אנקעטע: די מעסעדזש פונעם זשעקעט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס ליגט אונטערן זשעקעט?

א באצאלטע אנאנס פון די זשעקעט פירמע
2
2%
סתם א זשעקעט, קיין שום מעסעדזש
20
24%
א טאקטיק צו ציען די מידיע אטענשאן
18
22%
א מעסעדזש קעגן די פעיק ניוז
21
25%
זי האט געכאפט א נערוו
2
2%
זי טוט אסאך מאדנע שריט
7
8%
א מעסעדזש קעגן איר מאן
13
16%
 
סך הכול שטימען: 83

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אנקעטע: די מעסעדזש פונעם זשעקעט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יוני 22, 2018 4:17 pm

ווי יעדער האט מסתמה מיטגעהאלטן רידערט זיך שוין די לעצטע צוויי טעג א קאנטראווערסיע איבער א זשעקעט. יעדע ליבעראלע, אינדעפענדענט,קאנסערוואטיווע פראגראם איז ביזי מיט איין זאך: "וואס ליגט אונטערן זשעקעט"?

די רעדע איז מיט א זשעקעט וואס די אשת חבר פון פרעזידענט טראמפ האט אנגעטוהן פארענדיג קיין טעקסעס צו באזוכן ביים אמעריקאנעם-מעקסיקאו גרעניץ די צעטיילטע קינדער מיט וואס די לאנד האט געקאכט ביז דער פרעזידענט האט עס עווענטועל אפגעשטעלט מיט אן עקזעקיוטיוו ארדער דעם מיטוואך.

די זשעקעט האט געהאט א ריזיגע אויפשריפט פון ווייסע גרויסע 55 פאנט בוכשטאבן און זיך געליינט: "!?I DON"T CARE, DO YOU". (בייגעלייגט א בילד פונעם זשעקעט).

שטעלט זיך די מיליאן דאלארדיגע פראגע וואס האט די מעסעדזש באדייטעט? זאגט זי חלילה אז זי קעירט נישט פאר די אומבאהאלפענע צעטיילטע קינדער?!

איז די אפיציעלע תירוץ פונעם פירסט לעידיס ווארטזאגער ווי נאר ס'געווארן א שטורעם דערוועגן איז געווען: ס'איז בלויז א זשעקעט, עס ליגט נישט קיין שום מעסעדזש דערינטער.

איר מאנס טוויטער אקאונט ווידער האט אבער אנגעדייטעט פארקערט, אז ס'איז יא א מעסעדזש אז "זי קעירט נישט פאר די פעיק ניוז מידיע".

אנדערע אין די רעכטע לאגער האבן אנגעגעבן אז דאס איז ווארשיינליך א טאקטיק פון איר צוצוציען די מידיע אטענשאן צו איר באזוך, וואס אן דעם סקאנדאל וואלטן זיי עס איגנארירט.

אינעם לינקן לאגער האבן עס אנדערע צוגעלייגט אלס פשוט נאך א רינגעלע אינעם אנגייענדן ווייסן הויז כאאס, אנדערע האבן שפעקולירט אז ס'איז מעגליך זי האט געכאפט א שאקל אין מוח פון די פרעשור, אנדערע האבן געקלערט אז ס'מעגליך א מעסעדזש צו איר מאן וואס האט לויט באריכטן איר געבעטן נישט פארן, און זי זאגט כ'פייף דיר אן. בקיצור א הויפן שפעקולאציעס, אן קיינע קלארע ענטפער, איז לאמיר אנאליזירן די אנגעגעבענע סיבות.

אויף די אפיציעלע תירוץ איז לכאורה זייער שווער, האט זי טאקע בכלל נישט געכאפט וואס זי טוט אן? אם תמצה לומר אז טאקע אזוי, האט אבער קיינער פון אירע צענדליגער באגלייטער עס נישט באמערקט? אם תמצה לומר אז טאקע אזוי, אויפן וועג צורי פון טעקסעס האט זיך דאך שוין גערידערט און זי האט זיכער געהערט דערפון איז פארוואס האט זי עס נאכאמאל אנגעטוהן אויפן וועג צוריק, ביזן ווייסן הויז?

