ידיעות איבער "קלינען" - אויך פאר מענער

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

ידיעות איבער "קלינען" - אויך פאר מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

יעצט פאר פסח קומט אסאך אויס צו קלינען, האב איך געזוכט אביסל אינפארמעישאן וויאזוי מ'קליענט, און איך האב געטראפן א שיינע ארטיקל וועגן "זייף" מיט וואס מ'קלינט, סאיז מיר געווען אינטרעסאנט, האב איך געטראכט אראפצונעמען א פאר מינוט און דאס איבערשרייבן אין אידיש פארן עולם.

זייף איז א מאטריאל וואס קליענט, ס'איז אפשר פון די ערשטע זאכן וואס מיר באגעגענען אין לעבן, פון ווען מיר זענען פיצלעך וואשט מען אונז אויס מיט דעם. ס'קומט אין אלע מינים קאלירס און שעיפס, רינדיג און הארט... דאס ווערט אלעס געמאכט מיט קעמיקלס.

אבער קעמיקלס איז א זאך וואס מען דארף שטארק וואטשן מיט דעם, ווייל אויב עס טרעפן זיך 2 קעמיקלס וואס האבן נישט שלום בית, גייט קומען א מעכטיגע עקספלאזשען, אדער וועט ארויסקומען אנדערע דעמעטשעס... ס'איז טאקע ווי א שידוך, דאס מוז שטימען און ארבעטן צוזאמען. וואס קען מען טון, קעמיקלס זענען זייער סעלפיש...

איך פארשטיי נישט פונקטליך די לאנגע דרשה פון די ארטיקל איבער די געמיש פון קעמיקלס, אבער דער צד השוה שביניהם איז, אז עס האט א געמיש פון בעיקר 2 סארט קעמיקלס, די ערשטע איז עפעס וואס האט פיינע וואסער און איז פאניע בראט מיט וואסער, דאס מיינט אז ווען קעמיקל נומבער 1 טרעפט זיך מיט די אויל, וועט ער אים אויפן פלאץ אזוי ארומהאזלען אז ס'וועט נישט בלייבן צופיל אויל אלס א מזכרת פאר די קומענדיגע דורות...

די אנדערע קעמיקל, דאס הייסט קעמיקל 2, איז פונקט פארקערט, ער איז א חבר מיט די וואסער, און דאס וואס קעמיקל 1 טוט מיט אויל, וועט קעמיקל 2 טון מיט וואסער... קומט אויס אז די 2 קעמיקלס וועלן אינאיינעם זיך פאראייניגן, און ווען זיי נעמען זיך צו די ביינער פון א כלי, וועט נישט בלייבן דארט קיין אויל און וואסער כמעט.

עס ארבעט אזויווי א מעגענעט, איין קעמיקל שלעפט צו זיך די וואסער, און שלאגט זיך מיט די אויל, און די אנדערע קעמיקל טוט פונקט די פארקערטע. יעדער איינער שטויסט אפ די חלק וואס ער גלייכט נישט צום צווייטן, וואס גייט אויסמעקן דאס וואס ער גלייכט יא, און אזוי וועט ווערן צומאלן סיי די פעטע אויל זאכענעס, און סיי די וואסעריגע זאכענעס

די איבעריגע שמוץ ווערט אראפגעגליטשט, ווייל ער קען שוין נישט קלעבן צו די פעטע אויל, ממלא טרעפט ער זיך אויפן וואסער. אבער די וואסער אליין גייט דאך אויך אונטער, ממילא ווערט ער אראפגעגליטשט און אריין אין די דרעין אריין.

וועגן דעם איז זייער שווער צו אפוואשן מיט זייף עפעס וואס איז צוגעקלעפט צו פלעסטיק וכדומה, ווייל דער פלעסטיק האט נישט ווייניגער קעמיקלס, וואס פראטעקטען זיך פון די זייף קעמיקלס, און עס האט א שטיקל פעט אויך די פלעסטיק, ממילא וועט געווענליך דער פלעסטיק געווינען, ווייל כל קבוע כמחצה על מחצה.
לעצט פארראכטן דורך אויסטערליש אום דאנערשטאג מארטש 22, 2018 3:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאכענעס
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

קיינער האט נישט וואס צו צולייגן? אדער שרייב איך נישט אינטרעסאנטע זאכענעס?
זאכענעס
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

געווענדליך דרייען זיך נישט קיין פרויען דא...

דזשאסט קידינג...

שרייבסט גוט, גיי אן!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

יישר כח דער פריילעך אידל, האסט מיר מחיה געווען מיט די קירוב

אבער עס איז נישט פאר פרויען, אפשר דארף איך טוישן די נאמען פון די אשכול.
זאכענעס
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

זייער אינטערעסאנט!
סארי פאר דא דילעי איך האב געהאלטן אינמיטן קלינען.
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

לאמיר ציען די שמועס אביסעלע מיט נאך ידיעות. וויאזוי ארבעט א hand dryer, אדער אין אידיש א "האנט טרוקענער מאשין?"

יעדער ווייסט וואס דאס איז, א hand dryer איז א מאשין וואס ליגט אין פאבליק פלעצער נעבן די סינק, און עס בלאזט א ווינט וואס ווישט אפ די הענטעלעך, אנשטאטס צי נוצן א האנטעך אדער פעיפער, און עס איז זייער גוט ווייל ביז אפאר סעקונדעס איז עס א מחיה טרוקן. ער צינדט זיך אן ווען מ'שטעקט אריין א הענט אינעווייניג, וויאזוי ווייסט ער ווען מ'שטופט דארט אריין א הענט?

