכט געבן מיט די קאר, יעדן טאג פירט מען אוועק עטליכע קארן וואס האבן נישט גוט מעביר סדרה געווען און געמאכט א סוף פסוק אין אן אנדערן קאר, געדענק מען מעג נאר מאכן דארטן מיט די קאר אן אזלא גרש טאמער איינער וויל זיך אריינכאפן, סתם אזוי ברויך מען רואיג זיצן און מעביר סדרה זיין צוזאמען מיט אלע אנדערע טוריסטן וואס זענען געקומען באטראכטן די באצויבערנע ווענט, מען מאכט א קדמא ואזלא און אן אתנחתא גראד נאכדעם, מען קוקט זיך אום אויף די ווענט, מען קען אויך שמעקן דעם גוט'ן נאטורליכן גערוך פון די טונעל, און דערנאך איז מען ממשיך ווייטער פאר נאך אפאר טריט, ביז מען דערזעהט זיך אינדערויסן.

נאך וואס מען פארברענגט שעה'ן אין דעם גאר אינטערסאנטן טונעל, קומט מען ארויס פון דארטן ממש אן אנדערע מענטש, גראדע אזוי שרייבנדיג דערמאן איך מיר אז צופרי איז אויך דא א גאר שטארקע אויפשטייגונג אין טוריסטן וואס קומען באזוכן דעם טונעל, מן הסתם ווייל צופרי איז דארטן די לופט מער אנגענעם.

מאכט זיכער פאר איר גייט צו דעם טונעל מיטצוברענגען אפאר טאללער, די טונעל איז נישט אומזינסט, עס קאסט געלט אריינצוגיין, אזוי ווי יעדע טוריסטישע פלאץ ווי טוריסטן קומען קאסט געלט אריינצוגיין.

טונעלן פאר מענטשן דורכצופארן מיט די קארס צו קענען אנקומען צו די אנדערע זייט און א שנעלע צייט איז גראדע נאכנישט דא אין אמעריקע, די סייענטיסטן האלטן נאך אינמיטן דערגיין וואס איז די סיבה אז אזא רייכע לאנד ווי אמעריקע זאל נאך נישט האבן אין זייער באזיץ אזא פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, איז עס ווייל די מענטשן דא אין אמעריקע זענען נישט אזוי קלוג אדער געריבן ווי די מענטשן אין נארוועגיע? פארוואס בויען זיי אזויפיל בריקן און טונעלן פאר טוריסטן, און קענען נישט צושטעלן קיין איין נארמאלע בריק אדער טונעל פאר קאר'ן אדורכצופארן? ס'קוקט מיר עפעס אויס ווי משנה מקום משנה הבריות, יעדע פלאץ האבן די מענטשן גאר אן אנדערע וועג פון טראכטן.


מער וועט נאכפאלגן אי''ה.
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4964
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג יוני 24, 2018 5:44 pm

משה'לע משה'לע, קום אפטער אריין, אזא שרייבער טאר נישט האלטן ביי 34 תגובות און 3 יאר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 24, 2018 6:33 pm

יא, און ווען דו וועסט אנקומען באזוכן דעם טונעל לשמו ולסרחו פון גענעראל האלאנד, געב מיר א ביפ.

דאנקע
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 24, 2018 6:36 pm

ס׳נייעס די שפייאכץ רינט מיר, אקוראט אזוי איז די מעשה. טענקס
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יוני 24, 2018 6:38 pm

כ'האב געמיינט אז די גייסט אויספירן " די טרעפיק רירט זיך שוין, כ'על שפעטער ממשיך זיין"

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג יוני 24, 2018 7:16 pm

איך האף אז דו וועסט מער אפט באזוכן דעם טונעל, אזוי וועלן מיר הנאה האבן...
בדוו מען פאלגט פשוט די אנווייזונגען אז מען ברויך מאכן "sudden stops"

פרעג אלעס
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 4:15 pm

תגובהדורך פרעג אלעס » זונטאג יוני 24, 2018 7:43 pm

משה'לע, שיין געזאגט און בעתו ובזמנו. NYC מעלדט היינט אז מגייט אט אנהייבן א 90 מיליאן דאלארדיגע איבערבוי אונטערנעמונג אויפן 495 ביים לינקאלן טונעל, זעט אויס אז די טוריסטן איז יא א גוט געשעפט.. די ארבעט גייט הייבן דעם אזוי אויך געדיכטן טרעפיק פאר די קומענדיגע צוויי. אלזא לדעתי עס איז צייט צו זיצן אויף די זייט פונעם האדסאן פאר די קומענדיגע תקופה..

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג יוני 25, 2018 1:55 am

סארי אבער איך האב אזוי הויעך געלאכט אז דאס געזונדעל האט זיך אועפגעוועקט...

חחח... א נייע באגריף אין די טראפן
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג יוני 25, 2018 10:51 am

נאדיר א גרינע... ;l;p- ;l;p- ;l;p-
גאר גאר פיין..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג יולי 01, 2018 12:32 am

;l;p- :grin:

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2857
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג יולי 01, 2018 9:15 pm

ארום די זייגער האט געשריבן:;l;p- :grin:

געוואלדיג
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג יולי 02, 2018 2:32 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:משה'לע משה'לע, קום אפטער אריין, אזא שרייבער טאר נישט האלטן ביי 34 תגובות און 3 יאר

כהאב נישט קיין ניק
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג יולי 02, 2018 2:49 pm

ישר כח!!!
באטמטע שריפט.. ;l;p-
Sorry for my misspellings

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג יולי 02, 2018 2:52 pm

יישר כח משהלע איך האב זייער הנאה געהאט,
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יולי 02, 2018 4:22 pm

איי משה'לע משה'לע.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יולי 02, 2018 5:02 pm

משה'לע שפיר קאמרת!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג יולי 02, 2018 5:30 pm

זעמער אלע אינעם זעלבן פעקל...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג יולי 02, 2018 6:44 pm

פלצתי, איך האב קיינמאל נישט אין אכט גענומען אז די טייל'ס זענען געל
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יולי 03, 2018 11:26 am

אוי האב איך געלאכט און כוואלט געלאכט נאך שטערקער ווען די נער איז נישט מיינס.................
אבער לאמיר נאר וויסן. וויפיל איז די פאפולאציע אין נארוועיגן ???
ווייל אין אמעריקע אליינס איז אויך דא אסאך טונעלן ווי מען קען פארען שנעל אבער אין נ'י סיטי והגלילות איז די פראבלעם די אנלויף פון מיליאנען מענטשען און נישט די טאנעל טעכנאלאגיע

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך יולי 04, 2018 10:25 am

אוי איז דאס גוט, די גאלדענע טייל׳ס האבן מיר געקאסט מאסיווע איבלען.

מען דארף באהאלטן די אשכול פון די אוטאריטעטן, זיי וועלן עס נאך ערנסט איינקעשן די מעכטיגע טוריזים אטראקציע!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
יעדע רגע איז אפן די גרוב, און אז אז איך בין אריבער נאך א טאג
׳אודך ה׳ בכל לבבי כי חסדך גדול עלי והצלת נפשי משאול תחתי׳! אין אזא שווערע וואקלדיגע וועלט. דאך ׳איך בין ווייטער דא׳!


אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך יולי 04, 2018 11:12 am

משה'לע האט געשריבן:משנה מקום, משנה הבריות חלק א'
. . .
מער וועט נאכפאלגן אי''ה.


ווען קומט שוין חלק ב'?
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » זונטאג יולי 08, 2018 1:00 am

:lol: :lol: :lol: :lol:
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג יולי 08, 2018 5:18 pm

משה'לע די ביסט א גוטע פאטאגראפירער, פינעף יאר בינעך געפארן.. כ' מיין געזיצן... אינעם טונעל יעדן טאג און קיינמאל געזען מיט אזא בליק...
נישט אומזיסט זאגט מען א גוטע פאטאגראפירער קען ארויס ברענגען וואס מ'קען נישט זעהן מיטן אויג..

מיי גאד.... דער איז פרישע נייעס
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:57 pm

געליינט און געקוואלן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:17 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:מען דארף באהאלטן די אשכול פון די אוטאריטעטן, זיי וועלן עס נאך ערנסט איינקעשן די מעכטיגע טוריזים אטראקציע!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 12 געסט