קאמענטארען אויף נישט געשטויגען און נישט געפלויגען

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

קאמענטארען אויף נישט געשטויגען און נישט געפלויגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

הא הא הא הא

כאטש איך גלייך זייער נישט צו ליינען קיינע נאוועל'ס, לייען איך דערווייל מיט גרויס דורשט וואס ס'פאלט ענק איין,

כ'הייב נאר אן צו ציטערען אז אויב עס קומט צו נאך איין עק צו די מעשה, וועל מיר האלטען ביי א פאונט אףף נאו ריטערען,

קען זיין אז איך בין נישט גערעכט מיט מיין אפשאצונג, נו ימים ידברו,

דער עיקר איז, קיעפ איט גאואין,
ס'זאל זיין ולא יבש המעין ולא יקצץ האילן,

האהא הא הא האהא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח מעסטער מיינד, כאב אקאורשט געגעבן פאר קרעמער'ן א דאנק דורך גוגל, אבער סיז זיכער וויכטיגער צו עפענען אזא סארט אשכול דא אין קרעטשמע, דא טוה איך אויסדרוקן א פולע דאנק פאר די מעמבערס וואס לייגן אריין גרויס כוחות אז זייערע אילוזיעס זאלן ווערן ארויסגעברענגט מכוח אל הפועל.

איך בין נישט באזארגט אז די מאנסע וועט זיך נישט ענדיגן, מעסטער די סיבה פארוואס דו גלייכסט נישט קיין נאוועל'ס, איז צוליב וואס דו ביסט נישט קיין פאנטיזירער, פארלאז זיך אויף זיי, זיי וועלן שוין פינישן דעם פאזל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך געב נישט קיין איין פראצענט אז די מעשה וועט זיך ענדיגן, מאדאך ווען איין שרייבער שרייבט עס אינגאנצן אליין, האט ער שוועריגקייטן צוזאמצושטעלן אזא סארט פאסירונג, כל שכן וכל שכן ווען עס זיצן דערויף מערערע מענטשן וואס קענען זיך ניטאמאל איינער דעם צווייטן, און כשם שפרצופיהן אינן שוות כך דיעותיהן, עס איז אן אוממעגליכע זאך אין מיינע אויגן אז די מעשה זאל זיך צוזאמקלעבן און עס זאל האבן הענט און/אדער פיס.

אבער...

דערווייל גלייך איך עס גאר שטארק, סיי צו ליינען, און סיי צוצוגעבן מיינע פאנטאזיעס (כ'האב אליינס נישט געוואוסט אז איך בין א בעל דמיון OUCH).
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

איך עגרי, ס'איז נישט פארהאן קיין צענטל פון א שאנס אז דו מעשה וועט אמאל אנקוןמען צו אן ענדע. טא ווער עס וויל ליינען פאנטאזיע מיט אן ענדע און ליינען מיט אפענע אויגן און פארכאפטער אטעם א נישט געשטויגענע מעשה וואס דער שרייבער פרובירט צו איינרעדן די ליינער אז למשל 'און שמערל זיצט נאך ביז היינט אין כולל ארזי הלבנון ווי ער הארעוועט על התורה ויראה'. אדער אז 'די חתונה פון די בעלי תשובה ביילע און יוקל איז געפראוועט ברויב פאר והדר, ר' געציל מיט זלאטע האבן אונטערגעפירט' און אזווי ווייטער הוידל בוידל לאקשן, זאגיין אין געשעפט און קויפןן איינע פון די זינלאזע ביכער מיט די הסכמות.

דא זאלן נאר ליינען דער ווער עס וויל זיך ענדזשויען אויף פאנטאזיע.

ביי דע וועי: די פאליציי האט שוין אוועקגעטראגן חאצקל'ס טישל און חפצים פון שול הויף. פרטים וועלן אפשר יבואו'ן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב אין פלאן צו זיין דער וואס וועט אי"ה אלעס צוזאם שמעלצן, דערווייל בעט איך טאקע, פון די שרייבער אז פון יעצט זאל מען מער נישט צולייגן קיין נייע פלעצער, מ'קען ווייטער שפינען די מעשה מיט די אינפארמאציע וואס מ'האט שוין אראפ געברענגט ביז יעצט, מיין פלאן איז, אז בערך נאך צען אדער פופצן קאפיטלעך צו ברענגען די מעשה צו אן ענדע, סא, זייטס נישט באזארגט, געטס נאר ארויס ענקערע דמיונות, פארשטייט זיך אז מ'דארף עפעס איבער לאזן פאר די נעקסטע אויך.
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

איך הער;

ווען דו ענדיגסט צוזאם שמעלצן די מעשה, קענסטו דיך נעמן צו דעיע, ס'איז קיינמאל נישט געווארן גענדיגט.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

