מייקעל פלין

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

מייקעל פלין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אלס איינער וואס האט א האבי דורעך צו טוהן די אמעריקאנע גאווערמענט ארום און ארום, איז מיר לעצטענס אויסגעקומען דורעך צו גיין א דאקומענטערי פון די 2003 איראקע מלחמה אינטער בוש דער 43ער, און אלס טייל פון די באהאנדלונג איבער יענע צייט קומט א סך מאל ארויף די נאמען מייקעל פלין, האב איך מיר אריינגעלייגט אביסעל מער אין זיין ביאגראפיע צו לערנען מער איבער דעם מענטש און אלעס ארום אים.

דיסקלעימער: איך גיי מישען אין מיטען אביסעל פאליטישע און אייגענע מיינונגען, סאו עס קען זיין אז איך וועל זיין פארטייאיש און אפשר מאכען טעותים, איך האף אבער אז קיינער וועט נישט זיין ברוגז.

נאך די אינוואזיע פון די אמעריקאנע מיליטער אין איראק ווען עס איז שוין דורעך אפאר וואכען און עס האט אויסגעזעהן ווי עס איז נישט דא קיין עכטע ווידערשטאנד מצד די איראקע מיליטער און מען האט שוין אנגעפאנגען שפירען גוט אין וואשינגטאן איבער די קריג און אז מען האט שוין אפילו געזאגט ״מישען עקאמפלישד״ דאס איז אבער נאר געוועהן די אויסערליכע אויסקוק פון איראק, אבער אינטערנעלי אין איראק האט זיך דאן אויפגעשטעלט די אל קאידא גרופע, און א יאר שפעטער ארום אפריל 2004 האבען זיי (אל קאידא) אנגעפאנגען א גרויסע אינסערזשענסי מיטען אינטערלייגען איי אי די באמבעס דורעך אויס די איראק ווי אמעריקע האט דאן דערלייגט א סך סאלדאטען און פארוואונדעט גאר א גרויסע צאל.

די אל קאידא פון איראק איז געוועהן זייער פאוערפול, רציחהדיג און גאר גוט אויסגערעכנט און אין אמעריקע האט מען בכלל נישט געהאט קיין פלאן וויאזוי דאס צו באהאנדלען און דאס האט געברענגט צו די ביטערע נאך-טעם וואס די אמעריקאנע באפעלקערונג האט נאך עד היום הזה.

די אנגענומענע מהלך (פאליסי) פון די מיליטער איז דאן געוועהן ״סעקיור די גאסען״ אין איראק און די איראקע באפעלקערונג וועט ענק צום סוף דאנקבאר זיין פארען זיי וואטשען און ווען די טעראריסטען וועלן זעהן ווי די מלחמה ענדיגט זיך שוין אט אט וועלן האפענטליך אלע טעראריסטען אראפלייגען די געווער זעהענדיג ווי זיי האבען פארלוירען און די מלחמה וועט ווערן פארטיג.

איבעריג צו זאגען אז די מהלך האט נישט געארבייט, פונקט פארקערט, די מהלך האט געגעבען צייט פאר די אל קאידא זיך אויפצובויען און שטארק פארברייטערן.

אמעריקע האט דאן געהאט א גענעראל (לוטענענט דאכצעך) אין איראק וואס האט געהייסען מייקעל פלין און ער האט צוגעזעהן די כמעט פארלוירענע קריג און די גאר נידריגע מאראל אין שטיצע וואס די אמעריקאנע ארמיי האט דאן געהאט אין איראק, ער האט אויך געזעהן ווי עס ווערט נאר ערגער און ערגער האט ער געמאכט א גאר שטארקע טויש אין וויאזוי די מלחמה זאל צוגיין, פאליסי נאמבער איינס איז געוועהן די מלחמה אין איראק איז מער נישט אויף די גאסען אין איראק, עס איז א סטראטעגישע מלחמה פון געוואר ווערן אינפארמאציע איבער די טעראריסטען.

ער איז געוועהן די ערשטע אמעריקאנע מיליטער מאן צו טוישען די רולס בנוגע וויאזוי צו פירען א מלחמה מיט א צווייטע לאנד, געווענליך גייט עס ווען איינער פארלירט געט מען אויף, די איראקע מיליטער איז בכלל נישט געוועהן צו באקומען, עס איז נאר געוועהן די טעראריסטישע אינסערזשענסי וואס האט געמאכט טעגליך באמבע און כאאס אזוי אז די מיליטער האט נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו באהנדלען.

וואס האט ער געטוהן? ער האט שטארק געמינימייזד די מיליטערישע באוועגונגען אין די פלעצער ווי געוואלדטאטען זענען געוועהן אויף א גרויסע פארנעם, און ער האט זיך אראפגעזעצט מיט די סי איי עי און אנגעפאנגען א לאנגע אבער גאר געלונגענע קאמפיין צו ארעסטירען איראקע מיליטאנטען און געפאוקעסד גאר שטארק צו באקומען אינפארמאציע פון איין מענטש און נאך איין מענטש אזוי ארום געוואר צו ווערן ווער איז די פירער פון די אל קאידא גרופע און ווער זענען זיינע העלפערס און אזוי אראפ די ליסטע ביז צום סוף.

