פייטל טרעפט די וועג צירוק...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

פייטל טרעפט די וועג צירוק...

תגובהדורך אי-רעלעווענט » זונטאג יוני 24, 2018 1:54 pm

פייטל אויב דו וועסט נישט שוין אפפאלן וואג וועסטו חלילה אויסקוקן ווי א טרעילער!! האט מיין פלוניסט'ע מיך געווארנט מיט'ן גראפן פינגער אין א שארפע (דינע- G-מיינער) באס-כל.........

איך האב זיך ווייניג-וואס דערשראקן, אכילה איז אלט'ס געווען מיין העכסטע פיאריטעט און קיינער וועט מיך נישט קענען אפשרעקן און מאכן אויפהערן ניצן מיין גרויסע רינגל אנגעפילט מיט זעגלעך, דארט צעמאלט מען גאנצע שטיקער אכילה 24 שעה נאנ-סטאפ...

אבער די מליון דאלער פראגער איז, ווי אזוי קען זיין אז איך פאק-אריין אויבן און ברייטער ווערט אינטן?! טאקע ס'בייכל, ער ברייטער'צעך אויף א מאסן-שטארב'לעכע פארנעם, ער איז מקיים סחור סחור אומר, ער ווייסט נישט פון קיין גדרים, אזוי צעביסלעך כאפט איך מיר אז כקען מיך מער נישט אריינריקן צו טיש, אבער נע, ווי זאגן צדיקים "פוטער ברויט זאל מען עסן ביז די לעפצן (וואס מיינט דאס??) פלאצן....!! נא נא מצוה לשמוע דברי חכמים, פוטער ברויט (מיט נאך זאכן שטייצעך אינדערמיט...) איז פון מיינע פעיווארט...

און כוועל אייך דעם אמת מגלה זיין, איך אליינס האב שוין אלעס פרובירט, כ'בין שוין אפילו געווען אויף 'תנו רבנן' דייעטע (נישט אויסמישן מיט תניא, דעיס איך א בבלי און איך רעדט פון א ירושלמי), אין דעי דייעט עסט מען נאר מייאנעיס מיט סמייטע יעדע פיר שעה, מטרינקט נאר די זאפט וואס מקוועטש אויס פון די חרוסת, און דאס אויך נאר נאך צענע ביינאכט, כ'זאג נישט, כ'בין היפש אפגעפאלן, אבער דעיס האלט נישט אן צו לאנג, ערגעץ אינמיטן טרעפט מען זאך ביי א וואכ-נאכט און פון דארט ביז שלחן עורך איז א קאצן-שפרינג.

בקיצור אלעס האב איך פרובירט, אבער ביי א-ל-ף! ביז כ'האב מחליט געווען דאס-איז-עס! כבין שוין סיק ענד טייערד פון אלע דייעטעס חדשים לבקרים גענדיגט! פון יענצס-מאל אן, גאנצע שיפן מיט אכילה אנקערט נישט ווייט פון מיר, און סווערד אריינגעשיבט גלייך אין אויווען אריין לשם מצות מצוה!

ס'בני-בייעס זז"ג, זי האט שוין נעבעך אלעס פרובירט... מיט גוטן און בייזן, איינמאל האט זיך שוין געסראשעט מיט'ן ארגסטן, זי ווען גיין צו בי"ד און טענ'ן אז נישט פון מיר האט זיך באקומען א קידושין רינגל, נאר פון עפעס א דארע אינגערמאן, ס'איז מקח טעות... אבער מיט מיין לומדות האב איך איר בארויגט אז אונז נעמען אן מצטמק ויפה לו און זיל בתר רישא, בקיצור מיט עטליכע זאצן וואס כדענק נאך פון ישיבה איז די טענה אנטרינען....

בצר לה האט זיך פרובירט מיט איר בית-רחל שטעקן, ווייסטעך וואס די רעבעזכרונליברכה האט געזאגט "וואס איין בית רחל תלמידה קען...." (מיט אזא תנועה'לע), נא וואס זאל איך אייך זאגן, ס'האט ווייניג וואס געהאלפן (כוויל נישט זאגן וואס זי האט געטוען מטעם כמוס) און מיין פעקטערי איז ווייטער אנגעגאנגען ביתר שאת להגדיל אידישקייט ולהאדירה.....

"פייטל ס'איז צייט צו קויפן א נייע רעקל"

א שוידער איז אריבער אין מיינע ביינער! כ'ציטער פון דעם ממש אימת מוות! "וואס שלעכט די אלטע?" פרעגט איך בתמימות, פייטל דו קענסט אפילו נישט צומאכן א קנעפל! קוק'סט אויס לא עלינו היינט גיי אריבער צו ******* (פארמעקט מחשש גילו) און האנדעל דיך איין א נייע סוט....

ווי א פאלגעדיגע שעפעלע מאך איך מיין וועג צום קלאדינג געשעפט, כ'קום אריין אין סטאר, כגעב מיך אזא רוף אן מעשה בעל בית "כדארף א 45" ווייסעך שוין מיין "סייז" פון לאנג...

שטייט דארט מר. גלויבער ווי ביי די סעלעקציע... האלו אינגערמאן דיין סייז איז "48" !!!

ווי א קליין קינד נעם איך מיך וויינען, אפשר דאך קענסט עפעס טוען כזאל בלייבן ביי 45!?! כ'בעט אייך כצאל טאפעלט!

הער אויס אינגערמאנטשיק! ווילסט אויסקוקן ווי א מענטש! אדער א קאליקער! 48 איז דיין סייז!

“אינגאנצען צובראכן פארביטער און פארקלעמט, ער קען זיך נישט באראיגן, קיין נחמה פון קיינעם נעמט" אזוי ממש אזוי שטיי איך דארט כעבדה קמה מרי' וואו די וועלט איז מיר פארטונגעלט געווארן, און כ'זעה מיך אנמעסטן א 48 "וואס שטייט דיך פונקט גוט" כלשון קדשו!

מיט בושות און חרפות קום איך אהיים, כפארצייל אין שטוב "כבין ארויף א סייז" זי שמייכלט זיך אינטער אבער איך רוף אויס.

"מארגן הייב איך אן א דייעט"

וועלעכע? פרעגט זי מיט נייגער

האסט נישט געהערט?? ס'איז דא א נייע דייעט...

45x48

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג יוני 24, 2018 2:23 pm

איך גיי נישט קוואוטן קיין שום ליין ווייל איינס איז בעסער פונעם צווייטן,
איך לאך נאך היצטערט....
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » זונטאג יוני 24, 2018 2:38 pm

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » זונטאג יוני 24, 2018 2:38 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:אין דעי דייעט עסט מען נאר מייאנעיס מיט סמייטע יעדע פיר שעה, מטרינקט נאר די זאפט וואס מקוועטש אויס פון די חרוסת, און דאס אויך נאר נאך צענע ביינאכט, כ'זאג נישט, כ'בין היפש אפגעפאלן, אבער דעיס האלט נישט אן צו לאנג, ערגעץ אינמיטן טרעפט מען זאך ביי א וואכ-נאכט און פון דארט ביז שלחן עורך איז א קאצן-שפרינג.

:lol: :lol: :lol: -:c:h -:c:h -:c:h -:c:h -:c:h -:c:h -:c:h

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5097
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 24, 2018 2:39 pm

חחח א דאנק א דאנק. פיין האמיר געלאכט
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג יוני 24, 2018 2:42 pm

כ'בין שפראכלאז פון אזא שפראך!

געשמאק!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג יוני 24, 2018 2:47 pm

א געוואלדיגע גוטע פענע האסטו

ווארטן מיר נאר צו הערן, ווי אזוי האט אויסגעקוקט ווען ער איז געגאנגען קויפן דעם נייעם קלענערן סייז רעקל
כשמ"ו כן הוא

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » זונטאג יוני 24, 2018 2:50 pm

הא הא דעס איז פיינע נייעס.....

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יוני 24, 2018 3:10 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:האסט נישט געהערט?? ס'איז דא א נייע דייעט...

45x48

:lol:

מיין שמחה איז, אז ס'איז א צרת רבים...

***
די ארטיקל האט מיך דערמאנט פונעם נייעם באבובער טישטוך פונעם יארמער רב שליט"א, וואס איז 45X48
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » זונטאג יוני 24, 2018 4:02 pm

פיינע נייעס דער!
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 24, 2018 4:22 pm

הנאה געהאט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שוין גענוג
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 02, 2018 6:29 pm
לאקאציע: הרים וגבעות

תגובהדורך שוין גענוג » מאנטאג יוני 25, 2018 12:06 am

רבונו...
ווי נאך ניצטו דיין גאלדענע פעדער?
איך לויף אהין

שוין איינמאל רעלעווענט....
ווען וועלט וואלט געווען וועלט,,,, וואלט קיין וועלט נישט געווען..... דוק ותשכח

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג יוני 25, 2018 1:50 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך גיי נישט קוואוטן קיין שום ליין ווייל איינס איז בעסער פונעם צווייטן,
איך לאך נאך היצטערט....
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » מאנטאג יוני 25, 2018 7:49 am

פיינע נייעס ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג יוני 25, 2018 12:00 pm

רעלעווענט האט זיך צולאזט זיין פעדער'ל.....!
פיינע נייעס! ;l;p-

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג יוני 25, 2018 12:45 pm

פיין פיין געלאכט !


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש ברירה, מטעמים, שטיין און 18 געסט