אייער ביהמ"ד, פארוואס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארוואס דאוונט איר אין אייער ביהמ"ד?

נאענט צו מיין הויז
37
15%
מען ענדיגט פונקטליך
16
6%
עס איז א באחדות'דיגע ביהמ"ד
28
11%
עס איז א ווארימע דאווענען
18
7%
עס איז מיין חסידות
43
17%
איך האב א קשר מיט מיין רבי, רב, דיין
27
11%
איך האב נישט עפעס אנדערש
13
5%
מען דאוונט שנעל
9
4%
גוטע גבאים וואס זענען צוגעלאזן
11
4%
איך קען דארט רואיג שמועסן
11
4%
איך האב דארט מיין שטילע ווינקל
15
6%
עס איז ברוב עם
10
4%
איך זוך נאך א שול (שרייבט וואס איר זוכט)
10
4%
 
סך הכל שטימען: 248

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

אייער ביהמ"ד, פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

איך גלייב אז יעדער דא האט א געוויסע סיבה פארוואס ער דאווענט אין דעם ביהמ"ד וואו ער דאוונט, די שאלה איז וואס איז די שטערקסטע סיבה צו דאווענען אין א געוויסער ביהמ"ד.
ביטע וועלט אויס וואס איז די וויכטיגסטע סיבה פאר אייך.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

וואס מיינט "באחדות'דיגע ביהמ"ד"?

איך זעה די גרעסטע ציבור דא וועלט דאס, מיינט עס אז מקריגט זיך נישט ביי קידוש ווער סזאל האבן די ערשטע די הערינג? אדער לאמיר עס קלאר ארויסשרייבן "אומפארטייאיש"
#בשיטה נישט
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

נו שוין האט געשריבן:וואס מיינט "באחדות'דיגע ביהמ"ד"?

איך זעה די גרעסטע ציבור דא וועלט דאס, מיינט עס אז מקריגט זיך נישט ביי קידוש ווער סזאל האבן די ערשטע די הערינג? אדער לאמיר עס קלאר ארויסשרייבן "אומפארטייאיש"

די מענטשן זענען גוט איינעם מיטן צווייטן (די ביהמ"ד איז ווי א קליינע משפחה) אפילו סאיז אן אנדערע פארטיי... אזוי האב איך עס פארשטאנען
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

מהעלפט זיך איינעם די צווייטען בשעת נויט ווען איינער מאכט א שמחה איז מען זיך משתתף וכו.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

א סימן אויף אחדות איז אויב ווען איינער אין ביהמ"ד מאכט למשל א שמחה פריי איך זיך באמת מיט יענעם, אדער אין א גרויס ביהמ"ד אז עס איז א צוזאמגענומענער ציבור און מען האט שייכות אויף א געוויסע לעוועל. און נישט אז יעדער האט נאר מיט זיך, און האט נישט עכט קיין שייכות מיט אנדערע מתפללים.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך דאווען אין פארשידענע בתי מדרשים. אינדערוואכן צופרי דאווען איך אין די שול וואס איז די נענסטע צו מיין הויז. ביינאכט גיי איך צו אן אנדערע ביהמ"ד וואס איז מיטל וועג פאר מיר און מיין חברותא. פרייטאג צו נאכט, א ביהמ"ד לעבן מיין הויז וואס איז אפען נאר שבת, שבת אינדערפרי, אן אנדערע שול ווי די זמן תפילה איז לויט מיין געשמאק און שבת מנחה וש"ס גיי איך צו א ביהמ"ד ווי ס'איז אן ערענסטע ש"ס און די רב זאגט שיינע דברי תורה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איז דא אזא אפציע? ווייל מיינע חברים דאווענען דארט
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

זינגער האט געשריבן:איז דא אזא אפציע? ווייל מיינע חברים דאווענען דארט

נו האסטו דאך דעם אפציע איך קען דארט רואיג שמועסן :wink:
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

א גוטע איידע צו טראכטן פון דעם, איך כאפ אבער נישט וואטס ראנג, (אבער אז די אשכול זאל כאפן, דארף מען מאכן א שטיקל קריזיס, נאר א ווערטל) ס'איז דא אפעס א ווערטל, אפעס מיט 3 שול'ן איינס טרעט מען נישט אריין. . .
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

דריידל האט געשריבן:איך דאווען אין פארשידענע בתי מדרשים. אינדערוואכן צופרי דאווען איך אין די שול וואס איז די נענסטע צו מיין הויז. ביינאכט גיי איך צו אן אנדערע ביהמ"ד וואס איז מיטל וועג פאר מיר און מיין חברותא. פרייטאג צו נאכט, א ביהמ"ד לעבן מיין הויז וואס איז אפען נאר שבת, שבת אינדערפרי, אן אנדערע שול ווי די זמן תפילה איז לויט מיין געשמאק און שבת מנחה וש"ס גיי איך צו א ביהמ"ד ווי ס'איז אן ערענסטע ש"ס און די רב זאגט שיינע דברי תורה


