פורניטשער חתונה תקנות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זאל מען מאכן חתונה תקנות אויף Furniture

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יוני 07, 2018 1:02 pm

יא מען זאל אסר׳ן דאס קויפן די טייערע איטאליענע פורניטשער און הייסן קויפן די ביליגע מעבל
66
83%
ניין, מען זאל נישט מאכן פורניטשער תקנות
4
5%
נישט קיין איין פון די 2 דערמאנטע אפציעס (ביטע זיי מסביר ביי די תגובות וואס איר האלט)
10
13%
 
סך הכל שטימען: 80

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

moishy56 האט געשריבן: גאר גוטע נייעס פאר צענדליגע טויזנטער יודן!
און נישט גוטע נייעס פאר די 250 יודן וואס האנדלען מיט גאר טייערע furniture..

שוין יארן דא אן אייקיע אין ברוקלין און די גאר טייערע פורניטשער סטארס גייען נאך פעסט אן

אפשר אויב ס'עט זיין איינס אויף ליע עוועניו און נאכאיינס אויף וואלאבאוט און אין ב"פ אויף 13 און אויף 18
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

הענדימען האט געשריבן:

דא אין ענגלאנד איז ב״ה נישט דא קיין איין אזא יודישע געשעפט וואס פארקויפט די טייערע בעטן און China Closets..
די פאר יודן וואס זוכן דאס, מוזן גיין צו די גויים.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נאר אין אמעריקע זענען די אידן בני מלכים וואס מוזן האבן טייערע פורניטשער. די אידן פון אנדערע לענדער זיינען נישט אזוי חשוב

מ'קען טאקע זען אז אין אמעריקע איז דערוילעם זייער צופרידן מיט זיך און מיט וואס מ'האט משא"כ אין אנדערע לענדער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

הענדימען האט געשריבן:נאר אין אמעריקע זענען די אידן בני מלכים וואס מוזן האבן טייערע פורניטשער. די אידן פון אנדערע לענדער זיינען נישט אזוי חשוב

יא.. נעבעך נעבעך..
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

איך האב געהערט די וואך שבת אז א גרופע בעלבתיש'ע אינגעלייט וואס מאכן חתונה די קומענדיגן צוויי יאר נעמען זיך איצט צוזאם צו עלימינעטן די אומזינסטע פורניטשער געקויפעכטס.
זיי און זייער בני בית און קינדער האלטן קלאר אז ס'איז נישטא קיין שום בענעפיט דערפון, ווען מ'שאצט די וועליו פון די פראדוקט וואס מ'קויפט קעגען וויפיל עס קאסט און וויפיל מ'ניצט עס. ספעציעל ווען מ'ווייסט וויפיל מ'קען האבן שיינע באקוועמע נארמאלע שטארקע גוטע ניצבארא פורניטשער פאר א צענטל די פרייז.
עס גייט זיין א מעכטיגע רעוואלוציע.
איך האף אז עס וועט מצליח זיין.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מי יתן והי'
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אפענע וועלט האט געשריבן:ווען מ'שאצט די וועליו פון די פראדוקט וואס מ'קויפט קעגען וויפיל עס קאסט און וויפיל מ'ניצט עס.

דאס דארף זיין דער כלל אויף פילע עקספענסעס און באקוועמליכקייטן אין לעבן. אויף יעדע זאך קען מען אריינלערנען פשט אז ווי נייטיג מען ברויך עס אפשר האבן. און יעדע זאך וואס איז וויכטיג דארף מען דאך קויפן.

אבער סטאפ! איז דער פרייז ווערט די אינוועסטמענט? האט עס די וועליו פון די הנאה וואס די גייסט האבן? איז עס בכלל ווערט די פרייז וואס מען צאלט דערפאר?

ביי סיי וועלכע עקספענס וואס איך באטראכט אז ס'איז מעגליך וויכטיג, דמיון איך כאילו איך האב עס שוין, און איך טראכט ביי מיר צו די הנאה וואס איך האב דערפון איז טאקע ווערט געווען די פרייז. למשל איך האב געטראכט צו מאכן קאנסטראקשן ביי מיר אינדעהיים וואס וואלט געריקט אפאר ווענט און צוגעלייגט א קלאזעט'ל און וואלט געקאסט 15 מיאות. מעגליך א וויכטיגע זאך. אבער דערנאך האב איך באשלאסן אז חוץ דעם וואס דער פרייז טעג איז צו טייער, וואלט דער דער נייער אויסשטעל מעגליך נישט געטויגט.
בקיצור, מיט 15 מיאות קען מען אויפטאן פיל בעסערע זאכן....
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ר' יום טוב האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:ווען מ'שאצט די וועליו פון די פראדוקט וואס מ'קויפט קעגען וויפיל עס קאסט און וויפיל מ'ניצט עס.

דאס דארף זיין דער כלל אויף פילע עקספענסעס און באקוועמליכקייטן אין לעבן. אויף יעדע זאך קען מען אריינלערנען פשט אז ווי נייטיג מען ברויך עס אפשר האבן. און יעדע זאך וואס איז וויכטיג דארף מען דאך קויפן.

אבער סטאפ! איז דער פרייז ווערט די אינוועסטמענט? האט עס די וועליו פון די הנאה וואס די גייסט האבן? איז עס בכלל ווערט די פרייז וואס מען צאלט דערפאר?

ביי סיי וועלכע עקספענס וואס איך באטראכט אז ס'איז מעגליך וויכטיג, דמיון איך כאילו איך האב עס שוין, און איך טראכט ביי מיר צו די הנאה וואס איך האב דערפון איז טאקע ווערט געווען די פרייז. למשל איך האב געטראכט צו מאכן קאנסטראקשן ביי מיר אינדעהיים וואס וואלט געריקט אפאר ווענט און צוגעלייגט א קלאזעט'ל און וואלט געקאסט 15 מיאות. מעגליך א וויכטיגע זאך. אבער דערנאך האב איך באשלאסן אז חוץ דעם וואס דער פרייז טעג איז צו טייער, וואלט דער דער נייער אויסשטעל מעגליך נישט געטויגט.
בקיצור, מיט 15 מיאות קען מען אויפטאן פיל בעסערע זאכן....

איך האלט נאך איין שטאפל פריער

פאר'ן מעסטן די וואליו קאמפעירד צו די פרייז, דארפסטו וויסן צו דו קענסט יעצט עפארדן די עקספענס

למשל. מ'אפערט עפעס וואס קאסט געווענליך 15,000 פאר 14,000 אבער איך קען זיך באמת באגיין אן דעם און איך האב נישט דאס געלט עוועילעבל פאר דעם

איז עס ווערד פאר מיר צו צאלן יעצט 14,000 פאר דעם?

איך קען קויפן ביליגערס וואס וועט פונקט אזוי גוט זיין. נאר נישט אזוי שיין\עלעגאנט

אפילו אויב ס'איז ברור כשמש אז איך גיי עס קויפן מיט די צייט, איז נישט ווערד צו ווארטן אביסל אויף ווען ס'איז דא א שטיקל הרחבה און דעמאלט קויפן?

זענען נישט מיינע נערוון ווערד א טויזענטער?

---------
אגב. איך ווייס נישט וויאזוי רוקן אפאר ווענט און צולייגן א קלאזעט קען קאסטן נאר 15 מיאות. די מאטעריאל קאסט כמעט אזויפיל. אפשר אויב מ'טוט עס אליינס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

הענדימען האט געשריבן:נאר אין אמעריקע זענען די אידן בני מלכים וואס מוזן האבן טייערע פורניטשער. די אידן פון אנדערע לענדער זיינען נישט אזוי חשוב

מ'קען טאקע זען אז אין אמעריקע איז דערוילעם זייער צופרידן מיט זיך און מיט וואס מ'האט משא"כ אין אנדערע לענדער

נעבעך נעבעך..
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: פורניטשער חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

כ'הער זאגן אז היינט איז שוין נישט אין סטייל צו קויפן בעדרום פורינטשער אין ווילי. קען ביטע איינער לייגן בילדער וויזוי ס'קוקט אויס א מעסטער בעדרום אן דעם? (כ'רעד נישט פון קיין חתן כלה/פורנישד דירה'ס) ווי ליגט די שפיגל?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: פורניטשער חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

די גאנצע קויפן פורניטשור פאר חתן כלה ברויך בטל ומבוטל ווערן איינמאל פאר אלעמאל.

מיר האט זייער פארדראסן די פ.אר. וואס א געוויסע קאמפעני דא לאקעל האט אנגעמאכט, מ׳האט צאם גערופען די רבנים, גענומען שיינע בילדער כאילו מיר זענען שוין אצינד אלע געהאלפענע.

פארגעס פון די אזוי געריפענע ״סמארט פעקעדזשעס״ וואס קאסט נאכאלס אפ ממון ודמים, וואס כמעט קיינער פון אינז איז ביכולת צו צאלן, אן ארומלויפן צו די האלבע שטאט פאר הלוואות...

די בעסטע און ״קליגסטע״ פעקעדזש, איז ״קיין פורניטשור״ גענוי ווי אונזערע ברודער און אייראפע אדער אין ארץ ישראל טיען חתונה מאכן.

איך האף צום באשעפער ער זאל אינז געבן די שכל צו טיען וואס איז ריכטיג, בעגלא ובזמן קרוב במהרה דידן, אמן
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”