פרשת תרומה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

פרשת תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

[align=center]כל הזכיות שמורות
פרשת תרומה[/align]


די וואך ווען מ'רעדט פון די כלי המשכן, וועט זיין שתיקתי יפה מדיבורי, ס'איז א סדרה פון הייליגע הויכע זאכן וואס אונז מענטשלעך קענען נישט און וועלן נישט פארשטיין עד ביאת גואלינו מיטן בית השלישי בתוכינו, ס'גליטשט א טרער, ווען וועלן מיר שוין צו דעם די זכי' האבן.

וועלכע ווארט איר כאפט אן פון די הייליגע תורה די וואך, קאטכט אין זיך בחינות למעלה מהשגתינו, ויקחו לי תרומה, לי טייטשן די מפרשים לשמי, וויפיל הייליגע בחינות ליגן אין דעם איינעם ווארט אליין, ס'זאל זיין שמו שלם וכסאו שלם, מ'זאל אינזין האבן אך ורק לשמו הגדול הגבור והנורא אן קיין שום פניות, מאת כל איש, טייטשט דער הייליגער ייטב לב זיעועכ"י אז אינעם בית המקדש איז געווען אזא קדושה אז "כל איש" דער גאנצער מענטש איז פארקאכט געווארן אינעם קדושה אריין, ער שרייבט: כלומר הקרביים והידים והרגלים וכל הגוף והבשר שיהי' כולו קודש לד', וקדוש שרוי בקרבו – גלייבט'ס מיר, איך האב נישט קיין אנונג וואס איך שרייב, מ'מאכט פשוט קאחפלי און פלעיסט פון זייערע הייליגע דיבורים.

אינעם ביהמ"ק איז געווען דעם "לבי ובשרי ירננו אל א-ל חי", אוי ווי ס'דערמאנט די קאכעדיגע ווערטער פון דוד המלך ע"ה אין תהלים: נכספה וגם כלתה נפשי לחצרות ד'.

ס'ציטערט די האנד ווען מ'דארף אנרירן די הייליגע כלי המקדש, די תורה הייבט אן מיטן ארון, משה רבינו מיט בצלאל זענען אריין אין א מחלוקה צו כלים תחילה ואח"כ משכן צו פארקערט, חז"ל פארציילן אונז דאס אין מס' ברכות (נה. וכ"ה ברש"י פקודי).

די הייליגע כרובים, ופניהם איש אל אחיו, מעשי נסים איז דארט געווען אן א צאל, האבן זיך די אידן גוט אויפגעפירט האבן זיי זיך אנגעקוקט איינער דעם אנדערן, און חלילה פארקערט, האבן זיך די כרובים אוועקגעדרייעט רח"ל.

ווי הייליג פייער שרייבן אלע מפרשים אז אין די הייליגע כרובים איז מרומז דאס קדושה וואס דארף זיין אין א אידיש הויז, וויאזוי ס'דארף זיך פירן א אידישע שטוב בין איש לאשתו קאכעדיג הייליג.

קרשים, עוד טעם אחר למה יעקב הביאו למצרים לפי שהם - די מצריים – הי' שטופי זימה וכדאי להתיש יצר הזנות נטעם במצרים אזוי שרייבט דער ש"ך עה"ת, און טאקע צוליב די ברעטער לא נמצא בהם פסול כמאחז"ל אחת היתה ופרסמה הכתוב.

איר הערט? פון "די" קרשים רעדט מען דא, דאס האט מען געשניטן שתי ידות תחת הקרש האחד, אדנים ובריחים, ווי האבן מיר א מושג אין אזעלכע הויכע זאכן. געט א קוק אויפן בריח התיכון שטייט אין זוהר (בשלח ח"ב נא:) אז ס'ווייסט אויפן באשעפער, ער שרייבט: בריח התיכון זה הקב"ה. מיר האבן דען אן השגה מיט וואס מען האט זיך דא ארומגעשפילט?

די יריעות מיט די חמישים לולאות דער אלשי"ך שרייבט: חמישים לולאות נגד חמשים שערי בינה.

בקיצור, מיר ווייסן גארנישט, מיר זעהן גארנישט, אזויפיל ווייסן מיר יא אז יעדעס ריר האט געשאקלט עולמות עליונים ותחתונים, קדושה וטהרה אויף יעדן ווינקל.

אויף דעם זאגט אונז די תורה, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד, אין יעדן איד דארף זיך געפינען א משכן, וכן תעשו לדורות.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

הרב ר' יגר סהדותא שליט"א,
איך האב דיר דאס שוין עטליכע מאל געזאגט, אבער ליינעדיג דיין היצטיגער פר' תרומה אשכול קען איך מיך נישט צוריק האלטן און כ'על דיר דאס נאכאמאל זאגן:

ביסט א אינגערמאן מלא רגש והרגש דקדושה. הלואי אויף מיר געוואונטשן. כ'בין דיך פשוט מקנא וויאזוי די פרשיות השבוע, די חגי זמני ומועדי קודש, דער שבת קודש און אלעס אלעס וואס איז תלוי אין קדושת הזמנים, באנעמען דיך אזש מיט אן עילאה דקדושה. כ'שטעל זיך פאר אז שבת קודש קאכסטו ווי א קעסל. ספרים טייטשן, א איד דארף זיין א 'שומר' שבת, גוט אנכאפן און אפהיטן דעם שבת ער זאל נישט אנטלויפן פון דיר. דער הייליגער רב (צאנז), דאכט זיך, האט אמאל געזאגט: "וויאזוי קען א איד פארשלאפן דעם שבת? ער האט דאך א פקדון, ער דארף דאך דאס היטן, און מ'לייגט זיך שלאפן?". לויט דיינע באשרייבונגען און געפילן - פארשטייט זיך לויט ווי אזוי איך ליין דאס ארויס פון דיינע ארטקילעך - שיינט מיר אויס אז דו ביסט פון די סארט אידן. איי דיך מקנא צו זיין, כמוך ירבו בישראל. אשריך. ואשרינו, שיש לנו מעמבער כזה, וממני ילמדו וכן יעשו. מעגסט אונז אביסל בארייכערן איבער דיינע געפילן פון א פשוטן וואכן טאג אויך, פן ואולי וועט דער קנאת סופרים אריינברענגען אין אונז עפעס א קנאה און מיר וועלן דיך פרובירן נאך טוהן, ויהא זכות הרבים בך.

הצלחה בכל דרכיך, וסייעתא דשמיא בעבודתיך לעלות מעלה מעלה על במתי הקדושה.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך האב האנאה אז די האלטס אן דיין חזקה.

טוב מעט בכוונה טוב.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יגר, אז דו שרייבסט נישט, וועל איך אויך נישט.

שכוח.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער ווארעם יגר'ל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קורץ (אבער נאך ווי), שארף (ברענענדיג), און צו דער זאך (שוין איינמאל).
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יישר כח.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יגר, איך האב כמעט מער הנאה געהאט פון די צווישען די שורות ווי די שורות אליין.

שכח, עז אלוועיז.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

יגר, עס מו זיין אז דו האסט דאס ארויפגעלייגט אום שבת מיט א היתר פון 'תגובה הותר בציבור'.

ווייל איך האב געווארט א גאנצע וואך אויפןשיוער, איך האב ריפרעשט מיין וועב פעידזש יעדע רונדע מינוט, נו יגר!! נאך אלס נישט? נאופס!
איך שפאציר היינט אריין אין קרעטשמע באטראפעטס, שוין... איך ווייס... עעעםםם... נו... נאאא, מיינע חטאים.

והנה, יגגגגגגגר! ער האט יא געשריבן!

יושששש איז דעס גוט! יגר, איך האב אונטערגעשפרונגען!

גרויסער שכח!
תחשים, טעכשן הויט, פארוואס פרעגסטו?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיט אזא דביקות ממש התפשטות הרוחניות
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לכבוד שבת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

זארעכפעפער האט געשריבן: א איד דארף זיין א 'שומר' שבת, גוט אנכאפן און אפהיטן דעם שבת ער זאל נישט אנטלויפן פון דיר. דער הייליגער רב (צאנז), דאכט זיך, האט אמאל געזאגט: "וויאזוי קען א איד פארשלאפן דעם שבת? ער האט דאך א פקדון, ער דארף דאך דאס היטן, און מ'לייגט זיך שלאפן?"

דער באר מים חיים זי"ע האט אמאל געזעהן ווי א יוד שלאפט שבת האט ער אים אנגעגאסן מיט א טעפל וואסער, וודאי איז ער פארחלש'ט, ווייל ווי קאן זיין סתם שלאפן

ר' צבי מאיר לייגט צו: דער במ"ח גיסט אונז אן מיט עמערס וואסער אונז זאל מיר אריינכאפן מעצם קדושת השבת
(געליינט אין מאמענט)
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אדער יא האט געשריבן:
זארעכפעפער האט געשריבן: א איד דארף זיין א 'שומר' שבת, גוט אנכאפן און אפהיטן דעם שבת ער זאל נישט אנטלויפן פון דיר. דער הייליגער רב (צאנז), דאכט זיך, האט אמאל געזאגט: "וויאזוי קען א איד פארשלאפן דעם שבת? ער האט דאך א פקדון, ער דארף דאך דאס היטן, און מ'לייגט זיך שלאפן?"

דער באר מים חיים זי"ע האט אמאל געזעהן ווי א יוד שלאפט שבת האט ער אים אנגעגאסן מיט א טעפל וואסער, וודאי איז ער פארחלש'ט, ווייל ווי קאן זיין סתם שלאפן

ר' צבי מאיר לייגט צו: דער במ"ח גיסט אונז אן מיט עמערס וואסער אונז זאל מיר אריינכאפן מעצם קדושת השבת
(געליינט אין מאמענט)

די איד איז געשלאפען אן בגדים? אנגיסען בגדים מיט וואסער שבת איז א ערענסטע שאלה עיין שו“ע סימן ש“ב ס“ט וס“י
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פרשת תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פקוח נפש, יענער אידאך פארחלישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”