א קנעכט אויף איבעי?....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

א קנעכט אויף איבעי?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אין דער יו''ט בלאט איז געווען א שיינעם ארטיקל איבער קנעכט, שרייבט ער דארט א זיסע שמועס פון צוויי אידן, האב איך געטראכט עס ארויף צי ברענגען דא אויפן טיש דער עולם זאל הנאה האבן.

- זאג נאר ר' איד, קנעכט אינשורענס האסטו שוין?
- וואס, קנעכט אינשורענס? פארוואס זאל איך עס דארפן האבן?
- קום אהער, לאמיר זיך אוועקזעצן און ערקלערן וואס דא טוט זיך:

- דיין טאטע ע''ה האט זיך געטראפן אויף די עלטערע יארן קראנק און שוואך,נישט האבענדיג ווער ס'זאל עם באדינען. וויבאלד ער האט זיך געהאט אפגעשפארט אפאר דאלער, האט ער זיך ערלויבט צו קויפן א פיינער קנעכט, דער קנעכט איז געווען פריש און יונג און ער האט באדינט דיין טאטן געטריי, ביז זיין לעצטן טאג.

נאך די פטירה פון דיין טאטן, איז דער קנעכט דיר געפאלן בירושה און די האסט באקומען דעם קנעכט.
אבער לאמיר רעדן לאגיש, דער קנעכט איז אויך א בשר ודם, מארגן קען ער זיך אויסשטרעקן און מער נישט אויפשטיין. נו, די ווייסט וויפיל ס'קאסט היינט א נייער קנעכט אויפן מארק? - די קענסט זיך דען דאס ערלויבן?

מיין עצה דעריבער איז, מאך קנעכט אינשורענס, אזוי ביסטו פארזיכערט מיט דעם קנעכט, און אין פאל עפעס פאסירט מיטן קנעכט, באקומסטו געלט דערויף און די קענסט זיך איינהאנדלען א פרישער קנעכט.

- איך פארשטיי וואס די זאגסט, איבער די וויכטיגקייט פון קנעכט אינשורענס. וואס מיינסטו האב איך געטאן איידער איך האב גע'ירש'נט דעם קנעכט פון מיין גאט-זעליגן פאטער ע''ה? - איך האב געליסט א קנעכט ביי 'דילס-אן-סלעיווס'. יעדע חודש האבן זיי אראפגענומען געלט פון מיין קרעדיט קארד און איך האב געהאט א קנעכט. פון די אנדערע זייט האט מיר וויי-געטאן פארוואס איך קען נישט קויפן א קנעכט פאר מיר, און פארוואס איך דארף באצאלן פאר יענעם. איך האב אסאך מתפלל געווען, ביז דער אייבערשטער האט מיר געשיקט אן אויסגעצאלטן קנעכט וואס איך האב גע'ירש'נט פון מיין טאטן ע''ה.

- זאג נאר פון וועלכע קאמפאני האט דיין טאטע געקויפט דעם קנעכט?
- איך ווייס נישט, פארוואס פרעגסטו?
- מען דארף וויסן וואו צו קויפן קנעכט. למשל, איך האב געקויפט ביי קנעכט דיפאט, זיי זענען זייער גוט, זיי נעמען די קנעכט פון אן אינזל נעבן אינדיע, זיי געבן ספעציעלע מעדעצינען און הארמאנען פאר זייערע מוסקלען, אז זיי זאלן זיין שטארק און קענען שלעפן שווערע געפעק, און...
- ניין, דאס איז דאך נישט גוט. מען שמועסט אז די גאר שטארקע קנעכט האבן גרעסערע שאנסן צו אנטלויפן, און...
- נישט ריכטיג, כאפ נישט! קנעכט דיפאט טרענירט ספעציעל זייערע קנעכט אין ספעציעלע לאגערן, וואו מען גיט זיי געוויסע מעדעצינען וואס פארטייבט זיי און מאכט זיי אינטערטעניג - עס איז ספעציעל אזוי געבויט.
- ממש אזוי?
- יא.
- איך זעה למשל מיין ברודער, ער האט קודם געקויפט זיין קנעכט אויף איבעי, אבער ס'איז געווען א גרויסער טעות. זיי האבן עם אריבערגעשיפט א קנעכט, אבער ס'איז נישט געווען דאס וואס ער האט געוואלט, אסאך שוואכער און עלטער פון וואס זיי האבן געשריבן. אויך איז דאס נישט געווען דער ריכטיגער קאליר, זיי האבן געשריבן א ברוינער קנעכט, דערווייל איז עס געווען פעך-שווארץ. מיין ברודער האט צוריקגעגעבן דעם קנעכט און צוריקבאקומען זיין געלט.

- און וואס איז געווארן? פון וואו האט דיין ברודער למעשה געקויפט א קנעכט?
- פון ''עווערבלעק''.
- זיי זענען גוט? דיין ברודער איז צופרידן?
- זיי פארקויפן געבוירענע קנעכט, זייערע קנעכט זענען שוין זיבן דורות קנעכט. דאס איז א גרויסע מעלה, וויבאלד עס ליגט שוין אין זייערע דזשינס די קנעכטשאפט און זענען באשאפן געווארן צו דינען זייערע הערן, זיי געבן זיך אפ מיט האדעווען קנעכט פון קינדווייז אן. די גוטע שיפמענטס קומען אן קיין ניו-יארק, די שוואכערע סחורה טראנספארטירן זיי צו די מאונטענס און אנדערע קלענערע ראיאנען. עס איז אלעמאל כדי צו קויפן א קנעכט דווקא פון די גרויסע שטעט, דארט זענען דא די גוטע סחורה.

- אבער דארט איז טייערער אויך.
- אוודאי אזוי, דאס איז דער וועג וויאזוי עס גייט.

- די אמת'ע גוטע סחורה קומען אן צו די גרויסע קאמפאניס, די וואס דארפן האבן מענטשליכע ארבעטס קראפט פון עבודת-פרך. יעדע קאמפאני פארמאגט אירע קנעכט וועלכע ארבעטן אומאויפהערליך אכצן שעה א טאג, פאר זיי איז גענוג בלויז אפאר שעה שלאף א טאג, זיי דארפן נישט מער. א גרעסערע קאמפאני האט מער קנעכט און א קלענערע קאמפאני האט ווייניגער קנעכט.

- ביל געיטס למשל, האט הונדערטער טויזענטער קנעכט וועלכע האבן נאכנישט געזען אין זייער לעבן קיין פרייער מענטש - אויסער זייערע ארבעטסגעבער, וואס שטייט איבער זיי מיט א ריט. יעדן אינדערפרי ווערן זיי געטריבן צו די ארבעט, זיך געפינענדיג מיט אנדערע קנעכט ביז שפעט ביינאכט, ווען זיי פאלן צוזאמען אין א שלאף. זיינע קנעכט זענען שוין דארט געבוירן געווארן און פון קינדווייז אן ארבעטן זיי שוין פאר די קאמפאני.

- די ביסט יעצט אריינגעפארן אין אן אנדערע סוגיא. דו רעדסט יעצט פון ''ביזנעס קנעכט'', זיי פארמאגן אנדערע פרייזן, און אנדערע אינשורענס פלענער ווי די ''הויז-קנעכט''. איך האב טאקע פאר דעם פארשריבן מיין הויז-קנעכט אלס ביזנעס-קנעכט, און אזוי קען איך האבן מער אינשורענס.
- מיין קנעכט איז אן ''אי-ליגל קנעכט'', איך קען נישט האבן קיין אינשורענס אויף דעם. ער האט אבער געקאסט פיל ביליגער.
- פארוואס האסטו געקויפט אן אומלעגאלע קנעכט?
- ס'איז אסאך ביליגער. פאר איך האב עם געקויפט, האב איך מיך אמאל איינגעהאנדלט א געהעריגן קנעכט. איך האב אראפגעלייגט א דאון-פעימענט, גענומען דעם קנעכט צו א פרעיזלער, איינער וואס האט עם אפגעשאצט. עס האט עם טאקע געפעלט צוויי ציין, ווי אויך האט ער געהאט א קריץ אונטערן ארעם, אבער אזוי איז ער געווען אין א גוטן צושטאנד, געזונט ווי א פערד.
- און וואס איז געשען מיט אים?
- איך האב נישט געקענט באצאלן דעם מארטגעדזש און די באנק האט עם צוגענומען. יעצט האב איך געקויפט אן אומלעגאלן קנעכט.
- פארוואס האסטו דאס געטאן? דו ווייסט, איך האב געהאט צוויי קנעכט פאר מיין קאנסטראקציע פירמע, אזוי אז איך האב נישט געדארפט באצאלן פאר קיין ארבעטער. ווען די קאמפאני האט זיך פארשפארט, האב איך געקלעמט אינשורענס אויף מיינע קנעכט. ס'איז גראדע געווען אן אינוועסטיגעישן, אבער ס'איז דורכגעגאנגען בשלום, איך האב באקומען די געלט.
- פיין, דארף איך שוין גיין, א גוטן טאג.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס איז נאר דיין ניק? כא כא כא!
נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol:, פיין געשריבן!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

פיין זאפטיג
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כא כא כא ביסט פיינע נייעס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער שיין, איך האב הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אויסגעפלאצט הויך :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

האלטס אז מענטשן וואלטן געקומען אין בהמ''ד אין באגלייטונג פון זייער שווארצן קנעכט???.....
למשל צו העלפן אויסטוהן די זאקן אין מקוה....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פארוואס נישט, די אלטע אידן קומען היינט צוטאגס מיט זייער געהילף

זייער הנאה געהאט!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שנאפס האט געשריבן:זייער הנאה געהאט!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”