דער קוקי גנב

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

דער קוקי גנב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

מיט געמישטע געפילן פון עקסטאז און נערוועזיקייט, מאכט זיך מר. שטיין באקוועם אויף א זיץ אינעם טומעל׳דיגן לופטפעלד, ער כאפט א בליק אויפן זייגער; עס איז נאך דא א ביסל צייט ביזן פליגער, ער לייגט אראפ זיין שווארצען האנט באגאדזש נעבן אים, שלעפט ארויס זיין בוך, און עפענט אויף א שאכטעל פרישע נארהאפטיגע קוקי׳ס וואס איז אויך געלעגן דארט אינעם זוטשקע, און ער פארביייסט דערפון.

זיינע אויגן לויפן אויפן בלאט זייער גיך, ער איז צוגענאגעלט צו די שפאנענדע שילדערונג וואס דער בוך פארפאסער שילדערט מיט אלע קאלירן, ווען פון צייט צו צייט כאפט ער אריין נאך א קוקי און דערנאך נאך איינס.

אזוי זייענדיג פארטיפט אין זיין בוך, האט ער פון די ווינקל פון זיין אויג באמערקט ווי א גרוי-האריגער מאן זעצט זיך נעבן אים, ווען צווישן זיי טיילט אפ דער זיץ וואו די האנט באגאדזש ליגט. אבער, וואס גייט אים דען אן ווער עס זיצט אין יענעם זיץ? מר. שטיין טראגט צוריק זיין פאקוס צום בוך און ליינט מיט געשמאק ווען זיין האנט רוקט זיך יעדע פאר מינוט ווי אויטאמאטיש צום קוקי שאכטעל און קלויבט ארויס דערפון א פרישע קוקי.

אבער דא, האט זיך אן אומבאקוועמע געפיל אריינגעכאפט ביי מר. שטיין ווען ער זעט ער ווי דער גרוי-האריגער מאן לייגט אויך אריין זיין האנט אינעם קוקי פושקע, און איז זיך מחי׳ דערפון , כאחד הבעלי בתים.

מאדנע, איז נישט דאס ווארט. מר. שטיין פרובירט צו באהערשן זיינע שאקירטע געפילן; פיללייכט האט דער מענטש נישט געגעסן, ער איז הונגעריג, נא, איך גיי יעצט גיין מאכן דא א גאנצע ספעקטאקל? לאז אים נעמען קוקי׳ס און שוין, באלד וועל איך סייווי ארויפשטייגן אויפן פליגער און פטור ווערן פון אים. וואס דארף איך מאכן א מצב..

מר. שטיין, כאטש וואס ער האט נישט געקענט צוריק קערן זיין מח צום בוך, זיך וואונדערענדיג וואס גייט פאר מיט דעם מאן וואס זיצט דא נעבן אים, האט ער פרובירט זיך מאכן ווי ער ליינט ווייטער.

אזוי איז עס געגאנגען א גאנצען צייט; מר. שטיין האט גענומען א קוקי, און דער גרוי-האריגער האט זיך אויך געלאזט מחי׳ זיין.

ביז...

דער לעצטער קוקי, אינעם שאכטל האט שוין געהאלטן ביים געגעסן ווערן, ווען דער גרוי-האריגער מאן האט גענומען דעם איניציאטיוו און צו-האלבט דעם קוקי און צוויי שטיקלעך, גלייך אויך גלייך; זאל ער מיט מר. שטיין קענען האבן דערפון.

מר. שטיין האט שוין כמעט פארלוירן דעם גלייכגעוויכט פון דעם אומנארמאלן פארשוין, ווען ער האט געהערט ווי מען רופט אויס אז פאסאנזשירן פון דעם פליגער וואו מר. שטיין האט געברויכט ארויפשטייגן, ווערן גערופן צום געיט.

מר. שטיין האט א כאפ געטון זיינע זיבן שמאנצעס, און זיך אפגעטראגן פון דעם מאדנעם גרוי-האריגער, ער האט זיך געיאגט אנצוקמען צום אנגעגעבענער געיט ווי זיין פליגער ברויך זיך באלד הייבן.

ווען מר. שטיין האט זיך באקוועם געמאכט אויפן פליגער האט ער געפענט זיין האנט באגאדזש און.. א קאלטע סקרוך האט דורכגעריסן זיין קערפער; זיין פעקל קוקי׳ס איז גאנץ אנע פעלער; עס איז קיינמאל געפענט געווארן!

געפילן פון בושה האבן אים איבערגענומען, ער האט זיך אזוי געשעמט; פון זיך אליין, און פון דעם גוט-הארציגן גרוי האריגער מאן וועלכע איז געזעסן נעבן אים, און האט אים אן קיין פיפס געלאזט עסן פון זיין אייגענע פושקע קוקי׳ס! ער האט זיך געוואלט באגראבן פאר בושות!

...

דארפן מיר דען א מר. שטיין מיט קוקי׳ס פאר די מעשה? צו האבן מיר נישט אפט אליין אזא סיטואציע?

די געשיכטע׳לע לערנט אסאך, בכמה אנפין. אמאל דזשאדזשען מיר שנעל מענטשן ווען צום סוף געפינט מען אויס אז מיר זענען דוקא די וואס זענען די רחמנות. אמאל מיינען מיר אז מיר זענען די גוטע מענטשן, ווען אדערווייל איז דער אנדערער גאר דער גוטער.

אז מיר קענען אמאל האבן די יישוב הדעת דארפן מיר זיך אפשטעלן און טראכטן: צו וועמען באלאנגט אין אמת׳ן די קוקי׳ס?
לעצט פארראכטן דורך ממש אזוי אום זונטאג מאי 13, 2018 12:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ס'כאטש געווען אסטרייכער'ס?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איך נעם די ברעקלאך... אזוי אריינגיסן פונעם זעקל אין מויל אריין...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

;l;p- נאדיר א גרינע פאר'ן זאפטיגן שפראך
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ניין.... כאב מיך נישט גערישט אויף אזא טראגישע ענדע.....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

;l;p- ;l;p-
שוין לאנג נישט געהאט א מעשה וואס זאל מאכן אזא טורן צום סוף.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

;l;p- וואויל.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

זיס און וואהר

;l;p- ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

אזוי גוט צו זאגן... גאר טיף און באלערענד, מען דזשאדזשד יענעם ווען מיר אליינס זענען די פראבלעם... אוי וויי...
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

קליינטשיגער האט געשריבן:אזוי גוט צו זאגן... גאר טיף און באלערענד, מען דזשאדזשד יענעם ווען מיר אליינס זענען די פראבלעם... אוי וויי...

אגרי
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

געוואלדיג!!! ;l;p-

גוט אראפגעלייגט און פיינעם אויספיר! יישר כח!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

;l;p-
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

פיין פיין
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”