נעקסט איז די טראמפ תירוץ. אז זי מיינט די פעיק ניוז מידיע. שטעלט זיך די פראגע איז טאקע מעלאניע די סארט מענטש? זי וואס איר איינציגסטע צוויי פובליק אונטערנעמונגען אין ווייסן הויז זענען געווען "בי בעסט", און "אנטי סייבער בוליאינג"? זייער אינטערסאנט אויב זי האט באשלאסן צו טוישן עטוואס ניגון און גיין מיט איר מאנס פעיק ניוז קאמפיין. אזוי אויך וואס האט זי זיך יעצט אויפגעוועקט איבער די מידיע, איז זי אויך אויפגערעגט אויף זיי פארן באריכטן עקסטענסיוולי איבער די קינדער? אביסל אינטערסאנט ווייל זי אליין האט דאך שטארק לאביאירט מ'זאל ענדיגן די פראקטיצירונג.

נעקסט איז די תירוץ אז זי האט עס געניצט אלס טאקטיק די מידיע זאל באריכטן איר באזוך וואס זיי וואלטן אנדערש נישט באריכטעט צוליב וואס עס איז גונסטיגע נייעס. איז אבער שווער אז מיט די סאקנדאל בארכטעט מען דאך די גאנצע באזוך אלס נעגאטיווע נייעס, א"כ מה הואילו חכמים בתקנתם?

די אנדערע תירוץ איבער איר גייסטישע געזונט איז אביסל שווער אנצונעמען ווייל עס סאיז נישטא קיין שום ממשותדיגע באריכטן אזאנס צו באשטעטיגן, אויסער די באריכטן איבער זייער שלום בית פראבלעמען אבער דאס איז נישט גענוג גראונד צו קומען צו אזא קאנקלוזשען.

אביסל אנדערש זאגן אסאך אז זי איז פשוט א אינטערסאנטע מין פרוי און טוט מאדנע זאכן. אסאך זעהן אין איר א מיסטריעזע מענטש וואס באווייזט זיך קוים אין פובליק און ווען יא איז עס אלס מיט אן אינטערסאנטע טוויסט, למשל איר ערשטע פובליק אדרעס איז געווען ביים קאנווענשאן,דארט האט זי געגנבט א שטיקל אבאמא דרשה. איר נעקסטע פובליק זאך איז געווען א "אנטי סייבער בוליאינג" קאמפיין, א זאך וואס האט געהויבן אויגן ברעמען נעמנדיג אין באטראכט מיט וועם זי איז חתונה געהאט. די נעקסטע שריט אירע איז געווען א קאמפיין "בי בעסט" אז מ'זאל זיך אויפפירן שיין צו יעדעם, דא קומט ווידער אריין די פריערדיגע רעאקציע. די נעקסטע פובליק שריט איז געווען איר לעצטע וואכעדיגע סטעיטמענט קעגן צעטיילן פאמליעס ביים גרעניץ דאס איז דאך אפגערעדט א שריט וואס הייבט ריזיגע אויגן ברעמען דאס אטאקירן א שריט וואס איר מאן האלט אינמיטן אימפלעמענטירן. איז ממילא יעצט ווען מ'הערט פון א פרישע גאר מאדנע שריט טוען עס אטאמאטיש אסאך אריינלייגן אלס פארזעצונג דערצו.

אן אנדערע שטארק פארשפרייטע תירוץ איז אז היות איר מאן האט איר לויט די באריכטן געבעטן נישט פארן און בכלל איז זי גערעגט אויפן גאנצן צעטיילונג פאליסי האט זי באשלאסן אים שיקן א שארפן מעסעדזש און נעמען זייערע דיסאגריעמענטס פובליק.

איך פערזענליך בין אומבאשלאסן צווישן די לעצטע צוויי אפציעס, סכ'בין נייגעריג צו הערן וואס אונזער עולם דא האלט די סיבה דערין, אויב מעגליך שרייבן פארוואס מ'איז ביי דעם מיינונג.

דאס איז די זשעקעט:
צוגעלייגטע
melania.jpg
melania.jpg (39.98 KiB) געזעהן 2033 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 22, 2018 5:18 pm

א סימפל מעסידזש! די מידיע איז טויט פאריקט!

