אלופי אדום האט געשריבן:איך וויל מיך באציען אויף געבורטסטאגס ווערטער אויבן.
ווער האט גערעדט פונעם מוסד אליינס ?
די מוסד פאר זיך לית מאן דפליג אז נישטא צופיל אזעלכע ארגענעזעישאנס ביי כלל ישראל!
און מאכן די דינער פאר שבועות האט אויך קיינער נישט געזאגט אז עס איז א פראבלעם, און אדרבה צו שטיצן אזא מוסד איז א מורא'דיגע הכנה צום יו"ט.
איך רעד נאר פון די אינטערטעמענט חלק, איך בין שטארק נייגעריג וויפיל פראצענט פון די ציבור וואס איז געזיצן ביים דינער איז דארט געווען ווייל זיינע געפילן האבן אים געשטיפט צו געבן פארן מוסד, און וויפיל פראצענט זענען דארט געווען ווייל די אינעטרטעמענט אויף די צעטלעך האט אויסגעקוקט גאר אינטערעסאנט,-און שוין אונאיינוועגס געגעבן פאר אז חשובע מוסד-
אלופי אדום, דיין תגובה איז געבליבן ווי א שטיקל "מאנקי אין דע מידדל " צווישן צוויי תגובות וואס ביידע האבן זיך ערלויבט צו מוציא שם רע זיין אויף די השפעה פון בוני עולם'ס וועד הרבנים. ביידע אינטערן שלייער פון קבלת התורה און הכנה צו שבועות וכו'.
"קוקט נישט אויס ווי דו רבנים האבן א ווארט דארט."
"אבער זיי האבן גענצליך אנגעהויבן צו איגארירן די רבנים"
און צו דיר , א דיננער איז סוקסעספול לויט די משתתפים, און די וועג צו שלעפן אן עולם איז מיט א גוטע פראגראם. גלייב מיר אז בוני עולם וואלט זיך געפרייט צו קענען שפארן די טויזענטער דאללער פון די אינטערטעימענט און אנשטאט דעם מכבד זיין א מגיד מיט א שיעור אויף מתן תורה אבער וואס קען מען טון אז סוועט אויסזען ווי איינס...