הייסט אז רוב תפלות דאווענסטו ווייל עס איז נאנט.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך בין מוחה אויף די אפציע "איך קען דארט רואיג שמועסן" וואס איז דאס גייט מען דען אין ביהמ"ד צו שמוסען שומו שמים
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

אחת ואחת האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די אפציע "איך קען דארט רואיג שמועסן" וואס איז דאס גייט מען דען אין ביהמ"ד צו שמוסען שומו שמים
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אחת ואחת האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די אפציע "איך קען דארט רואיג שמועסן" וואס איז דאס גייט מען דען אין ביהמ"ד צו שמוסען שומו שמים


ס'מיינט נישט בשעת קדיש וקדושה
פארן און נאכן דאווענען
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

גערעכט עס איז טאקע נישט קיין אויסגעהאלטענע אפציע, און דאס איז אסור עפ"י דינא דשלחן ערוך, וואס איז אגב א זעלטענע זאך וואס דער מחבר זאגט וגוערין בו, אז מען שרייט אן איינער וואס רעדט ביי הויכע שמו"ע, און דאס ברענגט געפערליכע עונשים רח"ל, ומדה טובה מרובה אז מיטן נוהג כבוד זיין בתפלה ברענגט אראפ השפעות טובות.

און איך וויל טאקע מעורר זיין די וועלכע גייען 'ספעציעל' דאווענען אין א פלאץ וואו מען גייט קענען שמועסן, מען זאל ביטע ריקאלקעלעיטן, און און גיין דאווענען אין א פלאץ וואו מען דאווענט, און חלילה נישט עובר זיין בריש גלי אויף אזא הארבע איסור.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אחת ואחת האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די אפציע "איך קען דארט רואיג שמועסן" וואס איז דאס גייט מען דען אין ביהמ"ד צו שמוסען שומו שמים

גערעכט!
יעצט, די ווילסט זיין גערעכט אדער האבן דעם וואל אויסגאנג ריכטיג?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וואו איז דער אפציע 'ווייל מען רעדט נישט ביים דאווענען'?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

מען קען צולייגן א אפציע?
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

נו שוין.
איך מיין אז סע איז שוין צייט זיך אופציוועקן פון די מהפיכה וואס די שילן האבן געמאכט ביי אונז,
10 יאר ציריק האט מען געוויסט אז א שיל גייט מען צום דאווענען, מקוה, קויפן סידיס, אין שוין,
היינט איז דאס אינגאנצן אנדערש, אין שיל גייט מען אין ניצט מען פאר:
סושעל,
צו נעמען א גוטע הייסע שאווער,
צו קויפן וואנילע קאפיס,
אויפשרייבן א גוטע וויין ביים שמש שטיבל אין צייט פון נויט,
קידוש צי מאכן ווען מע איז הינגעריג,
העצן אויף די מוסדות/שוויגער/שמש/רב/מזכיר הקהילה/אין פיל נאך,
צו באשילדיגן יעדן אין דיין געבוירן,
פאר א גוטע אויספאסטן,
ווען מע דארף צידה לדרך, פון די ווענדיג מאשין,
הערן א שיינע בעל תפילה (קאנצערט..),
ליינען שמחה צעטלעך,
זען ווער עס האט ביליגע שטריימלעך,
ווי מע קען האבן בעסערע אתרוגים,
א גוטע לשם מצוה מציאה,
צו ליינען אויסגאבעס,
קויפן דיפס פאר יום טוב, צייטונג,
ליכט וואס מע האט נישט אונגעגרייט צילוב פוילקייט,
הכנות,
צו מאכן קאפיס פון וויכטיגע דאקומענט'ס,
איבער צו לאזן שימות,
נעמען די גוי אן רשות פאר זיך אונדערהיים שבת אדער יום טוב,
בארגן מתיבתות גמרא'ס,
זיך קריגן,
צו מאכן שמחות,
אין וואס נישט!!
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

איך דאווען אין מיין ביהמ"ד ווייל
מען רעדט נישט ביים דאווענען
מען מאכט נישט קיין איבערגעטריבינע קדישים און איך קען געבן א קידוש לויט מיין באזשעט
מען קומט נישט אריין דארט מיט א סמארטפאון
קינדער קומען נישט מיט רענצליך נאש
קינדער קומען נישט אנגעטוען מיט אלע קאליר קאפליך און שיך
עס איז נישט דא קיין טעקסט גרופ (יויש איך מוז גיין נעמען א זמנים צעטל)
פרויען דארפן נישט גיין מיט ברענד נעימס

מען דאווענט געשמאק נישט צו שטייט נישט צו שנעל
מ'געט און שעפט חיזוק
מען הייבט אן ביי ברכות און יעדער האלט ביי שמו"ע ווען דער בעל תפלה האלט דארט (אן ווארטן) (ניין איך דאווען נישט ביי דער נץ)

און וואס נאך? יא ...............

בד"וו איך דאווען ביי מיר אינדערהיים
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נו שוין.
איך מיין אז סע איז שוין צייט זיך אופציוועקן פון די מהפיכה וואס די שילן האבן געמאכט ביי אונז,
10 יאר ציריק האט מען געוויסט אז א שיל גייט מען צום דאווענען, מקוה, קויפן סידיס, אין שוין,
היינט איז דאס אינגאנצן אנדערש, אין שיל גייט מען אין ניצט מען פאר:
סושעל,
צו נעמען א גוטע הייסע שאווער,
צו קויפן וואנילע קאפיס,
אויפשרייבן א גוטע וויין ביים שמש שטיבל אין צייט פון נויט,
קידוש צי מאכן ווען מע איז הינגעריג,
העצן אויף די מוסדות/שוויגער/שמש/רב/מזכיר הקהילה/אין פיל נאך,
צו באשילדיגן יעדן אין דיין געבוירן,
פאר א גוטע אויספאסטן,
ווען מע דארף צידה לדרך, פון די ווענדיג מאשין,
הערן א שיינע בעל תפילה (קאנצערט..),
ליינען שמחה צעטלעך,
זען ווער עס האט ביליגע שטריימלעך,
ווי מע קען האבן בעסערע אתרוגים,
א גוטע לשם מצוה מציאה,
צו ליינען אויסגאבעס,
קויפן דיפס פאר יום טוב, צייטונג,
ליכט וואס מע האט נישט אונגעגרייט צילוב פוילקייט,
הכנות,
צו מאכן קאפיס פון וויכטיגע דאקומענט'ס,
איבער צו לאזן שימות,
נעמען די גוי אן רשות פאר זיך אונדערהיים שבת אדער יום טוב,
בארגן מתיבתות גמרא'ס,
זיך קריגן,
צו מאכן שמחות,
אין וואס נישט!!

האלב פון דיין רשימה זענען שוין געווען פאר פופציג יאר צוריק אויכעט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זבולון ווייס האט געשריבן:מען קען צולייגן א אפציע?

מ'קען, אבער אלע פריערדיגע רעזולטאטן ווערן פארמעקט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די אפציע "איך קען דארט רואיג שמועסן" וואס איז דאס גייט מען דען אין ביהמ"ד צו שמוסען שומו שמים

גערעכט!
יעצט, די ווילסט זיין גערעכט אדער האבן דעם וואל אויסגאנג ריכטיג?

סינישט ריכטיג עס צו מאכן אפיציעל
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יענקל פאטאש האט געשריבן:בד"וו איך דאווען ביי מיר אינדערהיים

אוויזוי רופט זיך די ביהמ"ד, לאז מיר עס פריוון ?
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

אדער יא האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:בד"וו איך דאווען ביי מיר אינדערהיים

אוויזוי רופט זיך די ביהמ"ד, לאז מיר עס פריוון ?

מען האט נישט געפרעגט ווי דיין ביהמ"ד איז, נאר פארוואס די דאווענסט דארט,

דאס קענסטו אויך שרייבן....
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

איך גלייך מיין שולעכעל ווייל איך האָב דארט מיט קיינעם גארנישט איינגעלייגט. ביי אונז איז יעדער א פרעמדער. קיינעם אינטערסירט נישט ווען איך קום, גיי, און אוודאי נישט ווען איך בין דארט.
איך פיל מיך אין מיין שוהל פונקט ווי אין שומר שבת. איך קויף נישט ביים שמש, און איך ליין נישט קיין מודעות. מיר צאלען א העפטיגען דיוס פארן קרעמעל ווייל דאס דארף זיך אויסהאלטען און אנגיין.
מיינע שעות און שוהל איז באגרעניצט פאר מיין שיעור און די תפלות.
אז דער קאר דילער מאכט א בלאו אוט סעיל מיז ער טרעפען א צווייטע אופן מיר צו פארשטענדיגען די נייעס.

פאר סאסיעלעזאציע נוץ איך די פיר ווענט פון מיין ביורא. אלע גוטע פריינט קענען קומען דארט פארברענגען.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”