לכתחילה אריבער - אפענער בריוו צו הרב אליעזר קרויס ני"ו – און צו דעם יונגערמאן וואס כ'האב געזען ביי א חתונה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

ווייל די גרויסע אריכות, איז בכלל דא א פוינט וואס ער לייגט צו?
די זאך פון ארויסמאפן גייט שוין אן א לאנגע צייט (5-10 יאר), אין עס איז אנגענומען, די איינציגסטע זאך וואס איך הער איז אז עס שווער, מ'האט זיך שוין גע'טענה'ט אין אנדערע אשכולות
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

האסט עס בכלל אדורכגעליינט?
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

אגב איך בין נעכטן געווען ביי האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א, איך האב אים געזאגט די לכה דודי שמועס און געזאגט אז איך בין געווען סורפרייזד פון די היעט וואס איך האב באקומען פון סאטמאר, און בעיקר סאטמאר וויליאמסבורג. איך גיי יעצט נישט רעליסן די גאנצע אינהאטסרייכע שמועס - איך זוך א גוטע געלעגנהייט פאר דעים, (אפשר חוה"מ). אבער סטעי טונד.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

כהאב נישט אויסגעהערט קולמע
דאס איז זיכער אז רוב עולם דארף מופן
עס איז אויך זיכער אז א שיינע פראצענט מופט כדי צו דראפן די סיסטעם און א געוויסע וועג זיך ״גרינגער״ מאכן די גדרים

עס איז א מציאות
סדא היינט אין לעיקוואד הונדערטער אזוינע משפחות און פולע עלטערן באוויינען די קינדער

עס איז טאקע נאר א מיעוט און רוב עולם איז אוקעי אבער די בעל דרשן האט ווען געדארפט אכטונג געבן וואס ער רעדט
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אליעזר קרויס האט געשריבן:אגב איך בין נעכטן געווען ביי האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א, איך האב אים געזאגט די לכה דודי שמועס און געזאגט אז איך בין געווען סורפרייזד פון די היעט וואס איך האב באקומען פון סאטמאר, און בעיקר סאטמאר וויליאמסבורג. איך גיי יעצט נישט רעליסן די גאנצע אינהאטסרייכע שמועס - איך זוך א גוטע געלעגנהייט פאר דעים, (אפשר חוה"מ). אבער סטעי טונד.

זאג כאטש עפעס וואס איז דעם רבינס מיינונג לגבי ארויסמופן ?
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

דברים אלו האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:אגב איך בין נעכטן געווען ביי האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א, איך האב אים געזאגט די לכה דודי שמועס און געזאגט אז איך בין געווען סורפרייזד פון די היעט וואס איך האב באקומען פון סאטמאר, און בעיקר סאטמאר וויליאמסבורג. איך גיי יעצט נישט רעליסן די גאנצע אינהאטסרייכע שמועס - איך זוך א גוטע געלעגנהייט פאר דעים, (אפשר חוה"מ). אבער סטעי טונד.

זאג כאטש עפעס וואס איז דעם רבינס מיינונג לגבי ארויסמופן ?


דארפסט עפעס מער ווי די דאס אז זיין קהילה בויעט אין בלומינבורג און לעיקוואוד?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

בד"ו אלע רבנים שטיצן דאס ארויסמופן צו ביליגע געגנטער
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

דברים אלו האט געשריבן:בד"ו אלע רבנים שטיצן דאס ארויסמופן צו ביליגע געגנטער


רוב
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אליעזר קרויס האט געשריבן:אגב איך בין נעכטן געווען ביי האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א, איך האב אים געזאגט די לכה דודי שמועס און געזאגט אז איך בין געווען סורפרייזד פון די היעט וואס איך האב באקומען פון סאטמאר, און בעיקר סאטמאר וויליאמסבורג. איך גיי יעצט נישט רעליסן די גאנצע אינהאטסרייכע שמועס - איך זוך א גוטע געלעגנהייט פאר דעים, (אפשר חוה"מ). אבער סטעי טונד.


די ענטפערסט בכלל נישט צום נושא
קיינער האלט נישט אז מזאל נישט מופן - יעדער איז מודא אז סאיז א גוטע זאך און רוב מענטשן דארפן אפציען פון שטאט
און עס איז בכלל נישטא קיין מחלוקת האדמורים וואס די ווילסט ברעכען די נייעס חול המועד

פון דא ביז פייפן אויף עלטערן איז א היפשע גאנג
און צו לייקענען אז עס האט געקאסט א פרייז אין אידישקייט פאר געוויסע מענטשן איז פשוט געלייקענט שי מציאות
ועל זה נאמר חכמים הזהרו בדבריכם
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

וואס עפעס? האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:אגב איך בין נעכטן געווען ביי האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א, איך האב אים געזאגט די לכה דודי שמועס און געזאגט אז איך בין געווען סורפרייזד פון די היעט וואס איך האב באקומען פון סאטמאר, און בעיקר סאטמאר וויליאמסבורג. איך גיי יעצט נישט רעליסן די גאנצע אינהאטסרייכע שמועס - איך זוך א גוטע געלעגנהייט פאר דעים, (אפשר חוה"מ). אבער סטעי טונד.


די ענטפערסט בכלל נישט צום נושא
קיינער האלט נישט אז מזאל נישט מופן - יעדער איז מודא אז סאיז א גוטע זאך און רוב מענטשן דארפן אפציען פון שטאט
און עס איז בכלל נישטא קיין מחלוקת האדמורים וואס די ווילסט ברעכען די נייעס חול המועד

פון דא ביז פייפן אויף עלטערן איז א היפשע גאנג
און צו לייקענען אז עס האט געקאסט א פרייז אין אידישקייט פאר געוויסע מענטשן איז פשוט געלייקענט שי מציאות
ועל זה נאמר חכמים הזהרו בדבריכם


דאס אז דו הערסט נישט אויס די שמועסן און די האסט שוין א מיינונג דאס שרייבסטו קלאר - אבער דו ליינסט אפילו נישט וואס מען שרייבט. איך שרייב "אגב" עס קומט סחורה. נישט קיין תשובה. די תשובה קומט בעז"ה קומענדיגע דאנערשטאג.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

Thanks chili
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך פלאן אייך ווייטער נישט אויסצוהערן אויף קולמע
איך האב ב״ה גענוג וואס אויסצוהערן בעפאר

מיין תגובה איז נאכן דורכליינען די אשכול און זייענדיג באקאנט מיט עלטערן וואס האבן זייער באדויערט זייער קינדס מצב הרוחני צוליב דעם ענין

אויב איז נישט אמת וואס די פותח האשכול האט געשריבן בשמך - דאן זייט מוחל און זאגט אז איר לייקענט עס

סתם גיסן דראמא ביז חוה״מ און אוועקדרייען די נושא איז נישט קיין מהלך

דעיס אז די ענטפערסט ערשט א וואך נאך וואס מען האלט אייך אפיר , געבט אלע רעכטן פאר מענטשן (ניקס) אייך אפירצוהאלטען און לאזן הערן זייער מיינונג איבער דעם נושא
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

אפענע וועלט האט געשריבן:שוין לאנג נישט געליינט אזא שיינע געבאקענע מעשה. גלייך ארויס פון מנחם מענדלס אויווען.
10-20 מאל שרייבן די פאקט איז מאכט עס נישט פאר קיין פאקט. פאקט איז פארקערט.
אידן ציען זיך אוועק פון ישיבות כרכים קשה. מ'האט מער יושוב הדעת פאר זיך, בני בית, קינדער, און עלטערן,
מאיז נישט עובר יעדן טאג אויף הונדערטער לאוין דאורייתא. מלייגט נישט אריין די תינוקות של בית אין לייבן גרוב פון יצרא דעריות מלעבט און מדינט דעם אויבירשטן אזוי ווי ער וויל. פינטל. פינטל פינטל.

האסט מיר ארויסגענימען די ווערטער פון מויל
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

איך מיין ווי אינגער אין עידזש, איז מער נוטה אז לכתחלה איז נישט גערעכט.
----------------

אגב, קיינמאל נישט געהערט פון הרב קרויס ביז היינט - מיהו זה? ווי וואוינט ער? עפעס א טיטול? ווי אלט?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א שיינער און אמת'ע שמועס, לכתחילה.

די נקודה פון זיך רעכענען מיט די עלטערן איז גאר שטארק און וויכטיג, און ס'איז שטארק מעגליך אז ר' אליעזר האלט די זעלבע, איינער רעדט פון די זייט מעשה און איינער פון די אנדערע צד, און ביידע האבן גערעכטע פונקטן וואס מ'דארף אלעמאל נעמען אין באטראכט.

ייש"כ ביידע פון אייך.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

הלשון האט געשריבן:איך מיין ווי אינגער אין עידזש, איז מער נוטה אז לכתחלה איז נישט גערעכט.
----------------

אגב, קיינמאל נישט געהערט פון הרב קרויס ביז היינט - מיהו זה? ווי וואוינט ער? עפעס א טיטול? ווי אלט?


אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

טאמער די בעל האשכול בויט זיין זיין גאנצע תגובה אויף איין אדער צוויי אדער אפילו דריי מענטשן וועם ער קען. דעמאלס איז הבל הבלים

די פאקט איז אז היינט צוטאגס איז דא אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל צענדליגע יונגעלייט וואס טוישן זיך א שיינעם טאג , סא סאיז באמת איררעלעווענט צו בויען אויף דעם

מיך זעט אויס ווי אים באדערט עפעס אנדערש....

און בכלל ווי איינער האט שוין געשריבן אז אסאך מופן טאקע זיך צו קענען טוישען, סא סאיז נישט נוגע

איך דענק 10 יאר צוריק ווען די סלאגאן איז אזוי געגאנגען ,היינט צוטאגס ווען פון בארא פארק און וויליאמסבורג האבן אוועקגעמופט די לעצטע פינעף יאר לכל הפחות 2 אדער 3 טויזענט משפחות , איז דארפסטו קוקן צו דער שרייבער איז גערעכט מיט וויפעל פראצענט זענען געפאלן אפילו לשיטתו. בויען אויף געפילן און איין נאנטע מעשה מיינט גארנישט
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

צווויי קליינע הוספות

די שפראך פון נעם נישט די משל נאר די נמשל איז זייער נישט אויסגעהאלטן ובפרט ווען מען רעדט פאר א ריזיגע אוידיענץ, און עס איז נישט מעגליך אז יעדער נעמט ריכטיג ארויס די נמשל, ובכלל איז די ׳נעם די נמשל׳ אזא ׳נישט אום שבת גערעדט׳ אויב עס איז נישט 100% אויסגעהאלטן איז דאס אז עס איז א משל נישט קיין תירוץ

2- די נושא פון מסורת אבות איז גאר הייקל און געווען פון די גאר הארבע יסודות ביי גרויסע חלקים פון כלל ישראל, און לכו״ע איז די נושא א הייקעלע ליניע צו רעדן, איז אפילו אויב אליעזר איז געגאנגען אגאנצען צייט אויף די גוטע זייט ליניע, זינט ווען רעדט א איד א בעה״ב אזוינע נושאים ברבים, א נושא וואס מיט איין ווארט קען די גאנצע משמעות זיין אנדערש

ובפרט ווען ער אליין דארף זיך אויסבעסרן און אויסקלארן נעקסטע וואך, וויפיל מענטשן האבן עס שוין נישט געהערט

און דאס אז א רב האט עס געהערט, די ענין איז צו האקל און קען זיין אז אפאר ווערטער איז משנה משמעות אינגאנצען

עכ״פ. קול מבשר איז געגאנגען א נעקסטע סטעפ
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

עם לבבנו האט געשריבן:
און לאמיר זאגן אז די עלטערן ווילן נישט דו זאלסט אוועקגיין וואוינען ווייל זיי ווילן האבן די קינדער "ארום זיך". איז וואס? זיי וועלן נישט בלייבן אליינס אויף דער עלטער, וואס קומט זיי פארדעם?