דאס איז זייער פשוט, ער האט סענסערס וואס שפירן עס, אזויווי די אטאמעטיק טירן ביי די געשעפטן. ס'ארבעט אז ווען ער שפירט ווי דער לעכטיגקייט ווערט טונקל, ער שפירט וויאזוי די הענט שטייט אים און וועג, ווערט ער ברוגז און הייבט אן צו בלאזן... אין יעדע אזא מאשין ליגט אריינגעלייגט קליינע מעטארס וואס קען גיין 600 קילאמעטער א שעה!
זאכענעס
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

אינטערעסאנטע ידיעות! טעינקס!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

יישר כח יאנקל פאטאש און דער באקסער בוים פאר די שיינע קאמפלימענטס
זאכענעס
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יוניק טאפיק יישר כח גיי אן
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

האסט א פיינעם שפראך, שרייב אויסטערליש, שרייב...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

שכוח פאר ביז אהער ;l;p-
גיי ווייטער אן
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

ברוך השם איך זעה די עולם האט הנאה, וועלן מיר ממשיך זיין, און יישר כח פאר יעדעם וואס שרייבט דא א תגובה, עס איז מחזק

ווען אייער ווייב בעט אייך בתחנונים אז איר זאלט ביטע האלטן ריין די שטוב, בפרט ערב פסח, ווייסט זי וואס זי רעדט און נישט נאר וועגן חמץ, נאר בכלל איז ריינקייט זייער א גוטע זאך, עס העלפט צו זיין פראדאקטיוו און אפילו מיט הייטעק העלפט עס ארויס.

לאמיר זיך באקאנט מאכן מיט די Clean Room, דאס איז עפעס וואס מען דארף האבן צו פראדאסן זאכן ווי למשל די קאמפיוטער טשיפס (נישט טשיפס די כשר לפסח נאש, נאר Computer chips) וואס יעדע שטויבעלע וואס כאפט זיך אריין דארט, קען אנמאכן א חרבן. אין רוב פעקטעריס ווי מ'מאכט היי טעק געבט מען שטארק אכטונג עס זאל זיין קליען און שיין, אדורכגעזיפט און מען טוישט כסדר די קליידער מיט וואס ס'גייען ארום די ארבעטערס דארט אינעווייניג אין די Clean Room.

אין געווענליכע Clean Rooms איז די לופט אזוי קליען 10,000 מאל מער ווי א פשוטע רום, און 1,000 מאל מער פון א אפערעישען רום.
זאכענעס
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

WOW א טיפע שיעור אין קלינען זייער שיינע ארבייט
איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז די האסט א גוטע שפראך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ברוך הבא רב אויסטערליש, זייער שיינע זאכן דא! קיפעראפ, ביסט אויפן גוטן טרעק!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

פרידן עס איז נישט א שיעור, נאר שיינע ידיעות
זאכענעס
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

יישר כוח אויסטערליש,
האבעך שוין פארטיגע תירוץ פארן ב"ב ווען זי בעט הילף פאר איר שפרענג-רייניגונג,
נישט מאכן מחלוקת צווישן קעמיכאלן איז זייער א גרויסע זאך.... נעם נאר א קדושת לוי.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אויסטערליש האט געשריבן:פרידן עס איז נישט א שיעור, נאר שיינע ידיעות

טיף מוז נישט שווער
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

זייער שיין זיי ממשיך ביטע מיט די אונטערעסאנטע ידיעות
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט!

מ'באגעגענט זיך מיט די אלע קלינינג זאכן מדי יום ביומו און מ'האמיר טאקע קיינמאל נישט פארשטאנען וויאזוי די זאכן ארבעטן.
---
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

יישר כח!
זייער גוט אראפ געלייגט.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פיין, גוט, אויסטערליש, רייך, געשמאק, כאטשיג זענט איר נאך ניי אויף די גוטע שינעס א גיי
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

נודה לך האט געשריבן:זייער שיין זיי ממשיך ביטע מיט די אונטערעסאנטע ידיעות

גא״מ
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

ארום די זייגער האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:זייער שיין זיי ממשיך ביטע מיט די אונטערעסאנטע ידיעות

גא״מ
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

איינ יאהר האב איך געוואלט אפוואשען א פלעק פין די קארפעט אפאהר טעג פאר פסח
כהאב געוואלט ניצען די שטערקסטע זייף, כבין געוועהן נאאיוו און גארנישט געוויסט איבער מישען קעמיקעלס, האב איך אויסגעמישט בליעטש מיט נעמאניע
נאכען רייבען א מינוט אינעם קארפעט איז מיר שלעכט געווארען און כבין שיעור נישט געשטארבען
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

קענטעלאופ האט געשריבן:איינ יאהר האב איך געוואלט אפוואשען א פלעק פין די קארפעט אפאהר טעג פאר פסח
כהאב געוואלט ניצען די שטערקסטע זייף, כבין געוועהן נאאיוו און גארנישט געוויסט איבער מישען קעמיקעלס, האב איך אויסגעמישט בליעטש מיט נעמאניע
נאכען רייבען א מינוט אינעם קארפעט איז מיר שלעכט געווארען און כבין שיעור נישט געשטארבען


ב"ה עס האט זיך אויסגעלאזט גוט
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”