ווי איז די מערסטע למעשה צו עפענען א חסידישע נייע געגענט [אויף א קליינעם פארנעם]

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועליכע איז די מערסטע למעשה?

ס' פאלסבארג
12
14%
ווארעסבארא - עלענוויל
2
2%
מאנטיסעלא - ליבערטי
25
29%
אלבעני - סאראטאגע
8
9%
נארט מיאמי
5
6%
לאס אסנשעלעס
3
4%
טאמס ריווער
9
11%
טשיקאגא און ארום
2
2%
לעבען פאסטוויל
1
1%
קליוולאנד
1
1%
קאנעריקעט
1
1%
פלידעלפיא
7
8%
עדיסאן נ''ז
4
5%
ניוארק
5
6%
 
סך הכל שטימען: 85

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

ווי איז די מערסטע למעשה צו עפענען א חסידישע נייע געגענט [אויף א קליינעם פארנעם]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

אזוי ווי יעצט איז שוין דא א נייע מהפחה צו פאר'גרעסער'ן די מעגליקייטן פון דירות, ביים היימישן חסידישן עולם דורך הרב קרויס (אויף ק''מ) און נאך, דעס איז חוץ פון וואס די אלטע שטעט פאר'גרעסער זיך סיי נאטורליך און אויכט ווייל מען מופט ארויס פון שטאט, (און נעמט נישט אוועק די וויכטיגקייט פון ז''ס בלומעמבערג לעיקוואד וכו')

דא גיי איך צו מיט די מהלך פון אנהייבן מיט די בעסיק, וואס מען מיז און צוביסלעך זיך פארגרעסערן, פארשטייט זיך אלעס דארף ווערן אויסגעארבעט על צד היותר טוב, ווי למשל א מורה הוראה צו פרעגן שאלות שבת אויכט (אזוי ווי לינדן נ''ז)

איך וויל אויך נישט דא רעדן פון יא אדער נישט, און צו איר ווילט מופן בכלל, נאר וועלעכע שטאט פון די אלע איז די מערסטע קרוב אל השכל ס'זאל ווערן

די אינטערשטע ליין איז כדאי צו וואוינען די אלע פלעצער, וויל מען לכחילה האבן א מנין שבת, אין צו האבן א מנין דארף מען זיך מיט נעמען פון ווי מען קומט היימישע, אויף וואכן קען מען שוין צו פארן, סיי אויב מען האט א קאר, אויב נישט דארף מען זיך לכחילה אויסנעמען מיט ווער ס'האט יא, צו פארן צוזאמען פאר א פרייז

South Fallsburg
    ס' פאלסבורג

איז זייער נאנט צו זיין פאר א גאנץ יאר, דארט וואוינען די ישיבישע און זיי האבן א שיינע גראסערי, די זעלבע קען מען זיי ניצן פאר בעביסיטער אדער קאר סערוויס, ווי אויך איז עס נישט צו ווייט פון גיבערס פאר מוסדות, און פון ראלי האטעל'ס שול וכו'

Wurtsboro - ellenville
    ווארעסבארא - עלענוויל

איז זייער נאנט צו בלומענבערג, אזויווי 10-15 מוניט פארן נאר עס איז ביליגער הייזער קאסט 100 טויזענט עס איז א גראדע פלאץ מיט סיידוואק'ס, עס איז אויכט נישט צו ווייט פון עלענוויל ווי ס'איז יעצט דא, פאר סעק 8 א מנין משפחות, ווי אויכט א ליידיגע שול וואס מען קען ניצן

Liberty Monticello
    מאנטיסעלא - ליבערטי

איז די הויפט שטאט פון סאליווען און דא אלע וויכטיגע סטארס ווי וואלמארט, חוץ וואס איז מער סיטי אקעגן אנדערע פלעצער אין די קעצקעלס, עס וואוינען שוין דארט 40 משפחות, ווער ס'וויל זיין אין אנדער געגענט אויב ס'איז ביליגער וכו', קען ער ארויס מיט נאך א מנין, די זעלבע ליבערטי איז דא א נייע ישיבה לעצטענס

Albany - Saratoga Springs
    אלבעני - סאראטאגע

קודם איז דא דארט בעלזא ישיבה, דארף דארט צו זיין אלעס וואס מען א יוד מיז האבן, אלבעני איז א שיינע גרויסע שטאט, פאר וועם ס'איז וויכטיג סיטי לייף, ווי אויכט פאר פרנסה די זעלבע איז דא א אונטענעשענאל איראפארט, צו ניו יארק קען מען זעכער פליען, די זעלבע שפיטאל וכדומה איז אוועקגעשטעלט ווי יעדע גרויסע שטאט

North Miami
    נארט מיאמי

אנדערש ווי מיאמי און שטעט וואס זענען אויפן ביעטש, איז נ''מ א געווענטליך שטאט, וואס וואוינען הונדערטער בני תורה, די זעלבע שת''מ עס איז דא אהערגעשטעלט וואס א יוד דארף, און פארשטייט זיך קומען אסאך געסט ווינטער, דעס איז אויכט א מעלה די פארנעמען נישט די קעלט, ס'איז דא ווי איינקויפן בשפע, ווי אויכט שפיטעלער און ספעשאל דאקטוירים, און א דירה אדער הויז איז ארום 300 טויזענט

Toms River
    טאמס ריווער

סיי די ניי סאטמער און בעלז זענען אין לעיקוואד ביי די דרום זייט, וואס גרעניצט זיך מיט טאמס ריווער, די מעלה איז אז עס איז דארט ביליגער נאר פאר שבת דארף מען א אייגענע מנין, אלעס חוץ דעם איז לעקוואד פיין צוגעשטעלט פאר א חסידישע געגענט, למשל עס איז דא קאר סערוועס און באסעס צו בארא פארק, און פארשטייט זיך איינצוקויפן און שפעטע מנינים

Connecticut
    קאנעריקעט
איז געווען דא אין וועלטעל א גאנצע שמועס, צו מאכען א דעוועלפמענט, וואס טייטש יודן פון דארט האבן געוואלט בויען גרויסע שיינע הייזער, אויפן חשבון אז עס וועלן קומען א גרויסע עולם, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, דארף מען אריין קוקען צו אויף א קליינע פארנעם איז יא מעגליך

Philadelphia
    פלידעלפיא
אינגאנצען צוויי שעה פון סיטי, איז דא אגרויסע שטאט פלידעלפי וואס ווי געזאגט האט עס אלע באקוועמליכקייטן וואס שטאט קען נאר האבן, חוץ פון דעם איז דא דארט ישיבישע און שת''מ

אזוי ווי יעדער פארשטייט איז דאס נישט קיין גאנצע ארבעט, יעדער קען צולייגן א הענט בעסער ארויסברעגען יעדע פלאץ וואס ער קען זיך אויס, אויב איז דא וואס צו פארעכטן ביטע מודיע זיין אין אישי, די שטעט (טשיקאגא און ארום, לעבען פאסטוויל, קליוולאנד, לאס אסנשעלעס) קען איך מיך נישט אויס, יעדער קען עס עקספלענען
לעצט פארראכטן דורך אויפגעפרישט אום מאנטאג יוני 18, 2018 8:48 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

נוארק איז א גוטע אפציע, מיין איך .
הרבה מעלות, כמו דשערזי סיטי
mi a nagy ügy
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ביטע קארעקטן די ספעלינג, עטליעסט ביי די אנקעטע, איך זאל כאפן פון וואס מען רעדט.
א דאנק.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

טאמס ריווער איז שוין א ווירקליכקייט. עס וואקסט צעהן מאהל שנעלער ווי דזשערזי סיטי, בלומינבערג, לינדען, סטעטן איילענד צוזאמען.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

איך ווער שוין הייזעריג פון שרייען אז אונז דארף מיר גיין קיין פענסילוועניע... ווי טעקסעס זענען שפאט ביליג, כדי צו קויפן א הויז פאר 150k דארף מען נישט וויאנען אין היי קריים עריעס.. (ניין, עס איז נישטא קיין ביליגע לעבן אין נוי דזשערסי אויב מען איז אין א נארמאלע געגענט פינטל) מען קען זיין נאנט צו די בעסטע שפיטעלער אין די יונייטעד סטעיטס, (פילי)
איך רעדט פון געגענטער וואס זענען נענטער צו ני״ס ווי די קעטסקילס..

איך האף אז איין שיינעם טאג וועט מיין חלום פארווירקליכט ווערן.. לטובת כל בית ישראל הנמצאים בגלות ברוקלין..

נ.ב. איך רעד נישט פון פילי זעלבסט וואס דארט איז א נארמאלע געגענט שוין טייער, נאר ארום און אויך מער נארט אויפן גרעניץ מיט נ. ד.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ביטע קארעקטן די ספעלינג, עטליעסט ביי די אנקעטע, איך זאל כאפן פון וואס מען רעדט.
א דאנק.

זייט וויסן אויב טוישט מען ארום אן אנקעטע, ווערן אלע שטימען פארלוירן.
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

מאנטיסעלא - ליבערטי

איז די הויפט שטאט פון סאליווען און דא אלע וויכטיגע סטארס ווי וואלמארט, חוץ וואס איז מער סיטי אקעגן אנדערע פלעצער אין די קעצקעלס, עס וואוינען שוין דארט 40 משפחות, ווער ס'וויל זיין אין אנדער געגענט אויב ס'איז ביליגער וכו', קען ער ארויס מיט נאך א מנין, די זעלבע ליבערטי איז דא א נייע ישיבה לעצטענס


מאנטיסעלאו און ליבערטי זענען צוויי געגענטער. מאטיסעלאו מיין איך איז זייער גוט. ליבערטי האט א פראבלעים אז פראפערטי טעקס איז הימל שרייענד הויעך
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ביטע קארעקטן די ספעלינג, עטליעסט ביי די אנקעטע, איך זאל כאפן פון וואס מען רעדט.
א דאנק.


איך האב עס פאראכטן און די טעקס, ווייל איך קען נישט טוישן די אנדערע. . .

אויב נאך עפעס איז נישט גלאר, לאז דיך הערן דא אדער אין אישי שכח
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

משהלע האט געשריבן:טאמס ריווער איז שוין א ווירקליכקייט. עס וואקסט צעהן מאהל שנעלער ווי דזשערזי סיטי, בלומינבערג, לינדען, סטעטן איילענד צוזאמען.

פארוואס ליגט טאמס ריווער בכלל אויפן ליסטע?
עס איז דאך בכלל נאר א אויסשפרייטונג פון א אלטע גרויסע שטאט!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

Liberty Monticello
מאנטיסעלא - ליבערטי

איז די הויפט שטאט פון סאליווען און דא אלע וויכטיגע סטארס ווי וואלמארט, חוץ וואס איז מער סיטי אקעגן אנדערע פלעצער אין די קעצקעלס, עס וואוינען שוין דארט 40 משפחות, ווער ס'וויל זיין אין אנדער געגענט אויב ס'איז ביליגער וכו', קען ער ארויס מיט נאך א מנין, די זעלבע ליבערטי איז דא א נייע ישיבה לעצטענס


פארוואס עפעס האט מען צוזאמגעשמאלצן די צוויי, מאנטיסעלא - ליבערטי
איך האב געוועלט פאר מאנטיסעלא, וויל עס האט לכאורה די מערסטע היימישע איינריכטונגען, ווי גרויסע קאנטריס און קעמפס, אין גרויסע בתי מדרשים, מקוואות, סטארס, אד"ג.
וויפיל פין די 40 משפחות אין מאנטיסעלא זענען פארן אכטער?
וועלכע ישיבה איז דא לעצטענס און ליבערטי?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איך וואלט צוגעלייגט סקרענטאן פענסעלוועניע.

ס'איז א הערליכע געגנט, זייער ביליגע הייזער, נישט צו ווייט פון ניו יארק (אבער נישט צו נאנט אויך נישט...), ס'איז דא דארט א עקזיסטירנדע אידישע ישוב מיט פארהעלטנמעסיגע אידישע צרכים, ס'איז א געמיש פון סיטי לייף און rural, טעקסעס זענען זייער נידריג, ועוד ועוד וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.

(ועל כולם האמיר שוין דארט אונזער געטרייען מרא דאתרא הרב מיללער שליט"א וואס שוין אסאך יארן וואס מצודתו פרוסה....)
---
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

ישוב הדעת האט געשריבן:איך ווער שוין הייזעריג פון שרייען אז אונז דארף מיר גיין קיין פענסילוועניע... ווי טעקסעס זענען שפאט ביליג, כדי צו קויפן א הויז פאר 150k דארף מען נישט וויאנען אין היי קריים עריעס.. (ניין, עס איז נישטא קיין ביליגע לעבן אין נוי דזשערסי אויב מען איז אין א נארמאלע געגענט פינטל) מען קען זיין נאנט צו די בעסטע שפיטעלער אין די יונייטעד סטעיטס, (פילי)
איך רעדט פון געגענטער וואס זענען נענטער צו ני״ס ווי די קעטסקילס..

איך האף אז איין שיינעם טאג וועט מיין חלום פארווירקליכט ווערן.. לטובת כל בית ישראל הנמצאים בגלות ברוקלין..

נ.ב. איך רעד נישט פון פילי זעלבסט וואס דארט איז א נארמאלע געגענט שוין טייער, נאר ארום און אויך מער נארט אויפן גרעניץ מיט נ. ד.

זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט.
וואלסט געקענט געבן א דוגמא פון א געגנט אין פילי?
שכוח
mi a nagy ügy
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

ישוב הדעת האט געשריבן:איך ווער שוין הייזעריג פון שרייען אז אונז דארף מיר גיין קיין פענסילוועניע... ווי טעקסעס זענען שפאט ביליג, כדי צו קויפן א הויז פאר 150k דארף מען נישט וויאנען אין היי קריים עריעס.. (ניין, עס איז נישטא קיין ביליגע לעבן אין נוי דזשערסי אויב מען איז אין א נארמאלע געגענט פינטל) מען קען זיין נאנט צו די בעסטע שפיטעלער אין די יונייטעד סטעיטס, (פילי)
איך רעדט פון געגענטער וואס זענען נענטער צו ני״ס ווי די קעטסקילס..

איך האף אז איין שיינעם טאג וועט מיין חלום פארווירקליכט ווערן.. לטובת כל בית ישראל הנמצאים בגלות ברוקלין..

נ.ב. איך רעד נישט פון פילי זעלבסט וואס דארט איז א נארמאלע געגענט שוין טייער, נאר ארום און אויך מער נארט אויפן גרעניץ מיט נ. ד.

ביליגער טעקסעס מיינט אויך ווייניגער פאנדינג פאר מוסדות התורה און פריוואטע סקולס.
האיש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האיש »

טשיקאגא האט א הערליכע אידישע געגענט מיט אלע הצטרכותן
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

קאנעריקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

בעלזא ישיבה איז נאר דארט און די זומער
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מ'קען צולייגן נאך צענדליגע ישובים אין די גאטונג פון די וואס זענען אויסגערעכענט אין די אנקעטע.
באמת, דארף מען וויסן פון וואספארא מענטשן מ'רעדט. איינער וואס דרייווט זיכט עפעס אנדערש ווי איינער וואס דרייווט נישט און איינער וואס די ווייב דרייווט אויך זיכט גאר עפעס אנדערש. ווידער זענען דא אזעלכע וואס האבן נישט קיין פראבלעם טאמער די קינדער לערנען אין מאדערנע מוסדות עכ"פ די יונגערע קלאסן און אנדערע וואלטן נישט געוואלט הערן דערפון.
סטעפ וואן איז צו וויסן פאר וועמען די ציל איז.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

Sullivan how the towns are divided

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

בילד
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
בראדער
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 8:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראדער »

נארט מיאמי
איז דא היימישע יידען וואס וואוינען דארט א גאנץ יאר ?
איז דא דארט היימישע מוסדות ?
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

ישוב הדעת האט געשריבן:איך ווער שוין הייזעריג פון שרייען אז אונז דארף מיר גיין קיין פענסילוועניע... ווי טעקסעס זענען שפאט ביליג, כדי צו קויפן א הויז פאר 150k דארף מען נישט וויאנען אין היי קריים עריעס.. (ניין, עס איז נישטא קיין ביליגע לעבן אין נוי דזשערסי אויב מען איז אין א נארמאלע געגענט פינטל) מען קען זיין נאנט צו די בעסטע שפיטעלער אין די יונייטעד סטעיטס, (פילי)
איך רעדט פון געגענטער וואס זענען נענטער צו ני״ס ווי די קעטסקילס..

איך האף אז איין שיינעם טאג וועט מיין חלום פארווירקליכט ווערן.. לטובת כל בית ישראל הנמצאים בגלות ברוקלין..

נ.ב. איך רעד נישט פון פילי זעלבסט וואס דארט איז א נארמאלע געגענט שוין טייער, נאר ארום און אויך מער נארט אויפן גרעניץ מיט נ. ד.


מ'קען זיך דינגען מאנטיסעלא איז די זעלבע 2 שעה פארן, די עיקר אז מען דארף טרעפן עפעס א סיבה זאל מאכן סענץ, חוץ ביליג למשל זאלסט טרעפן דארט רענטעלס וכו', פרנסה אדער ישיבה זאל אהין מופן, דערווייל האט מאנטיסעלא די מערסטע וואטס, אדער אדרבה קענסט דיך אריינלייגן, אין טרעפן ווי אין פענסעלוועניע
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בראדער האט געשריבן:נארט מיאמי
איז דא היימישע יידען וואס וואוינען דארט א גאנץ יאר ?
איז דא דארט היימישע מוסדות ?


דארט וואינען פלעטבוש טייפ אידן.
וואס מיינט ביי דיר היימיש?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

משהלע האט געשריבן:טאמס ריווער איז שוין א ווירקליכקייט. עס וואקסט צעהן מאהל שנעלער ווי דזשערזי סיטי, בלומינבערג, לינדען, סטעטן איילענד צוזאמען.

וויפיל חסידישע משפחות וואוינען אין טאמס ריווער
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

משה ישר האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:טאמס ריווער איז שוין א ווירקליכקייט. עס וואקסט צעהן מאהל שנעלער ווי דזשערזי סיטי, בלומינבערג, לינדען, סטעטן איילענד צוזאמען.

וויפיל חסידישע משפחות וואוינען אין טאמס ריווער


קענסט קוקען דא viewtopic.php?p=1693350#p1693350

משה ישר האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:טאמס ריווער איז שוין א ווירקליכקייט. עס וואקסט צעהן מאהל שנעלער ווי דזשערזי סיטי, בלומינבערג, לינדען, סטעטן איילענד צוזאמען.

פארוואס ליגט טאמס ריווער בכלל אויפן ליסטע?
עס איז דאך בכלל נאר א אויסשפרייטונג פון א אלטע גרויסע שטאט!


איך האב עס געשריבן ביי מאנטיסעלא פאר ווער עס וויל מאכן נאך א געגענט אפאר גאסן ארויפציר, ביז צוואנציג מיניט פארן, פאר מיר קוקט עס אויס ווי ז''ס און וויליאנסבורג לויט סייז שטח
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

דריידל האט געשריבן:מ'קען צולייגן נאך צענדליגע ישובים אין די גאטונג פון די וואס זענען אויסגערעכענט אין די אנקעטע.


באמת האב איך פארגעסן טאקע למשל באלטימאר איך זעה זיי נעמען נאך אן viewtopic.php?p=1439406#p1439406
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”