דער סוד פון שלום בית

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג יוני 03, 2018 4:40 pm

איך האב געהערט לעצטנס א שיעור אין שלום בית דורך הרב הערשל זילבערמאן ע"ה

געהערט האב איך עס ווייל אסאך חבירים האבן מיר געזאגט אז דאס האט זיי געטוישט זייער שלום בית

נאך וואס איך האב עס געהערט האב איך שוין געזאגט פאר נאך חבירים עס אויסצוהערן אין אלע פה אחד האבן געזאגט אז דאס האט געמאכט מיט זיי א שטארקן טויש

איך שרייב דא די נומער ווי מ'קען עס הערן און ווער עס וויל קען זיך מחי' זיין

קול אור לישרים 718-305-5600

3-3
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » זונטאג יוני 03, 2018 6:27 pm

Graphic24 האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:


ער האט טאקע ליב די ''זיך'', אבער אן די חלקים וואס שטערן אים. מיט מוסר, חסידות, אדער טעראפי, וכדו' פראבירט ער צי ווערן פריי פין די חלקים וואס ער האט נישט ליב. דאס איז א מענטשע'ס ארבעט! ניין?

איז האלט מיר יעצט אז ער האט איר ׳ליב׳ (ווייל ער האט ׳זיך׳ ליב...). יעצט בנוגע די רצון און השתדלות צו פטור ווערן פון אימבא׳טעמ׳טע חלקים פון זיך, ווער זאגט אז מ׳מעג נישט די זעלבע וועלן און פראבירן ביי איר...? (אויב ׳קען מען׳ מעג מען נישט וועלן און טוהן השתדלות צו טוישן געוויסע חלקים און אייגענשאפטן פונעם ב״ב...?)
--------------
אויב איז עס זאכן וואס מ׳קען ׳נישט׳ טוישן... איז ווייטער די זעלבע: וואס טוט מען מיט זאכן וואס מ׳קען ביי ׳זיך׳ נישט טוישן?


איך מיין אינז גייען דא אין סירקעלס. וואס איך זאג - פין די אנהייב אן - איז אז די ''זיך'' איז נישט אן אפהענגיגע זאך. עס איז א כולל פין אסאך חלקים; חלקים וואס מ'האט יא ליב, און חלקים וואס מ'האט נישט ליב. עס איז נישט דא אזא זאך א מענטש האט ''זיך'' ליב, (אינגאנצען). וואס יא? ער האט ליב חלקים פין זיך. צוליב דעם איז נישט מעלה ומוריד צי מ'קיקט אן די בני בית אלס א חלק פין ''זיך'' אדער נישט, ווייל די ''זיך'' האט אויך חלקים וואס מ'האט נישט ליב.

איך האף אז וואס איך שרייב יעצט ברענגט אייך א קלארערע פארשטאנד צי וואס איך שרייב / גלייב.

לגבי טוישען, עס קען נעמען זייער לאנג אדער א גאנץ לעבן פאר א מענטש צי אפמאכען ביי זיך (שלום מאכען) אז ער קען נישט טוישען זיינע אימאנגענעמע חלקים. די זעלבע וועט זיין מיט די בני בית.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יוני 03, 2018 8:02 pm

איך מיין אז דא איז דא א קליין פראבלעם
יעדער ברענגט ארויף גוטע און פיינע געדאנקען, סודות, יסודות, טיפס און וואס נישט, פאר שלום בית.
אבער אז מ'איז נישט מגדיר און מצמצם די זאך, ווערט דאס זייער צומישט.

אזוי ווי הכל האט אנגעהויבן: נישט יעדע טיפ פאר שלום בית איז דער יסוד פאר די זאך, כאטש וואס ס'איז זייער חשוב.
ווען איינער ברענגט ארויף עפעס דארף עס ווערן מוגדר וואס די זאך ציהלט און וואס איז דאס. לדוגמא: מיין ראש ישיבה זאגט אז עפענען א ספר יעדן טאג ווען זי זעהט העלפט שטארק דעם שלום בית. דאס איז נישט די ציהל וואו אונז ווילן אנקומען, און ס'איז נישט פאר יעדן נוגע. סא דאס קען נישט ווערן מוגדר אלטס יסוד פון שלום בית, סאיז א גוטע און פיינע טיפ פאר שלום בית ולא יותר.

ברשות החברים וועל איך מאכן א סיכום קצר וואס איז אויסגעשמועסט ביז אהער והחולק יחלוק:
דער סוד פאר שלום בית איז : אהבה (איך מיין יעדער איז מסכים דערצו)
אהבה מיינט געפיהל צו א זאך דורך רגילות (רמב"ם און חינוך), נכלל אין דעם אלע מיני אהבות.
אהבת אחרים איז די אפטיישט פון ואהבת לרעך כמוך, צוקומען צו פילן יענעם ווי ער איז א חלק פון מיר. (הרב הכל, און וואו ס'זעהט אויס איז דער עולם מער ווייניגער מסכים דערצו)
וויאזוי קומט מען צו דערצו, וואו געשריבן פריער קומט דאס דורך רגילות. די פראבלעם איז אז די רגילות ווערט צופיל איבערגעהאקט און מ'קומט נישט צו ס'זאל ווערן א אמת'ע רגילות, דא איז די שוועריקייט און דא כאפט דער חילוק צווישן די אלע מחנכים ראש ישיבות און רבי'ס.
לכאורה זענען אלע טיפס אמת, און קיין איינס פון זיי איז נישט זיכער.

-----
דער פותח האשכול האט ארויף געברענגט א שטארע נקודה וואס קען גאר אסאך העלפן פאר שלום בית: זיך חזרן זי איז א חלק פון מיר, סיי מצד פלג גופא און סיי מצד פשטות הדבר ווייל זי איז מיין שותף לחיים.
אבער איך מיין אז דאס איז א טיפ ווי אלע טיפס. דער סוד פון שלום בית איז לכאורה נאך געבליבן א סוד.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג יולי 16, 2018 10:26 pm

דער חילוק פון ריכטיגע שלום בית און נישט ריכטיגע שלום בית:
נישט ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן כדי זיין פרוי זאל טון דאס וואס ער וויל {דיפלאמאטיע בלע"ז} (מקבל)!
ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן צו טון דאס וואס זיין פרוי וויל (משפיע)! ודו"ק.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 11:58 am

נשמת השכל האט געשריבן:דער חילוק פון ריכטיגע שלום בית און נישט ריכטיגע שלום בית:
נישט ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן כדי זיין פרוי זאל טון דאס וואס ער וויל {דיפלאמאטיע בלע"ז} (מקבל)!
ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן צו טון דאס וואס זיין פרוי וויל (משפיע)! ודו"ק.

ריכטיג
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 5:15 pm

נשמת השכל האט געשריבן:דער חילוק פון ריכטיגע שלום בית און נישט ריכטיגע שלום בית:
נישט ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן כדי זיין פרוי זאל טון דאס וואס ער וויל {דיפלאמאטיע בלע"ז} (מקבל)!
ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן צו טון דאס וואס זיין פרוי וויל (משפיע)! ודו"ק.


נאך ריכטיגער איז ווען: ביידע ווילן די זעלבע זאך.

Bissli
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 5:21 pm

לדעתי האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:דער חילוק פון ריכטיגע שלום בית און נישט ריכטיגע שלום בית:
נישט ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן כדי זיין פרוי זאל טון דאס וואס ער וויל {דיפלאמאטיע בלע"ז} (מקבל)!
ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן צו טון דאס וואס זיין פרוי וויל (משפיע)! ודו"ק.


נאך ריכטיגער איז ווען: ביידע ווילן די זעלבע זאך.

נישט אמת און אומ-מעגליך

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 5:22 pm

לדעתי האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:דער חילוק פון ריכטיגע שלום בית און נישט ריכטיגע שלום בית:
נישט ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן כדי זיין פרוי זאל טון דאס וואס ער וויל {דיפלאמאטיע בלע"ז} (מקבל)!
ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן צו טון דאס וואס זיין פרוי וויל (משפיע)! ודו"ק.

נאך ריכטיגער איז ווען: ביידע ווילן די זעלבע זאך.

נישט ריכטיגע שלום בית טוט יעדער געוויסע טעכניקן כדי דער צווייטער זאל טון דאס וואס ער וויל
ריכטיגע שלום בית טוט יעדער געוויסע טעכניקן צו טון דאס וואס דער צווייטער וויל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 5:38 pm

איינס האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:דער חילוק פון ריכטיגע שלום בית און נישט ריכטיגע שלום בית:
נישט ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן כדי זיין פרוי זאל טון דאס וואס ער וויל {דיפלאמאטיע בלע"ז} (מקבל)!
ריכטיגע שלום בית טוט דער מאן געוויסע טעכניקן צו טון דאס וואס זיין פרוי וויל (משפיע)! ודו"ק.

נאך ריכטיגער איז ווען: ביידע ווילן די זעלבע זאך.

נישט ריכטיגע שלום בית טוט יעדער געוויסע טעכניקן כדי דער צווייטער זאל טון דאס וואס ער וויל
ריכטיגע שלום בית טוט יעדער געוויסע טעכניקן צו טון דאס וואס דער צווייטער וויל


אט אזוי, גוט ארויסגעברענגט.
;l;p-

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 6:09 pm

אייביגע כלל, געטריישאפט און באגלייבקייט טרייעד ענד טעסטעד, ואידך פרישא זיל גמור

א קליינע "דוגמא" אויף ביידע, געטריישאפט, זי איז אנגעצויגן איבערגעארבעט? פארשטיי איר, הער אויס, פיל מיט און אויב מעגליך לייג צו א האנט. באגלייבקייט, זיין אפען, עפי"ר באדערט איר נישט אז דו רייכערסט, איר באדערט אז דו זאגסט אז איינער נעבן דיר האט געסמאוקט ווען פון דיין מויל דערטראגט זיך א ריח... זי וועט דיר אפשר גארנישט זאגן אבער זי פארלירט איר טראסט אין דיר!
עץ חיים הוא למחזיקים בה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט