מיין שכן'ס פראבלעם, מיט מאדענע עצה'ס (געאייגענט פאר פסח)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

מיין שכן'ס פראבלעם, מיט מאדענע עצה'ס (געאייגענט פאר פסח)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אויפן וועג אהיים פון שול פארגאנגענע וואך, שטעלט מיר אפ א גוטן חבר א שכן, אין ער פרעגט מיר צו איך קאן עם העלפן מיט זייער א וויכטיגע זייך אבער נאך פאר יום טוב, ער האט א זייער א שטארקן פראבלעם מיט וואס ער פילט אז ער גייט ממש אונטער,
בטוב ליבי האב עם אוואדי גענטפער אז יא, וואס באדערט אייך אזוי? ברויכסט אפשר אפאר דאלאר פאר פסח, אדער אפשר א צווייטן פראבלעם האט זיך דיר געמאכט, אין די ברויכסט מער די בחינת איש את רעהו?
זאגט ער מיר אז יא, ער האט א שטארקן פראבלעם וואס ער האט זיך אלצט צירוק געהאלטן מיר עס צו זאגן אלצט חשש אז איך בין די פישל וואס ווערשטעאפט אן אלע פראבלעמען, אבער ער קאן זיך פארט נישט צירוק האלטן פון רעדן אין ער הייבט אן אזוי:
מיט א פארביטערטקייט אין אן אונגעצויגנקייט,הייבט ער אן צו שימפען אין שעלטן, מיט אופברוז אין בייז בלוט, נעגעטיוועטי אין דעפערסיע!
וואס גייט פאר מיין חבר, איך האב שוין מורא געהאט אז עס בבחינת עני המהפך.... אבער ניין ער האט א שטארקע דאגה מיט וואס יעדע פארבייגייענדיג מינווט ווערט עס נאך מער שטערקער אין די זידלונגען גייען ארויף צו העכערע טענער, בבחינת פוי,
[align=center]צו ברויך טאקע אז די שכנ'ס ווינדלען, אין ציביסענע שיריים פון זייער נעכטיגע נאכטמאל זאלן זיך ארום ווארפן אין די גאסן ווי כאילו עס איז נישט דא קיין פלאצט פאר דעם ערגעצט אנדערש?,[/align]
"די שכנ'ס ווינדלען, אין ציביסענע שיריים פון זייער נעכטיגע נאכטמאל ווארפן זיך ארום אין די גאסן ווי כאילו לא היה, זיין אויסדריק איז געווען ווי "פאשקעווילן נאך א רעגן", ממש איך האלט עס נישט אויס, עס שמעקט אן די געגענט, אפט מאל טרעפט מען זיך אן מיט אומבאטאמטע סיטואציעס וואס אין כאן מקום להאריך,
יעדע וואך ביי מיין רואיגע שבת נאכמיטאג שפאציר ברויכן ראטן מיט קעצלעך א דורך לויפן אין שטערן מיין רואיקייט צילוב נישט גוטע מעשים פון די שכינים,
גייענדיג אין שול שבת אדער צירוק קומענדיג דארפן יעדע וואל מיך אפווארטן אן געזעמל פון די ברייט באקאנטע אלט באוויסטע אנטעסעמיטישע סקונק'ס וואס האבן שוין אפט מאל אונגעזייט אויפברויז אין טרויער, סעמאטוכעדיגע צענעס, באגלייט מיט פאניק אין כעס, פון די פארפלאגטע עמך יוד,
גינוג איז גינוג שרייט ער, איך גיי מער דאס נישט צו לאזן, גארבעדזש זעקלעך האבן א מקום ווי עס ברויכט צו ריען, א מקום ווי די גארבעדזש געזעלשאפט זאל נישט קומען צו בארירונג מיט מענטשליכע געשטאלן,
א שאנדע!
ער וויל נעמען שטארקע שריט קעגן די וואס זענען פוגעי בכבוד המ'ענטשייט און לייגן נישט אריין די זעקלעך מיסט אין די באשטימטע פלעצער, וואס אין די פאל ווערט עס אונגעריפן בלשון הווילדזש "מיסט קאנונען" איז זיי שטארק באשטראפן דורך ארויס לייגן פוקשער'ס פון יענעמס מוסט זעקל באגלייט מיט א דאקומענט צו וועם דאס באלאנגט, איז אזוי האפענדיג צו אראפ נעמען אדער על כל פנים רעדעצירן די שטארקע עפידעמיא וואס פלאגט די היימישע גאס אין עס שטארק רעדוצירן צו ביז גאר נידריגע שטאפלען!
די מענטשן רעכט פארלעצונגען דארפן ווערן צירוק געשטעלט איינאמאל פאר אלעמאל, מען ברויכט צו מאכן סדר, אין מער נישט לאזן פארקומען אזאנעכע אינצידענטען,
אין ער פירט אויס, יעצט איז די ריכטיגע צייט צו נעמען שריט קעגן די אלעמירנדע פראבלעם,פון לאזן גארבעדזש בכדאי שיהא ניכר בעיני האדם, צלוב די שטארק פארנימענע מוצאי פסח טעג, וואס פארשטענדליך גרייכט דעמאלצט די הויך פונקט אין יאר מיט די פאקטן ארום די גארבעדזש זעווארוכע.
איז יעצט פרעג איך עם, טא מיט וואס קאן איך דיר העלפן?
זאגט ער מיר, אבער ער וויל זיין א מענטש, אין אונהייבן מיט אן התראה דאקומענט דורך פירקולירן די ווענט ארום די גארבעדזש זאנע מיט געקלעבטע צעטלעך ארום גענומען מיט אייגן פארבערצירטע אידישע פלעסטיק וואס איז ספעציעל געאייגנט פאר בייז-סיזאנ'ס, (צו באקלעבן שטערן'ס אין די סוכה, עס צו באהיטן פון קעלט, שטילע אופברויז צווישן די געשוויסטער, אדער פון רעגן וואס אייער פראפעשענל שלאק מיט די הילף פון אייער ברודער בין הזמנין האט פארט נישט באוויזן צירוק צו האלטן די שטראם פון רעגן צו שטורעמען אייער באקוועמע סוכעלע, אין נאר מיט די הילף פון א פושעטע בעזעם שטעקן האט איר געראטעוועט אייער סוכה פון ווערן א אינטש וואסער נאר אנטשטאס נאר א האלבע, פארט איז אייער באליבטן שטערן שיעור נישט קליא געווארן נאר אדאנק די אויבן דערמאנטן פלעסטיק האט איר עס נאר געדארפט איבער מאכן נעקסטן יאר אין נישט אונהייב אן א פרישע,) בקיצור מיט אט די פלעסטיק זאל די אינדרויסענדיגע חלק פון די התראה דאקומענט ווערן ארום גענעמען, עס צו קענען באשיצן פאר גאנצע 8 טעג פון אראפ קומען.
איז אזוי, איך האב אנגעשטימט מיט די פלאן, אבער פארוואס נעם איך די קוראדזש ארויס צו קומען אין פאבליק דערמיט? איינער וועט נאך אדורך וואקן די אויבן דערמאנטן מיסט זאנע אין זען די דאזיגע התראה דאקומענט אין וועט גראד צוטרעפן אז אין די בולדינג טוט בארויאיגט-אייך מחנך די קונדער,אין עס וועט ארויס קומען א חשש גילו,
נאר וואס דען, אזוי ווי איך ברויך העלפ פונם געטרייען ציבור דא אויפן וועלטל איבער א לשון פאר די התראה דאקומענט, וויאזוי דאס זאל שטיין ארויס געשריבן, מיט די מערסטע מאס רעספעקט, אדער גאר וועט זיך איינער אופערן עס צו מאכן אין פאבלעצירן (אפשר צדקת העיר?), וועגן דעם קום ארויס אין פאבליק דערמיט,
געגאנגען חברה ווער קען מיר העלפן מיט א לשון פאר מיין אויפגעברויזטע שכן'ס "התראה דאקומענט"
איך דאנק יעדן פאראויס
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: מיין שכן'ס פראבלעם, מיט מאדענע עצה'ס (געאייגענט פאר פסח)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

