יעני לאורעל אדער אפשר קיינע פון די צוויי...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

יעני לאורעל אדער אפשר קיינע פון די צוויי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

אינערהאלב די סי איי עי אין א האלב באלאכטענע צימער זיצט זיך א פעשער פארשוין און ציט שטארק אריין פון זיין גראבן ציגאר, ער זיפט אראפ פון זיין שטארקע קאווע און מיט א צופרידענעם שמייכל נעמט ער זיך רעדן.
ער קוקט זיך ארום אויף די מענטשן וואס זיצן ארום די טיש און גיבט א שריי אויס בילי! בילי האט זיך שטארק דערשראקן, ווער ווייסט וואס ער ווייסט שוין אויף מיר.. אפשר איז ער געוואויר געווארן אז איך ארבעט אויך פאר רוסלאנד און פאר על קאידא, ער לייגט אריין זיין שפיץ פון די פעדער אין מויל, אויב וועט זיין אויבערהאר, וועלכע איז טרויעריג בארימט מיט זיינע פייניגונג מיטלען, אים זאגן א ווארט וועגן א פארדאכט וועט ער אן קיין בלינק געבן א קליינע קיי אויפן שפיץ פעדער און עס וועט שוין נישט זיין צו וועמען צו רעדן....
אבער אנשטאט הערט ער א צופרידענע שטימע, דער באס שרייט אויס, עס איז געלונגען! די שטודיע איז א סוקסעס! יעדער איז געווען ביזי דערמיט און יעדער האט גערעדט דערוועגן, מען קען ווייטער גיין מיט די קומענדיגע שטאפל! ער האט געגעבן נאך א ציה אריין און אויסגעבראכן אין א הילכיג געלעכטער...

אין צוויי אנדערע לאקאציעס זיצן אגענטן איבערגעבויגן אויף א סקרין און האלטן מיט לעבעדיג וואס עס קומט פאר ביים מיטינג דורך די גאר סאפיסטיקירטע באהאלטענע קעמרעס אין די לענזעס פון בילי דער אגענט.

זיי דערקענען עטליכע פון ארום די טיש, אבער דער באס, ער זיצט עפעס אלס אין א טונקעלן שאטן אז מען זאל אים נישט קענען זען.
שמועות פלעגן זיך ארומדרייען אז ער איז געווען אן ארעסטאנט אין די טרויעריג בארימטע אמעריקאנע טעראריסטישע טורמעס, ווער עס גייט דארט אריין קומט נישט ארויס ביים פולן דעת! די פייניגונגען זענען רציחהדיג, מענטשליכע מענטשן קענען דאס נישטאמאל טאן, די אמעריקאנע רעגירונג דינגט מערדער פון א געהיימע טשעטשניע מאפיא גרופע וואס ספעציאליזירט זיך אין הארגענען א מענטש ביז א האר אוועק פון טויט... נאך צוויי דריי טעג דארט זיין איז יעדער מיט אן אפענעם מויל... אבער איין ארעסטאנט האט מען נישט געקענט מאכן רעדן! מען האט אים עטליכע מאל ממש געהארגעט און מחיה מתים געווען.. אבער גארנישט, נאכן זען אז גארנישט העלפט נישט איז מען זיך דורכגעקומען מיט אים, מען האט אים נישט אנגעקלאגט, מען האט אים באפרייט מיטן תנאי אז ער גייט זאגן וויאזוי ער האט דאס באוויזן, ער האט דאן מסביר געווען פאר זיינע אויספארשער אז ער האט זיך פשוט ארומגעשפילט מיט זיין מוח און אים געמאכט טראכטן פון אנדערע זאכן בשעת די פייניגונגען און אזוי ארום האט ער גארנישט געפילט.
פארשטייט זיך אז מען האט אים שוין נישט אזוי שנעל אוועקגעלאזט, מען האט אים אנגעבאטן א דשאב ביי די סי איי עי אין די מוח לאבאראטאריע, די דאזיגע דעפאטמענט געפינט זיך אין א וויסטע מדבר, ווייט אוועק פון מענטשליכע אויגן, א גאר גרויסע אונטערערדישע בילדינג מיט פארשער וועלכע זיצן און באטראכטן די גאנצע טאג מוחות פון מענטשן!
דער דאזיגער טעראריסט האט שטודירט מוחות פאר צוואנציג יאר אין איין ציה! און יעצט האט ער געברענגט גאר נוצליכע אינפארמאציע צום טיש, געוויסע פון זיינע טעאריעס האבן געמאכט גרויסע רעוואלוציעס און זענען געווען שווער צו גלייבן אבער ער איז אלס געבליבן גערעכט.
מיט די צייט האט מען אים ארויפגעריקט אין ראנג ביז ער איז אנגעקומען ביים שפיץ, די זיבן גרעסטע אין די לעב פלעגן אפהאלטן מיטינגען מיט אים, בילי איז גראדע נישט געווען קיין פראפעסאר אדער פארשער, אבער ער איז געווען א גאר שטארקער כאראקטער, ער פלעגט ארבעטן ביי די עף בי איי, און נישט געהאט צו א גרויסע פאזיציע ביי זיי, די סי איי עי האט דערזען וואס עס גייט פאר און אים אוועקגעכאפט צו זיך, ער איז געווען גאר געטריי, יעדע זאך וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף אים האט ער אויסגעפירט 100 פראצענט און ער איז צוביסלעך אנגעקומען אין די טאפ 10.

