מיינע צוויי צענט: ביידע זענען גערעכט מיט געוויסע נקודות און כמיין אז ביידע ווילן נאר די חלק הטוב אבער נעמען אנדערע וועגן אנצוקומען דערצו לדעתי האט הרב קרויס אויסגעלאזט א פונקט וואס דאס וואלט צופרידנגעשטעלט די פילע אויפגעברויזטע תושבי הוועלטעל פון ביידע זייטן פונעם ספעקטרום יעדער איז איינשטומיג אז (רובא דרובא עכ״פ) עלטערן מיינען נאר די טובה פון די קינדער, טייל עלטערן האבן פשוט נישט ארויס און באגרייפן נישט די מצב אין וואס זייערע קינדער געפינען זיך, און א טריט ווייטער אין בין אויפגעוואקסן אין פיצל דירה מיט ניין געשוויסטער, סאיז געווען גרינג? ניין מיינע עלטערן האבן געכאפט א נערווען בראך? ניין טא פארשטייען זיי נישט מה כל הרעש, אבער די מציאות אז היינטיגע עלטערן האבן אסאך ווייניגער געדולד און נערווען והדברים ידועים ליודעי הדברים כרעד שוין נישט פון די פינאנציעלע חלק נאך א נקודה: עלטערן קוקן אן דאס אוועקמופן ווי מוויל זיך אוועקצוען פון חינוך וואס מאיז ערצויגן געווארן, און זייער זארג איז נישט אומזיסט אבער א בר דעת קען האבן א אפענע שמועס מיט זיינע עלטערן און אירע עלטערן און מסביר זיין די סיבה פון זיך אוועק צועהן און זיי אויפווייזן אז דיין כוונה איז בכלל נישט צו אנטלויפן פון די פרעשור און די סביבה ווי די גייסט איז נישט דאס וואס זיי שטעלן זיך פאר לדוגמא: קוקטס אן סאטמער לעיקוואד ווען די זאגטס מיר פאר עטליכע יאר צוריק וויאזוי סגייט אויסקוקן היינט וואלט איך דיר געשיקט אין נער׳ן הויז כהיום האבן נישט עלטערן א פחד ווען זייערס א קינד וויל מופען קיין לעיקוואד, א ערליכע און ערנסטע קהילה וואס האבן זיך נישט וואס צו שעמן פאר די מוטער קהילות גיב פאר דיינע עלטערן די טעלעפאן נומבער פון די ארטיגע דיין אדער מורה הוראה און זאל זיך איבערצייגן אז סאיז נישט וואס די עלטערן קלערן אז סאיז אנשטאט צו שרייען אז די עלטערן פארשטייען נישט די קינדער, אנשטאט צו צוריקשרייען אז מדארף פאלגן די עלטערן אפגעזעהן פון די קאנסקווענצען קען מען אויסגלאטן אלעס מיט אביסל שכל און הסברה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
בעריש'ל האט געשריבן:איך בין ממש אין שאק, אז זלמן ווידער האט דורכגעלאזט איינער זאל באטוטלען עלטערן מיט מיאוסע לאזונגען.
מען זעהט אז דו האסט נישט אויסגעהערט זיינע שיעורים און עס זעהט אויס אז דו האסט אויך נישט אויסגעהערט וואס ער האט דא געלייגט ווייל דאס וואס ער האט גערעדט פון העכער 40 איז נישט געווען אויף קול מבשר סאו רעד נישט אריין
גערעכט, אבער נאר אויף די נקודה אז ער האט נישט געלופטערט די העצע רייד אויף קול מבשר, עס מאכט דאס נישט ווייניגער שעדליך.
סארי בערישל האסט מן הסתם נישט געהערט די שמועס אויף ק"מ. קענסט אפשר קוואטן וועלכע רייד איך בעטוטעל די עלטערן. אויף ק"מ האב איך געזאגט "אויב עלטערן לאזן נישט מופן דארף מען זיי נישט פאלגן. אדרבא פרעג א דיין." ע"כ וואס איך האב געזאגט אויף ק"מ.
אליעזר קרויס האט געשריבן:סארי בערישל האסט מן הסתם נישט געהערט די שמועס אויף ק"מ. קענסט אפשר קוואטן וועלכע רייד איך בעטוטעל די עלטערן. אויף ק"מ האב איך געזאגט "אויב עלטערן לאזן נישט מופן דארף מען זיי נישט פאלגן. אדרבא פרעג א דיין." ע"כ וואס איך האב געזאגט אויף ק"מ.