ולולי דמסתפינא וואלטעך געזאגט אז טראמפ האט איר געבעטן זי זאלעס אנטוהן ווייל סתם אזוי וואלט קיינער נישט געוואוסט אז זי גייט אהין, יעצט איזעס ברייט געקאווערט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 22, 2018 5:20 pm

איין זאך כאפצעם, דו ביסט פאר די בוקס! קוק דיין חשבון, ס'קעניש זיין זי מיינט די מידיע, ווייל וואס נאר? אה, זי איז נישט די סארט מענטש! ווידער זיך שלאגן מיט איר מאן אין פובליק... וודאי איז זי די סארט מענטש... ממילא שטומט עס!!!

וועיק אפ!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יוני 22, 2018 5:28 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איין זאך כאפצעם, דו ביסט פאר די בוקס! קוק דיין חשבון, ס'קעניש זיין זי מיינט די מידיע, ווייל וואס נאר? אה, זי איז נישט די סארט מענטש! ווידער זיך שלאגן מיט איר מאן אין פובליק...

האב איך שוין געזעהן ענליכס דערצו, לעצטע וואך ביי איר סטעיטמענט קעגן די קינדער צעטיילונגען

אבער אדרבה, ווי געזאגט, שרייב וואס שטימט דיר יא
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום פרייטאג יוני 22, 2018 5:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 22, 2018 5:30 pm

אויב נעמט מען אז די דזשעקעט האט געמוזט זיין סטראטעגיש, איז עס ווארשיינליך ווי געשריבן... זאל די מידיע רעדן פון מיין וויזיט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יוני 22, 2018 5:41 pm

ואואואואו כאפצעם מיט וויכי
דאס איז שוין גענוג סיבה פאר די דזשעקעט

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג יוני 22, 2018 5:54 pm

רבוש״ע

וויפיל קערעקטערס קען מען אויפטייפן פאר איין נערישע דזשעקעט?...

עס איז א געהעריגע שיעור עיון..

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג יוני 22, 2018 6:43 pm

די מערסטע סענס פון אלע אפשענס אויסגערעכענט איז דאס וואס די פרעזידענט האט געשריבען אויף טוויטער די ווייניגסטע אז זי האט געמיינט די קינדער (די לעצטע דריי מאכען כמעט אזוי ווייניג סענס)

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג יוני 22, 2018 6:49 pm

מ'זעהט אז זו קען נישט געהעריג די ארטיגע שפראך,
וואס זו האט נאר געוואלט ארויסברענגען האט זו זייער אומקלאר ארויסגעברענגט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג יוני 22, 2018 7:34 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:מ'זעהט אז זו קען נישט געהעריג די ארטיגע שפראך,
וואס זו האט נאר געוואלט ארויסברענגען האט זו זייער אומקלאר ארויסגעברענגט.

:lol:
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג יוני 22, 2018 7:36 pm

Who cares? I dont....
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » פרייטאג יוני 22, 2018 7:41 pm

אינטערסאנט דו פרעגסט נישט, ווייסע קאליר ווערטער???
איז דאס א מעסעדזש צו די...
לעצט פאראכטן דורך גראף פאטאצקי אום פרייטאג יוני 22, 2018 7:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » פרייטאג יוני 22, 2018 7:53 pm

איך קעיר נישט וואס זי וויל מיט דעם דשעקעט. דו יא?
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מוצ"ש יוני 23, 2018 11:21 pm

מיין פערזענלעכע מיינונג איז נישט דערפאר אז די נושא פון א פרויען אנגעטועכ זאל דא גילופטערט ווערן, ואם יסכימו עמי עוד ג' רבנים...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג יוני 24, 2018 12:11 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:מיין פערזענלעכע מיינונג איז נישט דערפאר אז די נושא פון א פרויען אנגעטועכ זאל דא גילופטערט ווערן, ואם יסכימו עמי עוד ג' רבנים...