סאכדעס

דו האסט א פאלשע אנליז אויף מיר, גראדע האב איך שוין גענוג נאוועלס פאנטעזירט, און פארשטייט זיך געליינט א געוואלד נאוועל'ס, אויף דריי שפראכען,
די סיבות אבער פארוואס איך האב פיינט נאוועל'ס איז, איינס, זיי לייגען אריין אזויפיל פאלשע געפילן וואס דער מענטש באקומט, און כ'האב פשוט נישט ליב ווען איינער שפילט זיך אזוי גלאט ארום מיט מיינע געפילן, און צווייטענס, און דו לעצטערע פאר יאר האב איך געליינט אסאך אמת'ע מעשות וואס זענען נאך עני טיים אזוי שפאנענד ווי די געבאקענע, און איינמאל דו לייענסט עכטע איז שווער נאכדעם צו ליינען פאלשע,

יעצט פארוואס איך האלט אז די מעשה דא איז שווער צוזאנצושטעלען איז אזוי, עס זענען פארהאן צוויי מינים נאוועלס,
איין מין איז אן איינצעלער בוך, איין מעשה אן קיין המשך, און דער שרייבער דערפון, בדרך כלל, האט אין זיין מחשבה נאך פאר ער הייבט אן צו שרייבען, א פלאן וואס עס דארף בערך געשעהן ( א פלאט) יעצט ווען ער הייבט אן שרייבען נעמט ער זיך בויען די איינצעלהייטען ארום און ארום בפרטיות, למשל וויפיל מענטשען גייען זיין אינוואלווד ווי ער גייט עסן וכדומה אלע קליינעקייטען, פארשטייט זיך אז אינמיטן שרייבען מאכט זיך אז ער דארף טוישען אביסל, אבער בדרך כלל גייט עס אויף דעם מהלך וואס ער האט געטראכט,

דער צווייטער מין איז, א קערעקטער צו אפאר וואס לויפן אין א סיריעס, א שטייגער ווי די דזשעמס באנד ביכער, וואס ביי אזא פאל האט דער נאוואליסט ביי זיך אין מחשבה וואס אין ווי אזוי דער קערעקטער גייט זיין, וואס זיינע האבי'ס זענען וואס זיין אויסזעהן איז, וכדומה וכדומה, יעצט ווען ער נעמט זיך שרייבען בויעט ער די מעשות ארום דעם קערעקטער/ס וכו',

איך האב עס נאר געשריבן בקיצור אבער איך האף אז ענק פארשטייען וואס איך מיין,

יעצט דא אבער וואו יעדער איינער שרייבט א חלק איז זייער שווער צוזאמענצוברענגען יעדעם'ס מחשבות, למשל ווען איינער זאל זאגען וואס דער פלאן איז, און ידער בויעט ארום דעם איז איין זאך, אבער דא ווען ידער שרייבט לויט זיין מהלך וואס ער טראכט ווי אזוי צו שפינען די מעשה איז נישט גרינג, (אבער ס'איז נאך אלץ פאן) דאס האב איך געמיינט צו זאגען,
למשל וואו עס האלט יעצט קען איך עס נאך אויך צוזאמעננעמען און איך גלייב אז אנדערע אויך אבער פארשטייט זיך אז קיינער גייט נישט יעצט גיין און אפשרייבען די גאנצע מעשה ביזן סוף, נאר אנפאנגען אביסל , איז וואס וועט געשעהן, איז , עס וועט קומען א צווייטער און נעמען די מעשה פון דארט און שפינען ווייטער, אוועק אינגאנצען פון וואס דער ערשטער האט געטראכט, און אזוי קען זיך דאס שפילען, חוזר וחוזר חלילה,

דאונט געט מי ראנג איים סטיל אינדזשויאין איט , ענד קיפ איט אפ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעסטערמיינד;

איך האב הנאה געהאט פון דיין אנאליז.

אין אנדערע ווערטער, איז אונזער פארזעצונג דא - מער ווייניגער - ווי די אפערעיטאר שפיל וואס מיר פלעגן שפילן אין חדר, וואס עס האט נישט געקלעבט און נישט געמאכט קיין צענט/חושים, אבער איז דאך געווען א שטיק "פאן"!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מעסטערמיינד האט געשריבן:סאכדעס

דו האסט א פאלשע אנליז אויף מיר, גראדע האב איך שוין גענוג נאוועלס פאנטעזירט, און פארשטייט זיך געליינט א געוואלד נאוועל'ס, אויף דריי שפראכען,
די סיבות אבער פארוואס איך האב פיינט נאוועל'ס איז, איינס, זיי לייגען אריין אזויפיל פאלשע געפילן וואס דער מענטש באקומט, און כ'האב פשוט נישט ליב ווען איינער שפילט זיך אזוי גלאט ארום מיט מיינע געפילן, און צווייטענס, און דו לעצטערע פאר יאר האב איך געליינט אסאך אמת'ע מעשות וואס זענען נאך עני טיים אזוי שפאנענד ווי די געבאקענע, און איינמאל דו לייענסט עכטע איז שווער נאכדעם צו ליינען פאלשע,

יעצט פארוואס איך האלט אז די מעשה דא איז שווער צוזאנצושטעלען איז אזוי, עס זענען פארהאן צוויי מינים נאוועלס,
איין מין איז אן איינצעלער בוך, איין מעשה אן קיין המשך, און דער שרייבער דערפון, בדרך כלל, האט אין זיין מחשבה נאך פאר ער הייבט אן צו שרייבען, א פלאן וואס עס דארף בערך געשעהן ( א פלאט) יעצט ווען ער הייבט אן שרייבען נעמט ער זיך בויען די איינצעלהייטען ארום און ארום בפרטיות, למשל וויפיל מענטשען גייען זיין אינוואלווד ווי ער גייט עסן וכדומה אלע קליינעקייטען, פארשטייט זיך אז אינמיטן שרייבען מאכט זיך אז ער דארף טוישען אביסל, אבער בדרך כלל גייט עס אויף דעם מהלך וואס ער האט געטראכט,

דער צווייטער מין איז, א קערעקטער צו אפאר וואס לויפן אין א סיריעס, א שטייגער ווי די דזשעמס באנד ביכער, וואס ביי אזא פאל האט דער נאוואליסט ביי זיך אין מחשבה וואס אין ווי אזוי דער קערעקטער גייט זיין, וואס זיינע האבי'ס זענען וואס זיין אויסזעהן איז, וכדומה וכדומה, יעצט ווען ער נעמט זיך שרייבען בויעט ער די מעשות ארום דעם קערעקטער/ס וכו',

איך האב עס נאר געשריבן בקיצור אבער איך האף אז ענק פארשטייען וואס איך מיין,

יעצט דא אבער וואו יעדער איינער שרייבט א חלק איז זייער שווער צוזאמענצוברענגען יעדעם'ס מחשבות, למשל ווען איינער זאל זאגען וואס דער פלאן איז, און ידער בויעט ארום דעם איז איין זאך, אבער דא ווען ידער שרייבט לויט זיין מהלך וואס ער טראכט ווי אזוי צו שפינען די מעשה איז נישט גרינג, (אבער ס'איז נאך אלץ פאן) דאס האב איך געמיינט צו זאגען,
למשל וואו עס האלט יעצט קען איך עס נאך אויך צוזאמעננעמען און איך גלייב אז אנדערע אויך אבער פארשטייט זיך אז קיינער גייט נישט יעצט גיין און אפשרייבען די גאנצע מעשה ביזן סוף, נאר אנפאנגען אביסל , איז וואס וועט געשעהן, איז , עס וועט קומען א צווייטער און נעמען די מעשה פון דארט און שפינען ווייטער, אוועק אינגאנצען פון וואס דער ערשטער האט געטראכט, און אזוי קען זיך דאס שפילען, חוזר וחוזר חלילה,

דאונט געט מי ראנג איים סטיל אינדזשויאין איט , ענד קיפ איט אפ.


מעסטער דו ביסט אן אמת'ער מעסטער, זייער קלאר און מיט א גרינגע שפראך האסטו אראפגעשטעלט די יסודות, אזש זיך צום באלעקען די פינגערס.

מיין אנאליז אויף דיר האט זיך נישט געטוישט נאך דיין ברייט פארצווייגטע פשט'ל, כ'האלט נאך אלץ אז דו ביסט נישט קיין פאנטאזירער, דו ביסט ענדערש א מיזם, א אויסטראכטער, כאב נישט גענוג ווערטער אפצוטיילן צווישן די צוויי קעטאגאריעס, אויב איז עס נישט קלאר, און דו וועסט עס נישט פארשטיין, העליך פרובירן זיך בעסער מסביר צו זיין, און די חילוק צווישן די ביידען, איז די סיבה פארוואס דו האסט פיינט נאוועל'ס, און אזוי קומט קלאר אויס פון דיינע ווערטער.

כדי לשבר את האוזן וועל איך יא זאגן איין נקודה, א פאנטאזירער שטערט נישט די פאלשע געפילן, און ער כאפט בכלל נישט אז איינער שפילט אזוי גלאט ארום מיט איהם'ן, משא"כ א אויסטראכטער-מיזם, ודוק.

קרעמער האט געשריבן:אבער...

דערווייל גלייך איך עס גאר שטארק, סיי צו ליינען, און סיי צוצוגעבן מיינע פאנטאזיעס (כ'האב אליינס נישט געוואוסט אז איך בין א בעל דמיון OUCH).