טייערע שכנים!
דער מיסט קאסטן איז געאייגנט בלויז אריינצולייגן מיסט אין שטארק פארמאכטע מיסט זעקלעך
אלעס אנדערש איז גורם בל תשקצו פאר אלע איבריגע שכנים
בארואיגט אייך מיט פארשטענדעניש
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיין שכן'ס פראבלעם, מיט מאדענע עצה'ס (געאייגענט פאר פסח)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

צי ווייעך
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מיין שכן'ס פראבלעם, מיט מאדענע עצה'ס (געאייגענט פאר פסח)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

מיט די פראבלעים האב איך שוין משלים געווען לייגענדיג גארביטש קענ'ס מיט דעקלעך און אינדעם אזעלעכע ריזיגע גארביטש בעקס וואס נעמט אריין אלע גארביטש בעקס + די צוגעלייגטע ווינדלען (און איינוועגס פארדינט מען אויך אז ס'איז גרינגער ארויסצולייגן די גארביטש ווען די טראק קומט)....
אבער עטס מיינסט ס'העלפט א מכה די שכנים (אדער די שכנים'ס קינדער) זענען פויל אויף צו הייבען די דעקל לייגט מען די גארביטש גלייך נעבען דעם א שפאן אוועק פון מיין טיר (און אסאך מאל ביי מיין טיר) און א חוץ וואס מ'קען קוים דורך וואקען קומען די קעץ און זענען זיך מחיה און ווער דארף אויפקלינען.....? דאס איז א חוץ די צרה אז די קעץ וויינען אזוי 4 פארטאגס און איך דארף אויפשטיין קוקען צו ס'איז נישט די בעבי (אפשר דארף מען דן זיין לכף זכות אז זיי ווילען זיכער מאכן אז איך האב נישט קיין מייז)
איך האב געכאפט בילדער און געמאכט א שיינע צעטיל מיט די בילדער אבער למעשה נישט אויף געהאנגען ווייל איך וויל נישט זיין די אויפגערעגטע נעבער (איך געדענק נאך אלטס אינגל ווי אינז פלעגען האבן פאן מיט די מאמע פון די גאס וואס פלעגט שרייען ווען מ'האט אראפ געווארפען שמיטץ)
עניוועי אויב ביסטו מיין שכן טראכט א מינוט פון יענעם (די זעלבע איז אויך מיט די בייקס און סקאטערס וואס איך האב שוין כמה פעמים געטראפען נישט מער און נישט ווייניגער צו געבינדען ביי מיין טיר (יא איך האב אריבער געפיט אבער די קעריטש נישט)
טראכטס פון יענעם און לערענט'ס אויס די קינדער צו טראכטען
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”