SPUSMN האט געשריבן:אלץ איינער וואס וואטשט שוין דער סאשעל אידישע סצענע פאר צענדליעדער יארען, און זיך אמאל אריין געטוהן אין אידישע דעמעגרעפיקס; מוז איך געבען דער פותח האשכול גערעכט איבער רעדען וועגען דער וויכטיגע ענין וואס גייט נישט אוועק גיין נאר קען ח"ו ערגער ווערען.
דער נייער תקופת האינטערנעט "און אלעס וואס קומט מיט עס" האט אויך א סאך צו טוהן דערמיט; אבער וועל לאזען קודם אנדערע עס אנאלאזירען.
מען טאר טאקע נישט פאניקען; אבער וויסען פון דער פראבלעם און פראבירען עס לעזען מוז מען.
ריכטיג. יעצט אווי געזאגט אינדערפרי קומט נאך אן אנאליז. נומער 1 איז גווען 149 דעס יאר, נומער 2 איז 203 פאריאר, דאס זענען די טרוקענע נאמבערס. יעצט צו נאמבער 3, אנאליז.
3) אווי אסך האבן שוין ארויסגעברענגט דא ברויך מען קוקען אויף די אועראלל נאמבערס צו זען וויפיל די רעדוקציע איז באמת.
פאריעריגע שיעור ג' האט זיך אנגעהויבן ביי בערך 360 (אנהייב שיעור א). די היי יעריגע שיעור האט זיך אנגעהויבן ביי בערך 300. דאס מיינט אז 149 חתנים די יאר איז עקווילענט צו 179 חתנים וואס איז טאקע 12% ווייניגער ווי פאריאר (די קעפל ברויך טאקע זיין 12% אנשטאט 12.5%). טאקע נישט קיין 26%, אבער גענוג א גרויסע נאמבער פאר איין יאר מען זאל עס נישט קענען אוועקמאכן מיט די האנט אלס א מינדערוויכטיגע סיזענעל פלאקטשעישאן.
לפי ידיעתי איז עס די ערשטע מאל אין די היסטאריע, וואס שיעור ג' (19-20 יעריגע) פאר קעמפ, זאל נאך 50% זיין בחורים נישט חתנים. אדרבה אויב איינער קען ארויפלייגן סיי וועלעכע יאר בעפאר וואס די נאמבערס זענען גווען ענדליך, וואלט איך זייער געוואלט זען.
דאס איז חוץ וואס
יעדער האט פערזענליך נאענטע משפחה, חברים, שכנים, וואס מוטשעט זיך מיט א 21 אדער 22 יעריגס, א זאך וואס איז בהחלט אמאל נישט גווען.