זאג מיר דעם אמת, דאס האסטו ערשט געכאפט נאך מיין תגובה?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ליינענדיג די לעצטע קאפיטל פון זארעכפעפער, בין איך צומישט אויב ער האלט טאקע אז חצקעל איז דער סעקרעטאר, אדער מאכט ער דירעקט צומישט דעם עולם, און דערווייל איז עס יא פייוול מיט זיין פרוי ביילא.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

ס'קוקט מיר אויס אז פייוועל האט זיך אנגעגעבן מיט זיין בעה"ב נאמען און פרוי.(כ'גדענק שוין נישט די לעצטע נאמען) איז געווען אינטער געשטעלט דורך שמעלקען צו שפיאנירען אויף חזקלען אבער לויט דעם שטימט נישט סעקרעטאר.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מיין מיינונג איז אז ס'איז א טעות הדפוס, און איך האב אים געבעטן אין אישית עס צו פאררעכטן, אז איינער פון די מנהלים וויל עס טוהן, כל הכבוד.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מ'דארף לאזן איהם אפמאכן צו סיז א טעות צו נישט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

איך מיין אויך אז ס'איז א טעות, אבער קען זיין אז ער וויל וועבן א מיסטעריע וואס וועט צוזאמשטעלן חאצקלען מיט פייוולען אלס איין מענטש. כ'על דיר זאגן וואס, אפילו אויב ער האט יא געמאכט א טעות מיין איך מען זאל עס לאזן און פרובירן יא מאכן דערפון א צוזאמשטעל.... איך_הער, מ'וועט דיך געבן א רעיס....
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך בעט מ'זאל רעיסן זרח'ן, זאגסטו אז דו גייסט מיך רעיסן?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יא קרעמער איז גערעכט. כ'בין מוידע א'סע געווען א טעות הדפוס. ס'דארף זיין פייוויל אנשטאט חאצקל. זאל איך עס טוישן אדער שוין לאזן אזוי - א-ווי יענטאאש האט פארגעשלאגן - און וועבן דערפון עפעס?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך ווייס נישט פארוואס קרעמער איז גערעכט, ווען די אויסטרעף אז ס'איז א טעות הדפוס קומט פון מיר, אבער נישט קיין חילוק, און אזוי ווי איך האב גראדע נאך אלץ ( קען זיין ס'וועט זיך טוישן, איך מוז עס פשוט שרייבן, נאך אזויפיל נביאות'ער פון די מיטגלידער דא ) אין פלאן צו פארענדיגן די מעשה, און ס'איז בעסער זאלסט עס לאזן אזוי ווי ס'איז, און נאר פאררעכטן די טעותים, מיט דאנק פון פאראויס.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אנטשולדיגט כ'הער, אקוראשט מערק איך טאקע, אז דו ביסט געווען דער וואס האט דאס אויפמערקזאם געמאכט, נישט קרעמער זיי מיר מוחל.

ס'הייסט, זאגסט איך זאל פשוט מתקן זיין דעם טעות, און במקום חאצקל אריינשרייבן פייוויל. גוט כ'גיי דאס היצט טוישן בל"נ.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

איך_הער האט געשריבן:איך בעט מ'זאל רעיסן זרח'ן, זאגסטו אז דו גייסט מיך רעיסן?


אלעס פיין און וואויל אבל לא הבנתי אפילו A WORD WHAT YOU SAID
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יענטאאש האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:איך בעט מ'זאל רעיסן זרח'ן, זאגסטו אז דו גייסט מיך רעיסן?


אלעס פיין און וואויל אבל לא הבנתי אפילו A WORD WHAT YOU SAID

ראש הקהל טייערער, דו האסט מיר צוגעזאגט צו רעיסן, ממש נאכדעם וואס איך האב געבעטן מען זאל עפעס אויסרעיסן פון זרח'נס תגובה ( וואס ברוב חסדיו האט ער עס שוין געטוהן ) דערויף האב איך געשריבן מיין תגובה, איך וואלט אפשר געדארפט צו לייגן אז, דא לאכט מען, איך האב אבער נישט געוואוסט אז איך האנדל מיט אונגערישע, סא געב א שמייכל און געגאנגען ווייטער.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

אויששששש........חא חא חא.......... קיינער זאל מיך נישט באדערן, איך לאך יעצט............
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

אי_כער;

דו יאגסט זיך אביסל צו שטארק. כ'האב נאך קוים צייט צו פארכאפן דעם אטעם און שוין פארדעכטיגט יחזקאל דעם סעקרעטאר פייוולען? לאז נאך עפעס מיסטעריע קלעבן ארום.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אבער די מעשה איז דאך אזוי געווען.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

אמת. אבער ער מעג עס דאך אביסל באפיצן........
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יענטאאש;

גרינע מענטשעלע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”