דער סוד פון שלום בית

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:53 pm

נאך א קליינעם דערהער, וואס איז מיר אויסגעקומען צו הערן, דורך שמועסן מיט פראסיאנאלען אין עטליכע פעלדער פון די סאושעל ווארק פלאטפארמע.
ווען עס קומט צו אומפארשטענדליכקייטן צווישן דאס פארפאלק (פייט בלע"ז) דאן ברויך מען וויסען עטליכע זאכען וויאזוי זיך צו אויפפירן ווען מען האט שוין נישט קיין כח... זיך מער צו קריגען.
מען מוז נישט אננעמען די שולד, אזוי אום זאגען איים סאררי, און יענעם גערעכט געבן. מען קאן סתם איבערבעטן אויף די אומבאקוועמליכקייט וואס איז ארויסגעקומען דורך זיך נישט פערשטיין איינרם דעם צווייטן.
מען מוז נישט אנווארפען די שולד אויף די צווייטע זייט, אזוי אום צו בלייבן גערעכט, ווייל דאס וועט נאר מער וויי טוהן פאר די בן/בת זוג.
בוי זיך זעלבסט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:54 pm

ווען אייער קינד איז אקארשט געבוירן טוט איר אנטוויקלען אן אהבה צו אים באזירט ווייל איר גלייבט די שפיטאל באאמטע אז די קינד וואס זיי האבן געברענגט איז אייערס און נישט פון איינעם אנדערש

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:55 pm

איינס האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:ביי אייגענע קינדער איז יא דא פיזישע שייכות {ווי איר אליינס האט שוין דערמאנט} מיט דעם וואס א קינד קומט פונעם טאטן...


אונזער עבודה איז צו גלייבן אז אונזער ב"ב איז אויך אריגינעל א חלק פון אונז


מיט גלייבן קען מען נישט ליב האבן און לעבן מיט א צווייטן
אויב האב איך נישט ליב ברויט, וועלן תרי"ג מאל תרי"ג מצוות מיר נישט מאכן ליב האבן ברויט.
אבער מצד שני אויב פארנעם איך נישט ברויט און איך עקל זיך אפילו צו קוקן אויף דעם, און איך וועל עסן צוועלעף חדשים יעדן טאג ברויט, וועל איך עס שוין איינמאל ליב האבן, און נאך מער פון דעם איך וועל נישט קענען אריבער גיין א טאג אן דעם.

וואס? די סעקונדע וואס איך וועל זעהן עפעס אנדערש צו עסן, וועל איך נישט קוקען אויף די ברויט...

נישט ווען דו האסט געגעסן 12 חדשים יעדן טאג!

דאן ברויך מען נישט קיין וואקאציע, שבת, יו"ט, נאכט, און טאג. גיי אלעס אויפן זעלבן סיסטעם און דריי זיך ארום די זעלבע זאך 365/7/24. ווייל אז מען טוט עס אייביג אנע ריר אוועק, דאן ברויך מען נישט עפעס אנדערש
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:ווען אייער קינד איז אקארשט געבוירן טוט איר אנטוויקלען אן אהבה צו אים באזירט ווייל איר גלייבט די שפיטאל באאמטע אז די קינד וואס זיי האבן געברענגט איז אייערס און נישט פון איינעם אנדערש

אין די שפיטאל ווי מיין פרוי גייט, ברענגט מען איר נישט אריין א קינד און מען זאגט איר אז דאס איז אירס... אלזא, זי ווייסט וועמענס דאס איז אנע זייער עדות'שאפט...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:ווען אייער קינד איז אקארשט געבוירן טוט איר אנטוויקלען אן אהבה צו אים באזירט ווייל איר גלייבט די שפיטאל באאמטע אז די קינד וואס זיי האבן געברענגט איז אייערס און נישט פון איינעם אנדערש

געבעיסט אויף דעם וואס איך ווייס וויפל כח איך (אדער ריכטיגער אונז) האבן אריינגלייגט ביז מאיז אנגעקומען ביז אהער
הגע עצמך ווען געבוירן א קינד וואלט געווען א פראסעס פון צוויי סעקנדס אנשטאט ניין חדשים, וויפל אהבה וואלט דער טאטע און מאמע געהאט צום קינד אין די סעקנד וואס ער האט געבוירן. זיי וואלטן עס נישט אוועק געגעבן, זיי וואלטן עס געהדעוועט, אבער אהבה וואלט נישט געווען ביז עס וואלט אריבער א וויילע וואס זיי וואלטן געלעבט מיטן קינד
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:05 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:06 pm

דאן זאג ווי פאלגענד.
ברויט, אקעי. די זעלבע סארט ברויט, אויך בסדר. אבער איין טאג מיט אייער שפייז, איין טאג מיט פוטער, און א אנדערע טאג מיט גארליק פוטער.
און נאך איין קלייניגקייט. די ברויט פון וואס דו רעדסט, איז יעדן טאג פריש געבאקען... נישט ביי דיר אויפן קאונטער מראשית השנה ועד אחרית שנה...
בוי זיך זעלבסט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:09 pm

צו געזונט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ווען אייער קינד איז אקארשט געבוירן טוט איר אנטוויקלען אן אהבה צו אים באזירט ווייל איר גלייבט די שפיטאל באאמטע אז די קינד וואס זיי האבן געברענגט איז אייערס און נישט פון איינעם אנדערש

אין די שפיטאל ווי מיין פרוי גייט, ברענגט מען איר נישט אריין א קינד און מען זאגט איר אז דאס איז אירס... אלזא, זי ווייסט וועמענס דאס איז אנע זייער עדות'שאפט...

טאנצט נישט אויף די ווערטער און זייט אייך מתבונן אין די נקודה א טאטע וואס איז געווען אפוועזנד פון שטוב פאר חדשים פריער און לו יצויר איר האט נישט קיין מעגליכקייט צו זעהן אייער קינד בעפאר עס ווערט ארויסגעברענגט פון קינדערגארטן צימער אנטוויקלט זיך א שיינע אהבה

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:14 pm

מענטשן בלייבן שטעקן מיטן טעות אז אן השקעה און נתינה איז נישטא קיין אהבה עס איז א שאד אונזער צייט ווילאנג איר קריכט נישט ארויס פון יענע הנחה

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:17 pm

צו געזונט האט געשריבן:דאן זאג ווי פאלגענד.
ברויט, אקעי. די זעלבע סארט ברויט, אויך בסדר. אבער איין טאג מיט אייער שפייז, איין טאג מיט פוטער, און א אנדערע טאג מיט גארליק פוטער.
און נאך איין קלייניגקייט. די ברויט פון וואס דו רעדסט, איז יעדן טאג פריש געבאקען... נישט ביי דיר אויפן קאונטער מראשית השנה ועד אחרית שנה...

לעניננו?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:מענטשן בלייבן שטעקן מיטן טעות אז אן השקעה און נתינה איז נישטא קיין אהבה עס איז א שאד אונזער צייט ווילאנג איר קריכט נישט ארויס פון יענע הנחה

אהבה-געוואינהייט און געפיל
עס ווערט געבויעט דורך השקעה און נתינה

אויב האלטסו אנדערש פליז זיי מגדיר וואס איז דאס אהבה און ויאזוי קומט מען צו צודעם?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:24 pm

א מענטש האט א נאטורליכע אהבת עצמו און אלעס וואס ער שפירט אלץ חלק פון זיך ווי למשל זיינע קינדער
ארדרבה איר זענט מכובד צו ברענגן א מקור אז אהבה בויעט מען מיט נתינה

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג יוני 01, 2018 12:51 am

לאמיר איצט גיין צום צווייטן שטאפל, אז אויב פאסירט... יא א מיספארשטענדעניש, דאן איז דאך איינער וואס האט דאס אנגעמאכט, איז וויאזוי זעהט מען זיך ארויס דערפון אנע זעהן ווער איז שולדיג, און אויטאמאטיש איז דאך אנדערע זייט גערעכט, וואס דאס מאכט יענעם שפירען א פארלירער און וועט אלעס טוהן צו צייגען אז מען איז גערעכט און אז די אנדערע זייט איז גאר שולדיג, וחוזר חלילה. און אז דאס זאל נישט נאכאמאל פאסירן און מאכען נאך א קריגעריי.

איז די צוגאנג ווי פאלגענד. נישט "ווער" איז שולדיג, נאר "וואס" איז שולדיג. וואספארא זאך האט פאסירט וואס האט געמאכט א שטיקל אנגעצויגנהייט און דערווייטערונג צווישן דאס פארפאלק.

