דער סוד פון שלום בית

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » פרייטאג מאי 25, 2018 4:34 pm

Kosher Travel האט געשריבן:זייער שיין באשריבן. אויב איך מעג שרייבן מיין תורת שלום בית:

קויף בלומען איעדע ערש"ק.
נעם אסאך אויף וואקאציע.
קריעג זיך נישט ווען זי ספענדט. עס העלפט נישט.
מאך אויף א ספר כאטש אויף א פאר מינוט אפאר מאהל א וואך.
געב, געב, און געב נאכאמאהל (אלעס, געלט, געדולט, וכו).
און דאס איז עס!

מען רעדט דא פון זיין "נאנט" און קענען דערליידן יענעם מיט אלע עוולות
און די רעדסט פון גאר עפעס אנדערש, נעם, נעם, און נאכאמאל נעם, און זיי העפי, דאס גייט נישט ברענגען אהבה, ס'האט גארנישט מיט שלום בית

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 27, 2018 11:07 am

Kosher Travel האט געשריבן:זייער שיין באשריבן. אויב איך מעג שרייבן מיין תורת שלום בית:

קויף בלומען איעדע ערש"ק.
נעם אסאך אויף וואקאציע.
קריעג זיך נישט ווען זי ספענדט. עס העלפט נישט.
מאך אויף א ספר כאטש אויף א פאר מינוט אפאר מאהל א וואך.
געב, געב, און געב נאכאמאהל (אלעס, געלט, געדולט, וכו).
און דאס איז עס!

הכל הבל... :grin:

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג מאי 27, 2018 11:25 am

געהערט אמאל פון א ראש ישיבה 3 זאכן וואס ער זאגט פאר זיינע תלמידים וואס פרעגן די עיצה פאר א גיטן שלום בית
1 אלעמאל אויפשטיין פאר די ווייב, ווען זי שטייט אויף זאל זו נישט טרעפן די מאן נאך שלאפן
2 אלעמאל אהיים קימען מיט א שמייכל, נישט קיין חילק ווי אזוי די טאג איז געווען
3 נישט קיין ליידיג און דערהיים קיינמאל, קענסט טיהן סיי וואס אבער נישט קיין ליידיג
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 27, 2018 11:32 am

זייער ריכטיג!
אבער די אלע פונקטן זענען "איר" צו האלטן צופרידן..
מיר זוכן אז ביידע זאלן האבן א חיים טויבים און זוכה זיין מכיר צו זיין דעם אמת אז מיר זענען איין אויף אן אמת.

געוויס זענען די רעקאמענדאציעס פון אייער ראש ישיבה נאך אלץ וויכטיג און אין פלאץ

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג מאי 27, 2018 9:41 pm

הרב הכל הבל,

כאב אייך געאישית פרייטיג, ביטע ענפערן.

(א ביסל אזא קאנטריווערסיעל געדאנק, כקען אישי`ן לכל מי שרוצה)

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 27, 2018 10:00 pm

AdultAdhd האט געשריבן:האט שוין איינער באמערקט אז ווען מען רעדט פון שולום בית אין חינך הבנים מיינט יעדער איינער אז ער האט אנדעקט די סוד?

אבער איך וועל אייך מגלה זיין די אמת סאיז נישט קיין סוד, למשל ווען מען פארקויפט ווען שטריימליך אין פארמאכטע באקסעס אין מען קען זיך נישט וועלען, אין דער דארער אינגערמאן באקימט פין קרויס א ברייטער שטריימעל אין ער זעהט אויס פורימדיג נאכדעם גייט ער צו מיללער אין סגעלונגט אז די שטריימעל פיט, מיינט דאס אז מיללער פארקויפט שענערע שטריימליך וויא קרויס ?

חינך אין שלום בית איז נישט א ONE SIZE FITS ALL סאיז אסאך גרינגער א שטריימיל פון א פארמאכטע באקס זאל פיטן, וויא א חינך אדער שלום בית געדאנק וואס האט געארבעט פאר איינעם זאל דיר פיטן,

עס איז דא א יוצא מן הכלל, זאכן וואס העלפט פאר יעדען אדער שאדט פאר יעדען

איך מיין ניטאמאל דעי ארטיקל איך האב עס נישט פאשטאנען

דורכליינענדיג אייער תגובה האב איך פארשטאנען אז איר האט נישט פארשטאנען..
כדאי איבערצוליינען א צווייטע מאל און אין א מינוט ווען דער מח איז מיושב פון זייטיגע טירדות

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 27, 2018 10:11 pm

נו שוין האט געשריבן:הרב הכל הבל,

כאב אייך געאישית פרייטיג, ביטע ענפערן.

(א ביסל אזא קאנטריווערסיעל געדאנק, כקען אישי`ן לכל מי שרוצה)

מיר וועלן בלי נדר פרובירן מארגן צו ענטפערן בעז"ה.

אויף דערוייל.. שב ואל תעשה.. :wink:

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג מאי 27, 2018 10:50 pm

איך האב אויך אנדעקט א סוד . . . אז יא ס'איז דא גוטע קורסעס
נאך א סוד אז ס'איז ווייניג, און נישט יעדער דארף עס
אין נישט יעדע זאך וואס איז עדוועטייזד, דארף מען האבן וואס צו זאגן. . .
מ'קען סתם אריבערמישן. . .
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » מאנטאג מאי 28, 2018 1:36 pm

א הערלכע געדאנק, וואנדערבאר געשריבן

יש"כ

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 28, 2018 1:50 pm

א הארציגן יישר כח פאר אלע גוטע ווערטער דא און אין אישי, צום האפן עס זאל דערלייכטערן פאר אידישע קינדער.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 28, 2018 2:01 pm

הכל הבל האט געשריבן:שלום וברכה.
בעז"ה וועלן מיר פרובירן מיטצוטיילן געדאנקן איבער "שלום בית" א נושא וואס דערמאנט ביזנעס אין וואשינגטאן... all talk, no action מענטשן רעדן דערפון דורכאויס, גייען צו אזויפיל שיעורים, הערן אויס טעלעפאן קאנפערענצן, אבער נאך אלעם מפטירין כדאתמול, אנשטאט זיך איינמאל פאר אלעמאל באקענען מיט די "סוד פון שלום בית" און דערנאך עס פראקטיצירן אין אייגענעם לעבן, איז מען פארנומען א גאנץ לעבן געוואר צו ווערן וואס איז דאס שלום בית..
סיבה צום פראבלעם:
די פלייץ פון קלאסן,ביכער,ליניעס,ברענגט צומישעניש אנשטאט ישוב הדעת. מענטשן ווערן זייער איבערגענומען הערנדיג איבער פרישע מעטאדן וואס ווערן פרעזענטירט מיט לעבעדיגע ביישפילן באגלייט מיט הומאר. אין טייל פעלער פרובירט מען צו "עקסערסייזן" וואס מען האט געלערנט ביז.. מען הערט אויף און מען פארגעסט.. און מען לאזט זיך ארויס אויף די יאגד זוכן די .brand new method
קלארשטעלונג:
מיר מיינען נישט צו קריטיקירן קיינעם, נישט די וואס גיבן הילף און נישט די וואס נעמען הילף און שפירן ווי עס ארבעט, אדרבה, זאלן זיי זעהן ווייטערדיגע הצלחה. מיר רעדן בלויז צו די וועלכע האבן שוין פרובירט און געזוכט אבער אן ערפאלג.
לעזונג:
מענטשן מוטשענען זיך מיט פילע סארטן פראבלעמען, טייל זענען מער שכיח'דיגע און טייל מער זעלטן. געוויסע פראבלעמען זענען נייע ערשיינונגען אין רעזולטאט פון אונזער וועלטל וואס איז געווארן אזוי קאמפליצירט און פארדינען פילייכט מער פראפעסיאנאלע הילף.
דאן איז אבער דא אור אלטע פארמעסטונגען וואס באגלייטן מערסטנס מענטשן זינט די וועלט באשאף אלץ א חלק פון איר נאטור.
צו זאגן אז צו באהאנדלען אזאנע פראבלעמען איז אנגעוואנדן אין אן ערפינדונג פון 2018 איז אבסורד. צו זוכן לעזונגען צו באקעמפן "העקינג אויף קאמפיוטערס" איז זייער אין פלאץ אבער "חינוך אדער שלום בית" איז עפעס וואס איז נישט אין אט די קאטעגאריע.
אלזא, מיר דארפן אנערקענען אז "שלום בית" איז א "טשאלענדזש" אין די עלטער פון אדם און חוה און איר לעזונג איז נישט קיין מינוט יונגער. די "סוד צו שלום בית" איז דייקא פרימיטיוו און איינפאך.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז איר פשטות וועט אנטוישן ערווארטונגען פאר "א באמבע לייזונג" אבער מיר דארפן זיך פרעגן צו נאך יארן פון דורכפאל זוכן מיר נאך אלץ בליציגע מעטאדן אדער זענען מיר גרייט צו שענקן א שאנס פאר פשטות אין אמת צו זיין אפעקטיוו?
זענען מיר גרייט צו פארשטעקן אונזער צינישע און מיואש'דיגע געדאנקנגאנג אין שופלאד (נעה.. איך האב דאס געוואוסט,) און פרובירן אריינצוקריצן ביי זיך אין קאפ "די טיפקייט פון די אזוי איינפאכע מציאות" (יא, וואס דו ווייסט שוין פאר אזוי לאנג אבער בלויז אלץ אן אויבערפלעכליכע ידיעה בעלמא) און עס אימפלימענטירן אלץ נאטורליכע חלק פון אונזער הילוך המחשבה?
"דער סוד פון שלום בית"
אין די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז ליבשאפט צווישן א פארפאלק איז וואס פאראייניגט מאן און ווייב, "פאראייניגט" באדייט מאכן צוויי ווי איין. מיר הערן אפט אז "עס הערשט אזא שטארקע אהבה צווישן צוויי מענטשן אזש זיי זענען ממש ווי איין. פון די זייער אנגענומענע מהלכים צו בויען אהבה איז נתינה, מענטשן צייגן אן אז עלטערן האבן אן אויסטערלישע אהבה צו די אייגענע קינדער צוליב די תמידיות'דיגע כוחות וואס מיר זענען אין זיי משקיע.
שטעלט זיך די פראגע, א טאטע וואס צוליב סיי וועלכע אורזאך איז אפוועזנד פון שטוב אין די חדשים ארום די געבורט פון זיין קינד, וועט נישט ליב האבן זיין קינד?? געוויס טוט נתינה צוהעלפן און פארשטערקערן אהבה אבער איז קלאר "נישט" איר יסוד. נו, פארוואס ווען א טאטע זעהט זיין קינד צום ערשטן מאל ביי די דרייצן יאר איז דא אהבה?
די ענטפער איז, "מיר זענען סעלפיש", קיינער מוטשעט זיך נישט צו פארשטיין פארוואס מיר האבן ליב זיך זעלבסט, אבער די ליבשאפט צו אונזערע קינדער קומט פון גענוי די זעלבע מקור, מיר פארשטייען און שפירן אז אונזערע קינדער זענען נישט נאך א חפץ וואס מיר פארמאגן, נאר א חלק פון אונז ממש,און ווען מיר זענען סעלפיש איז עס כולל אונזערע קינדער " אלץ פארט אף אוער סעלף"
אנטשולדיגט אויב איר שפירט זיך געטראפן מיט די אויבנדערמאנטע הנחה, אבער עס ווערט קלאר ערווענט אין חובת הלבבות (בהקדמה לשער עבודת אלקים) אז טובת האב לבנו מן הידוע כי הוא מכוין לתועלת עצמו בו כי הבן נתח מהאב וכו' יעיי"ש ווי ער איז מבאר אז לויטערע אהבה אן נגיעות איז נאר גילטיג ביי השי"ת.
אצינד, באטראכטנדיג די אהבה צווישן א פארפאלק מיט די ברילן פון די אלגעמיינע גאס,זעהןמיר צוויי ערוואקסענע מענטשן וואס האבן באשלאסן צו לעבן אינאיינעם. וויפיל מען וועט עס באצייכענען אלץ ממש ווי איין איז איר באדייט אז זיי זענען צוויי באזונדערע אינווידועלן גאר נאנט צווישן זיך, אזוי נאנט ווי צוויי זאכן קענען זיך צוזאמקומען.
אבער ווען מיר קוקן מיט א אידישע בליק ווייסן מיר אז יעדע שידוך איז באשערט, און נישט בלויז אז די צוויי זאלן זיך צוזאמפארן נאר זיי זענען אייגענטליך געווען איין, און געווארן צוטיילט אין צוויי באזונדערע גופים. זינט מיר באטראכטן אונזער "גוף" ווי אונזער הויפט "איך" איז שווער צו פארשטיין אז צוויי גופים זענען איין. אויב אבער מיר וועלן חזר'ן אז נישט אונזער גוף איז וואס מיר זענען, וועלן מיר פלוצלינג אנהויבן טראכטן פון שכר ועונש פון אונזער אמת'ע תפקיד א.א.וו., אבער פונקט אזוי דארפן מיר גלייבן חז"ל אז מאן און ווייב זענען אריגינעל געווען, און אויף אן אמת פארבליבן, איין.