עס האט זיי געדויערט כמעט צוויי יאר ביז זיי האבען צוזאמגעשטעלט די טעראריסטישע ליסטע, פון זייערע פירער און זייערע רעקרוטערס, ביז די גאר נידריגערע ראנגען, און דערנאך האט זיי גענימען ביז אין מיטען 2007 הערשט צו קענען אנפאנגען געוואר ווערן ווי יעדער איז - אזוי אז מען זאל קענען כאפען אלע טעראריסטען און זיי ארעסטירען אדער הרגענען.

די איראקע גאווערמענט וואס איז געווארען אויפגעשטעלט (איך מיין) אין 2006 וואלט ווען בפשטות געדארפט צו העלפען די מערסטע די אמעריקאנע מיט שפיאנאזש אבער זיי זענען נישט געוועהן צו באקומען מיט קיין טראפ הילף, דאס האט געמאכט די מלחמה סך לענגער און א סך א סך שווערער.

שטעל דיר פאר ווי דו קומסט אריין אין א פרעמד לאנד און ווער געוואר וויאזוי יעדער הייסט (מוכאמאד) און ווי אזוי יעדער גייט אויפען קאפ (שמאטע) וויאזוי יעדער גייט מיט די האר (שנויצען) און וויאזוי יעדער גייט אנגעטוהן מיט א לאנגע כאלאט און סניקערס. טראכט אריין ווי שווער עס וואלט געוועהן פאר א אמעריקאנע פאליציי מאן אריינצוקימען אין א איזרעלי ישיבה ווי מיר למשל געוואר צו ווערן אינפארמאציע איבער איין בחור, קיינמאל!

דער פלין האט געארבייט ביטער שווער דאס צו דעליווערן און ער האט צום סוף גאר גוט דעליווערט, נאכען ליינען זיין היסטארי האב איך א סך בעסער פארשטאנען וואס עס האט אים אזוי געבאדערט איבער די אבאמא אדמיניסטראציע אז ער האט זיך אזוי שטארק ארויסגעשטעלט קעגן זיי - זייער מהלך אין איראק האט גענומען זיין גאנצע לאנגע און שווערע ארבייט און דאס אריינגעווארפען אין גארבעדזש - און דאס טוהט זייער וויי.

עס האט מיר אויך געגעבען צו פארשטיין פארוואס ער האט אזוי שטארק געפאלען פאר טראמפ ווייל זיין מהלך פון טשעלענזשען די סטאטוס קווא און די קאנוועשענעל וויזדעם איז אייביג געוועהן טראמפס מהלך אין ביזנעס און אזוי ארבייט טראמפס קאפ.

און פלין זייענדיג דער איינציגסטער פון די אבאמא אדמין וואס איז ארויס קעגן די אדמיניסטראציע איז פשוט געווארען זייער טארגעט אים צו באשמיצען און באשגצען, צו ער האט טאקע געטוהן עפעס שלעכט וויס איך נישט, לויט וויאזוי די נייעס קומט יעצט ארויס זעהט אויס ווי עס איז אלעס געוועהן ריין נקמה פון די אבאמא אדמין ווי איידער עני ראונג דואניגס.

אין מיין אפיניען א ריעל אמעריקען היראו!!!
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום פרייטאג מאי 18, 2018 8:41 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

A breath of fresh air Wowow
ביזט פיינע נייעס!
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
צימישעניש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישעניש »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:A breath of fresh air Wowow
ביזט פיינע נייעס!

מייקעל פלין איז א וואנדער פול מענטש מיט א ריזיגע היסטאריע אינטער זיך...
אבער דא מיט די מוללער גרויליגע אזוי געריפענע קאלוזשען פין די אנגעגעסענע דימאקראטען האבן זיי אים ציגרינט געלייגט מיט שאנד פולע קלאגעס אין אים געשחט'ן אויף אייביג
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

חוץ דעם תוכן וואס איז גאר גיט מיז איך דיר זאגן א די ביזט א פיינע שרייבער!!!!!!!!!!!!!!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

זיך מחיה געווען מיט די ארטיקל, האסט געמאכט פיינע מטעמים
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

וואוף!! א פליסיג פעדער דאס!!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אויך א איד
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך א איד »

זייער הנאה געהאט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אויך א איד האט געשריבן:זייער הנאה געהאט
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

עכט היימיש האט געשריבן:חוץ דעם תוכן וואס איז גאר גיט מיז איך דיר זאגן א די ביזט א פיינע שרייבער!!!!!!!!!!!!!!
מענדל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2016 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל »

זייער הנאה געהאט
we want more
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מענדל האט געשריבן:זייער הנאה געהאט
we want more
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:חוץ דעם תוכן וואס איז גאר גיט מיז איך דיר זאגן א די ביזט א פיינע שרייבער!!!!!!!!!!!!!!
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Like
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

זייער א שיינע באשרייבונג אבער דיין אויספיר איז נישט אמת. אין פאקט איז די אבאמא אדמיניסטראציע געווען אזוי צופרידן פון זיין ארבעט אין איראק אז זיי האבן אים דערנאך געשיקט אויף אפגאניסטאן מיט גענעראל מעקריסטעל צו טון די זעלבע!

ווען פלין האט געהאלטן אז די שפיאנאזש אפאראט אין אפגאניסטאן איז אין דער ערד האט ער געשיקט א אינטעלידשענטס אגענט איבער די לענג און ברייט פון דאס לאנד און יענער האט אפגעשריבן א לאנגע באריכט וואס ער האט געהערט פון די זעלנער איבער די ביטערע לאגע. נאכ'ן עס אפשיקן צו אלע אגענטורן האט ער נישט באקומען קיין געהעריגע רעספאנס און דעריבער האט ער עס געמאכט פאבליק דורכן עס געבן פאר א וואשינגטאן "טינק טאנק"

דאס האט אויפגערעגט גאר אסאך אין די אדמיניסטראציע אבער אפילו דאס האט אים נישט געשאדט פון זיין קאריערע און ער איז גאר געשטיגן אין ראנג.

פלין האט געשיינט אויפן שלאכטפעלד אבער ווען גענעראל מעקריסטעל איז געווארן אויפגעזאגט האט די נייע גענעראל, פעטרעאוס, אריינגעברענגט זיין אייגענע טיעם, און פלין איז אהיימגעקומען. דאן האט מען אים געשטעלט אין שפיץ פון די. איי. עי. און דארט איז ער געגאנגען אביסל באנאנעס... נישט יעדע גענעראל וועלכע איז גוט אויפן שלאכטפעלד קען האנדלען א דעסק דשאב און פלין איז געווען איינע פון זיי.

זיינע אונטערטאנען האבן אים פיינט געהאט און געהאלטן אז ער לייגט חרוב די ארגענעזאציע. אזא איינער קען נישט ווייטער פארזעצן אין זיין פאסטן עי' ערך וועטעראַנס אפפערס. ער איז געווארן געצווינגן צו ריטייערען נאך צוויי יאר און פון דאן איז ער געגאנגען נאכמער בארג אראפ.

איך רעדט שוין נישט פון 2016 ווען עס באריכטעט געווארן אז ער האט קאנספערירט צו קידנעפען א טערקישע שעיך און אים אפשיקן אויף טערקיי - וואו עס ווערט אים ווארשיינליך דעם טויט צוליב וואס די ארטיגע רעגירונג באשולדיגט אים אין שטיין אונטער די לעצטע מיליטערישע פרואוו איבערצואווארפן די ערדאאן רעגירונג - און אזוי אויך האט ער אין יענע יאר ליגענט געזאגט פאר מייק פענס און פענס איז געווען חוזק ווען ער האט אים געגלויבט און אים באשיצט אויף טעלעוויזיע.

אזויפיל קען איך אגריען מיט אייך, עס איז א ווייטאג וואס האט מיט אים פאסירט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

א דאנק יש ברירה פאר די שיינע הוספה
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

יש ברירה, א דאנק פאר דיין תגובה - א טייל אינפארמאציע האב איך געהערט און א טייל איז שפעקיולאציעס סאו דיין תגובה איז זייער אינפארמאטיוו פאר מיר. איי עפרישיעט איט.

דאנקע שיין פאר אלע דאנקערס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אייוועלט עט איטס בעסט; ווען מטעמים איז אונז מהנה מיט מטעמים כאשר אהבתי, און יש ברירה לייגט שיין צו אינפארמאטיווע אינפארמאציע.

איך האב עפעס נישט אזוי געגליכען דער פלין. צו מיר איז ער פון די אלטע גווארדיע וואס איך גלייך נישט; און ווען ער וואקסט אין דער דיעפ סטעיט (ווי עס וואלט געווען זיין נאטירליכע פלאץ) איז ער נישט בעסער ווי זיי. פונדעסטוועגען א העראו איז ער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

טענקס מטעמים. טענקס ברירה..

אגב, פלין איז לויט דעמאלטס׳דיגע באריכטן געווען דער אייציגסטער אויף וואס אבאמא האט ספעסיפיש אנגעזאגט טראמפ דורכאויס די טרענזישן אז ער זאל אים נישט אפוינטן פאר NSA.. ס׳איז געווען היפש א מאדענע זאך.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שכוח מטעמים און יש ברירה

זייער שיין און אינפארמאטיוו
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

הענדימען האט געשריבן:שכוח מטעמים און יש ברירה

זייער שיין און אינפארמאטיוו
א פשוטע איד.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הענדימען האט געשריבן:שכוח מטעמים און יש ברירה

זייער שיין און אינפארמאטיוו
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

שכח
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”