אמת'ע מעשה וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

אמת'ע מעשה וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט

תגובהדורך פארוואס נישט » דינסטאג יוני 05, 2018 11:57 am

יוסי אַן אכט יעריגע אינגעל וועלכע לערנט אין כתה ג' איז געווען אין קלאס ווען זיין רבי האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון איבערבעטן א צווייטן ווען מ'האט איינעם ווייגעטוהן דערביי פארציילנדיג געשיכטעס איבער די נושא.

ס'איז שטארק אריין אין די ביינער פון יוסי און ער האט זיך דערמאנט אז מיט אפאר יאר צוריק איז געווען א שכן מרת קרויס וואס אלע שכנים פלעגן זיך טשעפענען מיט איהר, און יוסי האט מחליט געווען אז ער מוז איהר איבערבעטן.

אהיימקומענדיג פון חדר האט ער געזאגט פאר זיין טאטע אז ער וויל גיין איבערבעטן מרת קרויס, האלטנדיג און איין מוטשען האט די טאטע געזאגט אז מ'וועט גיין מארגן צו נעקסטע וואך, און אזוי האט זיך עס געשלעפט.

ביז איין טאג ווען מרת קרויס איז פלוצלינג אוועק פון די וועלט, די אינגל איז אהיימגעקומען פון חדר און געוויינט און נישט געקענט קומען צו זיך אז ער האט פארפאסט די געלעגנהייט פון איהר איבערבעטן, די טאטע האט געזאגט פאר'ן קינד אז ער וועט גיין צו די לוי' און איבערבעטן בשם אלע קינדער.

כך הוה, די טאטע איז געגאנגען צום לוי' און ארויפגעלייגט די הענט אויפ'ן ארון און שטילערהייט איבערגעבעטן אין די נאמען פון אלע קינדער, און די קינד האבן זיך בארוהיגט.

דריי אזייגער ביינאכט וועקט זיך די קינד אויף און לויפט צום טאטנ'ס בעט זאגנדיג אז מרת קרויס איז יעצט געקומען און געגעבן א קיש פאר אלע קינדער, און געזאגט א גוטע נאכט.

די מעשה האט זיך נארוואס אפגעשפילט, און ס'ברענגט ארויס די גרויסקייט פון איבערבעטן אפילו אויב מ'איז א קינד, זאל איהר נשמה האבן אן עלי'.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דינסטאג יוני 05, 2018 12:53 pm

שאקירנד!!!!

א מקור אדער עד נאמן צו די מעשה?
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יוני 05, 2018 12:59 pm

Wow! שרעקעדיג!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » דינסטאג יוני 05, 2018 1:17 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:שאקירנד!!!!

א מקור אדער עד נאמן צו די מעשה?


איך האב געהערט די נאמען פון די אינגערמאן אבער איך גלייב נישט אז ער זוכט די פאבליסיטי.

שמואל הלוי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 1:04 pm

תגובהדורך שמואל הלוי » דינסטאג יוני 05, 2018 1:20 pm

?מרת קרויס who is that

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דינסטאג יוני 05, 2018 1:40 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:?מרת קרויס who is that


נאמען געהיטן אין רעדאקציע.

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג יוני 05, 2018 1:43 pm

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:?מרת קרויס who is that


נאמען געהיטן אין רעדאקציע.

וואס הייסט געהיטן? אזוי האט זי געהייסן. ס'איז נישט קיין פיקטיווע נאמען.
אוועק פאריגע וואך מיטוואך (אדער דאנערשטאג) אין מאנסי

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג יוני 05, 2018 2:00 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:?מרת קרויס who is that

דיין ניק איז איהר מאנס נאמען

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יוני 05, 2018 2:09 pm

יא, פונקט נעכטן געהערט די מעשה, מורא'דיג!!

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג יוני 05, 2018 2:21 pm

חלומות איז נאך היינט א מופת?
כ'האב שוין געמיינט אז פאר אפאר דאלער קען מען קריגן א חלום פון וואס מען וויל נאר....

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 05, 2018 2:37 pm

ראספשע האט געשריבן:חלומות איז נאך היינט א מופת?
כ'האב שוין געמיינט אז פאר אפאר דאלער קען מען קריגן א חלום פון וואס מען וויל נאר....


נישט געוואלט אנהייבן, אבער אז איינער האט אנגעהויבן לאמיר אויך צולייגן

איך וויל גארנישט אוועק מאכן אבער איך וויל צולייגן נאך א אמת'ע מעשה וואס איז מיט מיר געשעהן לעצט וועך דאנארשטאג

אין ביהמ"ד וואו איך דאווען איז א איד געגאנגען נאך געלט (אויב געדענק איך גוט מיט א המלצה פון ר' משה בראנדסדארפער), ער מאכט חתונה א טאכטער און ער האט מחבר געווען א ספר "פניני אור החיים הק'.
ביים זייט אויף א טיש איז געלעגן די ספרים, איך בין אריבערגעגאנגען דעם טישל און אריינגעבליקט אין ספר, זעה איך ביי די הקדמה אזוי "איך האב ארויס געגעבן דעם ספר און זיך אסאך געמוטשעט מיט געלט, איך האב געוואלט אויפגעבן דעם עבודת הקודש ביז איין טאג שטייט מיין ווייב אויף אויפגעשוידערט און זאגט מיר: רבי חייים בן עטר התגלה אלי בחלום ואמר לי אני נהנה מאוד מעבודתכם."

דעם לשון געדענק איך נישט אויסנווייניג אבער דאס איז דער תוכן וואס איז דארט געשטאנען
במו עיני ראיתי דעם ספר און דעם מחבר.
נאר א שאד אז ער שילדערט נישט ווי אזוי דער אור החיים הק' האט אויסגעזעהן, אפשר וואלט איך עס געקענט אראפ מאלן און מזכה זיין דעם עולם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג יוני 05, 2018 2:44 pm

איר קענט די מעשה מיט יענעם וואס דער רבי איז געקומען אין חלום און געבעטן ער זאל שנאדערן פאר א געוויסע צוועק ח"י דאלער,
דער יעניגער האט זיך נישט געפוילט און ארויס גענומען א הונדערטער, ער ווארט נאך אויף טשעינזש ביז יעצט...

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג יוני 05, 2018 2:45 pm

א נייע מעשה...
א מענשט שטראבט אין מען קיוומט אראפ די נעקסטע טאג
א קינד אדער אפילו אן ערווקסענע חלוםט ווערט עס א מעשה.

צדיקים פלעגען פאסטען א דרייערל אז מען זאל זיי קיומען אין חלום אין היינטיגע צייטען איז עס מעשים בכל יום .

אפשר זענען די היינטיגע מתים חשובער אז זיי דארפען גארנישט דריוך גיין אויף יענע וועלט אין זיי קענען גראד אראפ קיומען זאגען פאר די היינטיגע מענטשען וואס זענענן חשובער פין די אמליגע וואס זיי ווילען.

ביי א שמחה אין די משפחה שטייט אז מען "טרייבט" ארויס די עלטערן צי גיין...
Come on people get a life
Sorry for my misspellings

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג יוני 05, 2018 2:46 pm

איינס האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:חלומות איז נאך היינט א מופת?
כ'האב שוין געמיינט אז פאר אפאר דאלער קען מען קריגן א חלום פון וואס מען וויל נאר....


נישט געוואלט אנהייבן, אבער אז איינער האט אנגעהויבן לאמיר אויך צולייגן

איך וויל גארנישט אוועק מאכן אבער איך וויל צולייגן נאך א אמת'ע מעשה וואס איז מיט מיר געשעהן לעצט וועך דאנארשטאג

אין ביהמ"ד וואו איך דאווען איז א איד געגאנגען נאך געלט (אויב געדענק איך גוט מיט א המלצה פון ר' משה בראנדסדארפער), ער מאכט חתונה א טאכטער און ער האט מחבר געווען א ספר "פניני אור החיים הק'.
ביים זייט אויף א טיש איז געלעגן די ספרים, איך בין אריבערגעגאנגען דעם טישל און אריינגעבליקט אין ספר, זעה איך ביי די הקדמה אזוי "איך האב ארויס געגעבן דעם ספר און זיך אסאך געמוטשעט מיט געלט, איך האב געוואלט אויפגעבן דעם עבודת הקודש ביז איין טאג שטייט מיין ווייב אויף אויפגעשוידערט און זאגט מיר: רבי חייים בן עטר התגלה אלי בחלום ואמר לי אני נהנה מאוד מעבודתכם."

דעם לשון געדענק איך נישט אויסנווייניג אבער דאס איז דער תוכן וואס איז דארט געשטאנען
במו עיני ראיתי דעם ספר און דעם מחבר.
נאר א שאד אז ער שילדערט נישט ווי אזוי דער אור החיים הק' האט אויסגעזעהן, אפשר וואלט איך עס געקענט אראפ מאלן און מזכה זיין דעם עולם


געטראפן דעם ספר אין אוצה"ח...
צוגעלייגטע
פניני אור החיים נעים, יצחק עמוד 4.pdf
(196 KiB) דאונלאודעד 101 מאל

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 05, 2018 2:48 pm

יישר ראספעטשע
צוגעלייגטע
Screen Shot 2018-06-05 at 2.47.28 PM.png
Screen Shot 2018-06-05 at 2.47.28 PM.png (85.97 KiB) געזעהן 3135 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

פרץ
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

תגובהדורך פרץ » דינסטאג יוני 05, 2018 2:52 pm

איינס האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן: ביי די הקדמה אזוי "איך האב ארויס געגעבן דעם ספר און זיך אסאך געמוטשעט מיט געלט, איך האב געוואלט אויפגעבן דעם עבודת הקודש ביז איין טאג שטייט מיין ווייב אויף אויפגעשוידערט און זאגט מיר: רבי חייים בן עטר התגלה אלי בחלום ואמר לי אני נהנה מאוד מעבודתכם."


כוונתה הי' רק לחזק אותו, אין כאן צורך להכחיש בכלל

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג יוני 05, 2018 3:02 pm

אשרי מי שחלם

ביטע פריי מאכן דעם וועג...

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג יוני 05, 2018 3:05 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:?מרת קרויס who is that

אוועק פאריגע וואך אין מאנסי א פרוי קרויס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 05, 2018 3:19 pm

פרץ האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן: ביי די הקדמה אזוי "איך האב ארויס געגעבן דעם ספר און זיך אסאך געמוטשעט מיט געלט, איך האב געוואלט אויפגעבן דעם עבודת הקודש ביז איין טאג שטייט מיין ווייב אויף אויפגעשוידערט און זאגט מיר: רבי חייים בן עטר התגלה אלי בחלום ואמר לי אני נהנה מאוד מעבודתכם."


כוונתה הי' רק לחזק אותו, אין כאן צורך להכחיש בכלל

איך בין נישט מכחיש,
אדרבה איך טענה אז זי האט טאקע גחלומט
דו ביסט מכחיש אז זי האט נישט געחלומט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג יוני 05, 2018 3:20 pm

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם לאכט פון די מעשה, אבער ס'איז א אמת'ע מעשה, נאר הרב פארוואס נישט האט דאס געשריבן נאר 90%, לאמיר אייך דאס פארציילן געהעריג

האה"ח מרת שרה רחל קרויס ע"ה וואס האט געוואוינט אויף 71 לינאור עוועניאו אין מאנסי, איז אוועק פארגאנגענעם דאנערשטאג, זי האט געהאט אונטער איר הויז, א דירה וואס איז געווען פארדינגען פאר א יונגערמאן, וואס האט זיך שוין אוועק געצויגן פון דארט, דער אינגערמאן האט א אינגל אין כתה ג', און לעצטנס האט זיין רבי גערעדט איבער דעם אז מ'טאר נישט טשעפען קיין מענטשן, און אז מ'דארף איבערבעטן וכו',

דער אינגל האט גענומען די מעשה זייער ערנסט, און געזאגט פאר זיין טאטע, אז ער דארף איבערבעטן באבי קרויס, ווייל ער האט איר אמאל געטשעפעט, דער טאטע האט אים געזאגט אז אי"ה וועט מען איינמאל איר גיין איבערבעטן, און אזוי האט ער מדחה געווען זיין קינד אפאר מאל, ביז דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, שטייט דער טאטע אין וויזשניצער בית המדרש אין מאנסי, און ער זעהט ס'דא א לויה, פרעגט ער וועמענ'ס לויה, זאגט מען אים אז דאס איז מרת שרה רחל קרויס ע"ה, איז ער געווארן דערציטערט, דא מוטשעט אים זיין אינגל ער זאל איבערבעטן באבי קרויס, און יעצט איז זי שוין נישטא, שטייענדיג אזוי פארלוירן, זעהט ער ווי דער וויזשניצער רבי שליט"א פון מאנסי קומט אראפ צו די לויה, איז ער צוגעגאנגען צו אים, און געפרעגט וואס ער זאל טון, זאגט אים דער רבי שליט"א גיי יעצט צו צום ארון און בעט איבער בשם דיין קינד, קיינער דארף נישט מיטהאלטן, קענסט דאס שוין יעצט מאכן, וכך עשה.

דער איד איז אהיימגעקומען און האט פארציילט פאר זיין אינגל, אז ער האט איבערגעבעטן באבי קרויס, פרעגט אים זיין אינגל, און זי האט מוחל געווען? זאגט אים דער טאטע איך ווייס נישט ווייל זי לעבט שוין נישט.

יענע נאכט 3:00 אינמיטן די נאכט, וועקט זיך דער אינגל אויף מיט קולות און שרייט מאמי ס'איז שרעקעדיג, זיין מאמע האט זיך אויפגעוועקט און אים גענומען צו זיך אין בעט, און פרובירט בארוהיגן, אבער דער קינד איז געווען זייער דערשראקן, ס'האט געדויערט ביז ער האט זיך בארוהיגט, און דעמאלט'ס האט ער פארציילט, אז ער האט זיך גע'חלומ'ט ווי באבי קרויס קלאפט אין טיר, און פרעגט פאר טאטי צו אלע קינדער זענען אין שטוב, און ווען טאטי האט געענטפערט אז יא, איז זי אריין געקומען, און געגעבן א קיש פאר יעדן קינד, און איז צוריק ארויס.

זונטאג ביי ניחום אבלים, איז דער וויזשניצער רבי שליט"א געקומען מנחם אבל זיין, האט ער געוואלט איבערהערן די מעשה נאכאמאל, און דאס באוואונדערט, ווי מ'זעהט ווי שטארק מ'דארף נזהר זיין בין אדם לחבירו.
(מ'האט גערעדט דארט צו ס'איז דאס תמימות פון דעם קינד, אדער די גרויסקייט פון מרת קרויס, וואס צוליב דעם האט זי זיך שוין געקענט באווייזן).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דינסטאג יוני 05, 2018 3:29 pm

מורה'דיג בארירט אלע מיינע גלידער..
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 05, 2018 3:40 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דער עולם לאכט פון די מעשה, אבער ס'איז א אמת'ע מעשה, נאר הרב פארוואס נישט האט דאס געשריבן נאר 90%, לאמיר אייך דאס פארציילן געהעריג

האה"ח מרת שרה רחל קרויס ע"ה וואס האט געוואוינט אויף 71 לינאור עוועניאו אין מאנסי, איז אוועק פארגאנגענעם דאנערשטאג, זי האט געהאט אונטער איר הויז, א דירה וואס איז געווען פארדינגען פאר א יונגערמאן, וואס האט זיך שוין אוועק געצויגן פון דארט, דער אינגערמאן האט א אינגל אין כתה ג', און לעצטנס האט זיין רבי גערעדט איבער דעם אז מ'טאר נישט טשעפען קיין מענטשן, און אז מ'דארף איבערבעטן וכו',

דער אינגל האט גענומען די מעשה זייער ערנסט, און געזאגט פאר זיין טאטע, אז ער דארף איבערבעטן באבי קרויס, ווייל ער האט איר אמאל געטשעפעט, דער טאטע האט אים געזאגט אז אי"ה וועט מען איינמאל איר גיין איבערבעטן, און אזוי האט ער מדחה געווען זיין קינד אפאר מאל, ביז דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, שטייט דער טאטע אין וויזשניצער בית המדרש אין מאנסי, און ער זעהט ס'דא א לויה, פרעגט ער וועמענ'ס לויה, זאגט מען אים אז דאס איז מרת שרה רחל קרויס ע"ה, איז ער געווארן דערציטערט, דא מוטשעט אים זיין אינגל ער זאל איבערבעטן באבי קרויס, און יעצט איז זי שוין נישטא, שטייענדיג אזוי פארלוירן, זעהט ער ווי דער וויזשניצער רבי שליט"א פון מאנסי קומט אראפ צו די לויה, איז ער צוגעגאנגען צו אים, און געפרעגט וואס ער זאל טון, זאגט אים דער רבי שליט"א גיי יעצט צו צום ארון און בעט איבער בשם דיין קינד, קיינער דארף נישט מיטהאלטן, קענסט דאס שוין יעצט מאכן, וכך עשה.

דער איד איז אהיימגעקומען און האט פארציילט פאר זיין אינגל, אז ער האט איבערגעבעטן באבי קרויס, פרעגט אים זיין אינגל, און זי האט מוחל געווען? זאגט אים דער טאטע איך ווייס נישט ווייל זי לעבט שוין נישט.

יענע נאכט 3:00 אינמיטן די נאכט, וועקט זיך דער אינגל אויף מיט קולות און שרייט מאמי ס'איז שרעקעדיג, זיין מאמע האט זיך אויפגעוועקט און אים גענומען צו זיך אין בעט, און פרובירט בארוהיגן, אבער דער קינד איז געווען זייער דערשראקן, ס'האט געדויערט ביז ער האט זיך בארוהיגט, און דעמאלט'ס האט ער פארציילט, אז ער האט זיך גע'חלומ'ט ווי באבי קרויס קלאפט אין טיר, און פרעגט פאר טאטי צו אלע קינדער זענען אין שטוב, און ווען טאטי האט געענטפערט אז יא, איז זי אריין געקומען, און געגעבן א קיש פאר יעדן קינד, און איז צוריק ארויס.

זונטאג ביי ניחום אבלים, איז דער וויזשניצער רבי שליט"א געקומען מנחם אבל זיין, האט ער געוואלט איבערהערן די מעשה נאכאמאל, און דאס באוואונדערט, ווי מ'זעהט ווי שטארק מ'דארף נזהר זיין בין אדם לחבירו.
(מ'האט גערעדט דארט צו ס'איז דאס תמימות פון דעם קינד, אדער די גרויסקייט פון מרת קרויס, וואס צוליב דעם האט זי זיך שוין געקענט באווייזן).

קיינער האט נישט אוועק געמאכט די מעשה
און איך מיין אז דאס וואס דער עולם האט מגיב געעוען איז נאך אלטס נוגע נאך די פרטים וואס דו האסט צוגעלייגט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובהדורך תכלית הידיעה שלא נדע » דינסטאג יוני 05, 2018 4:08 pm

ווער סלייקענט די שטערקסטע וועט ווערען קאנסידערד א וועלטס חכם
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג יוני 05, 2018 4:12 pm

תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:ווער סלייקענט די שטערקסטע וועט ווערען קאנסידערד א וועלטס חכם

מכלל לאו אתה שומע הן
ועיין משלי יד פסוק טו

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 05, 2018 4:14 pm

קיינער לייקנט נישט אז א אינגל האט געחלומט
קיינער לייקנט נישט אז מדארף אכטונג געבן בבין אדם לחברו
קיינער לייקנט נישט אז מדארף איבער בעטן איינעם וואס מהאט געטשעפעט
קיינער לייקנט נישט אז וויזניצער רבי האט באוואונדערט

און קיינער לייקנט נישט אז דו ביסט א חכם

די שאלה איז צו מדארף מאכן א עסק פון א אינגל חלומות, ווייל אויב יא האב איך מיינע חלומות פון אלטס אינגל + מיין אינגלס חלומות
אויב יא הכונו הכונו 40 חלומות פון 10 אינגלעך וואס האבן .... וכו'
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אווער נייט קוגעל, בלעקבארד, מה ידידות און 18 געסט