מיר דארפן דאס טיף ארייננעמען אין קאפ, אז פונקט ווי מיר זענען "סעלפיש" צו אונזערע קינדער נאכדעם ווי השי"ת האט איינגעפלאנצט אין אונזערע אינסטינקטן א נאטורליכע הרגשה אז זיי זענען א חלק פון אונז, איז אונזער אייגענע עבודה צו אנטוויקלען אקוראט די זעלבע געפיל צו אונזער שותף אין לעבן.
מיר קענען האבן צער און ווייטאג פון א געוויסע אויפפירונג, אבער מיר דארפן עס באטראכטן ווי א קינד וואס איז גורם עגמת נפש אדער ווי א צושניטענע האנט. עס קען זייער וויי טוהן אבער עס וועט זיך קיינמאל נישט אריינכאפן אין געדאנק אפילו פאר א סעקונדע אדער אלץ א וויץ אז מעגליך וואלט בעסער געווען נישט צו געבוירן אזא קינד אדער אפשר זאל מען פטור ווערן פון אזא האנט, ווייל אזא מחשבה וואלט באדראעט מיין "איך". מיין קינד/האנט זענען א חלק פון מיר טראץ די געפערליכע ווייטאג.
אין שלום בית דארפן מיר זיך איבן אויף אט די נקודה, און ווען מיר קענען דאס עררייכן קוקן מיר אויף יעדע מיספארשטענדעניש גאר אנדערש, מיר ווערן "קיינמאל" נישט באפאלן מיט עגבערנישן אין קאפ 'צו איז די שידוך נישט געווען א טעות?' א.א.וו.
מענטשן האבן אומרעאליסטישע ערווארטונגען און שטרעבן צו ווערן "אויס סעלפיש", אבער אויב וועלן מיר ווארטן ביז מיר גרייכן אזא ציהל פארלירן מיר טייערע יארן און אונזער לעבן. מיר קענען אויסוועלן אן עבודה מיט פיל מער שאנסן צו מצליח זיין אין א קורצערע תקופה. אן עבודה וואס איז אן אמת'דיגע מציאות לויט חז"ל.
אונזער עבודה אין קורצן איז צו בלייבן סעלפיש אבער ארייננעמען אונזער לעבנס שותף אין אט די סעלפישנעס גענוי ווי מיר טוען מיט אונזערע קינדער.
נישט ווייל מיר האבן זיך ליב זענען מיר איין, נאר ווייל מיר זענען איין האבן מיר זיך ליב!!!

א גוטן טאג און פיל הצלחה!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 28, 2018 2:03 pm

נארוואס איבערגעשיקט אריגינעלער ארטיקל און בלויז פארבעסערט גרייזיגע גראמאטיק צו פארגרינגערן פאר פרישע ליינער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג מאי 29, 2018 6:16 am

צו דער זאך... צום פינטעל!
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 30, 2018 1:20 pm

אלץ נוצליכע טיפ: מיר זענען געוואוינט צו הערן אז כדי צו פארשטיין אונזער ב"ב דארפן מיר פרובירן צו נוצן געפיל, דהיינו פילע ארגומענטן ווערן געשאפן נאך וואס דער מאן'ס לאגיק איז אומאיינשטימיג מיט די פרוי'ס געפיל.
און עס איז ריכטיג אז מיר דארפן געדענקן אז מיר קענען נישט נוצן "בלויז" אונזער לאגיק צו פארשטיין פארוואס די ב"ב דארף יעדע שני וחמישי נאכאמאל געלט פאר מלבושים על אף וואס די שאפעס זענען פיל עד אפס מקום, ווייל בלויזע לאגיק דיקטירט צו זאגן "עד כאן"אין די צייט וואס עס איז בכלל נישט די ריכטיגע ענטפער.
וואס מיר ווילן אבער דא מיטטיילן מיט ידידים איז אז "נוצן געפיל" איז נישט בלויז צו פארשטיין זייערע געברויכן, מיר קענען עס פארוואנדלען אין א נוצליכע געצייג גאר פאר אונזערע אינטערעסן!
אין פאל א מאן שפירט אז ער וויל עפעס אויספירן אין שטוב און עס איז אים אמת'דיג וויכטיג און שפירט אז עס איז ממש נישט מעגליך אנדערש אבער וויפיל ער איז עס מסביר איז ער נישט מצליח איר אריבערצוברענגן אויף איין בלאט מיט אים.
אין אזא צייט איז כדי ארויסצונעמען די "געפיל" קארטל און אנשטאט מסביר זיין מיט שכל פרובירט אויסצודריקן ווי שווער עס פאלט אויף אייך וכדומה, א פרויס רגש איז נישטבאגרעניצט בלויז צו זיך זעלבסט, עס איז איר שפראך, צו פארשטיין צו זיי פאדערט זיך געפיל, און יא, זיי פארשטייען אנדערע אויך מיט געפיל!
מיר פארשפרעכן נישט באלדיגע רעזולטאטן אין א לאנג אנגייענדיג עקשנות'דיגע געראנגל אבער עס איז זיכער געוואונטשן צו פרובירן אזא צוגאנג.
הצלחה רבה!

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מיטוואך מאי 30, 2018 4:59 pm

גראדע כ'האב הנאה פון דעם שנירל, מ'קען אסאך זאכן דא אויסשמועסן, אבער צודעם דארף מען א פאלשן ניק, ווארום דאס אמת'דיגע איז אביסל באקאנט.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

א גרויסן ישר כח פאר כבוד הרב הכל הבל פאר די זאכליכע דיבורים! און מען קען דעם גאנצן ארטיקל אריינלייגן אין 3 ווערטער: ואהבת לרעך כמוך!! און ווי דער הייליגער רמ"ק שרייבט איז שלום בית דער שפיץ פון די דאזיגע מצות עשה.
וואס עס פעלט לכאורה אין אייער ארטיקל איז, אביסל מער ביאור אינעם קאנצעפט פון האבן אמת'ע אהבה צו עמיצן וואס האט מיט דיר קיינמאל נישט געהאט קיין שום פיזישע שייכות, סיידן אויב איז עס אהבה רעה (לייען: תאווה), וויאזוי ארבעט אזא זאך?
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום דאנארשטאג מאי 31, 2018 1:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג מאי 31, 2018 5:28 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אמאל פון א ראש ישיבה 3 זאכן וואס ער זאגט פאר זיינע תלמידים וואס פרעגן די עיצה פאר א גיטן שלום בית
1 אלעמאל אויפשטיין פאר די ווייב, ווען זי שטייט אויף זאל זו נישט טרעפן די מאן נאך שלאפן
2 אלעמאל אהיים קימען מיט א שמייכל, נישט קיין חילק ווי אזוי די טאג איז געווען
3 נישט קיין ליידיג און דערהיים קיינמאל, קענסט טיהן סיי וואס אבער נישט קיין ליידיג