פארזעצונג קומט בעז"ה
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » פרייטאג יוני 01, 2018 4:45 am

"להודיע"]
אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אמאל פון א ראש ישיבה 3 זאכן וואס ער זאגט פאר זיינע תלמידים וואס פרעגן די עיצה פאר א גיטן שלום בית
1 אלעמאל אויפשטיין פאר די ווייב, ווען זי שטייט אויף זאל זו נישט טרעפן די מאן נאך שלאפן
2 אלעמאל אהיים קימען מיט א שמייכל, נישט קיין חילק ווי אזוי די טאג איז געווען
3 נישט קיין ליידיג און דערהיים קיינמאל, קענסט טיהן סיי וואס אבער נישט קיין ליידיג


נומער איינס און דריי איז פונקט גוט פאר שנה ראשונה ווען מען לעבט אן אנגעשטעלטע פעיק לעבן. ס'איז טאקע וויכטיג דעמאלט אזוי זיך אויפצופירן אבער ברוב השנים אויב האט מען אמת'ע שטאנדהאפטיגע שלום בית דעמאלט איז דאס בכלל נישט דער שליסל.[/quote]

נו ס'איז דאך א ראש ישיבה גערעדט צו זיינע בחורים....
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג יוני 01, 2018 7:06 am

הכל הבל האט געשריבן:מענטשן בלייבן שטעקן מיטן טעות אז אן השקעה און נתינה איז נישטא קיין אהבה עס איז א שאד אונזער צייט ווילאנג איר קריכט נישט ארויס פון יענע הנחה

גערעכט. און מען קאן דאס זעהן ביי א פיצל אומבאהאלפן קינד וואס מען וועט שמייכלען צו דאס קינד, גלעטן און אלעס טוהן עס באקוועם צו מאכען, אנע חשבון פון צוריקקריגען עפעס.
לעניננו. מען קאן האבען א שטארקן סיפוק, בעצם גאר שטארק, ווען מען געט פאר יענעם און יענער האט שטארק הנה דערפונען. נאר וואס דען, מען וויל נישט צוריקכאפען שלעק דערפאר, און איבער דעם קומט גאר אן עקסטערן שמועס, ווען מען איז/וויל זיין באמת וואיל צו די צווייטע זייט און מען כאפט צוריק שלעק כמו שצריך.
איבער דעם אין א אנדערע סעסיע.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג יוני 01, 2018 10:31 am

הכל הבל האט געשריבן:א מענטש האט א נאטורליכע אהבת עצמו און אלעס וואס ער שפירט אלץ חלק פון זיך ווי למשל זיינע קינדער
ארדרבה איר זענט מכובד צו ברענגן א מקור אז אהבה בויעט מען מיט נתינה

א מקור פאר דעם.... קוק דיך ארום.
אבער ניין נישט "נאר" מיט נתינה והשקעה אדער נתינה וקבלה.
אהבה איז אזוי ווי דו האסט זייער גוט ארויס געברענגט "ליב האבן זיך אליין". ליב האבן א צווייטן מיינט "צוקומען צו פילן אז יענער איז א חלק פון זיך אליין".
אלע אנדערע אהבות מיינט נישט ליב האבן יענעם, נאר דו האסט ליב אז דיר גייט גוט. און דערפאר "איך האב ליב פלייש" מיינט איך האב מיר ליב ווען איך עס פלייש= סמאכט מיר גוט ווען איך עס פלייש. וכו' וכו' מיט אלע אנדערע.
אבער די גרויסע שאלה איז ווי אזוי קומט מען אן צו דעם?
און ניין נישט מיט אמונה אז דאס איז מיין קינד, נישט מיט גלייבן אז דאס איז מיין באשערטע, און נישט מיט זיך אנטרעפן אין א שיינע זאך וואס איך גלייך עס.
וואס יא די אויבן דערמאנטע קען אנהייבן די וועג צום אהבה, דהיינו אויב האט מיר מיין טאטע צוזאם געשטעלט מיט א פרוי (מאיזה סיבה שיהיה, צו ווייל זי איז שיין, אדער אז זי האט יחוס אדער איר טאטע האט געלט), באקום איך א געפיל צו די זאך, און איך וויל סזאל זיך אויסארבעטן. אבער נאך צוויי חדשים ווען איך האב אויפגעשטאנען אין א בעד מאד אין סכאפט מיר נישט דעמאלטס אז איר טאטע האט געלט אדער די אנדערע זאכן, געשעהט וואס געשעהט.
אבער אויב גייט אריבער י"ב חודש ווער איך צוגעוואוינט=עדיקטעט אז דאס איז א חלק פון מיין לעבן, און דאס איז ליבשאפט אהבה. דעמאלטס ווען איך שטיי אויף אין א בעד מאד אינטרעסירט מיר טאקע נישט איר שיינקייט אדער יחוס אבער עס איטערסירט מיר יא אז מיין פלג גופא זאל זיין צורידן פשוט ווייל דאס גיי מיר אליין ווייטוען.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג יוני 01, 2018 10:38 am