קומט זיך זיי נישט אזויפיל? האבן זיי דיר נישט אויפגעצויגן, חתונה געמאכט, אוועק געגעבן זיך דאס לייב און לעבן, פאר'חובות'ט – מערסטענס מענטשן – זיך געזאגט, געוויינט מיט דיר, געלאכט מיט דיר, קומט זיך זיי דאס, א אויף דער עלטער זאל מען זיי ווארפן איבער'ן דראנג?

פאר די 18-20 יאר וואס דיין מאמע האט יעדע פרייטאג צונאכטס געווינט ביי די שבת ליכט, דאס איז ביי דיר גארנישט? ווען זי האט זיך געזארגט פאר דיר, ווען איר הארץ האט געצאפלט ווען דו ביסט אמאל געקומען אביסל שפעטער ווי נארמאל, דאס בארירט דיר נישט?

וויאזוי קוקסטו אויף די אידן וואס די קינדער האבן זיי "אריינגעווארפן אין האום" פשוט ווייל "עס איז געווען צו שווער"? (איך רעד נישט אין א פאל וואס מען האט נישט קיין ברירה).

עס איז שווער? עס קאסט געלט? אמת!

אבער דיר ערציען מיינסטו איז געווען גרינג?? דיר ערציען מיינסטו איז געווען אומזינסט?? האבן זיי אמאל געמאכט דעם חשבון... "דאס קינד קאסט שוין צופיל...... ער איז שוין צו א גרויסע עול.... לאמיר פטור ווערן פון אים...." האבן זיי אזוי געטראכט?

ניין! ווייל אזוי קומט עס! א טאטע מאמע טיען דאס פאר א קינד.

פארוואס ווען זיי ווילן עפעס און עס איז דיר שווער, עס קאסט געלט, ביסטו אזוי "קאלט" מיט'ן באשלוס.... "איך מוז נישט"!


בקיצור זאגסטו דער יונגערמאן זאל זיך אנחובתן פארן טאטן ווייל דער טאטע האט זיך אנגעחובתט פאר אים...

האבט אליין נישט געכאפט אז דיין צווייטע העלפט פוינט בלאזט אוועק די ערשטע העלפט. יאפ רוב עלטערן ווען זיי שטעלן זיך קעגן זייער קינדס מופן איז נישט ווייל זייער קינג גייט ליידן אינעם נייעם פלאץ מער ווי די אלטע (אךךך פונקט פארקערט זיי ווייסן גאנץ גוט די גרינע גאל וואס די יונגערמאן האט געגעסן אין שטאט) נאר פשוט זעך מעך יעך! איך וויל האבן מיין טאכטער לעבן מיר. פינטל. פינטל. פינטל.

יעצט קום צוריק מיר זאגן אז די עלטערן האבן ליב די קינד פונקט ווי זיך...
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

איך האב שוין לאנג נישט געזען אן אשכול ווי אלע האלטן די זעלבע, און מען זאל זיך אזוי אויספראסקענען.
יעדער רעדט פון א באזונדערע נקודה. און יעדער איז מודה צום אנדערן.
צופעליג וויכטיגע נקודות יעדע פאר זיך. אבער גארנישט קיין סתירה מיט'ן אנדערן.
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

קודם כל, יישר כח לכתחילה פאר אזא מעסטער פיעס! איך גיי צודרייט פאר דיין וועג פון צולייגן די זאך.

איין קליינע זאך נאר. דו זאגסט אז קינדער וואס צוען זיך אוועק ווערן אטאמאטיש שוואכער ווי כאילו זה גורם זה לעולם, אפילו דו שרייבסט קלאר אז נישט אייביג איז אזוי, איז די מציאות אז דיין שרייבעריי שרייט אזוי ארויס פון צווישן די שורות.

דאס איז הוילע שטותים. יא עס געשעהט ליידער גאנץ אפט. אבער מ'קען זיכער נישט זאגן אז דאס איז די גורם כללי. ווייל וואס וועסטו מיר ענטפערן אויף די אלע וואס מופן פון טאטע צו שווער? אלא מאי, טשעינדזש איז פאר יעדעם שווער. אין יעדע מצב, ס'קומט נישט אריין מופן.

צווייטנס, סידיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז די גרעסטע פראצענט פון די וואס מאדיפיצירן זיך נאכן מופן איז דאס גאר די סיבה פארן מופן!? ער וויל סייווי, ממילא טענה'עט ער זיך איין מיט זיין טאטע, טאקע פארדעם ווייל ער וויל איהם נישט מצער זיין!... כנלע"ד.

שכוח נאכאמאל פאר די באשרייבונג.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

היסטאריע האט געשריבן:איך האב שוין לאנג נישט געזען אן אשכול ווי אלע האלטן די זעלבע, און מען זאל זיך אזוי אויספראסקענען.
יעדער רעדט פון א באזונדערע נקודה. און יעדער איז מודה צום אנדערן.
צופעליג וויכטיגע נקודות יעדע פאר זיך. אבער גארנישט קיין סתירה מיט'ן אנדערן.

:lol: :lol: :lol:
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

דברים אלו האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:אגב איך בין נעכטן געווען ביי האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א, איך האב אים געזאגט די לכה דודי שמועס און געזאגט אז איך בין געווען סורפרייזד פון די היעט וואס איך האב באקומען פון סאטמאר, און בעיקר סאטמאר וויליאמסבורג. איך גיי יעצט נישט רעליסן די גאנצע אינהאטסרייכע שמועס - איך זוך א גוטע געלעגנהייט פאר דעים, (אפשר חוה"מ). אבער סטעי טונד.

זאג כאטש עפעס וואס איז דעם רבינס מיינונג לגבי ארויסמופן ?

The Rabbi advises (actually, not advising, DISCUSES) with each individual differently. Depending in his matzev and nature. Heard from different people, different answers.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

אזוי ווייניג שטותים און אזא לאנגע תגובה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

כ'ליין און ליין און ליין און כ'האף אז כ'גיי שוין זעהן נאך א שטות אויף וואס זיך צו רעגן... ניטאמאל דאס האט דער לכתחילה אריבער געטון... סתם לאנגווייליג...
ר' אליעזר קרויס זאל אוודאי אנהאלטן זיין הייליגע מערכה צו אינספירירן אידישע קינדער זיך צו ציען ווי זיי ברויכן צו גיין פאר זייער עתיד. השי"ת העצעך שוין זארגען פאר די פראבלעמען וואס די ווייטזעהענדיגע לייטזעליגע עלטערן זארגן זיך פאר די עתיד. אונז דארפן טוהן וואס אונז זעהמיר פאר גוט.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

איינער פון די וועטעראן חברים דאהי האט מיר געזאגט א טייער ווארט וואס מהרי"י האט אים געזאגט ווען ער איז אריין פרעגן בנוגע ארויסמופן, ווען ער האט פארגעלייגט די מעלות און חסרונות פון עטליכע פון די נייע ישובים, האט אים דער רבי געזאגט "אסאך פון די ספיקות זענען נאר ווען מען קאמפעירט עס צו וויליאמסבורג, ווען מען פארשטייט באמת אז וויליאמסבורג איז אוט אוו די איקוועישן, איז עס בס"ה נאר קאמפעירט די ישובים איינס צום אנדערן, און עס איז גרינגער צו פאסן א באשלוס".
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”