איטשע דער גביר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

איטשע דער גביר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

איטשע, א געבוירענע גביר ביי נעיטשאר. נאך אלטס בחור אין ישיבה אלטס דער טיכטיגער למך, ווען אין שיעור א' האט ער שוין נאכגעוויידעלט דעם גרויסן חק"ס גבאי, און אין שיעור ב' האט ער שוין מיט זיינע צוויי רעכטע הענט (ער איז געווען א געלינקעטער) דורכגעדרילט און צו'מזק'יט אפאר ספרים, אבער וויפיל געלט זעלקאשטיין האט אין באנק און אויף וויפיל בנינים בערנאוויטש איז אין קאנטראקט האט ער געוויסט מיט א קלארקייט. אין ישיבה גדולה האט ער שוין אפילו געקענט איינעם וואס איז דורכגעפארן טראמפ טאווער.



מיר האבן ביידע חתונה געהאט בערך אין די זעלבע צייט, און ווען איך פלעג נאך לויפן כאפן דעם שמירת הזמן טשעק אין כולל, האט ער שוין געהאלטן מקוה לעקציעס איבער די מארקעט ווי א פרא. ער האט געוויסט פאר א פאקט אז קאנדאס אין ברוקלין גייען קראכן, און אז מקעסיקא סיטי איז די קומענדיגע מאנהעטן. היות זיין נאנסטע חבר האט פארקויפט פראפערטי אינשורענס האט ער אויך געהאט א ברייטן ידיעה אין די עי. קעי. פאלעסיס.



האט ווען דער דענמאלס'דיגער פרעזידענט בוש אויפגענומען איטשע פאר פינאנץ מיניסטער וואלט דער מארקעט קיינמאל געקראכט און מיר אלע וואלטן געדרייווט גאלדענע פיאקערס. ווען איך האב אים אמאל געפרעגעט וואס דער טרעמין 'קעפ רעיט' באדייט האט ער זיך פונקט זייער געיאגט.



ווי עס פאסט זיך פאר א פארצווייגטער ביזנעס קאפ, האט ער שוין אינעם שנה ראשונה זיך איינגעהאנדעלט א לעקסוס, פארשטייט זיך אז ער עכט דארף ער עס נישט האבן, ער האט נאר פונקט געטראפן א דיעל וואס איז אויסגעקומען ביליגער ווי אן אכציגער סטעישאן וואגאן, ס'פשוט א שאד געווען ארויסצולאזן פון די האנט.



ביים וואכנאכט פון זיין בכור האט ער שוין געמוזט צושטעלן א געקעטירטע סעודת שלמה פשוט לצורך פרנסה, ער קען דאך נישט מאכן דאס גענאר פון זיינע מקוה-ביזנעס עסאשיעטס. ווען איך האב אים געבעטן צוויי טעג דערויף צו ער קען מיר בארגן א פופציגער האט ער געזאגט אז ער דרייט זיך נישט געווענדליך מיט קיין קליין געלט אין טאש.



יארן לויפן, איך מוטשע מיך על המחיה ועל הכלכלה ועל פרי הארץ און ער רעדט נישט קיין נאמבערס אונטער וואן פוינט טא. איך קראץ מיך צו ענדיגן דעם חודש ווי א גרוגרת יבשה און ער סווייפט הונדרעטערס פאר נאכטמאל.



וואס האב איך מיך היינט דערמאנט? טרעף איך אים פונקט אויפן גאס נאך א שיינע צייט וואס מיר האבן זיך נישט געטראפן, אה, וואס מאכסטו איטשע? איין מינוט, איך מיז נאר אויפהייבען דעם קאל, א וויכטיגע לאויער, העללא?.... איט יאס דיקליינד??? קענט בי! איי העוו עי קרעדיט אף בלא בלא בלא! יא נאו יאט איי וויל קאל יא בעק סאן, איי עם אין ען אימפארטענט מיטינג... ביי...
סאו וואס זאגסטו יאנקל? וויאזוי גייט עס? יאנקל, איך מאך בר מצוה און איך האב פונקט געקלאזט אויף א מעידזשאר דיעל סאו עם עי ליטל טייט אין קעש, וואלסט מיר געקענט בארגן אזא צענער'ל אויף אפאר טאג?...


דער נעשכיזער איז געווען א גוטער איד און בי ענד עידזש האט נאך אפאר אפענונגס...
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

אה, ווען יאנקל איז דא ווייס מיר שוין אז ס׳קומט עפעס גוטס..
און די פאנטש ליין אידאך געוואלדיג...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אוי ביסטע גוט... זע צו טרעפן נאך אפאר אזאונע חברים, און מיר וועלן זיך אינטער האלטן.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הא הא גאר גאר גוט !!!!!!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

פלצתי...

נעשכיזער א גוטע איד.
שוסטער א גוטע שרייבער.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

;a-1; יאנקל שיסטער איז גערעכט...
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

יאנקל האסט מיך אויפגעפלאצט!!!

ייש"כ פיין באשריבן די סאו קאלד גבירים
זוכט איר דוי?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

חחח!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ס'איז נורא נוראות
ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקוועטשטער »

יאנקל האט פארראכטן איטשע'ס שיך און געטראפן דארט זיינע סודות...
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

זייער גוט!
האסט מזל. ווייל מיין איטשע איז שוין אין כולל געווען 'פונקט' טייט אין קעש. ער האט נאר געדארפט 15 אלפים אויף ביז מאנטאג. ער האט אזוי אנגעטראפן אפאר כולל אינגערלייט אפרוחים שלא נפתחו.. און זיי מיאוס מסדר געווען זייער גאנצע דרשה געשאנק פלאס פלאס..
סאו פריי דיך אז די האלסט שוין ביים בר מצוה מאכן.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

כאטשיג א גביר.. איך בין דאך דאס אויך נישט..
געוואלדיג!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

א מין שפראך דאס...WOW
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יאנקעל ביסט ארויף העווי אויף די רעדאר.. ס׳איז אייזן גוט.. פליז שרייב נאך...
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:יאנקעל ביסט ארויף העווי אויף די רעדאר.. ס׳איז אייזן גוט.. פליז שרייב נאך...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יאנקל איז שוין לאאנג אויפן ראדאר. יעדעס מאל עקסטער איבערצייגט מען זיך אז ס׳האט זיך געלוינט צו ווארטן!

א דאנק אייך ר׳ יאנקל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

האהאהאה, יאנקל איז גוט.
אינטערעסאנט אז יעדער האט אזא איטשע געהאט און זיין עיטש.

מיין איטשע דרייווט היינט א טראק פאר א חבר זיינער וואס איז געווען די נרדף און די ראציגער אין ישיבה, און איטשע זעלבסט האט אים אויסגערודפט די יארן.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אייזן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”