לכתחילה אריבער - אפענער בריוו צו הרב אליעזר קרויס ני"ו – און צו דעם יונגערמאן וואס כ'האב געזען ביי א חתונה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

איך האב נישט אויסגעהערט, און נישט געליינט די גאנצע. איך האב געמישט אהער און אהין.

איך קען זאגן וואס באדערט מיר נאך פאר לכתחילה'ס בריוו. און איך מיין אז דאס איז וואס באדערט אויך לכתחילה.

נישט אויסגעהאלטן זיך צו אויפשטעלן אין פאבליק און זאגן טאטע יא גערעכט אדער נישט.

נישט אויסגעהאלטן צו רעדן אין פאבליק און פסק'ענען הלכה למעשה, פרעג יא אדער נישט דיין טאטע. א גרויסע עולה דאס צו טון.

מ'קען נישט זאגן און פאבליק רוב צושטערטע שטובער איז די שולד פון די געטרייע און באליבטע עלטערן. איך מיין אז ווען איינער שרייבט דאס אויף אייוועלט וואלט עס געפאסט געמעקט צו ווערן.

די ווילסט רעדן פון מופען? די מערסטע וואס איז אויסגעהאלטן צו זאגן וועגן עלטערן, אין פאבליק איז, אויב דיינע עלטערן האלטן אנדערש ווי דיר, פרעג דיין מורה הוראה אדער מורה דרך. עד כאן. דו טארסט נישט פסק'ענען, אדער רעדן אין פאבליק וואס קען אפשר אויסזען ווי א בזיון און עלטערן. ס'איז גרויליגע דאס צו הערן און פאבליק, פון א דעת בעל הבית.

בכלל אפילו נישט אין פאבליק איז יעדע פאל אנדערש, און יעדע פאל דארף מען פסק'ענען אנדערש, און פרעגן דעת תורה.

איך קען נישט אליעזר קרויס. ער זעט מיר גראדע אויס א וואוילע אינגערמאן. אבער די שמועסן דארף דגוש נישט אויסצוזען תש"18 אמעריקע השקפה.

אליעזר, גיי אן, לערן דיר פון קאמפלעינס.
הצלחה.

קען זיין איך האב גענומען לכתחילה'ס זייט. (איך האב נישט געהעריג געליינט די גאנצע.) אבער איך בין נישט קעגן אליעזר.

(אויב איך האב דיר וויי געטון, זיי מיר מוחל.)
לעצט פארראכטן דורך בסד אום מיטוואך יולי 04, 2018 11:45 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

פרידן האט געשריבן:שוין געטראפן ווי ער האלט אז מען דארף מופן אויף מאנסי viewtopic.php?p=366788#p366788
לאמיר ווייטער זוכן צו ער האט געמופט למעשה


ער האלט מען טאר נישט מופען קיין מאנסי?
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

הימל און ערד דרייט זיך איבער פון איינעם אליעזר קרויס און איינער לכתחלה אריבער, ואני אומר לא חילק ידענא ולא בילק ידענא.
חילק זה לכתחילה, ס'האט א ח און א ל, בילק זה אליעזר קרויס ס'האט א ק און א ל, ועי' מה שפירש הערוך על חילק ובילק, שני עריצים ובעלי זרועות הידועום....
איך קען נישט קיינעם פון זיי,
לאמיר עס מאכן אויס פערסענאל, זדשאסט די פוינטס און די חילוקי דעות, ווייל למעשה יש דעות לכאן ולכאן,
אויב די מהות א''ק איז נאך אינג און ער האט נאכנישט די ערפאררונג וואס מ'באקומט שפעטער אין לעבן, שטערט נאכנישט קיינעם אויב ער זאגט אמת'ע דיבורים, איך ווייס נישט וואס זאגט ווייל איך האב אים נישט געהערט אויף קול מבשר,
אבער אזויפיל ווייס איך אז עס איז מקיים מאמר חז''ל במקום שאין איש השתדל להיות איש, עס איז מקיים די גמרא שבת קד. פה פתוח פה סתום, עי' פירש''י. במקום המכנסים פזר,
עס איז א מצב וואס די וואס דארפן זאגן זאגן נישט, צוליב דעם איז כלל ישראל מכיר טובה פאר די מהות פון א''ק וואס זאגט יא.
איי דער וואס זאגט איז אינג? ווען עס ברענט א פייער קוקט מען נישט ווי אלט דער פייערלעשער איז, יא מ'דארף א פייער טשיף אן עלטערער באזעסענער מענטש, אבער דער לעשער איז א אינגער מיט ברייטביינערדיגע כחות, די מהות פון א''ק איז א אינגע פייערלעשער וואס לויפט אריין אין פייער מיט שווערע געפעק אויפ'ן רוקן,
מיר קענען ניצן פייער טשיף'ס, די פאזיציע איז נאך אפען, מיר בעטן די עלטערע רבנים למעלה מארבעים-מששים זאלן נעמען די פאזיציע אין די האנט.
און מיר בעטן די עלטערע אידן למעלה מארבעים-שישים, איר האט שוין ריטייערט, קומט ביטע ארויס אין די נייע געגענטער צוזאמען מיט אייערע קינדער, און זייט פון דיע וואס משיח וועט טייטלען מיט'ן פינגער איר האט געהאלפן מקרב זיין די גאולה.

מיין מיינונג איז אנדערשט ווי ל''א ווי איך האב שוין אויבן געשריבן, יעדן טאג וואוינען אין ווילי איז כמה איסורי דאורייתא
ולא תתורו
ונשמרתם מכל דבר רע
לפני עיור לא תתן מכשול
ונשמרתם מאד לנפשותיכם (איר געדענקט די תהלים דרשה פון אדמו''ר מהר''א נאך די אומקום פון דריי מזרחי בחורים? די זעלבע דא!)

אנטלויפן פון ווילי איז א פסק הרמב''ם אז מ'דארף אנטלויפן פון א פלאץ ווי עס וואוינען מענטשן וואס מ'קען זיך אפלערנען פון זיי לרעה.
אנטלויפן פון ווילי איז א זאך וואס אלע רבנים פון פריענדיגע דור האבן געוואלט און געטוען, נאר עס איז נישט געקומען צו סוקסעס, אדער ס'איז נישט געווען קיין אפשענס, היינט ווען עס איז דא אפשענס וואלט רביה''ק מ'סאטמאר געזאגט של''ס תורות מיט בכיעות מ'זאל אנטלויפן כל עוד נשמתו בו.
אנטלויפן פון ווילי איז א זאך וואס אלע היינטיגע רבנים האלטן אז אזוי דארף מען טוען, נישט אלעמאל זאגן זיי אין זייער שול ברבים וואס זיי האלטן, נישט אלעמאל קענען זיי זיך צוקריגן מיט זייערע מיליאנערען שטיצער'ס, אבער ביחיד וועלן זיי אלעמאל אזוי עצה'נען.

ל''א האט ליב פאקטן.
פאקט. קיינער פאלט נישט אין אידישקייט צוליב אוועקמופן פון ווילי
פאקט. צענליגער אינגעלייט פאלן אין אידישקייט צוליב וואוינען אין ווילי

לא המקום מאכט פרים את האדם אלא האדם מאכט פרים את המקום.
אטעטשמענטס
חילק ובילק הערוך.PNG
חילק ובילק הערוך.PNG (130.34 KiB) געזען 2008 מאל
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

שטאלצער יוד האט געשריבן:לכתחילה ברענגט ארויס גאר גוטע נקודות.

אבער די ביקסן טענות דארף מען אויסדרייען צו קול מבשר. ווען זיין געבן איינעם צו רעדן, און מ'רופט עם נאך "הרב", מה יעשה אותו הבן? מ'האט דאך עם געגעבן א פריי פעלד צו קענען אויספאקן זיינע געדאנקן. (איך מיין נישט דוקא לעזער קרויס, ס'איז דא דארט נאך א שיינע פאר וואס מיינען אז ווייל מ'האט עם געגעבן א שופר איז ער שוין בארעכטיגט צו בלאזן אלע תקיעות).

זיי וואלטן געדארפט מער אכטונג געבן וועמען מ'לאזט רעדן איבער השקפה און הלכה. למשל, ביי די נושא פון ריבית איז נישט יעדער איינער וואס איז ארויף געקומען געווען ראוי אריינצורעדן אין די חלק ההלכה. ווען מ'ברענגט אויף א בעל הבית דארף עס זיין איבער אזא נושא דארף עס זיין -נאר- צו אויסקלארן די מציאות, אבער די חלק ההלכה געהערט -נאר- פאר רבנים.

קען זיין אז ס'זענען נישטא גענוג רבנים וואס זענען גרייט ארויפצוקומען אויף אזא פלאפארמע, אבער דאך, מ'דארף זיין המכיר את מקומו. שיין עט עס זיין אז די פייער עקספערט וועט רעדן איבער טרעפיק, און די חיות מבין וועט זאגן די וועטער...

עגרי 100 פראצענט.

אבער וואס איך קוק ארויף אויף אליעזר קרויס איז, ער איז גרייט זיך צוצורייבן. ער האט גוטע פאטענשעלס.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

בסד האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:שוין געטראפן ווי ער האלט אז מען דארף מופן אויף מאנסי viewtopic.php?p=366788#p366788
לאמיר ווייטער זוכן צו ער האט געמופט למעשה


ער האלט מען טאר נישט מופען קיין מאנסי?

כ'בסד', 1) ער רעדט דאך פין א קאנסעפט, און ער זאגט נאך יעצט נישט אז בעצם דאס מופן איז נישט ריכטיג, נאר ס'דארף שטימען מיט אידישקייט ערשט, ס'איז אומריכטיג זיך צו שטעלן אויף א משל.

2) פין דעמאלטס ביז יעצט האט זיך ליטערעלי געטוישט א וועלט אין ראקלענד, סיי אין פרייז סיי אין קוואליטי און עוועיליביליטי, און סיי און די אידישקייט אין די סאראונדינג גלילות. און איין ווארט, קיינער האט נאך דעמאלטס נישט פרעדיקטעד אז מאנסי והגלילות וועט אויסזען פונקט וויאזוי עס זעט יעצט אויס, די חלום איז געווען בעסער.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אפענע וועלט האט געשריבן:הימל און ערד דרייט זיך איבער פון איינעם אליעזר קרויס און איינער לכתחלה אריבער, ואני אומר לא חילק ידענא ולא בילק ידענא.
חילק זה לכתחילה, ס'האט א ח און א ל, בילק זה אליעזר קרויס ס'האט א ק און א ל, ועי' מה שפירש הערוך על חילק ובילק, שני עריצים ובעלי זרועות הידועום....
איך קען נישט קיינעם פון זיי,
לאמיר עס מאכן אויס פערסענאל, זדשאסט די פוינטס און די חילוקי דעות, ווייל למעשה יש דעות לכאן ולכאן,
אויב די מהות א''ק איז נאך אינג און ער האט נאכנישט די ערפאררונג וואס מ'באקומט שפעטער אין לעבן, שטערט נאכנישט קיינעם אויב ער זאגט אמת'ע דיבורים, איך ווייס נישט וואס זאגט ווייל איך האב אים נישט געהערט אויף קול מבשר,
אבער אזויפיל ווייס איך אז עס איז מקיים מאמר חז''ל במקום שאין איש השתדל להיות איש, עס איז מקיים די גמרא שבת קד. פה פתוח פה סתום, עי' פירש''י. במקום המכנסים פזר,
עס איז א מצב וואס די וואס דארפן זאגן זאגן נישט, צוליב דעם איז כלל ישראל מכיר טובה פאר די מהות פון א''ק וואס זאגט יא.
איי דער וואס זאגט איז אינג? ווען עס ברענט א פייער קוקט מען נישט ווי אלט דער פייערלעשער איז, יא מ'דארף א פייער טשיף אן עלטערער באזעסענער מענטש, אבער דער לעשער איז א אינגער מיט ברייטביינערדיגע כחות, די מהות פון א''ק איז א אינגע פייערלעשער וואס לויפט אריין אין פייער מיט שווערע געפעק אויפ'ן רוקן,
מיר קענען ניצן פייער טשיף'ס, די פאזיציע איז נאך אפען, מיר בעטן די עלטערע רבנים למעלה מארבעים-מששים זאלן נעמען די פאזיציע אין די האנט.
און מיר בעטן די עלטערע אידן למעלה מארבעים-שישים, איר האט שוין ריטייערט, קומט ביטע ארויס אין די נייע געגענטער צוזאמען מיט אייערע קינדער, און זייט פון דיע וואס משיח וועט טייטלען מיט'ן פינגער איר האט געהאלפן מקרב זיין די גאולה.

מיין מיינונג איז אנדערשט ווי ל''א ווי איך האב שוין אויבן געשריבן, יעדן טאג וואוינען אין ווילי איז כמה איסורי דאורייתא
ולא תתורו
ונשמרתם מכל דבר רע
לפני עיור לא תתן מכשול
ונשמרתם מאד לנפשותיכם (איר געדענקט די תהלים דרשה פון אדמו''ר מהר''א נאך די אומקום פון דריי מזרחי בחורים? די זעלבע דא!)

אנטלויפן פון ווילי איז א פסק הרמב''ם אז מ'דארף אנטלויפן פון א פלאץ ווי עס וואוינען מענטשן וואס מ'קען זיך אפלערנען פון זיי לרעה.
אנטלויפן פון ווילי איז א זאך וואס אלע רבנים פון פריענדיגע דור האבן געוואלט און געטוען, נאר עס איז נישט געקומען צו סוקסעס, אדער ס'איז נישט געווען קיין אפשענס, היינט ווען עס איז דא אפשענס וואלט רביה''ק מ'סאטמאר געזאגט של''ס תורות מיט בכיעות מ'זאל אנטלויפן כל עוד נשמתו בו.
אנטלויפן פון ווילי איז א זאך וואס אלע היינטיגע רבנים האלטן אז אזוי דארף מען טוען, נישט אלעמאל זאגן זיי אין זייער שול ברבים וואס זיי האלטן, נישט אלעמאל קענען זיי זיך צוקריגן מיט זייערע מיליאנערען שטיצער'ס, אבער ביחיד וועלן זיי אלעמאל אזוי עצה'נען.

ל''א האט ליב פאקטן.
פאקט. קיינער פאלט נישט אין אידישקייט צוליב אוועקמופן פון ווילי
פאקט. צענליגער אינגעלייט פאלן אין אידישקייט צוליב וואוינען אין ווילי

לא המקום מאכט פרים את האדם אלא האדם מאכט פרים את המקום.

איך פארשטי אייער ווייטאג, איר זענט אבער טויזנט פראצענט אומגערעכט. "זאת התורה לא תהא מוחלפת"! פארפאלן די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר פייערלעשער'ס...

'לכתחילה'ס פונקטן זענען דאס וואס אידישקייט שטייט פאר, און אייערע פונקטן זענען היפך דעת תורה. יא! מ'קען אויב מ'וויל מטהר זיין א שרץ בק"ן טעמים, און מיט ראיות פין די תורה, דאס טוישט אבער נישט די הלכה אז ס'איז טמא.

א יונגערמאן וואס האט אין בעסטן פאל א געזונטן דעת בעל הבית, קען נישט זאגן קיין דעה אין זאכן וואס רירן אן אידישקייט מכל וכל, אויב די רבנים און עיני העדה וואס זיי האבן יא די אחריות טוען גארנישט און די איינציגע אלטערנאטיוו בלייבט רעדן אויף קולמע מיט'ן אייגענעם דעת, איז מען פטור! פארפאלן, דער רבוש"ע בעט אונז נישט אזעלכע טובות.. ס'איז הרבה דרכים למקום.. די מיינדסעט פין טון אויף די אייגענע האנט און פארשטאנד אנטקעגן די פשוט'ע תורה'דיגע וועג, האט שוין געברענגט מער ווי איינעם צו אנשפייען און עווענטועל ווערן אויסגעשפיגן פין היימישן סאסייעטי ווי 'לכתחילה' האט שוין מרמז געווען..

עניוועי, ווער בין איך צו רעדן, איך בין דאך אויך ס"ה א הדיוט, אבער וואס קעמען טון, די שפראך פין די תש"18 יונגעלייט טוט וויי..
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

@עם לבבנו, געב איבער פאר לכתחילה (...) אז איך אגרי מיט אים.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

עס זעהט אויס ווי עס זענען דא מענטשן וואס מיינען נאך אז וויליאמסבורג איז עפעס אזא הייליגע שטאט.. גיי פרעג נאר די עסקנים וואס עס טוצעך ביהיינד קלאזעד דארס..
פחד פחדים.. טעלל מי אבאוט פאלן אין אידישקייט וועגן מופן..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אפענע וועלט האט געשריבן:הימל און ערד דרייט זיך איבער פון איינעם אליעזר קרויס און איינער לכתחלה אריבער, ואני אומר לא חילק ידענא ולא בילק ידענא.
חילק זה לכתחילה, ס'האט א ח און א ל, בילק זה אליעזר קרויס ס'האט א ק און א ל, ועי' מה שפירש הערוך על חילק ובילק, שני עריצים ובעלי זרועות הידועום....
איך קען נישט קיינעם פון זיי,
לאמיר עס מאכן אויס פערסענאל, זדשאסט די פוינטס און די חילוקי דעות, ווייל למעשה יש דעות לכאן ולכאן,
אויב די מהות א''ק איז נאך אינג און ער האט נאכנישט די ערפאררונג וואס מ'באקומט שפעטער אין לעבן, שטערט נאכנישט קיינעם אויב ער זאגט אמת'ע דיבורים, איך ווייס נישט וואס זאגט ווייל איך האב אים נישט געהערט אויף קול מבשר,
אבער אזויפיל ווייס איך אז עס איז מקיים מאמר חז''ל במקום שאין איש השתדל להיות איש, עס איז מקיים די גמרא שבת קד. פה פתוח פה סתום, עי' פירש''י. במקום המכנסים פזר,
עס איז א מצב וואס די וואס דארפן זאגן זאגן נישט, צוליב דעם איז כלל ישראל מכיר טובה פאר די מהות פון א''ק וואס זאגט יא.
איי דער וואס זאגט איז אינג? ווען עס ברענט א פייער קוקט מען נישט ווי אלט דער פייערלעשער איז, יא מ'דארף א פייער טשיף אן עלטערער באזעסענער מענטש, אבער דער לעשער איז א אינגער מיט ברייטביינערדיגע כחות, די מהות פון א''ק איז א אינגע פייערלעשער וואס לויפט אריין אין פייער מיט שווערע געפעק אויפ'ן רוקן,
מיר קענען ניצן פייער טשיף'ס, די פאזיציע איז נאך אפען, מיר בעטן די עלטערע רבנים למעלה מארבעים-מששים זאלן נעמען די פאזיציע אין די האנט.
און מיר בעטן די עלטערע אידן למעלה מארבעים-שישים, איר האט שוין ריטייערט, קומט ביטע ארויס אין די נייע געגענטער צוזאמען מיט אייערע קינדער, און זייט פון דיע וואס משיח וועט טייטלען מיט'ן פינגער איר האט געהאלפן מקרב זיין די גאולה.

מיין מיינונג איז אנדערשט ווי ל''א ווי איך האב שוין אויבן געשריבן, יעדן טאג וואוינען אין ווילי איז כמה איסורי דאורייתא
ולא תתורו
ונשמרתם מכל דבר רע
לפני עיור לא תתן מכשול
ונשמרתם מאד לנפשותיכם (איר געדענקט די תהלים דרשה פון אדמו''ר מהר''א נאך די אומקום פון דריי מזרחי בחורים? די זעלבע דא!)

אנטלויפן פון ווילי איז א פסק הרמב''ם אז מ'דארף אנטלויפן פון א פלאץ ווי עס וואוינען מענטשן וואס מ'קען זיך אפלערנען פון זיי לרעה.
אנטלויפן פון ווילי איז א זאך וואס אלע רבנים פון פריענדיגע דור האבן געוואלט און געטוען, נאר עס איז נישט געקומען צו סוקסעס, אדער ס'איז נישט געווען קיין אפשענס, היינט ווען עס איז דא אפשענס וואלט רביה''ק מ'סאטמאר געזאגט של''ס תורות מיט בכיעות מ'זאל אנטלויפן כל עוד נשמתו בו.
אנטלויפן פון ווילי איז א זאך וואס אלע היינטיגע רבנים האלטן אז אזוי דארף מען טוען, נישט אלעמאל זאגן זיי אין זייער שול ברבים וואס זיי האלטן, נישט אלעמאל קענען זיי זיך צוקריגן מיט זייערע מיליאנערען שטיצער'ס, אבער ביחיד וועלן זיי אלעמאל אזוי עצה'נען.

ל''א האט ליב פאקטן.
פאקט. קיינער פאלט נישט אין אידישקייט צוליב אוועקמופן פון ווילי
פאקט. צענליגער אינגעלייט פאלן אין אידישקייט צוליב וואוינען אין ווילי

לא המקום מאכט פרים את האדם אלא האדם מאכט פרים את המקום.

שטארקע דיבורים.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

כ'האב אריין געוואנדערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב היינט אריין געוואנדערט אויף צוויי פלעצער, קודם כל לכבוד דעם נישט ארבעטן היינט צוליב דעם חאגע פון יולי דעם פערטן האב איך אפגעשטאטעט א באזוך ביי די מאמע זז"ג אין אלט ווילי, צווייטנס האב איך יעצט אריין געוואנדערט אין דעם אשכול, וואס געווענליך דריי איך זיך נישט אין די פריוואטע געטעשעפע אשכולות, אבער אז ס'איז פארט יולי פיר אינמיטן זומער טוט מען מער פארברענגען אין קרעטשמע.
וואס כ'וויל אייך זאגן איז אז ס'איז א סייעתא דשמיא, כ'האב נישט אפגעליינט אלע צען בלעטער באריכות, אבער כ'האב עס געקוקט אויבנאויף און יעצט וועל איך מיך באציען צום לעצטן בלעטל דא.
איך וועל אייך זאגן אפען, כ'ווייס כ'שטעל איין מיט גילוי וואס איז דא יהרג (הניק) ואל יעבור, אבער כ'קען מיך נישט איינהאלטן, איך בין בטבע א אוועק-קוקער ווען כ'גיי אויף דער גאס, כ'בין נישט קיין פרומער, און ליידער נישט גענוג ירא שמים, אבער מיינע מלמדים האבן אריין געהאקט גענוג אז די גאס איז נישט דער פלאץ ווי די אויגן דארפן לויפן אויף אלע זייטן.
עכ"פ א דרייווער בין איך און אין א לייטפאול וויל איך אויך נישט אריין האקן גייענדיג אויף די גאסן, און כ'וויל אפילו גריסן אויב א באקאנטער קומט מיר אנטקעגן. והבן.
וויל איך אייך זאגן, כ'קען בכלל נישט פארשטיין ווי א איד מיט איין אנץ יראת שמים וואס ווארפט נישט אין גארבידזש די גאנצע ענין פון ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, וויאזוי מ'קען אפילו האבן א הוה אמינא, כ'רעד שוין נישט פון קיין מסקנא, אז מ'מעג וואוינען און זיך דרייען אין וויליאמסבורג, כ'ווייס נישט פון וועלכע פלאנעט מען רעדט ווען מ'מינימיזירט עס איך בין היינט צופרי דארט געווען און כ'רעד נישט פון בראדוועי, כ'רעד פון לי ווילסאן, און קענט הופער, בעדפארד דיוויזשאן און מארסי ראס, סאיז סדום ועמורה אדמה וצבויים מיט שכם אינאיינעם, איך קען נישט גלייבן אז מיאמי איז ערגער אין ווינטער, גייט אליין און קוקט נישט חלילה, אבער ווי קען מען זאגן אז דאס איז דער לכתחלה'דיגער פלאץ אויפצוציען קינדער? אויב איינער האלט אזוי זאג איך אים אין פנים, קראס אויס דריי פערטל וואס דו האסט געלערנט ביי אונזערע רבי'ס און ספרים הקדושים, אדער איז ער א מלאך וואס זעט נישט גארנישט אדער איז ער א גלח.
פארוואס פארפירט מען אויף אינטערנעט און אויף פריצות ? בשעת ווען מ'וואוינט אין דאס ארגסטע פון דאס ארגסטע? כ'קען גארנישט פרעגן מיין טאטע מחמת כיבוד אב ואם, כ'האף ער ליינט דא. אבער מיינע ברידער און שוועסטער וואס ציען דא אויף זייערע דורות, אומפארשטענדליך.
זאגט מיר נישט עס איז אלץ אזוי געווען, איך בין דארט אויפגעוואקסן ביז צו די חתונה, ר' נחמן שטויבערס שובבי"ם דרשות איז נישט געזאגט געווארן אויף אזעלכע גאסן, ניין ניין. און אוי האט ער געשטורעמט, זאל ער זיין געזונט און שטארק, אויב א בחור גייט אין גאס און הייבט איינמאל אויף זיינע אויגן קען ער זיינע זעכצן יאר יראת שמים פארלירן, און ער האט כלל וכלל נישט גערעדט פון די גאסן, און היינט אויב מ'גייט אין די גאס ביי די ניינציג און מ'הייבט נישט אויף די אויגן ארום צו קוקן מ'קוקט בלויז צו מ'קען אריבער גיין די ראוד, זאג איך אייך קען מען ניינציג יאר יראת שמים פארלירן,
איך ווייס נישט וואס מיט אונז איז געשען, מיר האבן פארלוירן דעם גאנצן הרגש צו "אמת'ע יראת שמים".
אנטשולדיגט אבער איך בין היינט צופרי געווען אויף לי - אני הגבר ראה עני.
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס איר זעט ביי א חתונה, אבער כ'ווייס (ב"ה נישט פונקטליך) וואס כ'האב היינט געזען אין ווילי
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

כשר גערעכט הרב בערל מיט יעדע ווארט מיט א 112% רח"ל וויאזוי די גאסן אין וויליאמסבורג קוקן אויס אין די זומער וואכן
פאר קריטיק דריקט דא
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

lebediger berel האט געשריבן:כ'האב היינט אריין געוואנדערט אויף צוויי פלעצער, קודם כל לכבוד דעם נישט ארבעטן היינט צוליב דעם חאגע פון יולי דעם פערטן האב איך אפגעשטאטעט א באזוך ביי די מאמע זז"ג אין אלט ווילי, צווייטנס האב איך יעצט אריין געוואנדערט אין דעם אשכול, וואס געווענליך דריי איך זיך נישט אין די פריוואטע געטעשעפע אשכולות, אבער אז ס'איז פארט יולי פיר אינמיטן זומער טוט מען מער פארברענגען אין קרעטשמע.
וואס כ'וויל אייך זאגן איז אז ס'איז א סייעתא דשמיא, כ'האב נישט אפגעליינט אלע צען בלעטער באריכות, אבער כ'האב עס געקוקט אויבנאויף און יעצט וועל איך מיך באציען צום לעצטן בלעטל דא.
איך וועל אייך זאגן אפען, כ'ווייס כ'שטעל איין מיט גילוי וואס איז דא יהרג (הניק) ואל יעבור, אבער כ'קען מיך נישט איינהאלטן, איך בין בטבע א אוועק-קוקער ווען כ'גיי אויף דער גאס, כ'בין נישט קיין פרומער, און ליידער נישט גענוג ירא שמים, אבער מיינע מלמדים האבן אריין געהאקט גענוג אז די גאס איז נישט דער פלאץ ווי די אויגן דארפן לויפן אויף אלע זייטן.
עכ"פ א דרייווער בין איך און אין א לייטפאול וויל איך אויך נישט אריין האקן גייענדיג אויף די גאסן, און כ'וויל אפילו גריסן אויב א באקאנטער קומט מיר אנטקעגן. והבן.
וויל איך אייך זאגן, כ'קען בכלל נישט פארשטיין ווי א איד מיט איין אנץ יראת שמים וואס ווארפט נישט אין גארבידזש די גאנצע ענין פון ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, וויאזוי מ'קען אפילו האבן א הוה אמינא, כ'רעד שוין נישט פון קיין מסקנא, אז מ'מעג וואוינען און זיך דרייען אין וויליאמסבורג, כ'ווייס נישט פון וועלכע פלאנעט מען רעדט ווען מ'מינימיזירט עס איך בין היינט צופרי דארט געווען און כ'רעד נישט פון בראדוועי, כ'רעד פון לי ווילסאן, און קענט הופער, בעדפארד דיוויזשאן און מארסי ראס, סאיז סדום ועמורה אדמה וצבויים מיט שכם אינאיינעם, איך קען נישט גלייבן אז מיאמי איז ערגער אין ווינטער, גייט אליין און קוקט נישט חלילה, אבער ווי קען מען זאגן אז דאס איז דער לכתחלה'דיגער פלאץ אויפצוציען קינדער? אויב איינער האלט אזוי זאג איך אים אין פנים, קראס אויס דריי פערטל וואס דו האסט געלערנט ביי אונזערע רבי'ס און ספרים הקדושים, אדער איז ער א מלאך וואס זעט נישט גארנישט אדער איז ער א גלח.
פארוואס פארפירט מען אויף אינטערנעט און אויף פריצות ? בשעת ווען מ'וואוינט אין דאס ארגסטע פון דאס ארגסטע? כ'קען גארנישט פרעגן מיין טאטע מחמת כיבוד אב ואם, כ'האף ער ליינט דא. אבער מיינע ברידער און שוועסטער וואס ציען דא אויף זייערע דורות, אומפארשטענדליך.
זאגט מיר נישט עס איז אלץ אזוי געווען, איך בין דארט אויפגעוואקסן ביז צו די חתונה, ר' נחמן שטויבערס שובבי"ם דרשות איז נישט געזאגט געווארן אויף אזעלכע גאסן, ניין ניין. און אוי האט ער געשטורעמט, זאל ער זיין געזונט און שטארק, אויב א בחור גייט אין גאס און הייבט איינמאל אויף זיינע אויגן קען ער זיינע זעכצן יאר יראת שמים פארלירן, און ער האט כלל וכלל נישט גערעדט פון די גאסן, און היינט אויב מ'גייט אין די גאס ביי די ניינציג און מ'הייבט נישט אויף די אויגן ארום צו קוקן מ'קוקט בלויז צו מ'קען אריבער גיין די ראוד, זאג איך אייך קען מען ניינציג יאר יראת שמים פארלירן,
איך ווייס נישט וואס מיט אונז איז געשען, מיר האבן פארלוירן דעם גאנצן הרגש צו "אמת'ע יראת שמים".
אנטשולדיגט אבער איך בין היינט צופרי געווען אויף לי - אני הגבר ראה עני.
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס איר זעט ביי א חתונה, אבער כ'ווייס (ב"ה נישט פונקטליך) וואס כ'האב היינט געזען אין ווילי


איז דען בארא פארק בעסער?
און אויב אזוי פארוואס מופן קיין דזשערסי סיטי, ווען עס איז בכלל נישט הייליגער
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מען בראקט אריין פון פריסטן יוגענט וועגן שמירת עינים אין גאס און אין מקוה, ביז ס'ווערט א טבע שני זיך גוט צו היטן די אויגן
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בערל זאגט עפעס וע"ז ידוו כל הדווים.
ס'האט נאר נישט מיטן שנירל דירעקט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ראספשע האט געשריבן:איז דען בארא פארק בעסער?

וואס א פראגע בכלל?!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

farshlufen האט געשריבן:בערל זאגט עפעס וע"ז ידוו כל הדווים.
ס'האט נאר נישט מיטן שנירל דירעקט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:איז דען בארא פארק בעסער?

וואס א פראגע בכלל?!

ווען איך דריי מיך אין בארא פארק, זעה איך עפעס נישט די גרעסערע קדושה, אדרבא ואדרבא, די אידיש'קעס דארט זענען... נו לאמיר נישט רעדן...

ולעיקר הטענה, די טענה איז א טענה, אבער ס'האט גארניקס מיט לעזער קרויס'ס שמועס, אדרבא ער האט עס נישט דערמאנט אין זיינע שמועסן דער ענין פון שמירת עינים, נאר אז מען זאל פייפן אויף די עלטערן, ועל זה אנו דנים כאן
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בסד האט געשריבן:איך האב נישט אויסגעהערט, און נישט געליינט די גאנצע. איך האב געמישט אהער און אהין.

איך קען זאגן וואס באדערט מיר נאך פאר לכתחילה'ס בריוו. און איך מיין אז דאס איז וואס באדערט אויך לכתחילה.

נישט אויסגעהאלטן זיך צו אויפשטעלן אין פאבליק און זאגן טאטע יא גערעכט אדער נישט.

נישט אויסגעהאלטן צו רעדן אין פאבליק און פסק'ענען הלכה למעשה, פרעג יא אדער נישט דיין טאטע. א גרויסע עולה דאס צו טון.

מ'קען נישט זאגן און פאבליק רוב צושטערטע שטובער איז די שולד פון די געטרייע און באליבטע עלטערן. איך מיין אז ווען איינער שרייבט דאס אויף אייוועלט וואלט עס געפאסט געמעקט צו ווערן.

די ווילסט רעדן פון מופען? די מערסטע וואס איז אויסגעהאלטן צו זאגן וועגן עלטערן, אין פאבליק איז, אויב דיינע עלטערן האלטן אנדערש ווי דיר, פרעג דיין מורה הוראה אדער מורה דרך. עד כאן. דו טארסט נישט פסק'ענען, אדער רעדן אין פאבליק וואס קען אפשר אויסזען ווי א בזיון און עלטערן. ס'איז גרויליגע דאס צו הערן און פאבליק, פון א דעת בעל הבית.

בכלל אפילו נישט אין פאבליק איז יעדע פאל אנדערש, און יעדע פאל דארף מען פסק'ענען אנדערש, און פרעגן דעת תורה.

איך קען נישט אליעזר קרויס. ער זעט מיר גראדע אויס א וואוילע אינגערמאן. אבער די שמועסן דארף דגוש נישט אויסצוזען תש"18 אמעריקע השקפה.

אליעזר, גיי אן, לערן דיר פון קאמפלעינס.
הצלחה.

קען זיין איך האב גענומען לכתחילה'ס זייט. (איך האב נישט געהעריג געליינט די גאנצע.) אבער איך בין נישט קעגן אליעזר.

(אויב איך האב דיר וויי געטון, זיי מיר מוחל.)


זכה. מלאכתו נעשה ע"י אחרים
מער ווייניגער געקאווערט וואס איך האב געוואלט שרייבן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ראספשע האט געשריבן:נאר אז מען זאל פייפן אויף די עלטערן, ועל זה אנו דנים כאן

דער עולם דא האצעך גענומען אויספראקן דעם ר' לכתחילה אויף נארישע פוינטס וואס איז נישט מעלה ומוריד און מ'פארגעסט פונעם עיקר

מ'האט עס געמאכט א פערזענלעכע מערכה צווישן אים און ר' אליעזר קרויס, וואס איז נישט אמת

מ'מאכט עס אויסקוקן ווי לכתחילה האלט נישט פון מופן, וואס איז אויך נישט אמת

וואס שטערט לכתחילה'ן איז די פאלגענדע
בסד האט געשריבן:נישט אויסגעהאלטן זיך צו אויפשטעלן אין פאבליק און זאגן טאטע יא גערעכט אדער נישט.

נישט אויסגעהאלטן צו רעדן אין פאבליק און פסק'ענען הלכה למעשה, פרעג יא אדער נישט דיין טאטע. א גרויסע עולה דאס צו טון.

מ'קען נישט זאגן און פאבליק רוב צושטערטע שטובער איז די שולד פון די געטרייע און באליבטע עלטערן. איך מיין אז ווען איינער שרייבט דאס אויף אייוועלט וואלט עס געפאסט געמעקט צו ווערן.


די איבעריגע זענען מער ווייניגער פירושים אויף די דריי פוינטס

אויך האט ער אויפגעקלערט אז אפט ווען די עלטערן רעדן אפ א קינד פון מופן איז פארן קינד'ס טובה (רוחניות אדער גשמיות) און האט אביסל צו סאך מרחיב געווען און געוויסע מענטשן (ואני בתוכם דא) האבן פארלוירן טרעק און נישט ארויסגעהאט וואס ער זאגט

און וואס איז מיט א פאל ווען איינער האלט אן זיינע עלטערן מיינען נאר זיך? זאל ער פרעגן א רב

אפילו אויב רוב עלטערן זענען נישט גערעכט קען מען עס נאכאלץ נישט אויסשמועסן אין פאבליק. איך בין זיכער אז קיין איין רב איז דאס נישט מתיר

קבל את האמת ממי שאמרו! אז מ'באהאלט זיך אונטער א ניק מאכט נישט אויס. ווילאנג ס'איז אמת
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אדער יא האט געשריבן:מען בראקט אריין פון פריסטן יוגענט וועגן שמירת עינים אין גאס און אין מקוה, ביז ס'ווערט א טבע שני זיך גוט צו היטן די אויגן

אקעי נו פאר קיין מיאמי צום ביטש, גיי דריי דיך ביי אלע סווימינג פולס, נוץ אומגעפילטערטע אינטערנעט, וואס רעדסטו נער'ישקייטן, אודאי ווען א מענטש איז געצווינגען מ'דארף גיין צו א דאקטער, וכדו', מען רעדט דאך דא א לאנגע אשכול וועגן ווי ס'איז "אויסגעהאלטן" ווי מ'פירט זיך אויף אידישלעך, איך זע נישט קיין אידישלעכע אויף פירונג אין אזא וואוינען, איך זאג אייך קלאר און דייטליך דאס הייסט געוואוינט אין מיאמי ביים ביטש, איך גיי נישט אריין גיין אין פרטים ווייל איך בין נישט קיין מ.... און נישט מיט דעם בין איך עוסק, איך גיי אויך נישט ענטפערן וואס איז דער חילוק פון בארא פארק. כ'רעד נישט פון צניעות, כ'רעד פון פשוט גיין אזוי ווי ביים ביטש, און מ'קען זיך נישט ארויס דרייען חוץ אויב מ'וואקט ממש מיט פארמאכטע אויגן און דעמאלטס ברויכסטו אויך רחמים זיי אדער זייער הינטל זאל נישט אריין קראכן אין דיר.
כ'גיי בל"נ מער נישט ענטפערן חוץ אפשר קאפי פעיסטן דעם ענטפער א נארמאלע מענטש טאר זיך מיט דעם נישט באפאסן מסביר זיין בפרטות.
איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי דער מדרגה אין אויסגעהאלטנקייט איז בדיוטא התחתונה שבתחתונה און מ'מיינט אז ס'יז עליונה שבעליונות
און פאר דעם האב איך עס דא געלייגט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ר' בערל טייערער

דאס איז נישט דער נושא האשכול
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אגב א דיסקלעימער. כ'הער נישט קוילמע (נישט ווייל כ'האב עפעס קעגן נאר ווייל כ'האב נישט קיין צייט) אבער כ'האב געהערט די רעקארדינג וואס ער האט געזאגט פאר אייוועלט און דאס איז מיין מעין אישא
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

הענדימען האט געשריבן:ר' בערל טייערער

דאס איז נישט דער נושא האשכול

איך באצי מיך צום אינגערמאן וואס ער האט געזען, און איך רעד וואס דער אינגערמאן זעט און סאיז אלעס מענין לענין באותו קנין
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

הענדימען האט געשריבן:ר' בערל טייערער

דאס איז נישט דער נושא האשכול


ס'איז בערך אזא נושא ווי כיבוד אב ואם האט מיט לעיזער קרויס...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פריילעך אידל האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:ר' בערל טייערער

דאס איז נישט דער נושא האשכול


ס'איז בערך אזא נושא ווי כיבוד אב ואם האט מיט לעיזער קרויס...
פליז עקספלעין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”