קוק צוריק וואס איך פריער געשריבן
שנה ראשונה מיינט 12 חדשים פון גוט לעבן, אויב יעדן צוויטן טאג האט מען זיך געשלאגן, וויאזוי זאל איך זיך "צוגעוואוינען" צו איר?, [אדרבה דו געוואונסט זיך צו צו האבן א אהבה צו די פייטס]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 01, 2018 10:48 am

לויט אייך איז די ערשטע יאר נאכנישט שייך קיין אהבה ווייל מען איז נאכנישט צוגעוואוינט נאר מען צווינגט משקיע זיין אין נתינה און שלינגען יענעם אלץ מיטן ציהל אז נאך צוועלף מאנאטן וועט מען שוין שפירן ווי עס וויל זיך אליין אזוי ממשיך זיין...
איך הער.. אבער איך בין מחולק

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג יוני 01, 2018 11:04 am

הכל הבל האט געשריבן:לויט אייך איז די ערשטע יאר נאכנישט שייך קיין אהבה ווייל מען איז נאכנישט צוגעוואוינט נאר מען צווינגט זיך צו זיין פיל אינאיינעם משקיע זיין אין נתינה און שלינגען יענעם אלץ מיטן ציהל אז נאך צוועלף מאנאטן וועט מען שוין שפירן ווי עס וויל זיך אליין אזוי ממשיך זיין...

בדיוק!
נאר א קליין הערה : נישט מפארסט זיך נאר מהאט א אהבה התלויה בדבר [קרי: איך האב מיר ליב צו האבן א גוטע ווייב, איך האב מיר ליב צו האבן א ווייב וואס איר טאטע האט געלט וכו'], און נאך א יאהר ווערט עס א אהבה שאינה תלויה בדבר, נאר איך האב ליב מיין ווייב ווייל זי איז מיין ווייב, וכן פאר אלע אנדערע אהבות פון א קינד אדער חבר.

און א ראיה האב איך געברענגט פון ואהבת את ה אלקיך און פון שנה יהיה נקי לביתו
ביסט מחולק זיי מסביר פארוואס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 01, 2018 11:07 am

ואהבת איז נישט קיין ראי' עס איז אייער אייגענע פשט שנה יהי' האב איך פריער ערווענט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג יוני 01, 2018 11:09 am

הכל הבל האט געשריבן:ואהבת איז נישט קיין ראי' עס איז אייער אייגענע פשט שנה יהי' האב איך פריער ערווענט


איך זעה אבער נישט וואו אונז זענען מחולק

ווי אזוי האלסטו קומט מען אן צו אהבה, און וואס פונקטליך ביסטו מגדיר אלטס "אהבה"
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 01, 2018 11:11 am

ליין אונזער ארגינעלער ארטיקל

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג יוני 01, 2018 11:13 am

דו האסט נישט אנגעוויזן ווי אזוי אנצוקומען צו דעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

גאסט
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

תגובהדורך גאסט » פרייטאג יוני 01, 2018 11:20 am

דער געדאנק פון שנה ראשונה אז ס'זאל אויסבויען די אהבה שטייט אין חינוך
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
Untitled.jpg (46.09 KiB) געזעהן 1015 מאל
לעצט פאראכטן דורך גאסט אום פרייטאג יוני 01, 2018 11:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 01, 2018 11:21 am

מיט אמונה א געדאנק מיט וואס איר זענט מחולק

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 01, 2018 11:23 am

יישר כח פארן אנצייכענען די באקאנטע חינוך מיר האבן אבער גערעדט פונעם חלק העבודה שבלב ומח נישט קיין סתירה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט