איינפאכער איד האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:מיט דעם בין איך מסכים אז דער ציל פונעם שמועס איז נישט דוקא בוני עולם סאיז דער גאנצער דינער ענטערטעימענט סטיל וואס מ'ברענגט מער און מער אריין, שלמה מולכו איז זייער ווילד דא ווייל ער כאפט נישט דעם קאנצעפט און מיר האפן אז מיר פירן דעם שמועס מיט ערוואקסענע באזעסענע אלזא קומט דער גאנצער תוכן פון דיין תגובה נישט אריין
עס איז אפשר דא ערגעץ פלאץ פאר א שמועס איבער דעם נושא פונעם אופן השמועס זעלבסט, (דאכט זיךמער רעבלעזער האט זיך איינמאל צעבראייטערט אויף קאלמבאשער אויף דעם) האסט א קריטיק וואו ביזט א שייגעץ ביזט קעגן רייסט אראפ (לשון רעבלעזער) מ'מעג האלטן אז גאר א נאנטע חשוב'ע זאך טוט ראנג (איך האלט הצלה טוט אויך אמאל זאכן ראנג, סא בין איך קעגן הצלה), און אז מיין טאכטער האט געמאכט א ריזיגע מיסטעיק און געניצט א מיליכיגע מיקסער פאר די פאשיט פאריגע וואך און 50 דאללער פלייש פלאס צוויי שעה ארבעט פלאס כשר'ן די מיקסער, בין איך יעצט קעגן מיין טאכטער? איר זענט אביסל הייפאסענסיטיוו. ניין מיין טייערע טאכטער דארף וויסן מער אכטונג צו געבן פון היינט און ווייטער.
ר' בערל 100% צום פינטל!
הרב מולכו שיחי' האט שוין געשריבן עטליכע תגובות, אבער ער האט נאך קיינמאל נישט פארענטפערט די הערות וואס מיר האבן געפרעגט, נאר בלויז אוועק פונעם ענין און איבערגעקייט נאכאנאנד די וויכטיגקייט פון די הייליגע ארגאניזאציעס [וואס מיר ווייסן אפשר נאך בעסער פון אים].
ס׳קוקט מיר ענדערש אויס ווי די כאפסט נישט וואס איך זאג,
כ׳האב נישט געזאגט אז די טענות זענען נישט גערעכט, איך פארשטיי גאנץ גוט וואס מ׳רעדטכהאב ארויסגעברענגט צוויי נקודות
1) מ׳האלט יעצט פאר א דינער צו העלפן אידן, יעצט איז נישט קיין צייט אראפצורייסן, יעצט דארף מען געלט, זיי נישט ח״ו גורם אז איינער זאל קאלט ווערן.
2) ס׳דא אידן וואס דארפן למעשה קאווערן א בודזשעט,
ס׳איז זייער גרינג צו אראפרייסן, האלטסט ביים זיך טוישן מיט זיי?חוץ אראפרייסן ווילסטו נאך עפעס טוהן? (כ׳רעד פון די קאנצעפט כ׳רעד נישט פון דיר פערזענליך).
שלמה מולכו האט געשריבן:טייערע אידן,
כ׳גיי אייך אפלו נישט פרובירן צו מסביר זיין, אבער ווער ס׳איז דאס נישט אדורך האט נישט קיין השגה פון וואס מ׳רעדט.
ס׳איז דא א וועלט פון צער יסורים און עגמות נפש, בגוף ובנפש, וואס מ׳קען זיך און חלום נישט פארשטעלן, און נאכאמאל, ס׳איז נישט מעגליך מסביר צו זיין, די פיזור הנפש, ספיקות, צומישעניש, אא״וו.
יעצט, ס׳איז דא א ארגינעזאציע וואס טוט אויף למעשה, זיי שטעקן אריין א פינגער אין קאלט וואסער פאר א צווייטע איד, ס׳דא אידן וואס צופליקן זיך פאר א צווייטן, שלאפן נישט קיין נעכט פאר א צווייטן,
ווי וואגט זיך איינער צו זיצן באקוועם אויף זיין בענקל און אראפרייסן ברבים איינער וואס טוט עפעס??? חוץ טענות האסטו נאך עפעס געטון פאר א צווייטן??
אראפגעריסן, עסט שוין נאכטמאל מיט די פולע אפעטיט, בשעת א צווייטער האט נאכנישט געהאט קיין צייט פאר פרישטאג היינט...
האסט טענות?, קען זיין ביזסט גערעכט, אבער ליגט אויף דיין קאפ די עול צו דעקן א באדזשעט פון מיליאנען דאלער? האלסט ביים נעמען די עול?? ניין!!
דעמאלטס שווייג שטיל און האלט דיין גערעכטע טענה ביי דיר אין בויך... גאט די פוינט?
(דיסקלעימער, כ׳האב ב״ה קינדער)