נומער איינס און דריי איז פונקט גוט פאר שנה ראשונה ווען מען לעבט אן אנגעשטעלטע פעיק לעבן. ס'איז טאקע וויכטיג דעמאלט אזוי זיך אויפצופירן אבער ברוב השנים אויב האט מען אמת'ע שטאנדהאפטיגע שלום בית דעמאלט איז דאס בכלל נישט דער שליסל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 5:41 pm

נשמת השכל האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר כבוד הרב הכל הבל פאר די זאכליכע דיבורים! און מען קען דעם גאנצן ארטיקל אריינלייגן אין 3 ווערטער: ואהבת לרעך כמוך!! און ווי דער הייליגער רמ"ק שרייבט איז שלום בית דער שפיץ פון די דאזיגע מצות עשה.
וואס עס פעלט לכאורה אין אייער ארטיקל איז, אביסל מער ביאור אינעם קאנצעפט פון האבן אמת'ע אהבה צו עמיצן וואס האט מיט דיר קיינמאל נישט געהאט קיין שום פיזישע שייכות, סיידן אויב איז עס אהבה רעה (לייען: תאווה), וויאזוי ארבעט אזא זאך?

צו אייגענע קינדער איז שייך צו האבן אהבה אן קיין פיזישע שייכות ווי דערמאנט אין אונזער ארטיקל? אוודאי יא, גענוי אזוי איז מיטן ב"ב.
ארייננעמען די מציאות טיף אין די ביינער אז איר זענט איין (אזוי זזי איר גלייבט אין אלע אנדערע מאמרי חז"ל איז דער שליסל

איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 31, 2018 6:21 pm

זייער גוט געשריבן נאר ווי איינער האט שוין אנגעצייכנט פעלט דער עיקר, דו שרייבסט אז דער סוד איז צו איר אריינעמען אין דיין סעלפישקייט, אבער ווי אזוי גייט עס?
וואס ווייל מיין עלטערן האבון מחליט געווען אז די שידוך פאסט ווערט זי א חלק פון מיין סעלפישקייט?
וווען גשעהעט עס? אין יחוד שטיבל, נאך שבע ברכות אדער גאר ביי די 70?
און וואס טוט זיך מיט אלע טיפס ווא מיינע ראש ישבות און רבי'ס טענה'ן אז דאס איז די סוד און יסוד פאר שלום בית? (כלול אין דעם בלומען שאקלעדס, אויפשטיין פרי , עפענען א ספר, והרשימה ארוכה)

אויב מעג איך צולייגן א פשוטער געדאנק (מיט א קליין הקדמה) וואס וועט משלים זיין דעם חלק

מיר זאגן יעדן טאג ביי קריאת שמע ואהבת את ה' אלוקיך, ווי אזוי ארעבט דאס פונקטליך? און וו אזוי קען מען מחייב זיין א מענטש "האב ליב די און די זאך"?, אויב האב איך נישט ליב קיין פלייש, קען מען אקן און זעצן און אלע עינוייים שבעולם וואס מוועט מאכן, וועט מיר נישט מאכן ליב האבן פלייש.
אנדערש ווי כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, ווי דער רמב"ם איז מסביר אז יעדער איד וויל באמת נאר יצרו תוקפו און במילא מיט קלעפ איז ער מכניע יצרו, און ווען ער זאגט רוצה אני מיינט ער באמת. אבער ווען מען זאגט האב ליב דעם באשעפער, אויך אויב איך וועל זאגן הונדערט מאל איך האב אים ליב, גייט דס נישט טשעינזן מיין געפיל. ליבשאפט איז א זאך וואס קומט פון עפעס, סא ווי אזוי קען מען אנזאגן ואהבת את ה' אלוקיך.

אהבה מה היא?
זיך דרייענדיג אין ניו יארק שטויסט מען זיך כסדר אן אין "I LOVE NY". גיי צום גוי און פרעג אים וואס מיינסטו ווען דו גייסט מיט א שירט אדער א קעפ וואס שטייט אויף דעם אויםפגעשריבן I LOVE NY. זיין תשובה וועט זיין (אויב ער האט אמאל אריינגעטראכט) איך וואין אין ניו יארק אין איך האב עס ליב, ווען ס'גייט גןוט פאר ניו יארק פיל איך מיר גוט, ווען ניו יארק איז אין שווערע צייטן ווער איך טרויעריג און איך בארוהיג מיר נישט ביז איך הער אז אלעס איז אין ארדנונג.
איך מיין אז דאס איז מער ווייניגער דער אפטיישט פון אהבה-ליבשאפט, ווען מיין קינד כאפט א קלאפ טוט מיר עס וויי, ווען מיין קינד איז צופרידן בין איך צופרידןץ

סא, ווען די תורה זאגט ואהבת את ה' אלוקיך מיינט דאס זייער פשוט: זאלסט ליב האבן דעם באשעפער אז ווען ס'איז אים גוט זאלסטו פילן גוט, און ווען אים גייט שלעכט (ווען דו זינדיגסט פאר אים) זאלסטו פילן שלעכט, און במילא וועסטו שוין מקיים זיין רצונו באהבה וביראה.

און יעצט צום נקודה ווי אזוי קומט מען אן צו דעם? זאגט די תורה:
וְהָיוּ הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה אֲשֶׁר אָנכִי מְצַוְּךָ הַיּום עַל לְבָבֶךָ: וְשִׁנַּנְתָּם לְבָנֶיךָ וְדִבַּרְתָּ בָּם בְּשִׁבְתְּךָ בְּבֵיתֶךָ וּבְלֶכְתְּךָ בַדֶּרֶךְ וּבְשָׁכְבְּךָ וּבְקוּמֶךָ: וּקְשַׁרְתָּם לְאות עַל יָדֶךָ וְהָיוּ לְטטָפת בֵּין עֵינֶיךָ: וּכְתַבְתָּם עַל מְזֻזות בֵּיתֶךָ וּבִשְׁעָרֶיךָ: טוה איין זאך טראכט פון מיר א גאנצן טאג, צופרי ביינאכט אינדערהיים אין גאס ביים אויפשטיין ביים שללאפן , רעד מיט דיינע קינדער פון מיר, און במילא וועט זיין ואהבת את ה' אלוקיך.

נו א שיינע פשעטיל אבער ווער זאגט אז ס'איז אמת?
מיר טרעפן אין די תורה אז שנה יהיה נקי לביתו, א אינגערמאן דארף א יאהר זיין מיט זיין ווייב, ניט אוועק פארן , נישט גיין אין מלחמה, ריין פאר זיין בני בית.
אבער לכאורה הלא לא כלם שוים, סאיז דא פרויען וואס א וואך נאך שבע ברכות האב זיי נישט א פראבלעם אז זייער מאן זאל אוועק פארן (און איך רעד נישט אז זי וויל אים נישט, נאר אפילו ווען זי פארשטייט זיך זייער גוט מיט אים, איז נאכאלטס דא מענטשן וואס זענען נישט אזוי מקושר עד כדי כך אז דער מאן זאל נישט טארן אוועק פארן א וואך). ווידער איז דא מענטשטן וואס 40 50 60 70 יאה נאךך די חתונה וועט זי נישט אויסהאלטן אז איר מאן זאל אוועק גייםן פאר א טאג. סא פארוואס געבט מען יעדן א "שנה ראשונה"
נאר ווי די גמרא זאגט אז י"ב חודש איז א שיעור שכחה, טיפער אין דעם איז אז י"ב חודש איז א צייט וואס מווערט צוגעוואוינט צום מצב. אויב האב איך פאלוירן א חפץ, ווען סגיייט אריבער צוועלעף חדשים וואס איך האב עס נישט און די לעבן גייט ווייטער אן, ווער איך צוגעוואונט צו דעם און סווערט א חלק פון מיין לעבן אז איך האב נישט דעם חפץ.
דערפאר זאגט די תורה לעב מיט דעם וייב י"ב חודש זעה איר פאר די אויגן י"ב חודש, שטיי אויף צופרי און זעה איר, גיי שלאפן ביינאכט און רעד מיט איר , קום אהיים נאכמיטג און שמועס מיט איר, גיי אוריס און גייס און גיי מיט איר, עס מיט איר , טראכט פון איר, י"ב חודש נקי לביתו און דערנאך וועט זי פשוט זיין אחל פון דיין לעבן. ווען סוועט איר גיין גוט וועט דיר זיין גוט, וווען זי וועט זיין פרייליך וועסטו אוטומאטיש זיי פרייליך, און ווען איר וועט גיין שלעכט וועט דיר זיין שלעכט.

איך האף איך האב ארויס געברענגט די נקודה גענוג קלאר,
די "סוד" (וואס מיינט דאס?) פון שלום בית איז זיך צוגעוואוינען אז זי איז א חלק פון דיין לעבן, און במילא וועסטו שוין פשוט נישט קענען אן איהר
און אנדערע ווערטער שטופ אריבער י"ב חודש מיט איר און דו ביסט א געהאלפענער.
דו פראבלעם איז אבער ווען מקומט נישט אן צו צוועלעף חדשים, ווייל אויב לויפסטו אוועק פון שטוב ווייל ס איז דיר געשמאקער צו שמועסן מיט דיינע חברים, וואס האסטו פון דעם אז דו דרייסט דיך לעבן איר 12 חדשים. די גארבעדזש אינדרויסן פון מיין הויז זעה איך שוין ?? יאהר נאכאנאנד און איך האב נאכאלץ נישט קיין געפיהל צו דעם, דו איינציגסטע זאך וואס גייט מיר אינטרעסירן ווען סגייט זיך צוברעכן איז אז סגייט קאסטן אפאר דאלער. און טקע אין די סעקנד וואס סוועט מיר מאכן אביסל אומבאקוועם וועל איך עס שיקן ליפטערן.

סא??
סוד שלום בית איז "שנה ראשונה"!
און וואס שנעלער מענדיגט שנה ראשונה איז אלטס בעסער!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:10 pm

הכל הבל האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר כבוד הרב הכל הבל פאר די זאכליכע דיבורים! און מען קען דעם גאנצן ארטיקל אריינלייגן אין 3 ווערטער: ואהבת לרעך כמוך!! און ווי דער הייליגער רמ"ק שרייבט איז שלום בית דער שפיץ פון די דאזיגע מצות עשה.
וואס עס פעלט לכאורה אין אייער ארטיקל איז, אביסל מער ביאור אינעם קאנצעפט פון האבן אמת'ע אהבה צו עמיצן וואס האט מיט דיר קיינמאל נישט געהאט קיין שום פיזישע שייכות, סיידן אויב איז עס אהבה רעה (לייען: תאווה), וויאזוי ארבעט אזא זאך?

צו אייגענע קינדער איז שייך צו האבן אהבה אן קיין פיזישע שייכות ווי דערמאנט אין אונזער ארטיקל? אוודאי יא, גענוי אזוי איז מיטן ב"ב.
ארייננעמען די מציאות טיף אין די ביינער אז איר זענט איין (אזוי זזי איר גלייבט אין אלע אנדערע מאמרי חז"ל איז דער שליסל

ביי אייגענע קינדער איז יא דא פיזישע שייכות {ווי איר אליינס האט שוין דערמאנט} מיט דעם וואס א קינד קומט פונעם טאטן...
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:24 pm

[quote="איינס"]אבער ווי אזוי גייט עס?
וואס ווייל מיין עלטערן האבון מחליט געווען אז די שידוך פאסט ווערט זי א חלק פון מיין סעלפישקייט?
וווען גשעהעט עס? אין יחוד שטיבל, נאך שבע ברכות אדער גאר ביי די 70?

זינט דער אדון כל הנשמות האט באשאפן די נשמה וואס האט כולל געווען ביידע עלטערן פון אייערע קינדער און איר דאן אראפגעשיקט און צוויי חלקים און אין די ריכטיגע מינוט איר פונדאסניי מזווג געווען. עס איז געווען זיין החלטה פונקט ווי עס איז זיין החלטה וועלכע נשמות איר זענט זוכה אראפצוברענגן אויף דעם עולם

און וואס טוט זיך מיט אלע טיפס ווא מיינע ראש ישבות און רבי'ס טענה'ן אז דאס איז די סוד און יסוד פאר שלום בית? (כלול אין דעם בלומען שאקלעדס, אויפשטיין פרי , עפענען א ספר, והרשימה ארוכה)

פילע פון זיי זענען ריכטיג אבער פיל ווייניגער פונדאמענטאל ווי די אויסגעשמועסטע יסוד

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:27 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר כבוד הרב הכל הבל פאר די זאכליכע דיבורים! און מען קען דעם גאנצן ארטיקל אריינלייגן אין 3 ווערטער: ואהבת לרעך כמוך!! און ווי דער הייליגער רמ"ק שרייבט איז שלום בית דער שפיץ פון די דאזיגע מצות עשה.
וואס עס פעלט לכאורה אין אייער ארטיקל איז, אביסל מער ביאור אינעם קאנצעפט פון האבן אמת'ע אהבה צו עמיצן וואס האט מיט דיר קיינמאל נישט געהאט קיין שום פיזישע שייכות, סיידן אויב איז עס אהבה רעה (לייען: תאווה), וויאזוי ארבעט אזא זאך?

צו אייגענע קינדער איז שייך צו האבן אהבה אן קיין פיזישע שייכות ווי דערמאנט אין אונזער ארטיקל? אוודאי יא, גענוי אזוי איז מיטן ב"ב.
ארייננעמען די מציאות טיף אין די ביינער אז איר זענט איין (אזוי זזי איר גלייבט אין אלע אנדערע מאמרי חז"ל איז דער שליסל

ביי אייגענע קינדער איז יא דא פיזישע שייכות {ווי איר אליינס האט שוין דערמאנט} מיט דעם וואס א קינד קומט פונעם טאטן...

אונזער עבודה איז צו גלייבן אז אונזער ב"ב איז אויך אריגינעל א חלק פון אונז

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אבער ווי אזוי גייט עס?
וואס ווייל מיין עלטערן האבון מחליט געווען אז די שידוך פאסט ווערט זי א חלק פון מיין סעלפישקייט?
וווען גשעהעט עס? אין יחוד שטיבל, נאך שבע ברכות אדער גאר ביי די 70?

זינט דער אדון כל הנשמות האט באשאפן די נשמה וואס האט כולל געווען ביידע עלטערן פון אייערע קינדער און איר דאן אראפגעשיקט און צוויי חלקים און אין די ריכטיגע מינוט איר פונדאסניי מזווג געווען. עס איז געווען זיין החלטה פונקט ווי עס איז זיין החלטה וועלכע נשמות איר זענט זוכה אראפצוברענגן אויף דעם עולם

און וואס טוט זיך מיט אלע טיפס ווא מיינע ראש ישבות און רבי'ס טענה'ן אז דאס איז די סוד און יסוד פאר שלום בית? (כלול אין דעם בלומען שאקלעדס, אויפשטיין פרי , עפענען א ספר, והרשימה ארוכה)

פילע פון זיי זענען ריכטיג אבער פיל ווייניגער פונדאמענטאל ווי די אויסגעשמועסטע יסוד

זיי זענען אלע ריכטיג, נאר זיי זענען נישט דער יסוד אדער דער סוד, אבער דאך זענען זיי די וועג אנצוקומען צום סוד.
ווייל ווי איך האב געשריבן פריער שלום בית איז איין זאך "געוואוינהייט", אויב בין איך צוגעוואוינט צו טרינקען יעדן צופרי א קאפי וועל איך נישט קענען אנהייבן דעם טאג אן א קאפי. די זעלבע מיט שלום בית, אויב בין איך צוגעוואוינט צו לעבן מיט א ווייב, פילן איר ווייטאג ווען זי איז פארווייטאגט, פילן איר פרייד ווען זי פריידט זיך, און אזוי מיט אלע אנדערע זאכן, וועל איך נישט קענען טוען קיין זאך וואס טוט ווויי מיין ווייב, פשוט ווייל ס'גייט מיר ווייטוען.
פארשטייט זיך אז סמיינט נאך נישט אז סוועט קיינמאל נישט גשעהן קיין ויכוחים און מיספארשטענדעניש, פונקט ווי פאר זיך אליין טוט אויך א מענטש צומאל טעותים אין זיין אייגן לעבן וואס ער אליין וויל דאס נישט טוען [ווי למשל חתונה האבן ;)... ].
אבער דער חילוק איז אז ווען א מענטש טוט זיך אליין וויי זוכט נישט זיך צו באשוללדיגן נאר פאררקערט, אזוי אויך ווען א מענטש קומט צו צו זיך צוגעוואוינען אז ער קען נישט לעבן אן זיין בת זוג און פילט אז סאיז א חלק פון איהם וועט ער אוטאמאטיש נישט צוקומען צו זיך שלאגן מיט זיין ווייב.. איעם סערי, מיט זיך אליין!
אבער כדי צוקומען דערצו דארף מען אוועק נעמען אלע שטרויכלונגען, און אזוי אויך פארווישן טעותים וואס מהאט געטוען, ווייל אויב נישט ווערט מען נישט צוגעוואוינט צו לעבן צוזאמען, און די שנה ראשונה קען זיך צוען פאר יאהרן לאנג.
און פארדעם דארף מען בלומען טשאקלעד, עפענען א ספר אז זי זאל זעהן אז דו לערנסט וכו' וכו'
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:39 pm

הכל הבל האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר כבוד הרב הכל הבל פאר די זאכליכע דיבורים! און מען קען דעם גאנצן ארטיקל אריינלייגן אין 3 ווערטער: ואהבת לרעך כמוך!! און ווי דער הייליגער רמ"ק שרייבט איז שלום בית דער שפיץ פון די דאזיגע מצות עשה.
וואס עס פעלט לכאורה אין אייער ארטיקל איז, אביסל מער ביאור אינעם קאנצעפט פון האבן אמת'ע אהבה צו עמיצן וואס האט מיט דיר קיינמאל נישט געהאט קיין שום פיזישע שייכות, סיידן אויב איז עס אהבה רעה (לייען: תאווה), וויאזוי ארבעט אזא זאך?

צו אייגענע קינדער איז שייך צו האבן אהבה אן קיין פיזישע שייכות ווי דערמאנט אין אונזער ארטיקל? אוודאי יא, גענוי אזוי איז מיטן ב"ב.
ארייננעמען די מציאות טיף אין די ביינער אז איר זענט איין (אזוי זזי איר גלייבט אין אלע אנדערע מאמרי חז"ל איז דער שליסל

ביי אייגענע קינדער איז יא דא פיזישע שייכות {ווי איר אליינס האט שוין דערמאנט} מיט דעם וואס א קינד קומט פונעם טאטן...

אונזער עבודה איז צו גלייבן אז אונזער ב"ב איז אויך אריגינעל א חלק פון אונז

מיט גלייבן קען מען נישט ליב האבן און לעבן מיט א צווייטן
אויב האב איך נישט ליב ברויט, וועלן תרי"ג מאל תרי"ג מצוות מיר נישט מאכן ליב האבן ברויט.
אבער מצד שני אויב פארנעם איך נישט ברויט און איך עקל זיך אפילו צו קוקן אויף דעם, און איך וועל עסן צוועלעף חדשים יעדן טאג ברויט, וועל איך עס שוין איינמאל ליב האבן, און נאך מער פון דעם איך וועל נישט קענען אריבער גיין א טאג אן דעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט