לכתחילה אריבער - אפענער בריוו צו הרב אליעזר קרויס ני"ו – און צו דעם יונגערמאן וואס כ'האב געזען ביי א חתונה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אלץ א שטארקער אויסהערער פון ר לעיזר וויל איך אים בעטן נישט מאריך צו זייןמיט קיין וויכוחים אהין און צוריק און די קומענדיגע שמועסן נאר גיין ווייטער מיטאינטערעסאנטע נושאים און ענדערש געהבן דיין ריספאנס דא אויף אייוועלט און דייקא געשריבן
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

איך מיין אז קיינער דא זוכט נישט סתם אונטערצורייסן ר' אליעזר

יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון די אישו און איז אים דאנקבאר פארן ארויפברענגען די טעמע, און טאקע דערפאר ווינטשן מיר אים אויך אז ער זאל מצליח זיין, און שטייגן מער און מער, און פערפעקטן זיינע דרשות אז ס'זאל זיין א דבר השלם, ושוה לכל נפש

פון זיינע שמוסען זעהט געראדע אויס ווי ער איז גרייט צו הערן די מיינונג פון אנדערע און איז גרייט מקבל צו זיין, די שטארקסטע זאך וואס ער קען טון למעשה איז איבערגיין זיינע שמועסן מיט א עלטערע ערוואקסענע קלוגע איד פאר ער גייט לייוו דערמיט

חזק ונתחזק
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

עם לבבנו האט געשריבן:אט איז זיין רעאקציע:

כ'וועל לאזן די שולד אויף מיר, אפשר האט עס פון מיינע ווערטער געקענט אויסזען אז איך בין קעגן בעצם מופן. קען נישט זיין ווייטער פון דער אמת.

נישט נאר האלט איך אז מען מעג מופן, איך האלט עס איז וויכטיג צו מופן. עס איז אפשר אפילו א מוז צו מופן אין געוויסע פעלער זיכער.

מיין פראבלעם איז בעיקר 1) "וואו" מען מופט. און מיין פראבלעם איז 2) די עטעטוד צו די עלטערן.

"וואו מען מופט" איז קריטיש.

און אויב מופט מען מיט די געדאנקענגאנג פון "מיין קהילה" איז נארישקייטן (און "מיין קהילה" מיינט נישט דוקא די זעלבע בנשיאות כמובן), אדער צו אזא פלאץ וואו עס איז "געמישט", איז אין צופיל פעלער ליידער יצא שכרו בהפסידו.

אויב איינער טענה'ט אז פון צווישן די מופערס זענען נישט דא א גרעסערע פראצענט אוועקגעפאלענע – אויסער די וואס מופן מיט'ן ציל פון פריקות עול ר"ל - טענה'ט ער מיט פאקטן עכ"פ וויאזוי איך זעה עס, איז ער האט אנדערע פאקטן, און איבער פאקטן קען מען זיך נישט טענה'ן.

איבער די עלטערן, איך האב אפילו נישט געמיינט אזוי ווייט ווי די געציילטע גאר געמיינע תגובות ליידער (אויף דעים פאסט זיך די "איי רעסט מיי קעיס" און א "ישר כח פארן באשטעטיגן" רעאקציע), נאר די אלגעמיינע גלייכגילטיגקייט איבער "אוועקמאכן עלטערן", איבער האלטן אז "זיי האבן נישט וואס אריינצורעדן", איבער "טראכטן שלעכט איבער זייערע כוונות", און זיך "אויסדרוקן מיט לשונות של גנאי" - צו בפירוש בע"פ צו במחשבה - וויבאלד מען גלייכט נישט וואס זיי זאגן.

כל מילה בסלע!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

--
דיסקלעימער
נישט איך און נישטא אדערווייל קיין איין ניק אין די אשכול וואס איז קעגן די געדאנק אז מען דארף ארויסמופען באופן כללי
וממיילא די וואס פרובירן אויסצומישן די יוצרות איז א שאד די צייט
לעצט פארראכטן דורך וואס עפעס? אום מאנטאג יוני 25, 2018 7:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

וואס עפעס? האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:אגב איך בין נעכטן געווען ביי האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א, איך האב אים געזאגט די לכה דודי שמועס און געזאגט אז איך בין געווען סורפרייזד פון די היעט וואס איך האב באקומען פון סאטמאר, און בעיקר סאטמאר וויליאמסבורג. איך גיי יעצט נישט רעליסן די גאנצע אינהאטסרייכע שמועס - איך זוך א גוטע געלעגנהייט פאר דעים, (אפשר חוה"מ). אבער סטעי טונד.

פון דא ביז פייפן אויף עלטערן איז א היפשע גאנג
און צו לייקענען אז עס האט געקאסט א פרייז אין אידישקייט פאר געוויסע מענטשן איז פשוט געלייקענט די מציאות
ועל זה נאמר חכמים הזהרו בדבריכם

ס'דא מענטשן וואס פין געוויסע עסן האבן זיי צוגרונד געלייגט די לעבן, און געוויסע טרינקן האט זיי געדעמיטשט פאר לייף
נו? אשר ע"כ זאל מען נישט לערנען די קינדער צו טון דאס ריכטיגע עסן און טרינקען נארמאל עס זאל נישט שאטן,
אוודאי איז דא, וביודעי ובמכירי, אינגעלייט וואס זענען געגאנגען צו געגנטער און שוואכער געווארן, די ב"ב ווערט פארווייטאגט און די מצב ווערט ערגער,
דאס מיינט נאכנישט אז די עלטערן זאלן נישט קאנטראלירען בחכמה ובתבונה ווי אהין צו שיקן דאס קינד, און ווייזן את הדרך אשר ילך בה, צו אויסקלויבן א גיטע סביבה און ערנסטע מקום ווי זיך צו דרייען.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

פלאחותיך האט געשריבן:איך מיין אז קיינער דא זוכט נישט סתם אונטערצורייסן ר' אליעזר

יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון די אישו און איז אים דאנקבאר פארן ארויפברענגען די טעמע, און טאקע דערפאר ווינטשן מיר אים אויך אז ער זאל מצליח זיין, און שטייגן מער און מער, און פערפעקטן זיינע דרשות אז ס'זאל זיין א דבר השלם, ושוה לכל נפש

פון זיינע שמוסען זעהט געראדע אויס ווי ער איז גרייט צו הערן די מיינונג פון אנדערע און איז גרייט מקבל צו זיין, די שטארקסטע זאך וואס ער קען טון למעשה איז איבערגיין זיינע שמועסן מיט א עלטערע ערוואקסענע קלוגע איד פאר ער גייט לייוו דערמיט

חזק ונתחזק

א עלטערע ערוואקסענע קליגע יוד וועט זאגן בלייב אין וויליאמסבורג אלס כיבוד אב ואם :lol:
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

רעסטאראנט האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:איך מיין אז קיינער דא זוכט נישט סתם אונטערצורייסן ר' אליעזר

יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון די אישו און איז אים דאנקבאר פארן ארויפברענגען די טעמע, און טאקע דערפאר ווינטשן מיר אים אויך אז ער זאל מצליח זיין, און שטייגן מער און מער, און פערפעקטן זיינע דרשות אז ס'זאל זיין א דבר השלם, ושוה לכל נפש

פון זיינע שמוסען זעהט געראדע אויס ווי ער איז גרייט צו הערן די מיינונג פון אנדערע און איז גרייט מקבל צו זיין, די שטארקסטע זאך וואס ער קען טון למעשה איז איבערגיין זיינע שמועסן מיט א עלטערע ערוואקסענע קלוגע איד פאר ער גייט לייוו דערמיט

חזק ונתחזק

א עלטערע ערוואקסענע קליגע יוד וועט זאגן בלייב אין וויליאמסבורג אלס כיבוד אב ואם :lol:

עסטע אזוי טון... און נישט חרטה האבן.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

לייפציק האט געשריבן:

כאף די מיינסט עס נישט אמת'דיג

די טויזענטער יודן וואס האבן געטין די ריכטיגע באשלוס און אוועקגעמופט פון די גלות סיטי וועלן מעיד זיין אז זיי האבן נישט קיין חרטה און געטין א גוטע זאך על פי תורה , פאר זיך און די משפחה און די קינדער
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

ממש א קשיא?
זיי האבן געמופט מיט די הסכמה פון זייערע עלטערן [אזוי ווי רוב עלטערן זענען מסכים, אויב ס'פעלט זיך אויס]
נישט פארשטענדליך?

וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז דער פראבלעם פון המגיד קרויס נישט אזוי ווייט מיט דעם אז ער קען נישט די מציאות

די פראבלעם איז מער אז נאכן נישט קענען די מציאות נעמט ער די מייק אין דער הענט

און יעצט אנשטאט אראפצוקריכען פונעם בוים גייט ער זיך נאך גערעכט מאכן צוליב וואס אפאר קטנים דא שלא שנו ופירש האבן אים געזאגט ״חזק״

--
דיסקלעימער
נישט איך און נישטא אדערווייל קיין איין ניק אין די אשכול וואס איז קעגן די געדאנק אז מען דארף ארויסמופען באופן כללי
וממיילא די וואס פרובירן אויסצומישן די יוצרות איז א שאד די צייט

הרב קרויס זיצט נישט מיט פארלייגטע היינט ווי אייך , נאר ער פארט אליינס אראפ און אלע געגענטער ,רעדט מיט רבנים ,דעוועלעפארס ,איינווטינער , עסקנים ,כלל טוערס און ער וויל אויפטין לשם שמים , למעשה די טויזענטער משפחות וואס האבן יא אוועקגעמופט זענען זיין גרעסטע עדות יא צו מופן אוו יא איבערצוקערן וועלטן אז נאך טויזענטער משפחות זאלן מופן מיטן זאגן די אמת אין פנים אריין פאר מענטשן וואס פאפן זיך , 5 יאר צוריק איז די טעמע דא געווען שטארק ,יעצט 5 יאר שפעטער ווען טויזענטער האבן שוין געמופט און אנדערע טויזענטער האבן שוין געקויפט ,זיכן צו קויפן ,אפגעמאכט צו מופן אדער טראכטען פון מופן , שטעלט זיך ארויס אז די מיט אנדערע קענען נישט פארנעמען דעם אמת און זיכן תירוצים פון בוידעם ארויס

איך אליין קען 4 משפחות פון ווילי וואס האבן לעצטען דאנערשטאג געמופט קיין קרית יואל/מאנסי אנשטאט גיין אין קאנטרי , 2 משפחות וואס זענען געגאנגען קיין קרית יואל און מאנסי פאר די זומער עס אויסצופרובירן צו מופן , דאס איז סתם 6 משפחות פון די לעצטע וואך וואס כאב אגב געהערט , עס טוט זיך בה א מאסן ארויסוואנדרונג אשאד אייער הארץ עסעניש אדער טינט

מיט מציאות קען מען זיך נישט שלאגן , אין ענגליש איז דא א ווארט numbers don't lie

נאר די זאך איז אז אין איין יאר קומט צו איבער טויזענט נייע פארפעלקער אין סיטי צווישען בארא פארק אין וויליאמסבורג און עס איז דא נאך טויזענטער וואס ווארטן פארן שטופ , מיט אזא מענטש ווי הרב קרויס און נאך עסקנים צו מאכן אן איבערקערעניש וועט עס אסאך העלפען לטובה

ראספשע האט געשריבן:

איך קליינס קען א געוואלד וואס די עלטערן האבן געקרומט מיט די נאז ,פארשטייט זיך יעצט אפאר יאר שפעטער זענען זיי פרייליך פאר די קינדער,
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

רעסטאראנט האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז דער פראבלעם פון המגיד קרויס נישט אזוי ווייט מיט דעם אז ער קען נישט די מציאות

די פראבלעם איז מער אז נאכן נישט קענען די מציאות נעמט ער די מייק אין דער הענט

און יעצט אנשטאט אראפצוקריכען פונעם בוים גייט ער זיך נאך גערעכט מאכן צוליב וואס אפאר קטנים דא שלא שנו ופירש האבן אים געזאגט ״חזק״

--
דיסקלעימער
נישט איך און נישטא אדערווייל קיין איין ניק אין די אשכול וואס איז קעגן די געדאנק אז מען דארף ארויסמופען באופן כללי
וממיילא די וואס פרובירן אויסצומישן די יוצרות איז א שאד די צייט

הרב קרויס זיצט נישט מיט פארלייגטע היינט ווי אייך , נאר ער פארט אליינס אראפ און אלע געגענטער ,רעדט מיט רבנים ,דעוועלעפארס ,איינווטינער , עסקנים ,כלל טוערס און ער וויל אויפטין לשם שמים , למעשה די טויזענטער משפחות וואס האבן יא אוועקגעמופט זענען זיין גרעסטע עדות יא צו מופן אוו יא איבערצוקערן וועלטן אז נאך טויזענטער משפחות זאלן מופן מיטן זאגן די אמת אין פנים אריין פאר מענטשן וואס פאפן זיך , 5 יאר צוריק איז די טעמע דא געווען שטארק ,יעצט 5 יאר שפעטער ווען טויזענטער האבן שוין געמופט און אנדערע טויזענטער האבן שוין געקויפט ,זיכן צו קויפן ,אפגעמאכט צו מופן אדער טראכטען פון מופן , שטעלט זיך ארויס אז די מיט אנדערע קענען נישט פארנעמען דעם אמת און זיכן תירוצים פון בוידעם ארויס

איך אליין קען 4 משפחות פון ווילי וואס האבן לעצטען דאנערשטאג געמופט קיין קרית יואל/מאנסי אנשטאט גיין אין קאנטרי , 2 משפחות וואס זענען געגאנגען קיין קרית יואל און מאנסי פאר די זומער עס אויסצופרובירן צו מופן , דאס איז סתם 6 משפחות פון די לעצטע וואך וואס כאב אגב געהערט , עס טוט זיך בה א מאסן ארויסוואנדרונג אשאד אייער הארץ עסעניש אדער טינט

מיט מציאות קען מען זיך נישט שלאגן , אין ענגליש איז דא א ווארט numbers don't lie

נאר די זאך איז אז אין איין יאר קומט צו איבער טויזענט נייע פארפעלקער אין סיטי צווישען בארא פארק אין וויליאמסבורג און עס איז דא נאך טויזענטער וואס ווארטן פארן שטופ , מיט אזא מענטש ווי הרב קרויס און נאך עסקנים צו מאכן אן איבערקערעניש וועט עס אסאך העלפען לטובה

טענו בחטים והודה לו בשעורים....
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

:i" :i" -p:a -p:a :i" :i"
האק ווייטער אין טשייניק אבער געב אכטונג נישט וויי צו טוהן דיינע פינגערס

איינער האט געשריבן מזאל נישט מופן?
סתם אנגעפילט 200 קארעקטערס מיט הוילע געשרייבעכטס
אפשר קענט איר טאקע אויך ווערן א קולמע מגיד
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

וואס דא גייט אלס נישט פאר..

כהאב שוין מגיב געווען פריער מיין מיינונג איבער לכתחילה׳ס ארטיקעל.

אבער יא. כבין נאך א אינגערמאן און סבאדערט מיר שטארק די זלזול ווערטער פון אסאך דא קעגן די עלטערן

אויך באדערט מיך די מציאות וואס די זאגסט אז אינגעלייט גליטשען - צימאל דראמאטיש- נאכן מופן

ווידער באדערט אז סאיז דא ליידער אינגעלייט וואס נאכן הערן צענדליגער דרשות בענין טעכנאלאגיע האבן נאך אלס א דיווייס אן קיין פילטער

ווידער ציפט דאס הארץ ווען מפארט אמאל ארום אויף וואקאציע צי אין די קאנטריס אין מזעהט היימישע אינגעלייט נשתנה לגמרי פון וויזוי זיי קיקן אויס אין שטאט. אלעס איז זיי א ליצנות א ביליגקייט. די גאנצע אידישקייט איז זיי איין גרויסע מאסק

איז מיין פראגע צי הרב לכתחילה: קען אפשר זיין אז דאס האט מיט די פעיר פרעשור חינוך פין וואס די ביסט אזא חסיד?
קען אפשר זיין אז א חלק פין די הוילקייט פין די ראצערס כלשונך קימט פין די ליידיגע הוילע לפנים חינוך וואס איז אזוי גאנגבאר בזמנינו אלה?
כבין א סאטמאראר ווי דיר. אבער לאמיר פרעגן אפן פאר א מינוט. פארוואס תלמידים פין רבי יואל ראטה למשל קיקן אויס בעסער אין די נושאים? זיי שלאגן זיך בשורשים מיט די פעיר פרעשור מחלה, און דאך כזעה נישט זיי זאלן זיין הוילער ווי אינזערע תלמידים. אויב עפעס איז די כיבוד אב ורב אביסעל בעסער דארט. קען זיין?

כבין נישטא צי פארדרייען די שמיעס מיט רב ראטה. וואס כבין יא דא איז צי אפשר פרובירן צי עפענען אייערע אויגן אז אין אזא חשכותדיגער וועלט איז זייער זייער מסוכן צי אנהענגען אינזער חינוך אין פעיר פרעשור מיט די האפענונג אז דאס וועט אפשרעקן די אינגווארג פון גיין לינקס. יא סאיז מסוכן! ווייל נאכדעם קימסטע פארלוינערהייט זעהן וואס מקען טיהן אז איינער שניידט זיך די בארד. און די רבנים פארשטייען נישט פארוואס זייערע דרשות קעגן טעכנלאגיע, מלבישי נשים פאלן ליידער זייער אפט אויף טויבע אויערן. אין סאיז ליידער זייער אסאך מאל צי פארדאנקען דעי הוילע פעיר פרעשור חינוך וואס די האבן באקימען בימי נעיריהם אין איינמאל זיי שלאגן זיך דערמיט אין סוועפט אויס, יצא העגל הזה.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ר' יואל ראטה, איז לכאורה פון די מנהלים דא
אין יעדן אשכול פליהט ער אריין....
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום זונטאג יוני 24, 2018 9:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

PDF פון לכתחילה'ס תגובה? די ערשטע פונעם אשכול?
איך נעם נישט קיין שטעלונג אויפן עצם געפעכט נאר עס געפעלט מיר אזא נושא בדרך כלל.

ייש"כ למפרע
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז דער פראבלעם פון המגיד קרויס נישט אזוי ווייט מיט דעם אז ער קען נישט די מציאות

די פראבלעם איז מער אז נאכן נישט קענען די מציאות נעמט ער די מייק אין דער הענט

און יעצט אנשטאט אראפצוקריכען פונעם בוים גייט ער זיך נאך גערעכט מאכן צוליב וואס אפאר קטנים דא שלא שנו ופירש האבן אים געזאגט ״חזק״

--
דיסקלעימער
נישט איך און נישטא אדערווייל קיין איין ניק אין די אשכול וואס איז קעגן די געדאנק אז מען דארף ארויסמופען באופן כללי
וממיילא די וואס פרובירן אויסצומישן די יוצרות איז א שאד די צייט

ר' אליעזר האט נאכנישט געגעבן זיין דאנערשטאג ענטפער אלזא איז נישט פאסיג אים אראפצורייסן פ"וו ער גייט זיך נאך גערעכט מאכן... און צו אייך הרב קרויס שלאג איך פאר פליז ווער נישט סיידטרעקטעד מאכט אייער דאנערשטאג ענטפער - וואטעווער איט איז - קורץ און שארף 5-10 מינוט, מעלדט אז איר גייט מער נישט רעדן פון דעם נושא און צוריק צו דירות! חזק ואמץ!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

סהייסט כאילו ער איז כלל פאטרעטער און די גאנצע עולם ווארט געשפאנט פאר זיין אנטווארט אויף ליל שישי?
ביזט אויפן קאפ געפאלן?

אויב האלט ער אז וויכי׳ס טענה איז שלא ביושר זאל ער שיינערהייט ערקלערן אדער זיך אנשולדיגען , אז נישט האט יעדער די רעכט אים אינטערצורייסן ברבים

אדערווייל האט ער קיין איינס נישט געטוהן

ס״ה א רעדנער אויף קולמע וואס האט זיך פאררעדט מיט ווערטער וואס ער האט נישט געדארפט זאגן און אנשטאט קומען זאגן טעיתי און פארטיגן עסק פילט מען דא אן 6 בלעטער איבערקייען חרוסת

באמת׳ן אריין וואלט מען ניטאמאל געדארפט מגיב זיין נאר אלס כדי שלא יאמרו מדשתקו..
שוין גענוג
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 02, 2018 6:29 pm
לאקאציע: הרים וגבעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוין גענוג »

וואסערפאל האט געשריבן:בסיעתד"ש

יש"כ לכתחילה פארן ארויפברענגן דעם 'טאפיק'.

הכל מודים, אז די 'שפראך' וואס מ'רעדט און וויאזוי מ'רעדט צו, אדער וועגן עלטערן, מוז זיין מיט דרך ארץ און רעספעקט, אזוי ווי די תורה הייסט און מיר אידן זענען מחוייב, עלטערן זענען ביי אונז די הייליגסטע און טייערסטע זאך.

איר האט געשריבן א לאנגן ארטיקל, וואס כ'נעם ארויס בתמצית צוויי ענינים, איינס, אז עלטערן האבן די מערסטע ליב זייערע קינדער, זיי ווילן אוועק-געבן פון זיך אלעס פארן קינד. צווייטנ'ס, עלטערן ווילן ווייטער האלטן אן עינא פקיחא אויף די קינדער אויך אויף נאך די חתונה.

אויף די צוויי זאכן וויל איך זיך באציען.

די תורה זאגט 'על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו', די תוה"ק האט אויך געוואוסט פון 'כרחם אב על בנים', און פון 'כגמול עלי אמו', אבער כך גזרה הכתוב.
זייער שטארק

דער כת"ס פרעגט אויף א פלאץ, פארוואס שטייט 'לכו בנים שמעו לי', פארוואס שטייט נישט 'בואו בנים', זאגט ער (און קורצן), אז א טאטע דארף איינפלאנצן א 'יראה מאהבה', אז אפי' ווען דער קינד בויעט שוין זיין נעסט און זיין אייגן שטאט, זאל ווייטער זיין 'שמעו לי'.

ס'קומט אויס פון די ביידע אויבן-דערמאנטע, אז ווי שטארק עלטערן זאלן נישט ליב האבן א קינד, דארף ער אים (און אויך אין זיך אליין) געבן דעם געפיהל אז ער איז טראסט-באר מער און מער, זיך צו פירן זיין אייגן געזעלשאפט, והכל לפי המקום והזמן.

איר זאגט אויף אינגעלייט "יונגע ראצער", כבוד לכתחילה, ווען ווערט מען אויס "יונגע ראצער", אפשר איז דער טאטע מאמע/שווער שוויגער אויך יונגע... (זאל דער אינגערמאן פרעגן זיין באבע, וועט זי אפשר אויך צושאקלן דעם קאפ... אויף יא), אלא מאי?, ווי כ'האב פריערט געשריבן, 'הכל לפי המקום והזמן', בדרך כלל, אינגעלייט וואס האבן צוויי דריי קינדער, זענען שוין לאנג נישט קיין יונגע ר...ערס.

א אינגערמאן האט געמופט, און זיך 'צוגעשטיצט' דעם בארד, כ'האב מורא אז דער פאטער האט נישט מקיים געווען דעם אויבן-דערמאנטן כת"ס, נאר מקיים געווען 'בואו בנים', אפשר איז עס דעם פאטערס שילד.

און דאס מאכט מיר ארויסברענגן צוויי זאכן וואס קען זיין אביסל קאנטערווערסיאל, דהיינו:

1) אמת אז אינגע דארפן מקבל זיין פון די עלטערן, שטייט קלאר 'שאל אביך ויגדך', נאך מער ארויף 'זקינך ויאמרו לך', דאס מיינט אבער נישט אז די עלטערן זענען ממש מלאכים, זיי מאכן נישט קיין טעותים, א יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט זיין 'דיפשענסי' אויף וואס ער דארף זיך שלאגן א גאנץ לעבן, און שבע יפול צדיק, 'וקם', "ס'איז אבער דא עלטערן און אפי' זיידעס, וואס במחילת כבודם, מיטן גאנצן רעספעקט, טעות'ן זיי זיך (קאנסטאנטלי) אין א געוויסן פרט אין לעבן, און טאמער רעדט מען אונז איין, אז זיי זענען מלאכים, און אזוי דארף זיין, ער מעג, וכו. איז דאס ווערי ווערי ראנג". על כן, דער טאטע/מאמע וואס וויל נישט די קינד זאל מופן, מאכט אויך א טעות, אפי' לשיטת 'לכתחילה', לאז דיין קינד זיין מער אומ-אפהענגיג, געטרוי אים אז ער וועט ווייטער פירן זיין אידיש לעבן (העכסט'נס וועסטו אים מחזק זיין 'מרחוק' אדער ביי א באזוך).

2) מיר דאכט זיך אז ס'איז נישט די עלטערן וואס האלטן צוריק קינדער צו מופן וועגן: זיין נאנט צו די קינדער, אדער אפשר גאר 'חינוך ווי 'לכתחילה' טענה'ט'.

נאר: עס איז פארהאן א סך עלטערן - ווידער במחילת כבודם - וואס האבן איינגעפלאנצן אן 'עגאואיזם' מיט א געוויסן שטאלץ אין די הייליגע "וויליאמסבורג", כלומר, ס'איז 'סיטי-לייוו', העכערע עליטע, אפען-מיינדעד. איי, ס'איז אנגעדרוקט און אנגעשטויסן, ס'איז אבער סיטי, ס'איז ווירבעלדיג, מיט נאך זאכן, כ'על קיינמאל נישט פארגעסן ווען מיר זענען אלץ קינד געווען באזוכן אין א 'וויליאמסבורגע' קעמפ, און די קינדער האבן אונז באגריסט מיט זילזול, כ'על נישט אריינגיין וואס, ס'איז טאקע קינדיש, אבער פון ווי האבן זיי דאס גענומען,?, דאס איז געווען דו לופט: 'וויליאמסבורג איז סאמטינג!'. 'די עגאואיזם' האט שוין היינט אביסל נאכגעלאזן, אבער ס'איז שוועבט נאך אלץ ביזן ערשטן הימל (גיי ווייס פארוואס/מיט וואס), 'און עס איז צייט נאכצולאזן, און עס לייגן אין באנק אריין', און טאקע די עלטערן אליין, זיי זאלן דאס ענפארסן ביים אינגערן דור, אויס-צו-טוען דעם 'שטאטישן' מאנטל, פעמעליס וואקסן, און מ'דארף קוקן אויף עתיד.

מעין הפתיחה: סיעתא דשמיא

קלאר גענאגלט
נאט אייך ;l;p- :grin: :grin:
ווען וועלט וואלט געווען וועלט,,,, וואלט קיין וועלט נישט געווען..... דוק ותשכח
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צוויי נקודות, איינס,דער עולם פארזעהט די וויכטיגסטע נקודה, אז

"אפילו אויב די עלטערן ווילן נישט מען זאל מופן וועגן זיינע באקוועמליכקייט, מוזטו עס נאך אלץ טון פאר זיי, ווייל, זיי האבן פאר דיר פיל מער געטון"

צוויי, לכתחילה איך געב אייך נישט קיין קאמפלעמענט פאר די הערליכע ארטיקל, ווייל וואס פארא משוגעת איז דאס אז מען שיקט ארטיקלען דורך אינטערטירלעך, שרייבט געהעריג דא אויף אייוועלט, מיט אייער אייגענע בארימטע ניק "לכתחילה אריבער".
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וואס עפעס? האט געשריבן:סהייסט כאילו ער איז כלל פאטרעטער און די גאנצע עולם ווארט געשפאנט פאר זיין אנטווארט אויף ליל שישי?
ביזט אויפן קאפ געפאלן?

אויב האלט ער אז וויכי׳ס טענה איז שלא ביושר זאל ער שיינערהייט ערקלערן אדער זיך אנשולדיגען , אז נישט האט יעדער די רעכט אים אינטערצורייסן ברבים

אדערווייל האט ער קיין איינס נישט געטוהן

ס״ה א רעדנער אויף קולמע וואס האט זיך פאררעדט מיט ווערטער וואס ער האט נישט געדארפט זאגן און אנשטאט קומען זאגן טעיתי און פארטיגן עסק פילט מען דא אן 6 בלעטער איבערקייען חרוסת

באמת׳ן אריין וואלט מען ניטאמאל געדארפט מגיב זיין נאר אלס כדי שלא יאמרו מדשתקו..

די טענה איז אויף קול מבשר. נישט אויף אים

ווי געזאגט אויבן. אזא קאנטריווערשל אישו וואס איז פארבינדן מיט חמורות שבחמורות גיט מען נישט איבער פאר א קול מבשר רעדנער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

צל עובר האט געשריבן:לכתחילה איך געב אייך נישט קיין קאמפלעמענט פאר די הערליכע ארטיקל, ווייל וואס פארא משוגעת איז דאס אז מען שיקט ארטיקלען דורך אינטערטירלעך, שרייבט געהעריג דא אויף אייוועלט, מיט אייער אייגענע בארימטע ניק "לכתחילה אריבער".
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כאפצעם האט געשריבן:כ'האב באמת נישט קיין אנונג וואס די פותח האשכול וויל/צילט/מיינט/קלערט. איבער גשמיות איז דאך אפגערעדט ס'איז די ריכטיגע מאוו ביי עני מעזשער. איבער רוחניות פרעגט דאך יעדער זיין רב ועל פיהם ישק כל דבר. לכתחילה אריבער איז די נייע פוסק הדור וואס פארשטייט אז מופן איז שעדליך ווייל ער האט געטראפן א געשניצטע יונגערמאן ביי א חתונה?

איבער איבערלאזן די עלטערן אליין דארף מען טאקע זיכער מאכן צו שואל זיין בשלומם און גיין באזיכן ווען אימער מעגליך. זיך אפהאלטן פון מופן ווייל די עלטערן ווילן בלייבן מיט די באקוועמליכקייט? אין מיין לעבן נאך נישט געהערט אזא סברא און כ'האף קיין איין יונגערמאן וואס ליינט עס דא זאל זיך אפהאלטן דערוועגן פאר איין רגע צו מופן.

ווער איז די "יעדער" וואס פרעגט דעת תורה?
שוין גענוג
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 02, 2018 6:29 pm
לאקאציע: הרים וגבעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוין גענוג »

אין אויף אייוועלט איז דא א היתר צו רעדן וואס מ'וויל?
איך מיין מ'דארף ארויף ברענגן אויף קולמע, רעסטאראנט וואס זאל האקן אויף עלטערן אין אויף עשרת הדברות , אין אלע אנדערע,,
לאמיר מאכן דעבאטע

קול מבשר איז זייער איידל גערעדט , מ'האט גענומען א שוואכע רמז פון ר' לעזערן , צושמירט און דא רעדט מען וואס מען דארף נישט
ווען וועלט וואלט געווען וועלט,,,, וואלט קיין וועלט נישט געווען..... דוק ותשכח
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געפרעגט היינט מיין טאטע, מאמע און שבת מיין שווער און שוויגער אויב עס באדערט זיי אז איך טראכט פון ארויסמופען פון שטאט, זיי האבען מיר אלע אייניג אנגעקוקט ווי איך בין פון די לבנה אראפגעפאלען.

אלע פארשטייען אז א גרעסערע דירה מיינט מער הרחבת הדעת סאו זיי האבען אלע מסכום בלי שום טענה, אדרבה זיי האלטען אלע אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן, גראדע האלט איך נישט ביים מופען אדערווייל אבער אולי איין טאג וועל איך וועלן ארויסמופען.

איך מיין אז מען רעדט דא פון א פאל וואס עס טרעפט זיך זעלטען, ממש ביי א מיעוט ווי די מאמע פון די מיידעל האט חשק אז דאס קינד זאל בלייבען נאנט פאר איר באקוועמליכקייט, דארפסט נאר ארויסנעמען די מאמע איינמאל צו ווייזען אפאר שיינע גרויסע לעכטיגע דירות אינדרויסען פון שטאט וועסטו זעהן זיי וועלן נאך אלע אליינס וועלן ארויסמופען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”