כמקווה איד ועוד לקלארין

מסכים

שמאטע בלאמו"ר דיש טאוועל
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:48 pm

תגובהדורך כוכבי לכת » זונטאג יוני 24, 2018 12:30 am

עס ווערט נישט דיסקוטירט אלס אנגעטועכטץ אדער סטיל, סאיז א פאליטישע נושא.
ווי א פאליטישע טוויט מעסעדזש פון פרוי קלינטאן נאר אנשטאט טוויטער געשריבן אויף א שטיקל סחורה.
יחי החילוק הגדול.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג יוני 24, 2018 12:37 am

שמאטע האט געשריבן:מסכים

שמאטע בלאמו"ר דיש טאוועל

אלס וואס?
די נושא איז דא ס"ה פשט פון די אויפגעשרייבעכטס העכסטענס אראפנעמען די בילד אבער פארוואס נישט דיסקאסען פשט פון די געשרייבעכטס

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 24, 2018 12:55 am

סתם א זשעקעט, קיין שום מעסעדזש

ווייל אויב האט עס מעסעדזש האב איך עס נישט געכאפט און אז די מעסעדזש מיינט די קינדער קען איך נישט גלייבען ווייל זי איז געוועהן די ערשטע ארויסצוקומען דערקעגן.

אלא מאי איז עס אדערווייל א מעסעדזש וואס איך פארשטיי נישט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג יוני 24, 2018 1:12 am

ווי אזוי ווילסטו איך זאל טראכטן וואס יענער האט בכלל נישט געטראכט? תיקו

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג יוני 24, 2018 1:53 am

מיין השערה איז, אז די מעסעדזש איז געווען געמאכט פאר עהם, זי האט עהם געוואלט בארואיגן אז זי פארט, זי האט נאר נישט געכאפט אז די גאס וועט עס אויך זעהן,

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג יוני 24, 2018 2:36 am

די מידיע, ופשוט.

און דזשאסט אין קעיס כאפצעם ווייסט נישט, איז די מידיע די לעצטע עטליכע וואכן געווען פארנומען מיט פארשידענע שפעקולאציעס איבער די ערשטע פרוי, איבער איר געזונט צושטאנד, ווייל מען האט איר נישט געזעהן לעצטנס אין פאבליק, און איבער איר רילעישאנשיפ מיט איר מאן, זי בלאזט, וכו' וכו', שמועות פורחות באוויר וואס זענען געליפטערט געווארן אויף די נייעס קוועלער, און צו דעם האט זי געוואלט רעאגירן, און וואוסענדיג אז איר באזוך וועט אודאי געדעקט ווערן, האט זי דאס געזעהן אלס א פאסיגע געלעגנהייט צו שיקן דעם מעסעדזש.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יוני 24, 2018 3:56 am

צ/ק

?.I REALLY DON’T CARE. DO YOU
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » זונטאג יוני 24, 2018 6:21 am

שמאטע האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:מיין פערזענלעכע מיינונג איז נישט דערפאר אז די נושא פון א פרויען אנגעטועכ זאל דא גילופטערט ווערן, ואם יסכימו עמי עוד ג' רבנים...

כמקווה איד ועוד לקלארין

מסכים

שמאטע בלאמו"ר דיש טאוועל


גא''ם עס האט מיך געגעבן אן עקל ווען איך האב געזען די אשכול מאכנדיג מיך טראכטען א צווייטע מאל צו עס איז ריכטיג אז איך בין אויף איי-וועלט

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » זונטאג יוני 24, 2018 6:22 pm

מיר מאכט גארנישט קיין סענס

עס קען אריינגיין אין די וועלטליכע אומגעלעזטע מיסטעריעס בוך

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » זונטאג יוני 24, 2018 7:06 pm

קען מיר איינער מסביר'ן,
אויב האט זי געהאט א דירעקטע מעסעדזש דא פארן פובליק, וואלט זי דאך ארויסגעשריבן וואס זע וויל, און זיך נישט פארלאזט אויפן אייוועלטעריי,
וואודעראום אויב האט זע געהאט א כוונה קעגן איר מאן, העט זי ווען אים געזאגט דירעקט, אדער לכה"פ אים אפגעשיקט ס'דזשעקעט,
וועסטו וועלן זאגן (Insert rotating tumb), אז זי האט געוואלט לערנען טראמפ'ן א לקח, האט זי דאך ווייטער נישט גערעדט קלאר,
איך האב א חשד, אז דער גאנצער מעסעדזש, איז קיין מלאכת מחשבת,
קומט אויס אז זי איז פטור הן לב"ש והן לב"ה.
ויהו רצון שילמדו הטועים בינה.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט