לכבוד פורים: קרעטשמע קאנווענטשאן

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

לכבוד פורים: קרעטשמע קאנווענטשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

היות די עולם איז געווען מלא טענות אויף מיך היתכן איך האב פארציילט אזא טרויעריגע מעשה אין חדש אדר ווען מען וואלט געדארפט פארציילען פאני (אדער שרעקעדיגע?) מעשיות, וויל איך יעצט טון תשובת המשקל און פארציילען עפעס מער "אדר'דיג". אבער וואס זאל איך טון אז איך בין אזא בארינג לעים מענטש און איך קען נישט זיין פאני. נו! ווי אזוי געט מען זיך אן עצה? פון איין זייט דארף מען טון תשובת המשקל, און פון די אנדערע זייט ברויך מען קאנען. ביז, געלויבט דער פון אויבן עס איז מיר איינגעפאלען אז איך קען דא אהער ברענגען עפעס א גוטס פון א צווייטע און מיט דעם משמח זיין די עולם דא.

א גאנצע נאכט בין איך געווען פארנומען מיט נישטערען אין די ארכיווען פון אלע אידישע צייטונגען און אויסגאבעס צו טרעפען עפעס א גוטע שטיקעל, און ב"ה היינט פארטאגס איז מיר אנטפלעקט געווארען אן אוצר רב. אן ארטיקעל ישן מלא חדש אשר לא שערום אבותינו ולנו שלא אחד בלבד... אוי איך בין אביסעל פארפארען קיין פסח, אנטשולדיגט מיר. בציקער א מעשה, דער ארטיקעל איז געווען באשריבען אין די גרעסטע היימישע צייטונג פון יהדות ארה"ב וקאנאדא דורך אן חבוי'ער (אנאנימער) שרייבער.

איך וואלט בעצם געקענט שרייבען נאך אפאר בלעטער נאר אלץ הקדמה פאר דער ארטיקעל (ווי אויך אפאר פאראגראפען וועגען וויפול שקויעכס איך וויל מ'זאל געבען אין וויפול איך דארף בעצם נישט די שכח'ס וכדו') אבער איי וויל לעט דע ארטיקעל ספיק פאר הימסעלף. איך וועל אראפ ברענגען די גאנצע ארטיקעל כמו שהוא אן משנה זיין ח"ו קיין זיז כל שהוא פון די דרך פון די רבין..... כ'מיין פון די ארטיקעל.

ענד היער ווי גאו!

היסטארישע צוזאמטרעף פון די חברי הקרעטשמע ביים וואך נאכט לבן הנולד צום מייסד הקרעטשמע הרב קרעמער שליט"א

אזוי ווי עס איז וועלטס באקאנט, איז דא א קרעטשמע, יסודותו בהררי נו יארק, ומצודתו פרוסה ביז קיין קאנאדע מדרום, ירשלים מצפון, וויליאמסבורג ממזרח, ובארא פארק ממערב. די קרעטשמע איז געשטעלט געווארען אלץ א מקום לליצנות..... כ'מיין לתורה ויר"ש פאר די מענטשהייט זיך צו קענען ארויס גליטשען פון די גשמיות'דיגע ארבייטס וועלט און זיך אריין טון אין א וועלט וואס איז איין שטיק ליצנות..... כ'מיין רוחניות. ווען אימער א מענטש פילט אז ער ווערט צו פארטון אין זיין חומר (אדער אויב ער איז סתם אין די גיסטע) גיט ער נאר א קנאק מיט די מייזל אויף זיינע פעיוועריטס און ער איז אריין אין די עולם הקרעטשמע.

ווי א דיננער אין מיטען יום המעונן האט עס געכאפט די עולם ווען זיי האבן געזען ווי אלע ווענט פון די קרעטשמע זענען באהאנגען מיט פלאקאטען וועלעכע שאלען פאר שמחה, "קול רנה וישועה באהלי צדיקים" לכבוד די שמחה ביים מייסד הקרעטשמע, כ"ק מרן אדונינו מלכינו בראשינו צדיקינו מדריכינו יוליכינו זונינו אדירינו גואלינו יוצרינו קדושינו, קדוש ישראל, רשכבה"ק, הגאון הגדול בעננים, סיני ועוכר ישראל, בקי בכל משמני מאכלים, משנתו קאווע נקי, פה מצות מגליות, ה"ה מורינו רבי קרעמער יר"ה, לרגל הולדת בנו תליט"א. און נאך דערצו איז געשטאנען אויף די פלאקאטען אז די גאנצע עולם איז געלאדענט צום וואך נאכט וואס גייט פארקומען מוצאי שבת קדש, ליל שישי, יום שנכפל בו כי טוב, ויום שנתלו בו המאורות, ביי בעדפארד קארנער גארפיעלד אין וויליאמסבורג אקלעהאמע.

די נייעס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט בין כותלי הקרעטשמע, און די עקסטאז איז געווען גאר הויך וויבאלד דאס וועט זיין די ערשטער מאל וואס די חברי הקרעטשמע וועלען ארויס קריכען פון די מויזען לעכער אין די ווירטואלער וועלט, און זיך טרעפען פנים אל פנים. עס איז געווען די געשפרעך פון די וואך. יעדער איז געווען ביזי מיט... איך וואונדער מיך ווי אזוי ....... זעט אויס. איז ער טאקע א סאטמארע/זיידע/אקאונטענט/תלמיד חכם וכדו'. אויך איז מען געווען ביזי וואס וועט ווערען סערווירט ביים וואך נאכט, אבער קרעמער האט אלץ געזאגט "ווער עס וועט דארט זיין וועט וויסען".

די סעקרעטאר האט באלד מודיע געווען די עולם בשם די בעל שמחה אז קיינער האט נישט קיין רעכט צו קומען צום וואך נאכט מיט מער ווי איין ניק. יאנאש האט געבעטען די עולם צו קומען אן קיין חתימות ווייל עס מאכט אים נערוועז. יגר'ל האט אויסגערופען אז לכבוד חדש אדר מוז מען קומען מיט א פאני בילד לעבען די ניק.

די עקסייטמענט איז נאך מער געוואקסען ווען די אינפארמאציע האט ארויסגעליקט אז קרעמער האט פארציילט פאר זיינע ידידים אז יענטאאש גייט זיך אפזאגען פון מ. ראשעקאלשאפט פאר די טאג, כדי ער זאל זיך קענען פערזענליך באטייליגען אין די שמחה. ווי אויך האט צייטליך באקומען ריטען פערמישען פון זיין באלעבאס צו קומען צו די וואך נאכט. די גאנצע וואך נאכט איז פארשטייט זיך געווען אינטער די השכלה פון די דאיען שליט"א.

אזוי ווי איך (די שרייבער) האב אויסגעפונען איבער דער עווענט האב איך געוואוסט אז אויף אלע קאסטען מיז איך דארט זיין ביי די שמחה ווייל עס קען ארויס קומען א גוטע ארטיקעל פון דעם. אשר על כן הננו לפניך באשמה רבה מיטצוטיילען מיט מיינע חשוב'ער ליינער בערך וואס עס איז דארט פארגעקומען.

אזוי ווי איך בין אנגעקומען צום קארנער פון די גאס האט זיך די טרעפיק מיטאמאל אפגעשטעלט. נאכען ווארטען פאר א 2 – 3 מינוט גיי איך ארויס פון מיין קאר און איך פרעג איינעם וואס עס גייט פאר. זאגט ער מיר אז עס איז דא א וואך נאכט דאון די בלאק, און עפעס א בחור'ל האט מחליט געווען אז ער גייט זיך מאכען משה וויכטיג און דיירעקטען די טראפיק (כאילו עס האט אויס געפעלט).

איך זעץ מיך צוריק אריין אין מיין קאר און אזוי ווי איך בין אנגעקומען אינמיטען פון די גאס האט זיך פארגעשפילט פאר מיינע אויגען אן אינטרעסאנטע סצענע. עס שטייט א בחור אין מיטען גאס. ער האט אויסגעזען אביסעל אונטער פינף פיס הויך, און בערך 260 פונט. אן אראנדזער בארד מיט ברייטע ציפלאשעטע פיאות ביז זיינע אקסלען. גרויסע ווייסע פלעסטיג גלעזער אויף די - גיניס ווארלד אוו רעקארדס - גרעסטע נאניע וואס איך האב נאר אמאל געזען. זיינע אוירען האב איך ניטאמאל געקענט זען ווייל זיי זענען געווען באדעקט מיט א ריזיגע געירשנטע פייגעל נאכלאזאכץ-שמוציגע באלי היט וואס איז אים געלעגען שיף אויף זיין קאפ באדעקענדיג פון זיינע אויגן ברעמען ביז זיין גענאק. מיט זיינע גראבע הענט און פיצי פינגערס ווייזט ער פון אלע זייטן אהין און צוריק, ער האט אויסגעזען כאילו ער האלט אינמיטען טאנצען די קעדאטשקע. איך שריי ארויס פון מיין פענסטער "רוק ארויף דיין הוט אביסעל וועסטו קענען זעהן אז אלעס איז אקעי און קיינער דארף דיך נישט דא". ער דרייט זיך אויס צו מיר מיט א נצחון'דיגע שמייכעל אויף זיין פנים און שרייט צוריק "נו נו! איך וועל מארגען שרייבען אן ארטיקעל וועגען דיר אין די קרעטשמע".

בקיצור, איך טרעף א פארקינג ספעיס און וילכו, מ'גייט אריין צום וואך נאכט.

אזוי ווי איך גרייט מיך אריין צו גיין צום וואכנאכט וועלעכע איז פארגעקומען ביי זיין טאטען אינדערהיים אויף די ערשטע שטאק פון א טרי פעמעלי הויז, הער איך פלוצלינג אזא הויכע שארט סטאפ, איך האב נאך אזאנס קיינמאל נישט געהערט. איך גיב מיך א דריי אויס, און דא האב איך געכאפט מיין ערשטע שאק פון די נאכט.

אויפ'ן סיידוואק ארויף האט ער געפארקט זיין מאנרוי באס אן קיין שום חשבן פאר קיינעם. די טיר מאכט זיך אויף און די דרייווער לויפט אראפ פון די באס. ער זעט מיר אויס צו זיין א גוטע פערציג יאר אלט,ער טראגט א בלויע סוועדער מיט א הוד, אין די בעק שטייט אין גרויסע אותיות "מאנראו באס", א בארד וואס איז שוין מער ווייס ווי בלאנד, שטעכעדיג און שארף ווי שפיזען פון אזוי פול יאר פון שניצעריי. זיין פנים האט אסאך קנייטשען און ליינס ווי ער וואלט מיטגעמאכט אסאך אין זיין לעבען. די אויבערשטע צוויי קנעפלעך פון זיין העמד זענען גענוג אפען אז די ווייסע האר פון זיין רויטע טשעסט שטעקען זיך גוט ארויס. די צווייטע און דריטע פינגער פון זיין רעכטע האנט האבען אויף זיך אזאנע רינדיכיגע ברוינע פלעקען א זכר פון די 25 יאר וואס ער רייכערט שוין. און די זעלבע ווייזט אויך די צוויי ברוינע פלעקען וואס זענען אויף זיינע וואנצען פונקט אינטער זיין נאז לעכער ווי זיי וואלטען ווען געוויזען אט דא קומט די רויעך פון. ער לויפט צו צו מיר בשעת ער פאקט אוועק זיי נעקסטעל און ער פרעגט מיך "דו ביזט אויך דא פון היימיש?" איך שאקעל צו מיט די קאפ, און איך פרעג אים ווער ביסטו? זאגט ער מיר..................

איר דארפט אייך אוועק זעצען דא............

ער זאגט מיר מיט א האלבע לאך...................

...................יור נאט גאנע בליוו מי אבער איך בין מיללער.

כ'האב געמיינט אז איך גיי חליש'ען. ער קוקט מיך אן מיט א שמייכע'לדיגע פנים און זאגט מיך "איך האב געוואוסט אז די עולם וועט האבן א גרויסע סורפרייז ווען זיי וועלען מיר זעהן, אבער וואס פארשטייסטו? אין מיינע צייטען ווען איך האב חתונה געהאט האב איך באלד געדארפט גיין ארבייטען על המחיה ועל תנובת השדה צו ברענגען ברויט פאר מיין ווייב אין קינדער. קיין ענגליש האט מען נישט געקענט און ממילא האט מען געוואלגערט פון איין דזאב צום אנדערען ביז מ'איז געווארען א באס דרייווער. אנהייב בין איך געווען זייער ציבראכען אז איך האב געמוזט נעמען אזא דזאב, אבער ווען איך האב מיך דערמאנט ווי איך האב אמאל געליינט איבער אן אנדערע באס דרייווער, ר' ישעי' די בעל לקט בהיר, האב איך איינגעזען אז מען קען זיין א פיינע איד אפילו אויב מען איז א באס דרייווער. צווישען דזאבס לערן איך אלץ, און אויף די וועג הער איך צו צו ר' ישראל דוד'ס שיעורים אויף יגרל'ס איי פאד. אפאר מאל א טאג כאפ איך מיך אריין אין קרעטשמע און איך פאק אויס אלע חידושים פון די טאג און נאך."

"עניוועי, קומסט אריין?" פרעגט ער מיך. איך דריי מיך אויס צו אים און איך פרעג אים, "ווי אזוי מיינסטו קרעמער זעט אויס"? זאגט ער מיר, "ער מוז זיין א מידל עידזש מען זיכער, ער איז דאך די מייסד פון די גאנצע זאך, איך הער אז ער איז דאך דא געווען נאך פאר'ן ערשטע חורבן"! אבער אזוי ווי אונז זענען אריין געקומען האבן מיר גלייך אויס געפונען אז מיר האבן זיך טועה געווען.

מיר האבן גלייך געזען א גאנץ גרויסע דיינינג/ליווינג רום אנגעפילט מיט קליינע טישן באדעקט מטל השמים ומשמני הארץ, אלע מאכלים פון יגרל'ס "ס'איז דא צו עסן אין די קרעטשמע" אשכל איז דארט געווען. ביים אויבן אן זענען געזעצען 2 בערך 60 יעריגע מענטשען וועם איך שטעל מיך פאר זענען די 2 זיידעס. ביים עק פון די צימער ארום א טיש זענען געזעצען אפאר חברה און לעבן זיי איז געשטאנען די בעל שמחה און אלע האבן זיך געקוילערט פאר געלעכטער.

די בעל שמחה אליין, (וואס מידעל עידזש ווען מידעל עידזש?) א 25 יעריגע יונגערמאן, עוורידזש הייט, עוורידזש בילט, א שיינע ביער בייכעל, א קליינע צוזאמגעקעמטער שווארצע בארד, פיצעלע שיינע געקראזעלטע פאה'לעך, ער שמייכעלט פון אויער צו אויער, אזוי ווי אונז קומען אן צום טיש הערן מיר ווי ער זאגט "עולם איך בעט אייך קיפ איט דאון, מאכטס נישט קיין גערודער, מיין טאטע ווייסט נישט וואס דא גייט פאר, סאו מאכטס נישט קיין שאו, פירטס אייך אויף איידל".

מיללער אינטרעדאסט זיך גלייך צום עולם, אבער קיינער וויל נישט גלייבען אז דאס איז די סקרענטאנער רב דאוצר הספרים בראודקעסטער פון די סאן פראנסיסקא דזייענטס און סאנדעי נייט בעיסבאלל. בקיצור איינס ביי איינס אינטרעדאסט זיך יעדער. קודם די דאיען מיט די שיפע קעשענעס, דערנאך איכער מיט'ן אויסגעריבענע הוט און צופלעקטע רעקל אזש מען קען דערקענען אז ער ארבייט שווער. טריאו שרייט ארויס פון אונטער די טיש "איך בין חבוי". צייטליך זעט אויס ווי א פרישע שנה ראשונה אינגערמאן כאטשיג ער טענה'ט אז ער איז שוין כמעט 23 יאר אלט. חיים ברכה האט די לענגסטע בארד פון אלע (כמעט ביז די קניען) און ער זיצט מיט זיין לעפטאפ און ער ווייזט די עולם זיין נייע אקאונטינג פראגראם. לאקשען ברעט אין פאטאקי זעען כמעט אויס ווי צווילינג ברודער. איזאק האקט ליצנות פון א יעדער איינעם. זארעך פעפער זיצט אנגעזעצט אינגאנצען פון די פאכמארערטע וועטער. יגרל און דארפסמאן שלאגען זיך ארום איבער א פשט אין רש"י. שוועמעל איז די איינציגסטע וואס האט אויס געזען פונקט ווי ער זעט אויס אין קרעטשמע. יא יא! מיט די גרויסע הוט און די 2 לעכער פאר זיינע אויגן. ער זאגט אז געווענדליך טראגט ער עס נישט אין פאבליק, אבער דא האט ער עס מיט געברענגט כדי מען זאל אים דערקענען. אבי איז ארום געטאנצען ער האט אויס געזען ווי ער קען זיך נישט אפשטעלען טאנצען פאר קיין רגע, ווי ער וואלט געהאט א.ד.ה.ד. אלעקסיי לויפט אריין, און ווען ער האט געטריפט אויף אלטערס שוך בענדעל איז א גאנצע פעקל דבר יום ביומו'ס ארויס געפאלען פון זיין טאש. אנדי זעט אויס ווי א 30 יעריגע רבי'שע אייניקעל, דאר און הויך, מיט א ריבסינע בעקישע, אבער די ציצית טראגט ער אינטער זיין ווייס און ווייס געסטארטשטע העמד, אויף געצויגענענע שווארצע זאקן, האלבע באקסעדיגע שיך, שיינע גאלדענע באקסעדיגע רימלעס ברילען. יאנאש בייגט זיך איבער צו קאנא און טרייט ארויס צו הערען פון זיינע אויער פלאגס וואס פאר א תורה טעיפ ער הערט דארט, און ער רופט זיך אן. "דו הערסט סטיוו סאמערס יעצט"? און קאנא שישקעט אים ווייל ער שעמט זיך דערמיט. בני היכלא פירט אן די גאנצע קופקע עז אלוועיז, און היות דאס איז א פעמעלי צייטונג קען איך נישט באשרייבען די שמועס וואס די רבי בעני זז"ג האט דארט געגעבן, ודי.

איך דריי מיך ארום און איך זעה א בערך 35 יעריגע מאן 6 פוס הויך, א שיינע בעלעבתישע בייכעל שטעקט זיך ארויס פון זיין אפענע בלויע טשעקערד סוט. זיינע סטארטשד קאפס טון קאפלינקס שטעקען זייך ארויס פון זיינע ערמעל. זיין שווארצע בארד מיט אפאר ווייסע שטריכען איז נישט אזוי לאנג גראדע אבער ער שלעפט און ציט עס צוזאם פון אלע זייטען אזוי טייט און קניפט עס אונטער אז א באבעל פון פלייש שטעקט זיך ארויס ביי זיין האלדז און 2 שיינע פליישיגע בעקעלעך שטעקען זיך ארויס פון אויבן. זיינע פאות זענען שיין צוזאם געקניפט איבער זיין אויער. און אויף זיין קאפ ליגט א שטאפענע הוט וואס זיין ברים פון ביידע זייטען זענען ארויף געבויגען ווי א קאו-בוי הוט. ער שפאצירט ארום פון טיש צו טיש ווען ער כאפט מיט זיין לינקע פון איין טיש א ראם באל, פון די צווייטע א קאשו פון די דריטע 5 ארבעס באנדלעך וועלכע ער שליידערט אריין אין זיין מויל ווי קאגעלעך. און אין צווישען קלאפט ער מיט זיין רעכטע האנט אויף יענעמס רוקען מורמעלענדיג עפעס אונטער און לאכענדיג מיט א דיקע שטימע. איך קוק אים אזוי אן טרייענדיג אויס צו פיגערען אויב איך ווייס ווער דאס איז. פלוצלינג זעה איך אז עפעס איז ראנג מיט אים, קודם האט אויס געזען ווי זיין לינקע אויג איז אינגאנצען פארמאכט, דערנאך נעמט ער זיך אזוי בלינקען מיט זיינע אויגן אז עס האט אויס געזען ווי זיינע אויגן ראלען זיך ארויף און אראפ פון זיין שטערען. איך לויף גלייך צו צו אים אים גיב אים א סלעפ פייוו אין זיין האנט און איך שריי אויס מממממאאאאאשששששקקקקקעעעעע!!!!! און ער נעמט זיך ווידער לאכען מיט זיין דיקע שטימע. איך פרעג אים "ווער איז דער קליינטשיגע וואס כאפט אזוי שיין אן דיין האנט"? זאגט ער "דאס איז דאך מיין מאשקעלע"!

יעצט גייענדיג צום דריק קומט אן די ידיעה אז מען ווארט נאך אלץ אז יענטאאש זאל אנקומען צום וואכנאכט. א גוטען שבת!


איך זאג נאך אמאל, אז איך נעם נישט קיין אחריות אויף די תוכן הארטיקע איך האב נאר אראפ געברענגט ווארט ביי ווארט.

אדרבא מ'בעט די עולם וואס איז דארט געווען צוצולייגען וואס און ווער איז דארט געווען וואס שטייט נאך נישט אין די ארטיקעל.

ובזה יצאתי ידי חובת תשובת המשקל.
לעצט פארראכטן דורך אנדי פעטיט אום זונטאג פעברואר 10, 2008 12:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יוי ביסטו שיכור.. ביסט נארמאל, דו הרג'עסט דא די אנגעצויגענע זונטאג ליפט

שורה ביי שורה זענען די חברה דארט אזוי פאני, אז איך הייב שוין אן צו ציטערן אריינצוטרעטן אין יענעם וועב-זייטל "היישימע קטשערעמע" וואט-עווער איט מינס..

און דאס אלעס איז נאר "אדר אל"ף".. יוי ביסטו גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי,
דו הרג'סט מיך, קיינער האט מיך נאכנישט אזוי גוט אראפגעלייגט, מיין מאנדרוי באס וואקעלט זיך פאר געלעכטער, און מיין טשעסט איז רויטער ווי סיי ווען פאר בושות, מיינע ברויע פינגערס ציטערן פאר שרעק, און מיין געשטיצטע בארד שטעכט פאר קנאה, מיין זשעקעט שטינקט פאר פעין, און מיינע וויינע האר אונטער די צוויי אויבערשטע קנעפלעך ווערן פינק פאר אגרעוועישאן!

דו ביסט מעכטיגער ווי מעכטיג, און ליכטיגער ווי ליכטיג, קיפיראפ!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שעהן מר. פעטיד.

איין קליינער טעות איז דא, דער 'אחד חבוי' איז נישט טריאו, דאס בין איך ! (די רבי האט געהייסן ס'יז געקומען די צייט פאר מיין התגלות)

תחילת האב איך עס אזוי אנגעשטעלט אין אנדענק פון מיין דאן אנגעזעצט אשכול 'איך עפן מער נישט קיין אשכול'. אבער ס'יז שוין אזוי געבליבן פאר די לצעטע צוויי יאר, איך דענק שוין נישט וויאזוי מען שטעלט צוריק אן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

שוועמל האט געשריבן:זייער שעהן מר. פעטיד.

איין קליינער טעות איז דא, דער 'אחד חבוי' איז נישט טריאו, דאס בין איך ! (די רבי האט געהייסן ס'יז געקומען די צייט פאר מיין התגלות)

תחילת האב איך עס אזוי אנגעשטעלט אין אנדענק פון מיין דאן אנגעזעצט אשכול 'איך עפן מער נישט קיין אשכול'. אבער ס'יז שוין אזוי געבליבן פאר די לצעטע צוויי יאר, איך דענק שוין נישט וויאזוי מען שטעלט צוריק אן.
עיין בפרופיל של טריאו, וועסטו זעהן אז איך האב מיר נישט טועה געווען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יוי רבותי, איינער קען מיר פליז טרעפן א היתר צו לאכן בפה מלא? פליז, ס'איז אן עמוירדזשענסי...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנדי: וואס האסטו געטאן מיט מיר? כ'האב דא אויסגעפלאצט בפני כל עם ועדה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

farshlufen האט געשריבן:אנדי: וואס האסטו געטאן מיט מיר? כ'האב דא אויסגעפלאצט בפני כל עם ועדה.
דו ביזט דער אינגערמאן וואס האט יעצט ארום געוואקט מיט א בלעקבערי אין ראקלענד כשר און זיך געוואלגערט פאר.......?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוי ביסטו גוט, דאכצאך אין אלט-שטאט איז שוין געווען אן אשכול איבער די אויסזעהן פונ'ם ציבור, ווער עס ווילקען עס אפירבראכן
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חחח אנדי, איך לאךךךךךך דערווייל נאךךךך צו שטארק, ווען איךךךך וועל זיין פערטיג העל איךךךך מגיב זיין.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אנדי, איך פיל ווי נאך א פערפעקט געים... טווענטי סעווען אפ, טווענטי סעווען דאון... לאמיר דיר אויפהיין אויף די אקסעל, גיב דיך א הייב אונטער, אזוי... הערסט ווי יעדער קלאטשט און שרייט? ווען דער עולם וועט זיך בארואיגען וועל איך דיר קענען זאגן ווי איך האב געלאכט, יעצט קען איך מיר ניטאמאל אליין הערן...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אנדי, נעקסטיים לייג א דיירעקט לינק, פון וואו דו האסט גענומען ס'ציטוט, אבער הו קערס, ווער אידען נייגעריג פון וואו ס'קומט, דעריקר איז וואס ס'שטייט אינעווייניג.

אנדי, יו מעיזשער, דו ביסט גוט, כ'האף נאר אז איך וועל מיך נישט פון היינט און ווייטער אנקלאפן און יעדע מאנרא באס דרייווער, און באטראכטן צו ער האט א רויטע טשעסט, כ'רעד שוין נישט פון אויב איך וועל פונקט טאקע טרעפן איינעם מיט א רויטן טשעסט, און דערצו א באס דרייווער, גלייב איך, אז איך וועל דיר דאן נישט קענען מוחל זיין דאס אויספלאץ, און דו בושות ארינגס און ארום.

באט עניוועי, א גרויסן און ריזיגן און הערצליכן שכוח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר איז בלויז איבערגעבליבן צו באשטעטיגן אז הכל סטופיד וקיים, עס איז אמת און וואר יעדע ווייסע חלק צווישן די אותיות, וכל שכן (וואס מיינט דאס?) די אותיות אליין.

אנדי, יו די מען (און יישר כח פאר דיינע ווארימע ברכות פון כשם שנכנס לוואכנאכט כך יכנס לקרעטשמע ולהאל אוו פעים)
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

און מיר איז בלויז געבליבן צו זאגן, אז דא האט אנדי, ארויסגעוויזן גודל תקפו וכחו בחכמת נפשות בני אדם, און זיין שטארקע פרייליכקייט וואס נעמט אים ארום, זאל זיך עס איבערגיסן בשפע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און זאל עס אויסרינען אויף מיר ...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פארוואס האט מען מיך ניט געלאדענט צו דעם שיינעם מסיבה ?(זאלעך זיין באליידיגט)?
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

אנדי;
איך האב יעצט אפגעליינט נאר דאס האלבער ארטיקל, איים טעלינג יו! מעעעעען דיס איז ריעל סטאטף!

איך האב מיך געראגעלט פאר געלכטער, (נישט אוואו מיין הוטל), זיער חשוב, אבער נעקסט טטים אנייצע טובה בלאק נישט די דורכגאנג מיט דיינע ריזיגע לאחפעס, דו האסט קוים געלאזט דעם עולם גיין אפגעבן מז"ט.

זייער פיין געווען! אנדי קיפ איט אפ סענדינג!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך וויל דא קבל עם ועדה איבערבעטען יגר'ל,

איך וואלט אים בעצם געדארפט בעטען רשות איידער איך האב פארבארגט זיין איי פאד צו מיללער.

איים סארי :lol:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

אנדי איך בין נאך צו אימאשענעל פין לאכען אזוי סאך,

באט דער איז נאי ווארדס טא עקספלעין מייסעלף, p:2 p:2 -a;- -
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיידעניו האט געשריבן:פארוואס האט מען מיך ניט געלאדענט צו דעם שיינעם מסיבה ?(זאלעך זיין באליידיגט)?


ער פארציילט דאך אזוי קלאר, זיידי איז געזעצן אויפן אויבן+אן ..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אנדי, ביסט בעסער פון גוט.

שוין אמאל געווען אן ארטיקל פון אלע חברים, אבער נעווער ביפאר האטעס איינער געמאכט אזוי גוט ווי דיר.

דאס אדר א' שמחה ווערט דא גרעסער און גרעסער..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ישר כח כאב אזוי געלאכט , אבער נעקסטיים זאג פאראויס כדי איך זאל נישט אויספלאצען אימיטן טרינקען מיין 16 OZ קאווע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

לחיים אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

מיר האבן דא אין קרעטשמע אין די בעק, געמאכט א א שטיקל זמר'ל
כהאב עס רעקאדירט, צו אייער הנאה...

לחיים

ווי לייג איך דא ארויף א MP3??
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

wow!!!!
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

וואסיז, לכבוד די שמחה האסטעס ארויף געברענגט...? א שיינעם דאנק אייך.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”