די רוסישע געהיים אגענטן האבן זיך דערוואוסט פון בילי, און זיי האבן אים ארויפגעלייגט אויף זייער פעיראלל! און נישט פאר קיין ביליגע פרייז, למעשה פלעגן זיי אים גאר אסאך נוצן, און זיי פלעגן נעמען די גאנצע לעב אויף א רייד, יעצט האבן זיי מחליט געווען אז די אמעריקאנער גייען טאן די ארבעט אנשטאט זיי, זיי האבן געוואלט וויסן אויב מען קען פארנארן די מענטשליכע מוח, זיי האבן אין די ערשטע פראבעס אריינגעלייגט אין געוויסע טעאטערס בשעת עס האט אויפגעשפילט א ווידיא אומדערהערבארע ווערטער וואס די מוח כאפט אויף אומווילנדיג, די מענטשן זענען געווארן צעווילדעוועט און שווערע געשלעגן האבן אויסגעבראכן, זיי האבן זיך נישט געקענט ספראווען דערמיט און האבן געשיקט בילי מיט אן איינפאל, ער גייט אויפברענגען די איידיע און מען וועט זען ווי עס וועט פירן די אמעריקאנער.
למעשה האטעס פאר ביליס באס זייער געפאלן, אין די ערשטע פראבעס האטעס געוויזן זייער קלארע רעזולטאטן אז מען קען פארדרייען א מוח פון א מענטש צו הערן וואס איך וויל ער זאל הערן ווען באמת זאגן מען געהעריגע ווערטער! נאך חדשים פארשן האט מען מחליט געווען אז מען קען עס טעסטן אויפן פאלק, על קאידא איז למעשה געוואויר געווארן און זיי האבן אונטערקגעקויפט בילי מיט 10 קילא גאלד.

די אגענטן האבן צאמגעשטעלן 2 ווערטער און עס ארויסעשיקט אויף טוויטער אונטער א אומשולדיגע וואויס נאוט, געוויסע האבן געהערט יעני און געוויסע לאורעל, ווען באמת האט עס נישט געזאגט קיין איינע פון די צוויי!!! די אגענטן האבן געשטוינט פון די פאקט! און זיי האבן זייער קלאר געזען אז מען קען פארדרייען די מענטשהייט און זיי הייסן טון וואס מען וויל מיטן פארדרייען ווערטער אין די וואויס.
די רוסן האבן זיך געפריידט אז די אמעריקאנער האבן געטון די פארש ארבעט פאר זיי און אויף אלע ראדיא סטאציעס האט אנגעפאנגען צו שפילן גאר געהיימע אנטי אמעריקאנע און פרא פוטין מעסעדשעס.
ווידעראום די טעראריסטן האבן דאס גענוצט צו אויפהעצן די זעלסטמערדער און זייער פלאן איז געווען צו אנפאנגען צו נוצן די טאקטיקן גאר שטארק, ווי למשל אפקויפן עדס אויף די ראדיא און די באהאלטענע מעסעדשעס זאל אריינפירן די צוהערער אין א רציחה מאוד און זיי זאלן אריינפארן צווישן די פיסגייער! ה״י

וואס קיינע פון די 3 רעגירונגען האבן זיך נישט געקענט איבערקומען איז וויאזוי די דומע מענטשן האבן זיך געלאזט פארנארן און נאך אלע פארשפרייט די יעני לאורעל וואויס נאוט....
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אין שטעטל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין שטעטל »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

אין שטעטל האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

:shock: :shock: :shock:
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מה רבו מעשיך.... אויסערן איז צוריק מיט א מאדנע געדאנק. נאך א לאנגע נעפ און גוט אויסגעשלאפן.

נעם צוריק דיין אלטן פלאץ און בלייב נאר דא.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

וועלקאם בעק!

כאניש געוויסט אז לאורעל-יעני האט צוטאן מיט די רוסישע אויספארשונג...
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

איך זעה טאקע אז דאס איז אמת, און אונזער ירום הודו האט טאקע געהערט אן אנדער ווארט
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

קען אפשר איינער ברענגען א רעקארדינג פון די ווארט און די עולם זאל דא קענען זאגען וואס זיי הערען יעני אדער לאורעל יישר כח
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

העלאו האט געשריבן:קען אפשר איינער ברענגען א רעקארדינג פון די ווארט און די עולם זאל דא קענען זאגען וואס זיי הערען יעני אדער לאורעל יישר כח
אטעטשמענטס
Picture0522182248951.jpg
Picture0522182248951.jpg (62.96 KiB) געזען 2116 מאל
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:קען אפשר איינער ברענגען א רעקארדינג פון די ווארט און די עולם זאל דא קענען זאגען וואס זיי הערען יעני אדער לאורעל יישר כח


געוואלדיג
אויף די רעקארדינג זעה איך עס איז שוין דא א אנדערע אשכול
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

איך ליין עס ''יאמי'' ווייל עס איז א שיינע יודישע נאמען
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

העלאו האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:קען אפשר איינער ברענגען א רעקארדינג פון די ווארט און די עולם זאל דא קענען זאגען וואס זיי הערען יעני אדער לאורעל יישר כח


געוואלדיג
אויף די רעקארדינג זעה איך עס איז שוין דא א אנדערע אשכול

לינק?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:לינק?

viewtopic.php?f=3&t=36923
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שוין געהערט אז מ'הערט אנדערע ווערטער [אדער מאדנע קולות וואס הייסן טוען געוויסע זאכן...] אבער אז כ'זאל "זען" אויסי?? נאך איינער זעט דאס?
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

;l;p- ;l;p- ;l;p- יישר כח
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

;l;p-
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol:
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOW WOW WOW
WELCOME BACK TO THE CLOB
BACK TO WORK......
כ'קען נישט גלייבן אז אונז האב מיר דא אויסערן.
מיר קוקן ארויס אויף אייער השתתפות דא.
קודם זייער שיין און געשמאק געשריבן.
און ביטע זייט ווייטער ממשיך מיט די מה רבו מעשיך ה', מיר האבן דאר הנאה געהאט פון אייערע ווערק.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”